געשיכטע, קונסט
ליזעלאָטע גזשעבינע, זעלבסט־פּאָרטרעט, 1933
ליזעלאָטע גזשעבינע, זעלבסט־פּאָרטרעט, 1933
The Israel Museum, Jerusalem

די קורצע תּקופֿה פֿון דער ווײַמאַרער רעפּובליק אין דער דײַטשישער געשיכטע, וואָס האָט געדויערט קנאַפּע פֿופֿצן יאָר — צווישן דעם סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין 1918, ביז היטלערס אָנקומען צו דער מאַכט, אין 1933 — איז געווען די בלי־צײַט פֿון דער מאָדערנער קונסט. זי האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע ירושה אין פֿאַרשידענע געביטן. אַ בולטע ראָלע האָבן אינעם דאָזיקן קולטורעלן אויפֿלעב געשפּילט די ייִדישע פֿרויען. זייער בײַטראָג איז געווען באַזונדערס חשובֿ אין די נײַע שעפֿערישע געביטן, אַזעלכע ווי די פֿאָטאָגראַפֿישע קונסט. דער טעכנישער פּראָגרעס האָט געשאַפֿן אַ נײַע כּלי, די פּאָרטאַטיווע פֿאָטאָ־קאַמערע, וואָס מען האָט געקאָנט טראָגן מיט זיך אומעטום און מאַכן בילדער כּמעט אין אַלע סיטואַציעס. פֿאָטאָגראַפֿיע איז געוואָרן ניט נאָר אַ קונסט, נאָר אויך אַ פּרנסה. מען האָט געקאָנט פֿאַרקויפֿן אַ גוט בילד אין אַן אילוסטרירטער צײַטונג, אָדער קריגן אַ באַשטעלונג פֿון רעקלאַם־אַגענטורן. עס איז דאָך ניט צופֿעליק, וואָס צווישן אַרום 600 פֿאָטאָגראַפֿישע אַטעליעס אין בערלין האָבן בערך 100 געהערט צו פֿרויען.

די אויסשטעלונג אין דעם בערלינער "מאַרטין־גראָפּיוס־באַו", וואָס איז געקומען פֿונעם ישׂראל־מוזיי אין ירושלים, באַקענט דעם דײַטשישן פּובליקום מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ פֿאַרגעסענער דײַטשישער פֿאָטאָ־קינסטלערין ליזעלאָטע גזשעבינע (געבוירן ביליגהײַמער, 1908—1994), וועלכע איז געווען טעטיק אין דײַטשלאַנד און אין ישׂראל. איר אַרבעט פֿאַרקערפּערט בולטע סטיליסטישע אַספּעקטן פֿון דער ווײַמאַרער תּקופֿה, וואָס איז באַקאַנט געוואָרן אונטער דעם נאָמען "נײַע זאַכלעכקייט". גזשעבינע איז געבוירן געוואָרן אין אַ בירגערלעכער ייִדישער משפּחה אין דער שטאָט קאַרלסרוהע. איר פֿאָטער איז געפֿאַלן אויפֿן פֿראָנט אין 1916, און זי האָט געדאַרפֿט זוכן אַ פּראַקטישע פּראָפֿעסיע. זי האָט שטודירט גראַפֿישן דיזײַן און קאָמערציעלע פֿאָטאָגראַפֿיע אין דער אָרטיקער קונסט־אַקאַדעמיע, און האָט געעפֿנט אַן אייגענע אַטעליע, וואָס האָט זיך ספּעציאַליזירט אויף קינדער־פּאָרטרעטן.

זי האָט אומזיסט געפּרוּווט צו באַקומען אַ שטעלע ווי אַ לערערין, אָדער פֿאַרווירקלעכן איר פּלאַן צו עפֿענען אַן אייגענע פּריוואַטע שול פֿאַר לערנען פֿאָטאָגראַפֿיע. מן־הסתּם, איז דאָס געווען איר מזל, ווײַל זי איז ניט געווען צוגעבונדן צו דײַטשלאַנד און האָט עולה געווען קיין תּל־אָבֿיבֿ אין 1934 דורך דאַנציג, וווּ זי האָט חתונה געהאַט מיטן דאָקטער יעקבֿ גזשעבין. אין תּל־אָבֿיבֿ האָט זי בשותּפֿות מיט אַ קאָלעגין פֿון דײַטשלאַנד געעפֿנט אַ פֿאָטאָ־סטודיע און האָט אָנגעהויבן דאָקומענטירן דאָס לעבן אינעם ייִדישן ייִשובֿ. אירע בילדער האָבן זיך באַוויזן אין העברעיִשע צײַטונגען, קאַלענדאַרן און אַנדערע אילוסטרירטע פּובליקאַציעס.

גזשעבינע איז געווען אײַנע פֿון אַ היפּשער צאָל "יעקעס", וועלכע האָבן איבערגעלאָזט זייער שפּור אין דער קולטור פֿון דער יונגער ייִדישער געזעלשאַפֿט. זי איז ניט געווען פֿון די סאַמע באַרימטע און ווײַט ניט פֿון די סאַמע דערפֿאָלגרײַכע. אָבער אירע בילדער טראָגן אין זיך דעם גײַסטיקן הייוון פֿון דער ווײַמאַרער תּקופֿה, וואָס לאָזט זיך דערקענען אין איר לעבעדיקן אינטערעס צו כּלערליי חידושים; נײַע זאַכן און נײַע מענטשן. די דאָזיקע עסטעטישע אָריענטאַציע פּאַסט זיך גוט צו צו די פּראַקטישע באַדערפֿענישן פֿון דער מאָדערנער געזעלשאַפֿט, בפֿרט פֿאַר דעם צוועק פֿון רעקלאַמע און פּראָפּאַגאַנדע, ווען מען דאַרף צוציִען דעם אויפֿמערק פֿונעם צושויער צו ספּעציפֿישע אָביעקטן אָדער אידעען.

דער מאַרק פֿאַר קאָמערציעלער רעקלאַמע איז אין יענער תּקופֿה ניט געווען זייער אַנטוויקלט אין ארץ־ישׂראל, אָבער די ציוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט זיך גענייטיקט אין נײַע אימאַזשן. אין משך פֿון עטלעכע יאָר האָט גזשעבינע געאַרבעט פֿאַר "וויצאָ", די ציוניסטישע פֿרויען־אָרגאַניזאַציע. די פֿרויען־געשטאַלטן, וואָס זי האָט פֿאַרפֿיקסירט מיט איר קאַמערע, זײַנען פֿון צוויי מינים — אַשכּנזישע און "מיזרחדיקע". די אַשכּנזישע פֿרויען זײַנען תּמיד פֿאַרטאָן אין אַן אַקטיווער טעטיקייט. זיי אַרבעטן מיט זייערע הענט אָדער מיט זייערע קעפּ, אָדער פֿאַרנעמען זיך מיט ספּאָרט. להיפּוך, זײַנען די בוכאַרישע און תּימנישע פֿרויען כּסדר פּאַסיוו. אָנגעטאָן אין שווערע אָריענטאַלישע בגדים, קוקן זיי אויף דעם צושויער מיט זייערע גרויסע שוואַרץ־חנעוודיקע אויגן. דער עיקר־פּרינציפּ פֿון דער "נײַער זאַכלעכקייט" איז געווען די אָביעקטיווע פֿאָרשטעלונג פֿון דער ווירקלעכקייט, אָבער פֿונעם הײַנטיקן קוקווינקל זעט מען, ווי ווײַט די דאָזיקע "אָביעקטיווקייט" איז באַשטימט געוואָרן דורך קאָמערציעלע און אידעאָלאָגישע סיבות, ווי אויך דורך קולטורעלער טראַדיציע.

דער סאַמע פֿרוכטבאַרער פּעריאָד אין גזשעבינעס לעבן איז, אַ פּנים, אויסגעפֿאַלן אויף די 1930ער און 1940ער יאָרן, ווען זי איז געווען אַן אַקטיווע פֿיגור אין דער "פּאַלעסטינער אַסאָציאַציע פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָטאָגראַפֿן", וואָס איז באַשטאַנען, דער עיקר, פֿון די דײַטשישע עולים און האָט אַפֿילו געפֿירט די דאָקומענטאַציע אין דײַטש. אויף דער אויסשטעלונג זעט מען נאָך עטלעכע רײַזע־בילדער, געמאַכט אין די 1960ער יאָרן אויפֿן גריכישן אינדזל ראָדאָס, הגם זיי פֿאַרמאָגן ניט אַזאַ פֿאַנטאַזיע ווי די פֿריִערדיקע ווערק אירע. ליזעלאָטע גזשעבינע איז געשטאָרבן אין פּתח־תּקווה אין 1994, אָבער מען ווייסט, אַ פּנים, גאָר ניט פֿון דעם, וואָס איז מיט איר געשען אין די לעצטע דרײַסיק יאָר פֿון איר לעבן. איר אַרכיוו, וואָס איז כּולל אַרום 1,800 בילדער, איז לעצטנס אַנטדעקט געוואָרן און געהערט איצט צו דעם ישׂראל־מוזיי אין ירושלים.

פֿאָטאָגראַפֿיע, להיפּוך צו ליטעראַטור, איז דירעקט צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען און נייטיקט זיך ניט אין קיין איבערזעצונג. אָבער די דאָזיקע אָפֿנקייט קאָן זײַן פֿאַרפֿירעריש, ווײַל דער אופֿן פֿון זען און ווײַזן ווערט אויך באַשטימט דורך די קולטורעלע באַדינגונגען פֿון אָרט און צײַט. די אימאַזשן פֿון ארץ־ישׂראל, וואָס מען זעט הײַנט אין אילוסטרירטע ביכער, אין דאָקומענטאַלע פֿילמען און אויף די אויסשטעלונגען, זײַנען ווײַט ניט קיין "אָביעקטיווע" אָפּשפּיגלונגען פֿון דער ווירקלעכקייט, נאָר פּראָדוקטן פֿון אַ געוויסער קולטור און אידעאָלאָגיע. אין ארץ־ישׂראל איז די דאָזיקע "אָביעקטיווקייט" אויסגעשטאַלטיקט געוואָרן דורך פֿאַרשידענע עמיגראַציע־כוואַליעס. יעדע איינע פֿון זיי האָט אַרײַנגעבראַכט אירע אייגענע באַגריפֿן. די אויסשטעלונג פֿון ליזעלאָטע גזשעבינעס ווערק אַנטפּלעקט דעם אינערלעכן גאַנג פֿון איבערפֿלאַנצן די מאָדערנע דײַטשישע עסטעטיק אויף דער ערד פֿון ארץ־ישׂראל.