הרבֿ סטעפֿאַן (אישטוואַן) דאַמאַן איז אַן אונגאַריש־געבוירענער רבֿ וואָס קען, חוץ אונגאַריש, אי ייִדיש, אי לשון־קודש, אי ענגליש. דערמיט אַליין איז ער אַ וואַזשנער אינפֿאָרמאַנט פֿאַרן "פֿאָרווערטס". נאָר אַ חוץ אַלעמען, איז ער אויך דער לעצטער היימיש־געבוירענער רבֿ (און בן־רבֿ, נאָך דערצו) וואָס האָט באַקומען זײַן סמיכה אין אַ מיזרח־אייראָפּעיִשער ישיבֿה נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער קען דעריבער פֿאַרבינדן דעם "בימים ההם" מיטן "בזמן הזה" פֿון ייִדן אין אונגאַרן בכלל און אין בודאַפּעסט בפֿרט. איך האָב מיט אים לעצטנס געמאַכט אַן אינטערוויו־בכּתבֿ און ער האָט מיר געענטפֿערט בפֿרטיות און דערציילט אַ שלל זאַכן וואָס וואָלטן פֿאַר אונדזער עולם זיכער געדאַרפֿט זײַן אינטערעסאַנט.
ייִדן אין אונגאַרן
אין די מאָדערנע ייִדיש־וועלטלעכע קינדערשולן אין פּוילן, צי אין אַמעריקע האָט מען מיט אונדז וועגן ייִדן אין אונגאַרן בכלל ניט געלערנט. די סיבה דערפֿאַר איז געווען אַ גאַנץ פּשוטע: די דאָרטיקע ייִדן האָבן אינעם פֿריִען 20סטן יאָרהונדערט געשמט ווי אָדער "צו פֿרום" אָדער "צו אַסימילירט" פֿאַרן מאָדערן־וועלטלעכן געשמאַק. וועגן די אַסימילירטע ייִדן אין בודאַפּעסט און אין אַנדערע גרויסע שטעט פֿון אונגאַרן, האָט אונדז שפּעטער דערציילט די גרויסע וועלט גאָר אַ סך. אַ גאַנצע פּלעיאַדע נעמען וואָס זענען אונדז גוט באַקאַנט ניט ווי ייִדן, נאָר ווי מוזיקער, שרײַבער, פּאָעטן, זשורנאַליסטן, אַקאַדעמיקער, וויסנשאַפֿטלער, פֿילאָסאָפֿן און "שטאַטסמענער", נאָר בכלל ניט ווי ייִדן, און זיי זײַנען פֿאַר אונדז געבליבן כּלא היה ולא נבֿרא. דאָס איז מערסטנס געווען ווײַל זייער קולטור־לשון איז געווען דאָס אומבאַקאַנטע און "אוממעגלעכע" אונגאַריש, וואָס איז בכלל אַן אַזיאַטיש לשון וואָס גענגיס קאַנס חיילות האָבן נאָך געבראַכט קיין אייראָפּע, און אַפֿילו ניט קיין אייראָפּעיִש לשון מלכתּחילה. וועגן דער "צוריקגעשטאַנענער" פֿרומער מאַסע האָט מען מיט אונדז דאָך אַוודאי ניט געלערנט. ס׳וואָלט דאָך געווען לויט די דעמאָלטיקע "אויפֿגעקלערטע" השׂגות אַ ביטול־זמן מיר זאָלן זיך אָפּגעבן מיט זיי, וואָס האָבן נאָך געלעבט אין אַ לאַנד וווּ קיין שמץ פֿון דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג, פֿונעם בונדיזם, פֿונעם פּועלי־ציוניזם, אָדער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און דער ייִדישער וועלטלעכקייט בכלל זענען ניט דערגאַנגען. דער פֿערטל־מיליאָניקער און פֿיל הונדערט־יאָריקער אַשכּנזיש־ייִדישער ייִשובֿ אין אונגאַרן איז פּשוט פֿאַר אונדז געווען ווי אויף יענער זײַט פֿון די הרי־חושך (צי גאָר אויף דער אַנדערער זײַט פֿון דער לבֿנה). פֿון דעם אַלעמען האָבן ביידע צדדים ("מיר" און "זיי") אַ סך פֿאַרלוירן, וואָס שייך ברייטערע ידיעות וועגן אונדזערע אייגענע, בשותפֿותדיקע אשכּנזישע ברידער און שוועסטער. לאָמיר איצט אויסנוצן די זעלטענע געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט זייערס אַ מנהיג צו וועלכן מיר האָבן כאָטש אַ שטיקל דירעקטן צוטריט.
הרבֿ אישטוואַן דאַמאַנס אָבֿות־אַבֿותנו
הרבֿ דאמאַנס גאַנצע משפּחה, אי פֿונעם טאַטנס צד, אי פֿון דער מאַמעס צד, שטאַמען פֿון אונגאַרן גופֿא (לויט אירע אויסגעברייטערטע גרענעצן פֿון דער צײַט פֿון דער עסטרײַך־אונגאַרישער מאָנאַרכיע פֿון פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה). זיי האָבן ביזן מיטן פֿונעם דור פֿון דעם עלטער־זיידע זייערן, געוווינט אין שטעט און שטעטלעך וואָס האָבן זיך געפֿונען אַ מהלך פֿון הונדערט צי מער מייל פֿון בודאַפּעסט. על־פּי דער מסורה פֿון דער דאַמאַן־משפּחה האָבן זיי נאָך דעמאָלט גערעדט "אַ שלעכטן אונגאַריש". זיי האָבן גערעדט צווישן זיך אויף זייער ייִדיש, און מיט די פּריצים — אויף דײַטשיש. זיי האָבן זיך אַלע קונה־שם געווען מיט זייער "שטרענגער" אָרטאָדאָקסישקייט און די מאַנצבילן, מיט זייער לומדות אין גמרא.
ביז אַהער, קלינגט די מעשׂה פֿון דער משפּחה־דאַמאַן זייער ענלעך אויף די אַלע משפּחה־זכרונות וואָס מיר קענען וועגן מיזרח־אייראָפּעיִשע משפּחות. אויך דאָרטן האָט אַ גרויסע צאָל ייִדן בײַם מיטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט גערעדט אַ צעקאַליעטשעטן רוסיש צי פּויליש, געמיינט אַז זיי קענען אַ ביסל בעסער דײַטשיש ווי די אַרומיקע סוחרים און קרעמער, און זיך אויסגעלעבט אויף ייִדיש (כאָטש אייניקע מאַנצבילן האָבן אויך גוט געקענט לשון־קודש). דער גרויסער חילוק צווישן זיי ביידן איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס די אונגאַרישע רעגירונג האָט אין מיטן 19טן יאָרהונדערט, אַן ערך, זיך אונטערגענומען (אין די צײַטן פֿון די זיידעס) צו אָרגאַניזירן די ייִדן אין אַ קערפּערשאַפֿט (אַ "קאָנגרעס") מיט וועלכן די רעגירונג גופֿא זאָל קענען פֿאַרהאַנדלען מכּוח אַלע ענינים וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדן (שטײַערן, וווינרעכט, בירגערשאַפֿט, שטימרעכט אאַז״וו). דעמאָלט האָט דאָס אונגאַרישע מלכות ערשט גענומען פֿאַרשטיין ווי צעקריגט און צעריסן זענען ייִדן צווישן זיך.
אָפּגעשלאָסענע וועלטן
די אָרטאָדאָקסן (וועלכע זענען שוין דעמאָלט געווען שטאַרק אונטער דער השפּעה פֿון די חסידים) האָבן בשום־אופֿן ניט געוואָלט זײַן אין איין חבֿרותא מיט די "רעפֿאָרמער", טאָמער מען וועט אפֿשר דאַרפֿן באַטראַכטן רעגירונגס־פּלענער וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדישקייט ממש, ווי למשל רעגולירן די שחיטה, אָפּשאַפֿן די "צווייטע טעג" יום־טובֿ, אײַנפֿירן וועלטלעכע דערציִונג, אָפּשאַפֿן די אָפּזונדערונג פֿון ייִנגלעך און מיידלעך אין די שילן, אאַז״וו. די אָרטאָדאָקסן האָבן חושד געווען די "רעפֿאָרמער", אַז יענע וועלן שליסן אַ יד־אַחת מיט דער רעגירונג און דערבײַ אַרויפֿצווינגען אויף די אָרטאָדאָקסן שינויים און קאָמפּראָמיסן (לויט אַ משמעות־דעמאָקראַטישער שיטה פֿון "אַחרי רבים להטות"), וואָס זענען געווען קעגן די טיפֿסטע אָרטאָדאָקסישע איבערצײַגונגען. הכּלל, די אונגאַרישע רעגירונג האָט די אָרטאָדאָקסישע אײַנגעשפּאַרטקייט ניט געקענט אײַנברעכן אָדער בײַקומען און איז, לסוף, געווען געצוווּנגען אָנצונעמען צוויי פֿאַרשיידענע אָפֿיציעלע ייִדישע קערפּערשאַפֿטן: איינע פֿאַר די "שומרי־דעת" (אָרטאָדאָקסן) און די צווייטע פֿאַר די "נעאָלאָגן" (רעפֿאָרמער). צווישן אָט די "צוויי בערג" איז אויך אויף אַ לפֿי־ערך קורצער צײַט אויפֿגעקומען אַ קליינער מיטלוועג וואָס האָט זיך אַ נאָמען געגעבן "סטאַטוס־קוואָ". יעדע פֿון אָט די שיטות האָט זיך געהאַט אירע אייגענע שילן, רבנים, אַנדערע כּלי־קודש, יאַטקעס, בית־עולמס, קינדערשולן, ראַבינער־סעמינאַרן און אַ גאַנצן קהלישן קלאַפּערגעצײַג.
וואָס איז געשטאַנען הינטער דער ווייטיקדיקער שפּאַלטונג פֿונעם אונגאַרישן ייִדנטום?
אָט די זייער ווייטיקדיקע און פֿאַרביטערטע שפּאַלטונג האָט אויך אָפּגעשפּיגלט די עקאָנאָמישע און קולטורעלע אונטערשיידן צווישן ייִדן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון לאַנד. אין צפֿון און אין מערבֿ (בשכנות מיט טשעכיע, עסטרײַך און דײַטשלאַנד) זענען גאָר אַ סך ייִדן געוואָרן "נעאָלאָגן", און אין מיזרח און אין דרום (בשכנות מיט אוקראַיִנע, פּוילן און רומעניע) זענען ייִדן ס׳רובֿ געבליבן "שומרי־דת" (דאָס הייסט, אָרטאָדאָקסן). אין סאַמע מיטן פֿון אָט דער גאַנצער סאַמעטאָכע זענען די דאַמאַנס אַריבער קיין בודאַפּעסט און דאָרטן מיט דער צײַט געוואָרן נעאָלאָגן. כאָטש דער טאַטע זײַנער איז שפּעטער צו געוואָרן בײַ די נעאָלאָגן אַ רבֿ, האָט ער דעם זון, אישטוואַן, פֿאָרט געשיקט אויף מיזרח, זיך צו לערנען אין די דאָרטיקע ישיבֿות, כּדי אויך צו קענען מיט דער צײַט פֿאַררעכנט ווערן ווי אַ תּלמיד־חכם, ווי עס זענען שוין געווען פֿאַררעכנט די פֿריִערדיקע דורות פֿון דער דאַמאַן־משפּחה.
וואָס איז די סמיכת־הפּרשה צווישן זײַן אַ נעאָלאָגישער רבֿ און דאָס שיקן דעם זון זיך לערנען אין אַ ישיבֿה אין מיזרח־אונגאַרן?
ווי קומט דער זון פֿון אַן אונגאַרישן נעאָלאָגישן רבֿ גאָר צו ווערן אַ תּלמיד אין אַ פֿרומער ישיבֿה אין מיזרח־אונגאַרן? איז דער ענטפֿער, אַז די נעאָלאָגישקייט אין אונגאַרן איז מלכתּחילה געווען אַ סך מער וואַריִיִרט ווי די רעפֿאָרם־באַוועגונג אין דײַטשלאַנד און אַז זי איז אַפֿילו געוואָרן נאָך מער וואַריִיִרט מיט די צײַט, ווען די "סטאַטוס־קוואָ"־אָנהענגער האָבן זיך גענומען ביסלעכווײַז פֿאַראייניקן מיט דער "נעאָלאָגן". די אונגאַרישע "נעאָלאָגן" זענען סוף־כּל־סוף (מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט שפּעטער) געוואָרן אַ צווײַג פֿון דער "קאָנסערוואַטיווער" באַוועגונג אין אמעריקע, עד־כּדי־כּך אַז די דאָקטאָראַנטן פֿונעם "נעאָלאָגישן ראַבינער־סעמינאַר" אין בודאַפּעסט זענען גילטיק בלויז ווען זיי ווערן אָנערקענט און באַשטעטיקט דורכן "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" דאָ אין ניו־יאָרק. נאָר מסתּמא אַפֿילו נאָך וויכטיקער ווי די וואַקסנדיקע אָרגאַניזאַציאָנעלע קרובֿישאַפֿט צווישן אָט די צוויי באַוועגונגען אויף ביידע זײַטן פֿונעם אַטלאַנטיק וואָס שייך אישטוואַן דאַמאַנס ישיבֿה־בילדונג, איז געווען די השפּעה פֿון דעם שטענדיקן טיף־טראַדיציאָנעלן מהות פֿון דער דאַמאַן־היים און משפּחה אַליין. די מאַמע זײַנע האָט געשמט אין בודאַפּעסט מיטן היטן אַזוי שטרענג כּשרות "אַז אַפֿילו דער ליובאַוויטשער רבי וואָלט געווען געקענט עסן פֿון איר טיש עפּעס וואָס זי האָט אָפּגעקאָכט". דער טאַטע זײַנער איז געבליבן אַ שטרענגער שומר־שבת און מיצוות אַלע טעג פֿון זײַן לעבן און פֿון זײַן דינען אין בודאַפּעסט ווי אַ רבֿ אין דער נעאָלאָגישער "פּאַוואַ"־שיל. דאָרטן האָבן פֿיר פֿישמאַנס, צוזאַמען מיט אישטוואַן דאַמאַנס שוויגער (מײַן געלעס אַ שוועסטערקינד) בײַגעוווינט און זיך באַטייליקט אין די יום־כּיפּורדיקע תּפֿילות אין 1972. דאָס דאַווענען איז דעמאָלט באַשטאַנען פֿון אַ געמיש פֿון “קאָנסערוואַטיווע" און "נעאָלאָגישע" שטריכן וואָס זענען שוין געווען ווײַט און ברייט אָנגענומען בײַם "נעאָלאָגישן" עולם אין גאַנץ אונגאַרן. דאָס דאַווענען יענעם טאָג איז געווען אין גאַנצן אויף לשון־קודש, פֿון אַ געוויינטלעכן אָרטאָדאָקסישן מחזור (און מען האָט דערבײַ גאָרניט ניט איבערגעהיפּערט), נאָר מענער און פֿרויען זענען געזעסן צוזאַמען (ווען זיי אַליין האָבן דאָס געוואָלט), אַן אָרגל האָט געשפּילט און אַ געמישטער כאָר האָט אונטערגעהאָלפֿן דעם חזן. דער רבֿ, פֿאַרשטייט זיך, האָט געדרשנט נאָר אויף אונגאַריש פֿאַרן גרויסן עולם, וואָס אַ סך פֿון זיי זענען אויך יענעם טאָג געגאַנגען צו און געקומען פֿון דער אַרבעט מיט די טעקעס אין די הענט. די מענער האָבן מיר אויסגעזען צו קענען דאַווענען אויף לשון־קודש ניט ערגער ווי ס׳דאַווענען ס’רובֿ פּשוטע ייִדן וואָס זיצן אַרום מיר אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער שיל אין ריווערדייל (די בראָנקס), און וואָס האָבן בדרך־כּלל באַקומען קינדווײַז ניט מער ווי אַ תּלמוד־תּורה־דערציִונג (און אַ מאָל דאָס אויך ניט). מיר האָבן זיך גוט אויסגעוויינט, ווי יעדן יום־כּיפּור, דער עיקר צוליב דער דערפֿאַרונג פֿון זײַן צוזאַמען מיט משפּחה מיט וועמען מיר האָבן ניט פֿאַרמאָגט קיין שום בשותּפֿותדיק לשון. דער יונגער הרבֿ דאַמאַן האָט שוין דעמאָלט אַליין אָנגעפֿירט מיטן דאַווענען אין אַן אַנדער שטאָט ווײַט פֿון בודאַפּעסט (סעגעד, וווּ ס’שטייט, ווי אַ זכר־לחורבן, "די גרעסטע שיל אין אייראָפּע") און האָט דעריבער מיט אונדז ניט געקענט זײַן כּדי פֿאַר אונדז צו איבערזעצן אויף און פֿון אונגאַריש. הכּלל, מיר האָבן גערעדט איינער מיטן צווייטן מיט די אויגן, מיט די הענט און מיט די פּלייצעס און דערפֿילט די ביטערקייט פֿון ניט רעדן מיט ברידער־ייִדן ניט אויף ייִדיש און אַפֿילו ניט אויף ענגליש. נאָר "אַ האַרץ פֿילט אַ האַרץ" און מיט די קרובֿים האָבן מיר זיך יענעם טאָג ווי ס׳ניט איז געגעבן אַן עצה. נאָר אָט די זעלבע אָפּגעשלאָסנקייט האָט דערפֿירט צו דער איזאָלירטקייט פֿון אונגאַרישע ייִדן נאָך אין דער צײַט פֿון פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווײַל אַפֿילו זייער ייִדיש (בײַם מיעוט וואָס האָבן עס נאָך ביז דעמאָלט אויפֿגעהיט) איז דאָך אויך געווען אַ וואַריאַנט פֿון מערבֿ־ייִדיש, וואָס פֿאַר די רעדערס פֿון אונדזער מיזרח־ייִדיש האָט עס געקלונגען פֿרעמד און אַפֿילו משונהדיק.
ייִדיש און די אונגאַרישע ייִדן
ניט אינעם פֿאַר־מלחמהדיקן און ניט אינעם צווישן־מלחמהדיקן אונגאַרן האָט זיך ניט אַנטוויקלט קיין שום פֿאָלקס־באַוועגונג אין שײַכות מיטן מאָדערנעם ייִדיש בכלל. ווען מרדכי שעכטער ז"ל האָט אינטערוויויִרט (און רעקאָרדירט) מײַן שוויגער, רייזל דויטש (שווייד) ז"ל, אין שײַכות מיט אוריאל ווײַנרײַכס באַרימטן "אַטלאַס פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום", האָט ער אין איר באָנהאַדזשער ייִדיש געפֿונען ווערבאַלע פֿאָרמעס וואָס זענען נאָך קיין מאָל פֿריִער ניט פֿאַרצייכנט געוואָרן. ער האָט זיי אָנגענומען ווי לעבעדיקע איבערבלײַבן פֿון אַ פֿאַרצײַטישן, פֿאַרגעסענעם און ס’רובֿ פֿאַרלוירענעם גערעדטן מערבֿ־ייִדיש וואָס מען האָט בלויז "געוווּסט", אַז אַזוינס האָט געמוזט אַ מאָל ערגעץ עקזיסטירן, נאָר פֿון קיין לעבעדיקן אינפֿאָרמאַנט האָט מען ביז דעמאָלט זיי ניט אויפֿגענומען. טאַקע צוליב דעם איז זי אין אַמעריקע, וווּ זי האָט זיך געטראָפֿן מיט איר מאַנס גרויסער וואַרשעווער משפּחה, אַזוי אויסגעלאַכט געוואָרן אַז זי האָט פּשוט אויפֿגעהערט גלייבן אַז זי רעדט בכלל ייִדיש. ביסלעכווײַז האָבן געלע, איך און מרדכי שעכטער בײַ איר אַנטוויקלט אַ ביסל זיכערקייט אַז דאָס וואָס זי רעדט (ווען זי באַמיט זיך) איז פֿאָרט אַ מין ייִדיש און אַפֿילו אַ מין וואָס "מאָדערנע פּראָפֿעסאָרן" האַלטן אַז ס׳גאָר וויכטיק און אינטערעסאַנט. מען איז שפּעטער אַפֿילו געקומען אַזש פֿון דײַטשלאַנד איר צו אינטערוויויִרן פֿאַרן גערמאַנישן שפּראַך־אַרכיוו, וווּ עס ליגן אויך אַנדערע זעלטענע רעשטן פֿון מערבֿ־ייִדיש.
מײַן שוויגערס ייִדיש איז כאָטש "אין דער היים", ווען זי האָט נאָך געלעבט אין איר שטעטל באָנהאַדז (אַ ייִשובֿ וואָס האָט געשעמט אין גאַנץ מערבֿ־אונגאַרן מיט זײַן ישיבֿה, מיט זײַן באַרימטן רבֿ, און מיט זײַן גאָר שטרענגער פֿרומקייט) געווען אַ ייִדיש וואָס עס האָבן נאָך גערעדט קינד־און־קייט, נאָר עס איז שוין אַפֿילו דעמאָלט געווען דער לעצטער דור פֿון יענעם מין. אין בודאַפּעסט, וווּהין יענע ייִדן האָבן ביסלעכווײַז אויסגעוואַנדערט, האָבן זיי זיך שוין באַגעגנט מיטן חוזק פֿון אַלע אַרויפֿגעאַרבעטע ייִדן וואָס האָבן שוין לאַנג, לאַנג, קיין ייִדיש ניט גערעדט און געשריבן. בײַ זיי האָט מען גערעדט אָדער אַ מין ייִדישן “Hochdeutsch" (וואָס פּאַול וועקסלער האָט אין זײַנס אַ באַרימטן אַרטיקל אָנגערופֿן (Ashkenazi German), אָדער אַ היפּערפּרעציזן אונגאַריש (וואָס מען האָט אין בודאַפּעסט אויך געקענט געפֿינען בלויז אין די אַריסטאָקראַטישסטע ייִדישע קרײַזן). דעם בודאַפּעסטער צוגאַנג צום אייגענעם "פּשוטן ייִדיש" באַשרײַבט אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע דער פֿאַרדינסטפֿולער פֿאָלקלאָריסט רפֿאל פֿאַטאַמי. ער האָט איין מאָל אין זײַן באָבעס בײַזײַן, אין זייער גראַנדיעזער בודאַפּעסטער דירה, אַרויסגעלאָזט פֿון מויל בלויז איין אומשולדיק וואָרט אויף אונגאַריש־ייִדיש (דאַכט זיך, אַז "פֿרום") און די באָבע האָט אין אַן אויגנבליק אים געסטראַשעט, אַז אויב ער וועט זיך נאָך איין מאָל דערלויבן אַ ייִדיש וואָרט אין איר בײַזײַן וועט זי אים אין איר הויז בכלל מער ניט אַרײַנלאָזן! אין אַזאַ סבֿיבֿה איז דעריבער נאָך אַ שטיקל נס וואָס אישטוואַן דאַמאַן האָט זיך אויסגעלערנט דעם מיזרח־ייִדיש, און דאָס האָט ער צו פֿאַרדאַנקען דער ישיבֿה אין מיזרח־אונגאַרן, וווּ דער טאַטע האָט אים ייִנגלווײַז געשיקט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, כּדי ער זאָל זיך מיט התמדה לערנען גמרא ניט צווישן זיי. די אַמעריקאַנער שיטה פֿון "מאָדערנער אָרטאָדאָקסישקייט" איז נאָך קיין אונגאַרן כּמעט ווי ניט דערגאַנגען און די שטאַרק פֿאַרקלענערטע אָרטאָדאָקסיע איז דאָרטן נאָך געבליבן גאָר שטאַרק פֿרום, בנוסח אונגאַרן פֿון די צײַטן פֿון פֿאַר דער טרויעריק־באַרימטער שפּאַלטונג.
לויט הרבֿ דאַמאַנען געפֿינט זיך ייִדיש אין גאָר אַ שוואַכן מצבֿ אין איצטיקן אונגאַרן. עס געפֿינט זיך דאָרטן בכלל נאָר אין צוויי מער־ווייניקער ניט־נאַטירלעכע קאָנטעקסטן וואָס שייך אַ רעדשפּראַך. ערשטנס, אין בודאַפּעסטער אוניווערסיטעט, וווּ די אינסטרוקטאָרין איז אַ גיורת וואָס האָט זיך אומגעקערט פֿון ישׂראל. דאָרטן האָט זי זיך אויסגעלערנט דאָס לשון און לערנט דערווײַל מיט אַ קליינער צאָל תּלמידים. אויך אין דער הויפּט־אָרטאָדאָקסישער שיל אין בודאַפּעסט הערט מען יעדע וואָך פֿון אַ ישׂראלדיקן רבֿ אַ דרשה אויף ייִדיש, כאָטש זייער ווייניק מתפּללים פֿאַרשטייען דאָס וואָס ער רעדט צו זיי. דער מינהג פֿון דרשענען אויף ייִדיש אין די אָרטאָדאָקסישע שילן שטאַמט נאָך פֿונעם באַרימטן חתם סופֿרס (חת״ס) צײַטן (פֿון מיטן 19טן יאָרהונדערט, בעתן סאַמע ברען פֿונעם וויכּוח מיט די נעאָלאָגן), ווען ס׳איז אָנגענומען געוואָרן די שטרענגע תּקנה, אַז אין אַ שיל וווּ דער רבֿ דרשנט ניט אויף ייִדיש איז אָסור פֿאַר אַ פֿרומען ייִדן צו דאַווענען. קיין גרויסן אינטערעס אין ייִדיש מערקט זיך ניט אין יעדן פֿאַל און אַפֿילו די עטלעכע סטודענטן וואָס לערנען זיך אויס דאָס לשון טוען דאָס, אין הרבֿ דאַמאַנס מיינונג, כּדי אויסצונעמען דערמיט בעת וויזיטן אין אויסלאַנד (פּוילן, פֿראַנקרײַך, אַמעריקע אאַז״וו). ווען זיי קומען צוריק קיין אונגאַרן פֿון זייערע נסיעות דאַרפֿן זיי דאָס מער ניט.
דער הויכפּונקט פֿון ייִדיש אין אונגאַרן איז געקומען, לויט הרבֿ דאַמאַנען, פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. דעמאָלט האָבן די ייִדן פֿון דער "פּראָווינץ" נאָך אַלע גערעדט אויף ייִדיש. פֿרויען האָבן אָבער שוין דעמאָלט אָנגעהויבן רעדן אונגאַריש אויך. די ייִנגלעך האָט מען צו 14 יאָר אַוועקגעשיקט זיך לערנען אין די ישיבֿות אויף מיזרח צו, האָט זיך זייער ייִדיש אויפֿגעהיט, ווי ס’ניט איז, נאָר זינט 1867 האָט די רעגירונג גענומען פֿאָדערן אַז מיידלעך זאָלן אויך קריגן אַ דערציִונג. קיין בית־יעקבֿ־שולן זענען דאָרטן ניט געווען. די מיידלעך האָבן אין די רעגירונגס־שולן זיך געלערנט לייענען, שרײַבן און, פֿאַרשטייט זיך, רעדן אויף אונגאַריש. זייער אונגאַריש האָט אָנגעהאַלטן מיט אַלע מאָדערנע אַספּעקטן און טעמעס פֿונעם אַרומיקן לעבן, בעת זייער ייִדיש איז ביסלעכווײַז געוואָרן אָרעמער און פֿאַרעלעטערט. פּשוטע ייִדן האָבן ווײַטער גערעדט צווישן זיך אויף ייִדיש, נאָר געשריבן האָבן ס׳רובֿ אויף לשון־קודש (אויסער אין אייניקע ישיבֿות וווּ מען האָט מיט די ייִנגלעך שוין גענומען לערנען שרײַבן אויף אַ מאָדערנעם העברעיִש). דאָס געשריבענע וואָרט אויף ייִדיש און די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור בכלל זענען קיין מאָל קיין אונגאַרן כּמעט ווי ניט דערגאַנגען, ניט בעת דער בליצײַט פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור און ניט עד־היום. ווען הרבֿ דאַמען איז געקומען צו גאַסט אין געלעס אַ ייִדישקלאַס אין סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט אין די 1980ער יאָרן, האָט ער זיך זייער געחידושט וואָס אַמעריקאַנער ייִדישע יונגע־לײַט האָבן אַן אינטערעס אין ייִדיש. "צוליב וואָס לערנט מען זיך הײַנט ייִדיש?" האָט ער פֿאַרחידושט געפֿרעגט. די סטודענטן האָבן פּרובירט אים דאָס צו געבן צו פֿאַרשטיין, ווער מיט פּערזענלעך־משפּחהדיקע סיבות, ווער מיט פּראָפֿעסיאָנעלע ליטעראַטור־ צי געשיכטע־פֿאָרשערישע סיבות, נאָר זיי זענען פֿאַר אים געווען שווער צו פֿאַרשטיין און אָנצונעמען. זײַן גאַנצע לעבנס־דערפֿאַרונג האָט אים דערצו ניט צוגעגרייט. דאָס איז ווידער אַ מאָל אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דער אָפּגעשלאָסנקייט פֿונעם אונגאַרישן ייִדנטום בדרך־כּלל, אין משך פֿון אַ סך הונדערטער יאָרן, פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע און אין די אימיגראַציע־לענדער וווּהין אָפּשטאַמיקע פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן אויף ייִדיש געשאַפֿן אַ דויערנדיקן צוטראָג צום ייִדישן לעבן, אַ צוטראָג וואָס וועט נאָך וואַרעמען און האָדעווען ייִדישע הערצער און מוחות אויף דור־דורות.
הרבֿ דאַמאַנס ראָלע אינעם הווה פֿונעם אונגאַרישן ייִדנטום
הרבֿ דאַמאַן איז ניט נאָר אַ רבֿ אין אַ נעאָלאָגישער שיל און אַ פּראָפֿעסאָר פֿון תּלמוד און פֿון נבֿיאים־אַחרונים אינעם נעאָלאָגישן טעאָלאָגישן סעמינאַר / ייִדישן אוניווערסיטעט, דער עיקר, אָבער, איז ער באַקאַנט, אי אין אונגאַרן, אי אין די אונגאַריש־ייִדישע תּפֿוצות איבער דער וועלט, מיט זײַנע ביכער וועגן ייִדן אין אונגאַרן און וועגן די ייִדישע קלאַסישע ווערק. פּונקט איצט איז ער פֿאַרנומען בײַם שרײַבן אַ בוך וועגן די ברוקלינער אונגאַרישע חסידים, צווישן וועלכע ער האָט געלעבט אַ קנאַפּן יאָרצענדליק (1956—1964). ער האָט אויך באַשריבן די אַמאָליקע אונגאַרישע ישיבֿות אין די יאָרן 1937—1941, ווען ער איז אין פֿיר פֿון זיי געווען אַ תּלמיד (אין גאַלאַנטאַ, ווערפֿעלעט, בודשזענטמיהאַלי און אין טאָב), דאָס לעבן פֿון זײַן פֿאָטער (“דער מאַטראָס פֿונעם ים־התּלמוד"), די יאָרן פֿונעם חורבן און פֿונעם קאָמוניזם, און, לעצטנס, אַ זאַמלונג טעקסטן פֿונעם תּלמוד מיט רש״ין. אָט די זאַמלונג איז גאָר לעצטנס דערשינען אין אַ צווייטער און פֿאַרגרעסערטער אויפֿלאַגע (אויך מיט אַ הוספֿה "וועגן קריסטנטום אינעם תּלמוד"). הרבֿ דאַמאַן איז אַ מאמין אין אַ ייִדישער צוקונפֿט אין אונגאַרן, ווײַל די דאָרטיקע ייִדישע יוגנט ווערט מער און מער צוגעצויגן צו ייִדישקייט, קומט ביסלעכווײַז צוריק אין שיל אַרײַן, און ווערט אַפֿילו פֿרימער (אָפּגעהיטענער) אויך. ער איז זיך אָבער מודה אַז דער אַנטיסעמיטיזם וואַקסט דאָרטן אויך. ייִדן זענען ווידער קאָנצענטרירט אין די רעגירונגס־פּאָסטנס און אין אַנדערע גוטע פּאָסטנס איבערן לאַנד און בפֿרט אין דער הויפּטשטאָט, "ווי אין די אַלטע, גוטע קאָמוניסטישע יאָרן". אָבער ניט געקוקט אויף דעם, איז דער רבֿ מבֿטיח, אַז "נצח־ישׂראל לא ישקר!" בלײַבט אונדז נאָר צוצוּווינטשן אַז מיטן ווידער אָננעמען זייער גירסא־דינקותא וועט זיך נאָך אומקערן צו די אונגאַרישע ייִדן אויך זייער אַמאָליקע ייִדיש־עקשנות. אויב ייִדישקייט קען נאָך וואַקסן און בליִען אין אונגאַרן, קען נאָך ייִדיש אויך באַנײַט ווערן און אַרויסגעבן פֿון זיך פֿרישע פֿרוכט, גאָר אַ סך פֿרישערע ווי די וואָס מערסטע נעאָלאָגישע ייִדן געדענקען נאָך אפֿשר פֿון אַ מאָל, אַ מאָל. ס׳שטייט דאָך פֿאָרט געשריבן "עוד ינובֿון בשׂיבה" (זיי וועלן נאָך בליִען אין זייער עלטער!).