|
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "צוויי ליבהאָבער" |
|
גאָר אַן אינטערעסאַנטע דערשײַנונג האָט זיך אַנטוויקלט בײַ אונדז אויף סענטראַל־עוועניו — אין יאָנקערס, ניו־יאָרק. דאָרט איז פֿאַראַן אַ קינאָ וווּ מען ווײַזט פֿילמען, בדרך־כּלל, אמתע טשופּוכאַ. אָבער די לעצטע דרײַצן יאָר האָט זיך אַ ייִד מיטן נאָמען דוד שוואַרץ דערטראַכט צו אַ זעלטענעם געדאַנק. נעמלעך, צו שאַפֿן אַ קינאָ־קלוב מיט אַבאָנענטן, פֿאַר אַ געוויסן אָפּצאָל. איז מען רואה צו זען יעדע צווייטע וואָך אַ פֿילם,
וואָס איז נאָך נישט אַרויס אויף דער ליכטיקער שײַן, אָבער געוווּנען אַלערליי פּריזן פֿון קאַן־פֿילם־פֿעסטיוואַל. די פֿילמען ווערן געוויזן יעדן צווייטן זונטיק, צען אַזייגער אין דער פֿרי, אין יעדן פֿילם־קלוב איבערן לאַנד.
האָט מיך מײַנס אַ גוטע חבֿרטע טראַקטירט און איך בין מיט איר אַוועק, אַ זונטיק אין דער פֿרי זען אַ פֿילם. בײַ דער טיר דערלאַנגט מען דיר אַ פֿלוג־בלעטל און ערשט דעמאָלט דערוויסט מען זיך וואָס מען גייט דאָ זען. מײַן פֿרײַנדינע האָט מיך געוואָרנט, אַז מען מוז קומען מיט אַ שעה פֿריִער צו באַקומען אַ זיץ־אָרט, ווײַל עס איז געפּאַקט. און ווער איז דער עולם? ווײַזט זיך אַרויס — דער זעלביקער ייִדישער עולם פֿון די אַרומיקע שטעטלעך אין וועסטשעסטער, וואָס האַלטן אויס סײַ די פֿילם־ און סײַ די טעאַטער־אינדוסטריע. פֿאַר מיר האָט זיך אויסגעשפּרייט אַ כוואַליע מיט גרוי־ווײַסע קעפּ. נאָכן פֿילם איז אײַנגעשטעלט אַ פֿראַגע און ענטפֿער אויסטויש צווישן דעם עולם און דעם רעזשיסאָר, אָדער מחבר פֿונעם פֿילם, אָדער מיטן הויפּט־אַרטיסט.
דעם פֿילם, וואָס מען האָט געוויזן, האָט געהייסן "צוויי ליבהאָבער" (Two Lovers). מיר זײַנען געווען זאַלבע פֿיר — איך, מײַן חבֿרטע, וועלכע האָט מיך אַרײַנגעצויגן אינעם שפּיל; איר חבֿרטע און איר חבֿרטעס חבֿרטע. צוויי פֿון זיי האָבן געשטאַמט פֿון ישׂראל, די דריטע — אַן אַמעריקאַנערין און איך. איינע פֿון די ישׂראלדיקע חבֿרהמאַנטעס איז פֿון דער פּראָפֿעסיע אַ פּסיכאָ־טעראַפּיסטקע, מסתּמא קרובֿ צו די זיבעציקער; אַ קליין, אויסגעדאַרט לימענע פּנימל ווי אַ שיף מיט פּוטער־מילך וואָלט איר אונטערגעגאַנגען. איידער מען האָט געוויזן דעם פֿילם, ווען דער גרויסער זאַל האָט זיך ערשט גענומען רוכעווען מיט ברייטע ווײַבער, וואָס האָבן געטרונקען קאַווע פֿון פּאַפּירענע טעפּלעך, אַ בייגל צווישן די ציין, מיט אַ קאָשיק פֿול מיט פֿרוכטן און זיסוואַרג בײַ דער זײַט פֿון אַ גערונצלטן, גראָבן בײַטל, וואָס האָט זיך געבראָכן מיט געפּאַקטע טײַסטערס און ברילן. די מענער האָבן אויסגעזען ווי זיי וואָלטן ערשט אָנגעקומען פֿון שפּילן גאָלף, מיט געשטרײַפֿטע סוועטערס אַראָפּגעהאָנגען פֿון זייערע אַקסלען; אַ צאָל מענערישע פּאַרוקעס, וואָס האָבן צוגעדעקט ליסע־קעפּ, מיט אַ שרונט אין מיטן. דער טומל האָט זיך געטראָגן פֿון אַלע זײַטן, ווען צווישן אונדז, פֿיר פֿילם־קריטיקער, האָט זיך אַנטוויקלט אַ מאָדנער שמועס.
מ׳האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף ייִדן. איך האָב באַמערקט, אַז ווען ס׳איז געקומען צו באַרימטע נעמען ווי אַלבערט אײַנשטיין, איז ער אַלעמאָל דערמאָנט געוואָרן ווי אַ דײַטש, ראָמיין גערי איז באַצײַכנט געוואָרן ווי אַ פֿראַנצויז, פֿראַנץ קאַפֿקאַ איז תּמיד געווען און געבליבן אַ טשעך, איזאַק באַבעל — אַ רוס, יוליאַן טוּווים — אַ פּאָליאַק, און אַזוי ציט זיך די גאָלדענע ייִדישע קייט צווישן די אומות־העולם און קיינער דערמאָנט נישט, חלילה, אַז אַלע זײַנען געווען ייִדן. די וועלט האָט זיי נישט אָנערקענט ווי ייִדן נאָר ווי בירגער פֿון זייער געבורט־לאַנד, ווײַל אַזוי האָט געטויגט צום געשעפֿט.
האָט איר שוין געדאַרפֿט זען ווי די פּסיכאָ־טעראַפּיסטקע האָט זיך צעבלאָזן ווי אַ זאַווערוכע:
— צו וואָס דערמאָנען זייער ייִדישקייט צווישן אַזאַ אָנגעזעענעם עולם? ווער דאַרף בכלל דערמאָנען זייער ייִדישע אָנגעהעריקייט, נאָך דערצו אויף אַ הויך קול אַלע זאָלן הערן.
דאָ בין איך איר שוין נישט שולדיקט געבליבן קיין ענטפֿער:
— טײַערינקע! דאָ רעדט שוין פֿון אײַך אַרויס אײַער ישׂראלדיקע מדינהשאַפֿט... און צווישן אונדז גערעדט, וואָס וועלן מיר זײַן אויב מיר וועלן זיך באַפֿרײַען פֿון אונדזער אָנגעהעריקייט צום ייִדישן פֿאָלק? קולטורלאָזע עקזעמפּלאַרן, פּוסטע אויסגעבלאָזענע אייער?
די חבֿרטע, וועלכע האָט מיט זיך מיטגעבראַכט די פּסיכאָ־טעראַפּיסטקע, האָט מיר צוגעהאָלפֿן:
— דער אַמעריקאַנער־ייִדישער דראַמאַטורג, דייוויד מאַמעט, האָט אַמאָל געזאָגט, אַז די דײַטשן האָבן אומגעבראַכט זעקס מיליאָן ייִדן, און אַמעריקע מעקט אָפּ מיט איר אַסימילאַציע אויך זעקס מיליאָן ייִדן.
איך האָב נישט געוואָלט דערמאָנען דעם מצבֿ פֿון די וועלטלעכע ייִדן אין ישׂראל. די פּסיכאָ־טעראַפּיסטקע, וועלכע נויטיקט זיך שטאַרק אין אַ פּסיכיאַטער, האָט פֿאַרביסן די דינע, בלויע, ליפּעלעך, אײַנגעשרומפּן געוואָרן פֿון איר פֿאַרביסנקייט, און באַשלאָסן נישט צו רעאַגירן אויפֿן געשפּרעך אַרום איר. מיטאַמאָל האָט זיך מײַן חבֿרטע איבערגעבויגן צו איר און איר אַ זאָג געטאָן:
— מרים האָט מיר דערציילט אַ שיינע מעשׂה וואָס זי האָט געלייענט אין איינעם פֿון די אָרטאָדאָקסישע זשורנאַלן וואָס גייט אַרויס אין ניו־דזשוירזי. דאָרט איז געשטאַנען געשריבן, אַז לינקאָלן האָט אָפּגעשטאַמט פֿון ייִדן.
דער פּסיכאָ־טעראַפּיסטקעס פּנים האָט זיך אויסגעקרימט אין אַ מעלאַנכאָליש געלעכטערל ווי איינער זאָגט, וואָס נאָך פֿאַר אַ נאַרישקייטן וועט מרים אויסשאָקלען פֿון איר אַרבל. איר פֿאַרכמורעטער בליק האָט עדות געזאָגט, אַז די גאַנצע זאַך איז אַן אַבסורד. אָבער מײַן חבֿרטע האָט נישט אָפּגעלאָזט:
— זעט אויס, אַז אַ טייל ספֿרדישע ייִדן האָבן אַרײַנגעוואַנדערט קיין אילינוי און זיך באַזעצט אין אַ שטעטעלע וואָס הייסט לינקאָלן. אייניקע האָבן אַפֿילו אויסגעביטן זייערע נעמען אויפֿן נאָמען פֿון שטעטעלע — לינקאָלן. און אייברעהעם לינקאָלן האָט קודם געהייסן אַבֿרהם; ער האָט קיין מאָל נישט אָנגעגעבן זײַן אָנגעהעריקייט צו אַ רעליגיע, נישט געווען רעליגיעז, נישט געגאַנגען אין קירך און דערצו האָט ער פֿאַרמאָגט אַ ייִדישן שטריך פֿון יושר. נאָך אַלעמען, ער האָט דאָך באַפֿרײַט די נעגער־שקלאַפֿן.
נו! נו! ווען מ׳טרעט דער פּסיכאָ־טעראַפּיסטקע אָן אויף איר אָטשיסקע, וואָלט איר ניט אַזוי וויי געטאָן ווי די מעשׂה. זי האָט פֿאַרקריצט מיט די ציין, ווי איינער זאָגט, וועמען גייט עס אָן צי לינקאָלן איז געווען אַ ייִד צי ניין? ס׳איז אַזאַ מיאוסע טבֿע בײַ ייִדן צו כוואַליען זיך מיט זייער ייִחוס.
דערווײַל האָט זיך אָנגעהויבן דער פֿילם "צוויי ליבהאָבער". און טרעפֿט וואָס? דער פֿילם שילדערט אַ ייִדישע משפחה. דער טאַטע ראובֿן (מאָני מאָשאָנאָוו), וואָס פֿאַרמאָגט אַ וועשערײַ. זײַן פֿרוי רות (איזאַבעל ראָסעליני), וועלכע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אמתע ייִדישע מאַמע, זאָרגט זיך וועגן איר עלטסטן זון לענאַרד (יאַקין פֿיניקס), וועלכער איז נישט נאָר "בײַ־פּאָלאַר" (אַזאַ פּסיכישער צושטאַנד) און לעבט אויף מעדיקאַמענטן; נאָר ער איז אויך כּסדר אומגליקלעך צוליב אַ ליבע, וווּ מען האָט אויסגעפֿונען פֿאַר דער חתונה, אַז סײַ ער און סײַ די כּלה קענען נישט חתונה האָבן, ווײַל ביידע פֿאַרמאָגן די גענע פֿון דער "טיי־סאַקס" קראַנקייט. נעמט ער און וואַרפט זיך אַראָפּ פון אַ בריק אין וואַסער אַרײַן, און האַלט בײַם דערטרונקען ווערן, ווען אין מיטן זעלבסטמאָרד האָט ער חרטה.
איך זיץ און איך לאַך; בײַ זיך אין האַרצן. ערשט מיט אַ שעה צוריק האָב איך אַוועקגעלייגט אַ שטיק געזונט, און דאָ, אַ פֿילם וועגן ייִדן. און ווי אַ צודאַט פּראַוועט מען אַ בר־מצווה פֿון לענאַרדס ברודערל, מיט אַלע ייִדישע פּיטשעווקעס. און לענאַרד פֿאַרפּלאָנטערט זיך דערווײַל מיט אַ יונגער און שיינער שכנטע, מישעל (גווינעט פּאַרלטראָוו). נישט נאָר באָדט זי זיך אין לאַנגע, בלאָנדע האָר, זי טראָגט אַ פּעקל אויף זיך פֿול מיט קאָמפּליקאַציעס. זי איז פֿאַרליבט אין אַ פֿאַרהײַראַטן מאַן, וואָס האַלט זי אויס; זי נעמט טאַבלעטן, צי נאַרקאָטיקעס; דער רוח ווייסט זי, עפּעס נעמט זי. אָבער לענאַרד ווערט די כּפּרה נאָך איר. אין צווישן, שדכנט זיך צו אים די טאָכטער פֿון איר טאַטנס באַקאַנטן, וואָס פֿאַרמאָגט אויך אַ וועשערײַ, און ביידע משפּחות זײַנען גליקלעך צונויפֿצוברענגען די קינדער אין איין גליקלעך פּאָרפֿאָלק. לענאַרדן גלוסט זיך נישט דאָס גאַנצע עסק. ער אַרבעט בײַם טאַטן אין דער וועשערײַ, ווייסט ער אַז ס׳איז אַ נימאסע אַרבעט און ער שוידערט אויף צו בויען זײַן צוקונפֿט אויף אַ וועשערײַ. ער פֿירט אַ דאָפּלטע בוכאַלטעריע, צוויי דאַמעס — איין קאָפּווייטיק.
מיט איין וואָרט, דער פֿילם איז גוט געשריבן, גוט רעזשיסירט און גוט אויסגעפֿירט. געשריבן דעם סצענאַר האָט ריק מענעלאָ און דזשיימס גריי. רעזשיסירט האָט עס דזשיימס גריי. פּראָדוצירט האָט עס דזשיימס גריי מיט דער הילף פֿון נאָך אַ דרײַ־פֿיר אַפּוטרופּוסן.
נאָכן פֿילם איז פֿאָרגעקומען אַ פֿראַגע און ענטפֿער אויסטויש. איינער, אַ ייִד, האָט געוואָלט וויסן, ווי קומט עס וואָס דער פֿילם איז באַזירט אויף אַ ייִדישער משפּחה, און נישט דווקא אַן איטאַליענישער צי אײַרישער. דער רעזשיסאָר, דזשיימס גריי, האָט עס פֿאַרענפֿערט אַזוי:
— מיר האָבן עס געוואָלט באַזירן אויף אַן אויטענטישער, נאָרמאַלער, אַמעריקאַנער משפּחה. אָבער וואָס איז אַ נאָרמאַלע, אַמעריקאַנער משפּחה?
ער האָט צוגעגעבן, אַז מיט דעם סוזשעט איז ער געווען באַקאַנט. מיט דער פּראָבלעם פֿון קינדער, וואָס וווינען מיט די עלטערן און ווערן מאַניפּולירט דורך זיי, איז ער אויך באַקאַנט. די "בײַ־פּאָלאַר"־פּראָבלעם איז אים אויך נישט פֿרעמד; און דער עיקר איז, אַז דזשיימס גריי אַליין שטאַמט אָפּ פֿון רוסישע ייִדן. ער קען זיך אויף דער פּראָבלעמאַטיק פֿונעם מאָדערנעם דור, וואָס איז אַ סך מאָל פֿאַרלוירן און קען נישט נאַוויגירן מיטן אייגענעם לעבן.
מיט איין וואָרט: איך האָב די צווייטע וואָך אין פֿעברואַר געזען דרײַ פֿילמען באַזירט אויף ייִדישע טעמעס, צווישן זיי: "דער לייענער" (The Reader), "דיפֿײַענץ" (Defiance) און איצט "די צוויי ליבהאָבער" (Two Lovers). מײַן נאַרישער שׁכל דיקטירט מיר, אַז פֿילמען און פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס נעמען אויס, ווײַל די צושויער זײַנען ס׳רובֿ ייִדן. און דאָס וואָס מיר, ייִדן, ווילן דווקא אַנטלויפֿן פֿון אונדזער ייִדישן שטאַם, בלויז אַרײַנצופֿאַלן אין אַ "טאַבולאַ ראַזאַ", וווּ עס ווייען די ווינטן מיט גאָרנישט, וועט אונדז גאָרנישט העלפֿן. אַז מ׳וועט אונדז דאַרפֿן ווען שׂינאת־ישׂראל צעפֿלאַקערט זיך, וועט מען אונדז געפֿינען. און אַזעלכע פּסיכאָ־טעראַפּיסטקעס ווי יענע שמענדריקטע, וואָס וויל נישט הערן וועגן ייִדן, וואָלט בײַ די דײַטשן שוין געוווּסט ווער זי איז.