Robert Cohen: Exil der frechen Frauen. Rotbuch-Verlag, Berlin 2009 |
דער נײַער ראָמאַן פֿונעם שווייצער קולטור־היסטאָריקער ראָבערט כּהן פֿאַרנעמט דעם שטח צווישן געשיכטע און בעלעטריסטיק. די צענטראַלע פֿיגורן פֿונעם בוך זײַנען דרײַ פֿרויען, וועלכע האָבן געלעבט אין סאַמע קאָכעניש פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. זיי טרעפֿן זיך אויף אַ ווײַלע אין בערלין סוף 1920ער יאָרן, און דערנאָך צעגייען זיי זיך צו פּראַווען זייער פּאָליטישן גלות אין פֿאַרשידענע עקן וועלט. איין זאַך האָבן זיי בשותּפֿות׃ אַלע דרײַ ווערן אומגעבראַכט אין 1942.
די ערשטע פֿון זיי הייסט רות רעוואַלד. זי איז געבוירן געוואָרן אין 1906 אין אַ בירגערלעכער ייִדישער משפּחה אין בערלין; שטודירט אין הײַדלבערגער אוניווערסיטעט און האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישן אַדוואָקאַט פֿון סאָציאַל־דעמאָקראַטישער אָריענטאַציע. צוליב דעם ייִדישן אָפּשטאַם און די פּאָליטישע אָנזיכטן, האָבן זיי געמוזט פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד אין 1933 און זײַנען אַריבער קיין פּאַריז. רות רעוואַלד האָט זיך קונה־שם געווען מיט אירע לינק־געשטימטע קינדער־ביכער. נאָך דעם, ווי פֿראַנקרײַך איז אָקופּירט געוואָרן דורך דײַטשלאַנד, איז זי און איר קליין טעכטערל דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ און דאָרט אומגעקומען.
דער נאַצי־רעזשים איז געווען פּעדאַנטיש ניט נאָר אין זײַנע רדיפֿות קעגן די ייִדן, נאָר אויך בײַם אָפּהיטן זייער קליין ביסל פֿאַרמעגן. ווען די "געסטאַפּאָ" איז געקומען אַרעסטירן רות רעוואַלד אין דעם פֿראַנצויזישן דאָרף אין 1942, האָט מען קאָנפֿיסקירט אַלע דאָקומענטן און כּתבֿ־ידן און זיי איבערגעשיקט קיין בערלין. ווען די סאָוועטישע אַרמיי איז אַרײַן אין בערלין, האָט מען איבערגעשיקט דעם אַרכיוו אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין 1957 האָט די סאָוועטישע מאַכט אומגעקערט די פּאַפּירן קיין מיזרח־דײַטשלאַנד. צווישן זיי האָט זיך אָפּגעזוכט דער כּתב־יד פֿון רעוואַלדס וויכטיקסטן ניט־פֿאַרעפֿנטלעכטן בוך "פֿיר שפּאַנישע ייִנגלעך", וואָס דערציילט וועגן דעם שפּאַנישן בירגער־קריג פֿונעם קינדערישן שטאַנדפּונקט. די פּריוואַטע דאָקומענטן פֿון רות רעוואַלדס אַרכיוו האָבן דערמעגלעכט ראָבערט כּהן צו שאַפֿן די קינסטלערישע געשטאַלט פֿון רות רעוואַלד אין זײַן ראָמאַן.
די צווייטע העלדין פֿון כּהנס בוך איז מאַריאַ אָסטען (1908—1942). געבוירן ווי מאַריאַ גרעסהענער אין אַ דײַטשישער פּויערישער משפּחה, האָט זי ניט באַקומען קיין סיסטעמאַטישע בילדונג. זינט איר יוגנט האָט זי זיך געפֿילט, ווי אַ פֿיש אין וואַסער, אין דער לינקער באָהעמישער סבֿיבֿה אין בערלין. זי איז געווען באַקאַנט מיט אַ סך חשובֿע קינסטלער און ליטעראַטן, צווישן זיי בערטאָלד ברעכט, קורט טוכאָלסקי, לודוויג מײַדנער. אין 1927 איז זי געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער דײַטשישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, און אין גיכן האָט זי חתונה געהאַט מיטן סאָוועטישן קינאָ־רעזשיסער יעווגעני שטשערבאַקאָוו.
מיט איר מאַן האָט מאַריאַ אָסטען באַזוכט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זיך באַקענט מיט סאָוועטישע שרײַבער, אַזעלכע ווי מאַקסים גאָרקי, איסאַק באַבעל, וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי. אין 1932 באַגעגנט זי דעם באַרימטן סאָוועטישן זשורנאַליסט מיכאַיִל קאָלצאָוו און קומט קיין מאָסקווע צו לעבן מיט אים. דאָרט באַקומט זי אַ שטעלע אין דער דײַטשישער קאָמוניסטישער צײַטשריפֿט "דאַס וואָרט". זי האָט אַדאָפּטירט צוויי קינדער פֿון קאָמוניסטישע משפּחות פֿון דײַטשלאַנד און פֿון שפּאַניע. דאָס דײַטשישע ייִנגל איז געוואָרן דער העלד פֿון איר פּראָפּאַגאַנדע־בוך פֿאַר קינדער "הובערט אינעם לאַנד פֿון נסים" (1935).
ווען קאָלצאָוו איז אַרעסטירט געוואָרן אין מאָסקווע אין 1938, איז מאַריאַ אָסטען געווען אין פּאַריז. זי איז גלײַך געקומען קיין מאָסקווע, כּדי זיך משתּדל צו זײַן פֿאַר איר געליבטן. מען האָט אויף איר געקוקט ווי אויף אַ משוגענער, און איר אַדאָפּטירטער זון, הובערט, האָט זי אַפֿילו ניט געלאָזט אויף דער שוועל פֿון זײַן דירה. זי האָט שוין מער קיין מאָל ניט געקאָנט פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווײַל זי האָט אָנגענומען די סאָוועטישע בירגערשאַפֿט. מאַריאַ אָסטען איז אַרעסטירט און באַשולדיקט געוואָרן אין שפּיאָנאַזש; זי איז דערשאָסן געוואָרן אין סאַראַטאָוו אין 1942.
די דריטע פֿרוי אין כּהנס ראָמאַן הייסט אָלגאַ בענאַריאָ (גוטמאַן, 1908—1942). זי איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה׃ איר פֿאָטער איז געווען אַן אַדוואָקאַט פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, בעת איר מוטער האָט געשטאַמט פֿון באַוואַרישער אַריסטאָקראַטיע. אָלגאַ איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿונעם קאָמוניסטישן יוגנט־אינטערנאַציאָנאַל, ווען זי איז געווען פֿופֿצן יאָר אַלט. מיט פֿינף יאָר שפּעטער, אין 1928, האָט זי געהאָלפֿן איר געליבטן, דעם קאָמוניסטישן טוער אָטאָ בראַון, צו אַנטלויפֿן פֿון מאָאַביט־תּפֿיסה אין בערלין.
דאָס פּאָרפֿאָלק איז געקומען קיין מאָסקווע, וווּ אָלגאַ האָט געאַרבעט פֿאַרן ״קאָמינטערן״ און אָרגאַניזירט די געהיימע קאָמוניסטישע אַרבעט אין אייראָפּע. אין 1934 האָט זי באַקומען די אויפֿגאַבע צו ברענגען דעם בראַזילישן קאָמוניסטישן פֿירער לויִס קאַרלאָס פּרעסטעס צוריק קיין בראַזיל. כּדי אויסצופֿירן דעם פּאַרטיייִשן שליחות האָט אָלגאַ חתונה געהאַט מיט פּרעסטעסן, צוערשט ווי אַן אָנשטעל, אָבער דערנאָך — אויף אַן אמת. נאָך דעם דורכפֿאַל פֿונעם קאָמוניסטישן אויפֿשטאַנד אין 1935 זײַנען זיי ביידע אַרעסטירט געוואָרן, און אין 1936 האָט די בראַזילישע רעגירונג איבערגעגעבן אָלגאַ אין די הענט פֿון דער "געסטאַפּאָ". זי איז אומגעבראַכט געוואָרן אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער ראַווענסברוק, אין 1942.
ראָבערט כּהן דערקלערט, אַז ער האָט אויסגעקליבן די דאָזיקע פֿרויען־געשטאַלטן, כּדי צו ווײַזן די תּקופֿה דורך די אויגן פֿון "פֿאַרמיטלער", "אינטעליגענטע און אינפֿאָרמירטע פֿרויען". זיי האָבן ניט געשפּילט קיין ערשטע ראָלעס אויף דער וועלט־בינע, וואָס איז געווען דאָמינירט דורך מאַנצבילן. אויף זײַן באַשלוס האָט משפּיע געווען די דערפֿאַרונג פֿון זײַן לעבן אין ניו־יאָרק אין די 1980ער־1990ער יאָרן, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט דער פֿעמיניסטישער טעאָריע. "יענע וויכּוחים האָבן געענדערט מײַן קוקווינקל", איז ער זיך מודה אין אַן אינטערוויו אין דער שווייצער "נײַער ציריכער צײַטונג".
כּהן האָט פֿאַרבראַכט דעם גרעסטן טייל פֿון זײַן לעבן אין פֿראַנקרײַך און אין דער שווייץ. אָבער די לעצטע, כּמעט דרײַסיק, יאָר וווינט ער אין ניו־יאָרק, וווּ ער לערנט דײַטשישע ליטעראַטור. ער איז געווען פּערזענלעך באַקאַנט מיט אייניקע מענטשן, וועלכע פֿיגורירן אין זײַן ראָמאַן, ווי למשל, בערטאָלד ברעכט. אין זײַן ראָמאַן באַשרײַבט ער די תּקופֿה, וואָס איז געקומען צום סוף מיטן אויסברוך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין דעם מאָמענט, ווען ער האָט געהאַט דעם מזל געבוירן צו ווערן אין דער נייטראַלער שווייץ.