ליטעראַטור
יוסף פּאַפּיערניקאָוו
יוסף פּאַפּיערניקאָוו

ווי קומט עס, אַז אַזאַ ייִד ווי איר, וואָס לעבט שוין איבער פֿופֿציק יאָר אין לאַנד, זאָל נישט האָבן קיין אייגענע שטוב, קיין "מגרש"* און קיין סטאַבילן דאַך איבערן קאָפּ?" — האָט אַ בּעל־הבּית פֿון אַ דירה געפֿרעגט דעם דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוון ווען דער איז געקומען צו אים וועגן דינגען אַ צימער, נאָך דעם ווי ער האָט געלייענט זײַן אַנאָנס אין דער צײַטונג.

אַזוי דערציילט אונדז יוסף פּאַפּיערניקאָוו אין אַ געמיטלעכן שמועס, אין וועלכן ער רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן וועגן דעם גפּרל פֿון אַ ייִדישן דיכטער, וועלכער איז גוט באַקאַנט אין אַלע ייִדישע קרײַזן איבער דער וועלט. יוסף פּאַפּיערניקאָוו לעבט אין לאַנד שוין דרײַ און פֿופֿציק יאָר, זינט ער איז געקומען אַהער פֿון פּוילן. וועגן זײַן בײַשטײַער סײַ פֿאַרן לאַנד און סײַ פֿאַר דער אַנטוויקלונג און די רעכט פֿון ייִדיש אין לאַנד — ווייסט מען זייער אַ סך. מען ווייסט אָבער אפֿשר גאָרנישט וועגן דעם, וואָס פֿאַר אַ פּרײַז ער האָט באַצאָלט, און וועלכן ער צאָלט נאָך אַלץ פֿאַר אָט דעם טאָפּלטן בײַשטײַער זײַנעם.

וווּ האָט זיך אויפֿגעהאַלטן דער ייִדישער דיכטער זינט ער איז געקומען אין לאַנד אַרײַן?

פֿון ערשטן מאָמענט אָן — ענטפֿערט י. פּאַפּיערניקאָוו — לעבט ער אין פּל־אָבֿיבֿ, וווּ ער האָט געוווינט אויף אַ דאַך; אָבער ווען מ'פֿלעגט אים פֿרעגן ווי עס לעבט זיך אים, פֿלעגט ער ענטפֿערן:

"איך וווין אויף אַ דאַך און איך האָב אַ דאַך אונטער די פֿיס". מיט דער צײַט איז ער אָבער געוואָרן, זאָגט ער, אַ יורד: ער איז אַראָפּ פֿונעם דאַך און איז אַרײַן אין אַ… קעלער־שטוב אויפֿן דריטן שטאָק: דאָס איז געווען אַ צימער אָן אַ קיך, מיט נאָך צוויי שכנים אין דער וווינונג. זיי, די שכנים, זענען געווען די באַלעבאַטים פֿון דער קיך, אין וועלכער דער דיכטער האָט נישט געהאַט קיין אַרײַנטריט.

יוסף פּאַפּיערניקאָוו, וועמעס דיכטונג איז דורכגעדרונגען מיט טיפֿער ערנסטקייט און מיט ליבשאַפֿט און צוגעבונדנקייט צום לאַנד, רעדט געוויינלעך מיט הומאָר וועגן זיך אַליין און וועגן זײַן גורל. דאָס איז אָבער אַ הומאָר, וואָס איז צוגעשפּיצט מיט אַ קליינער דאָזע ביטערניש. אַ מין לײַכטער סאַרקאַזם.

"מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה בין איך געוואָרן אַ מאַס־געבנדיקע פּערזאָן: מע נעמט בײַ מיר מַס־הכנסה" — זאָגט פּאַפּיערניקאָוו, וועלכער איז חוץ זײַן דיכטונג אויך באַקאַנט מיט זײַנע בליץ־ווערטלעך און ווערטער־שפּילן. זײַן הכנסה, וואָס באַשטייט דרײַ פֿערטל פֿון קיצבֿה און אונטערשטיצונג, און אַ פֿערטל — פֿון האָנאָראַר פֿאַר זײַן שרײַבן, באַטרעפֿט צוזאַמען בײַ 4000 אינפֿלאַ־ציאָנירטע פֿונטן. היות ווי ער ווערט באַצייכנט ווי אַן "עצמאי", אַ זעלבשטענדיקער פֿאַרדינער, נעמט מען בײַ אים אַראָפּ יעדן חפּדש די 35 פּראָצענט "האָנאָראַר" פֿאַרן שטײַער־אַמט (אויך דער שטײַער־אַמט דאַרף דאָך האָבן פֿון וואָס צו לעבן). "נו, בין איך דען נישט קיין מאַסגעבנדיקע פּערזאָן?" — לאַכט דער דיכטער.

ווי אַן אָנערקענטער דיכטער, האָט שוין יוסף פּאַפּיערניקאָוו אויף זײַן זכות אַ זיבן־אַכט פּרעמיעס. די גרעסטע פֿון זיי איז געווען די פּרעמיע פֿון דעם ראָש־הממשלה, דעם פּרעמיער, וואָס איז אים צוגעטיילט געוואָרן אין לעצטן יאָר (1979). מיט אָט דער פּרעמיע איז ער מיט איין מאָל דערהויבן געוואָרן צום ראַנג פֿון אַ גבֿיר אין די אויגן פֿון פֿאָלק, וואָס זינגט זײַנע לידער אין דער גאַנצער ייִדישער וועלט. ייִדן האָבן זיך אַפֿילו געוועט וועגן דעם, ווי גרויס עס איז די פּרעמיע, וואָס וועט אים געגעבן ווערן אין נאָמען פֿונעם ראָש־הממשלה. אויך דער בעל־הפּרעמיע האָט אָנגעהויבן בויען זײַנע שלעסער אין דער לופֿט, אין זײַן דערוואַרטונג אויף דער וויכטיקער אויסצייכענונג.

ענדלעך האָט ער די פּרעמיע באַקומען — אין זכות פֿון דער אינפֿלאַציע, אַ גאַנץ קײַלעכיקע סומע פֿון אַכט טויזנט לירות. דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿײַערלעכקייט האָט מיט גאווה אײַנגערוימט די דאָזיקע ציפֿער אין אויער פֿון דעם אינערן־מיניסטער, ד"ר יוסף בורג, וועלכער איז אויפֿגעטראָטן אויף דער אימפּרעזע אין נאָמען פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער. ד"ר בורג איז אָבער נישט נתפּעל געווען פֿון דער דאָזיקער ציפֿער, וועלכע איז נישט לויט די באַגריפֿן פֿון זײַנע מיניסטעריאַלע בודזשעטן.

דאַקעגן האָט אָבער די שמועה וועגן דער פּרעמיע שטאַרק געהויבן דעם מאַטעריעלן ווערט פֿון דעם ייִדישן דיכטער.

אין דער לעצטער צײַט איז יוסף פּאַפּיערניקאָוו ווידער געצוווּנגען געוואָרן צו זוכן אַ נײַעם דאַך אונטער זײַנע פֿיס, און ווען ער איז געקומען אויף אַ געוויסן אַנאָנסירטן אַדרעס, און האָט, אויף דער פֿראַגע פֿון דעם בעל־הבית זיך מודה געווען, אַז ער לעבט אין לאַנד שוין 53 יאָר — האָט יענער אים אָנגעקוקט מיט שטוינונג: ווי קען דאָס זײַן, אַז אַ ייִד, וואָס לעבט שוין אַזוי לאַנג אין דעם לאַנד, זאָל נישט האָבן קיין אייגן שטיקל באָדן, קיין אייגענע ווילע, אָדער לכל־הפּחות אַ בית־משופּף? און די שטוינונג איז געוואָרן בײַ אים נאָך גרעסער, ווען ער האָט זיך דערוווּסט, אַז פֿאַר אים שטייט דער דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוו. "יאָ, איך ווייס, איך ווייס — האָט ער מיט התפּעלות אויסגעשריִען — מײַן ווײַב זינגט דאָך כּסדר אײַערע לידער".

ער קען אָבער נאָך אַלץ נישט פֿאַרשטיין הלמאַי דער אַזוי פּאָפּולערער דיכטער זוכט אַזאַ קליינע וווינונג, און גראָד בײַ אים. "איר האָט דאָך ערשט נישט לאַנג, זאָגט ער, באַקומען די פּרעמיע פֿון ראָש־הממשלה!"

מען דאַרף טאַקע זײַן נאָר אַ בטלן, אָדער אַ ייִדישער דיכטער, כּדי צו זוכן אַזאַ קליינע וווינונג, מיינט דער בעל־הבית, און אַזוי טראַכטן מספּמא אויך אַנדערע. אַזוי, למשל, דערציילט דער דיכטער, אַז ער האָט נישט לאַנג באַגעגנט אַן אַלטן באַקאַנטן, אַ ייִד, מיט וועלכן ער איז צוזאַמען געקומען פֿון פּוילן מיט דער שיף קיין ישׂראל. טאַקע מיט 53 יאָר צוריק. ווי געוויינלעך בײַ אַזעלכע באַגעגענישן, האָט איינער דעם אַנדערן געפֿרעגט וואָס ער האָט אַלץ אויפֿגעטאָן, וואָס האָט ער דערגרייכט פֿאַר אָט דער צײַט זינט ער איז געקומען אין לאַנד. "מײַן שיפֿס־ברודער האָט זיך פֿאַר מיר באַרימט, אַז ער איז הײַנט אַ גרויסער 'קבלן’, אַ בוי־אונטערנעמער. איצט האַלט ער אין מיטן בויען אַ הויז פֿאַר זיך אַליין, און ער ציט שוין אַרויף דעם דריטן שטאָק...

"איך וואָלט אויך מיר אויפֿגעבויט אַן אייגן הויז, אָבער כ'האָב מורא צו לאָזן עס שטיין בײַנאַכט אין דרויסן" — האָט פּאַפּיערניקאָוו אַרײַנגעשאָסן זײַן "שיפֿס־ברודער"…

יוסף פּאַפּיערניקאָוו שווימט נישט מיטן שטראָם — סײַ אויפֿן מאַטעריעלן און סײַ אויפֿן ליטעראַרישן און גײַסטיקן פֿעלד. ער האַלט נישט, זאָגט ער, פֿון דער מאָדע — אַפֿילו נישט פֿון דער מאָדע צו שווימען מיט דער גרויסער כוואַליע, מיט דער זומער־טוריסטיק קיין אויסלאַנד. ווען אַ היגער שרײַבער האָט אים געפֿרעגט, צי ער פֿאָרט נישט אַרויס ערגעצוווּ — האָט ער געענטפֿערט, אַז ער וואָלט זיך גערן אַראָפּגעכאַפּט קיין ארץ־ישׂראל, אָבער דערווײַל איז ער שטאַרק פֿאַרנומען מיט זוכן אַ וווינונג אין פּל־אָבֿיבֿ…

חוץ מיט זוכן אַ וווינונג, פֿאַרנעמט זיך יוסף פּאַפּיערניקאָוו אויך מיט ליטעראַטור און מיט שרײַבן לידער. וואָס זענען זײַנע פּלענער?

— דערווײַל — זאָגט ער — האָט ער נישט קיין עראָפּלענער, נישט פֿאַר זיך און נישט פֿאַר כּלל ישׂראל, אַזוי ווי אַ סך אַנדערע ליטעראַטן, וואָס טראָגן זיך אַרום מיט אָן אַ שיעור פּלענער פֿאַר דער צוקונפֿט. ער האַלט אָבער, אַז וואָס שייך דער ייִדישער ליטעראַרישער שעפֿערישקייט קען ישׂראל ווירקלעך ווערן אַ וויכטיקער צענטער: יעדער צענטער מענטש וועט שרײַבן לידער, ראָמאַנען און עסייען…

— און וואָס איז מיט אײַער אייגענעם שרײַבן? — פֿרעג איך.

דערווײַל, ענטפֿערט מיר יוסף פּאַפּיערניקאָוו, פּלאַנט ער אַרויסצוגעבן זײַנע אַלטע לידער אין אַ נײַעם לבֿוש — אין אַ נײַער אויסגעבעסערטער אויפֿלאַגע.

פֿון אָט דעם ענטפֿער זעען מיר טאַקע, אַז פּאַפּיערניקאָוו האָט נישט קיין "עראָפּלענער", ווי ער זאָגט, און ער בויט אויך נישט קיין שלעסער אין דער לופֿט. אָבער דער שמועס און די ביטערניש, וואָס האָט אַרויסגעשלאָגן פֿון זײַנע רייד, האָבן אַרויסגערופֿן טרויעריקע מחשבֿות וועגן דער דאָליע פֿון אַ ייִדישן דיכטער אין אונדזער לאַנד און אין דער ייִדישער וועלט בכלל. דער פֿאַל פֿון יוסף פּאַפּיערניקאָוו איז נאָר אַ טרויעריקער מוסטער פֿון דער לאַגע פֿון דער גאַנצער ייִדישער שרײַבער־וועלט.

"לעצטע נײַעס", 21סטער סעפּט. 1979

פֿונעם בוך "אין געיעג נאָך מאָמענטן", וואָס איז ערשט דערשינען.