פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די דאָזיקע געשעעניש האָט זיך אָפּגעשפּילט מיט בערך פֿופֿציק יאָר צוריק. אין דער שטאָט אין אוקראַיִנע, וווּ איך בין געוואַקסן, האָט זיך באַוויזן אַ פּאַרשוין פֿון ריגע. מיר דאַכט זיך, אַז איך געדענק אַפֿילו, ווי ער האָט אויסגעזען. אפֿשר האָט ער זיך פֿאַרגעדענקט צוליב זײַן אויסזען — עס האָט זיך געפֿילט אין אים אַ גרויסשטאָטישע, ממש אייראָפּעיִשע אָנשטענדיקייט. און זײַן ייִדיש האָט געקלונגען ליטוואַקיש, ווי בײַ ס׳רובֿ מענטשן אין מײַן אַרום. מע האָט זיך דאָך געגרויסט מיט דעם ייִדיש און זיך צוגעהערט מיט אַ שמייכל צו דעם אוקראַיִנישן ייִדיש, וואָס מע האָט גערעדט אין און אַרום דעם אַלטן מאַרק.

דער ריגער גאַסט האָט געבראַכט ווײַבערישע פֿוטערס, געמאַכט פֿון מוטאָן (mouton) — אַזוי איז דאָס וואָרט אַרײַן אין מײַן לעקסיקאָן. סײַ מײַן מאַמע סײַ אירע צוויי שוועסטער האָבן געקויפֿט אַזעלכע פֿוטערס. איך נוץ דאָ דאָס וואָרט "פֿוטער", כאָטש בײַ אונדז האָט מען עס אויף ייִדיש געוויינטלעך גערופֿן מיטן רוסישן וואָרט "שובע". און אַלע זײַנען געווען אַויפֿן זיבעטן הימל, ווײַל אַזעלכע זאַכן האָט מען אין די קראָמען קיין מאָל ניט געזען.

אָבער פּלוצעם האָט מען דערהערט, אַז דער ריגער פּאַרשוין האָט זיך אַרײַנגעפּאַקט און זיצט אין טורמע. איך ווייס שוין ניט וווּ — צי בײַ אונדז אין דער שטאָט איז עס געשען, צי דער קלאַנג איז געקומען אַזש פֿון לעטלאַנד. אַזוי צי אַזוי, האָט מען זיך איבערגעשראָקן און אין משך פֿון אַ גאַנצן ווינטער זײַנען די פֿוטערס געהאָנגען אין שאַפֿעס, באַשאָטן מיט נאַפֿטאַלין, ווײַל מע האָט מורא געהאַט, אַז דאָס באַווײַזן אין אַזאַ "שובע" האָט געקענט אַנטפּלעקן די פֿאַרבינדונג מיטן לינקן געשעפֿטמאַכער. שפּעטער האָט דער פֿוטער געדינט מײַן מאַמען אין משך פֿון פֿיר יאָרצענדליק, ביזן יאָר ווען זי האָט זיך באַזעצט אין חדרה. זי האָט געוווּסט, אַז אין ישׂראל וועט עס איר, אַ פּנים, ניט צוניץ קומען.

ווי אַזוי האָט אַ ווילד-פֿרעמדער מענטש פֿון גאָר ווײַטע מקומות געפֿונען אַ וועג צו אונדז? דורך ייִדישע פֿאַרבינדונגען, פֿאַרשטייט זיך. מע האָט דאָך געהאַלטן, אַז צווישן די "אייגענע" האָט מען געקאָנט זײַן ווייניקער פֿאָרזיכטיק. אויף די "אייגענע" האָט מען געקענט זיך פֿאַרלאָזן, בײַ די "אייגענע" פֿלעגט מען לײַען געלט און אויסבאַהאַלטן געלט. דאָס הייסט ניט, אַז אַלץ איז תּמיד געגאַנגען גוט.

מײַן שוויגער (דעמאָלט האָט זי נאָך ניט געוווּסט, אַז איר איז באַשערט געווען אַזאַ גליק — צו ווערן מײַן שוויגער) האָט געהאַט אַ שכן פֿון די ייִדן-געשעפֿטמאַכערס. האָט ער געבעטן פֿאַרבאַהאַלטן אַן אַפּותּיקא געלט, ווײַל ער האָט געפֿילט, אַז מע וועט אים אָט-אָט אַרעסטירן פֿאַר עפּעס קרומע געשעפֿטן. ווען ער איז אַרויס פֿון תּפֿיסה, אין אַ צען יאָר אַרום, איז ער געקומען נאָך די געלט, און די שוויגער האָט די ממתּקים, פֿאַרשטייט זיך, גלײַך אָפּגעגעבן — זיי זײַנען געלעגן די אַלע יאָרן בײַ איר אין אַ מין בוידעם-שטיבל. אָבער דער שכן איז פֿאַרבליבן ניט צופֿרידן, ווײַל ער האָט דערוואַרט, אַז מע וועט אים אומקערן דאָס געלט צוזאַמען מיטן אינטערעס, וואָס האָט געקענט פֿאַר אָט די יאָרן אָנוואַקסן. די דערקלערונג, אַז דאָס בוידעם-שטיבל גיט ניט קיין אינטערעס, האָט דער ייִד ניט אָנגענומען.

איך קען דערציילן נאָך אַ צאָל אַזעלכע געשיכטעס. וועגן קרובֿים און נאָענטע פֿרײַנד, וואָס האַלטן ניט אונטער קיין באַציִונגען אין עמיגראַציע, ווײַל בײַם עמיגרירן האָט עמעצער גענומען געלט צי נאָך עפּעס, און מע האָט עס מער ניט געזען. וועגן דער דאַטשע, וואָס מיר האָבן געדונגען מיט עטלעכע און צוואַנציק יאָר צוריק הינטער מאָסקווע, וווּ איין שטאָק האָט געהערט דעם ברודער, און דער צווייטער שטאָק — דער שוועסטער. בײַם צעטיילן די ריזיקע שטוב נאָך דעם טויט פֿון זייערע עלטערן האָבן זיי זיך אַזוי צעקריגט, אַז אַפֿילו מיר, די צײַטווײַליקע קוואַרטיראַנטן, האָבן די גאַנצע צײַט געפֿילט די שׂינאה.

און דאָך, הערן ניט אויף אַ סך ייִדן צו גלייבן, אַז ס׳איז אַ זיכערע זאַך — צו פֿירן געשעפֿטן מיט אַן "אייגענעם". דאָס דאָזיקע גלייבן ליגט אין יסוד פֿון דעם פֿענאָמען פֿון מיידאָף. ווי אַנדערש קען מען דערקלערן די, אין תּוך אַרײַן, אידיאָטישקייט פֿון דעם עולם, וואָס האָט אַרײַנגעלייגט אין זײַן מאַכערײַקע ביליאָנען דאָלאַרן? דער 70־יאָריקער שווינדלער וועט, כּמעט זיכער, "פֿאַרווײַלן" די פֿאַרבליבענע יאָרן זײַנע פֿאַרשפּאַרט אין אַ טורמע. מע רעדט וועגן 150 יאָר תּפֿיסה, וואָס דער געריכט קען אים געבן. מילא, ער האָט עס, אַ פּנים, כּשר פֿאַרדינט.

אָבער מיר דאַכט זיך, אַז ס׳רובֿ פֿון זײַנע קליענטן זײַנען אויך מיט אַ פּגימה. וואָס הייסט — פֿאַרלאָזן זיך אויף אַ מענטשן, ווײַל ער איז אַן "אייגענער" און זאָגט צו אַן אוטאָפּישן אינטערעס אויפֿן קאַפּיטאַל? בפֿרט נאָך, אַז די רייד גייט דאָך, דער עיקר, וועגן דערפֿאַרענע און אַפֿילו דורכגעטריבענע לײַט. יעדנפֿאַלס, האָבן זיי זיך פֿאַר אַזעלכע געהאַלטן. אָפֿט מאָל זײַנען זיי געווען אומפֿאַראַנטוואָרטלעך ניט נאָר מיט זייערע אייגענע געלטער, נאָר אויך מיט דעם וואָס אַנדערע מענטשן האָבן זיי פֿאַרטרויט. ס׳איז באַוווּסט, אַ שטייגער, אַז "אַנדערע מענטשן" קלײַבן זיך פֿירן אין געריכט דעם לאָס-אַנדזשעלעסער אונטערנעמער סטענלי טשייס (ער שרײַבט זיך Chais). מע מאָנט בײַ אים 250 מיליאָן דאָלאַר, וועלכע טשייס האָט אַרײַנגעלייגט אין מיידאָפֿס מאַכערײַקע.

עס פֿאַרדריסט, וואָס עס האָט געפּלאַצט אויך די ייִדישע פֿונדאַציע, וועלכע סטענלי טשייס און זײַן ווײַב פּאַמעלאַ האָבן געשאַפֿן אין יאָר 1985. אַ סבֿרא, אַז עס זײַנען פֿאַרשוווּנדן די 178 מיליאָן דאָלאַר, פֿון וועלכע מע פֿלעגט אין משך פֿון אַ יאָר צעטיילן אויף כּלערליי פּראָיעקטן אַרום 12 מיליאָן. דער דאָזיקער קאָלאַפּס רופֿט זיך אָפּ אין דער ייִדישער אינטעלעקטועלער וועלט, וואָס איז אָפּהענגיק פֿון צדקה.

צי וועט די דאָזיקע דערפֿאַרונג אויסלערנען דעם עולם ניט פֿאַרלאָזן זיך אויף "אייגענע מענטשן"? עפּעס בין איך אין דעם מסופּק.