|
קאַפּעליע "Klezmer Madness!" |
|
עס איז גאַנץ פּאַסיק אָנצוהייבן די נײַע רובריק וועגן דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק מיט אַ רעצענזיע פֿון אַן אַמביציעזן קאָנצערט, וואָס דער מײַסטער קלעזמער־קלאַרנעטיסט, דוד קראַקאַוער, האָט אָרגאַניזירט דעם 9טן אַפּריל, אין "קאַרנעגי־האָל", ניו־יאָרק. פּאַסיק, ווײַל דער קאָנצערט האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון די גרעסטע נעמען אין דער אַזוי־גערופֿענער "קלעזמער־אויפֿלעבונג" אָדער קלעזמער־רענעסאַנס. דעריבער קען מען באַטראַכטן די אונטערנעמונג ווי אַ מין חשבון־הנפֿש פֿון דער מוזיק, און אַ טראַכט טאָן — ווי האַלט עס איצט און וווּהין גייט מען ווײַטער?
דער "קאַרנעגי־האָל"־זאַל האָט זיך אָנגעפֿילט מיט אַ געמישטן עולם — סײַ קלעזמער־ענטוזיאַסטן, וועלכע מע זעט אויף כּלערליי ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן, סײַ עלטערע פּאַטראָנען פֿון "קאַרנעגי־האָל", וואָס האָבן מסתּמא קיין מאָל נישט געהערט קיין קלעזמער־מוזיק. די גאַנצע וועלט האָט געהערט פֿון "קאַרנעגי־האָל", אָבער נישט געקוקט אויף דעם פֿאַרדינטן שם, ווײַזט נישט אַרויס דער זאַל קיין שום רחמנות אויף מוזיקאַלישע גרופּעס, וואָס זענען קלענער פֿון סימפֿאָניע־אָרקעסטערס. די בינע איז ברייט און טיף און אַ קאַפּעליע פֿון פֿיר אָדער פֿינף מענטשן ווערט פֿאַרלוירן אינעם אויסשפּרייט. דער קלאַנג פֿון קלענערע גרופּעס לײַדט אויך אין אַזאַ חלל, און די מוזיק באַקומט אָפֿט אַ פּוסטן כאַראַקטער, אָן קיין סך לעבעדיקייט.
אין דער צוגעטיילטער געדרוקטער פּראָגראַם האָט דוד קראַקאַוער געשריבן אַ קורצן עסיי — "אַ קלעזמער אינעם 21סטן יאָרהונדערט" אין וועלכן ער דריקט אויס זײַן התפּעלות — "די צײַט איז אַ גוואַלדיק אינטערעסאַנטע צו שפּילן קלעזמער־מוזיק צוליב פֿאַרשיידענע טעמים: עס פֿאַרשפּרייט זיך אַ טיפֿערער באַוווּסטזײַן בײַ ייִדן; אין אייראָפּע באַטראַכט מען די קולטור וואָס איז חרובֿ געוואָרן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה; דער וווּנדערלעכער פֿאַרכאַפּנידיקער "וועלט־ריטעם"־פֿענאָמען זעט מען אומעטום; דאָס טאַנצן האָט זיך אָנגעכאַפּט צו דער קלעזמער־מוזיק. דער אמת איז, אַז די קלעזמער־מוזיק האָט דורכגעמאַכט צוויי רענעסאַנסן זינט די 1970ער יאָרן און איך האַלט, אַז מיר געפֿינען זיך הײַנט אין אַ גאָר שאַפֿערישער נאָך־אויפֿלעבונג־תּקופֿה."
און מיט דער "שאַפֿערישקייט" מיינט קראַקאַוער צו זאָגן, אַז די נײַע מוזיקער שפּילן מיט אַ "פֿרײַהייט" און "שפּילעוודיקייט" כּלפּי דער קלעזמער־טראַדיציע, וואָס דער ערשטער דור פֿונעם קלעזמער־אויפֿלעב האָט זיך נישט געקענט פֿאַרגינען.
דוד קראַקאַוער איז אַ קאָנסערוואַטאָריע־אויסגעשולטער קלאַרנעטיסט, וועלכער האָט זיך קונה־שם געווען אין דער קלאַסישער וועלט, איידער ער איז צוגעשטאַנען צו דער קלעזמער־מוזיק. קלאַסישע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן בפֿירוש געשאַפֿן ווערק פֿאַר אים. ווען ער איז אַרײַנגעטראָטן אין דער קלעזמער־וועלט צום ערשטן מאָל, איז עס געווען מיטן רעכטן פֿוס — ער איז געוואָרן דער קלאַרנעטיסט פֿון די "קלעזמאַטיקס", אַ גרופּע וואָס האָט אין גיכן פֿאַרנומען דעם אויבן־אָן. נאָך זײַנע "קעסט"־יאָרן מיט זיי האָט ער געשאַפֿן זײַן אייגענע קאַפּעליע "Klezmer Madness!" (קלעזמער־משוגעת). קראַקאַוער שפּילט אויף זײַן קלאַרנעט אין אַ נישט־קלאַסישן סטיל, און האָט זיך דערנענטערט צום סטיל פֿון דער "פֿרײַער דזשעז־מוזיק". דאָס דריקט זיך אויס אין די געוואַלדעס און געשרייען פֿון זײַן אינסטרומענט. "קלעזמער־משוגעת" האָט געמאַכט דעם בעסטן רושם פֿון אַלע בײַם "קאַרנעגי־האָל"־קאָנצערט מיט זייער קאָאָרדינירטן ענטוזיאַזם און נאָוואַטאָרישקייט, וואָס האָט, צו מאָל, געקלונגען נאָענט צו "ראָק און ראָל".
אין אַלגעמיין האָט מען געמעגט באַטראַכטן דעם קאָנצערט מער ווי אַ ווידערטרעף פֿון אָנפֿירנדיקע קאַפּעליעס פֿון די 1980ער און 1990ער יאָרן, אַ תּמצית פֿונעם בעסטן און שענסטן פֿונעם סוף 20סטן יאָרהונדערט, און נישט ווי אַ מוסטער פֿון דער קלעזמער־מוזיק אין דער צוקונפֿט. למשל, "בראַווע אַלטע וועלט", אַ "סופּער־גרופּע" מיט מיישקע אַלפּערט, אַלען בערן, קורט ביאָרלינג און סטו בראָטמאַן, האָט געשפּילט פּונקט ווי מיט צען יאָר צוריק און דאָס איז אַוודאי נישט קיין חסרון, ווײַל די קוואַליטעט איז זייער אַ הויכע, אָבער קיין נײַע קלאַנגען האָט מען נישט געהערט.
לויט די לעצטע שמועות "אויף דער גאַס", האַלט זיך "בראַווע אַלטע וועלט" בײַם צעגיין זיך. איין גרופּע וואָס איז זיך שוין לאַנג צעגאַנגען, די פֿרויען־גרופּע "מיקווה", האָט זיך צוזאַמענגענומען נאָר לכּבֿוד דעם קאָנצערט. "מיקווה" איז אויך געווען אַ "סופּער"־גרופּע מיט דער פֿידלערין אַלישאַ סוויגאַלס, זינגערין אַדריאַן קופּער, פּיאַניסט מאַרילין לערנער און אַקאָרדיאָניסטין לאָרען בראָדי, נאָר זיי האָבן אויך נישט אַנטפּלעקט עפּעס נײַעס בײַ דער געלעגנהייט.
פֿון דעסטוועגן, האָט מען דערשפּירט נײַע ריכטונגען אין דער מוזיק בײַם קאָנצערט. די "קלעזמאַטיקס" שאַפֿן הײַנט לידער מיט מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע מעלאָדיעס, אָבער מיט ענגלישע ווערטער. ניצנדיק די ווערטער פֿונעם אַמעריקאַנער טרובאַדור וווּדי גאָטרי, האָט די גרופּע פֿאַרדינט דעם חשובֿסטן מוזיקאַלישן פּריז — אַ "גראַמי"־אויסצייכענונג. גאָטריס ווערטער האָבן כּמעט ווי נישט קיין שײַכות צו ייִדן, אָבער די מוזיק גיט צו צו די ווערטער אַ ייִדישן קנייטש. אין "קאַרנעגי־האָל" האָט די גרופּע, וואָס באַשטייט אויך פֿון "שטערן", ווי דער זינגער לאָרין סקלאַמבערג און טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, געשפּילט סײַ פֿון זייער עלטערן רעפּערטואַר אויף ייִדיש, סײַ די נײַערע לידער אויף ענגליש.
דער היפּ־האָפּ־קלעזמער מוזיקער, דזשאַש דאָלגין, בעסער באַקאַנט ווי "Socalled" (דער "אַזוי־גערופֿענער") האָט אײַנגעפֿירט, איינער אַליין, אַ נײַעם וועג אין דער קלעזמער־מוזיק. אַ מאָנטרעאָל-געבוירענער, האָט ער זיך פֿאַרליבט אין אַלטע ייִדישע רעקאָרדירונגען, אַפֿילו די פֿון "קיטש" און זיי אַרײַנגענומען אין זײַנע קאָמפּאָזיציעס. אויף דער בינע שפּילט ער שטיקלעך פֿון די אַלטע רעקאָרדירונגען און קאָמבינירט זיי מיט היפּ־האָפּ־ריטמען; אַ מאָל זינגט ער צו אַ ליד אויך. ווען ער האָט געזונגען דאָס אַלטע אַמעריקאַנער טעאַטער־ליד "איך בין אַ באָרדער בײַ מײַן ווײַב" מיט אַ היפּ־האָפּישן הינטערגרונט האָט די יוגנט אין זאַל געוואָלט גיין אַ טענצל. דער עלטערער דור אין "קאַרנעגי־האָל" האָט נישט געוווּסט מיט וואָס מע עסט דאָס; דער ייִנגערער דור, אָבער, האָט די קלאַנגען פֿאַרשלונגען.
מיט אַכט יאָר צוריק האָבן לאָרין סקלאַמבערג און פֿרענק לאָנדאָן צוזאַמענגעאַרבעט אויף צוויי רעקאָרדירונגען — "ניגונים" און "זמירות" — נײַע אויסטײַטשונגען פֿון חסידישן רעפּערטואַר פֿאַר אַ נישט־חסידישן עולם. מיט סקלאַמבערגס אייגנאַרטיקן טענאָר, לאָנדאָנס אַראַנזשירונגען און ראַב שווימער בײַ דער פּיאַנע, האָבן די פּראָיעקטן געפֿונען אַ גרייטן עולם בײַם "קאַרנעגי־האָל־קאָנצערט". די "נעאָ־חסידישע" באַוועגונג וואָס וויל צעשפּרייטן פֿאַר וועלטלעכע דעם חסידישן ברען אין דער טראַדיציע פֿון י. ל. פּרץ, האָט אַנדערע "חסידים" צווישן די מוזיקער, ווי "סרולי און ליסאַ" און מיישקע אַלפּערט וואָס פֿירן אָן מיטן "זינגנעדיקן טיש"; ישׂשׂכר וואַרשאַוער און דבֿורה שטראַוס; און דזשאָיִ ווײַסנבערג.
כאָטש דער "קאַרנעגי־האָל"־קאָנצערט האָט, נישט וועלנדיק, געשטעלט דעם טראָפּ אויפֿן נעכטן פֿון קלעזמער־מוזיק, האָבן זיך באַוויזן, דאָ און דאָרט, די נײַע מוזיקאַלישע שפּראָצן און אין ווײַטערדיקע אַרטיקלען פֿון דער רובריק וועלן מיר נעענטער באַטראַכטן ווער, וואָס און ווען לגבי דער מוזיק.