געשיכטע
פֿון מישאַ מיצעל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יחזקאל גראָווער, דירעקטאָר פֿון "אַגראָ־דזשוינט"
יחזקאל גראָווער, דירעקטאָר פֿון "אַגראָ־דזשוינט"

צווישן אַ גרויסער צאָל "קאָנטער־רעוואָלוציאָנערע גרופּעס" — אַזאַ טערמין פֿלעגט נוצן דער סאָוועטישער זיכערהייט־קאָמיסאַריאַט, "ען־קאַ־ווע־דע", אין די יאָרן פֿון דער "גרויסער רייניקונג", 1937—1938 — איז געווען אַ ווייניק־באַקאַנטע גרופּע, וועלכע איז באַשטאַנען פֿון די גערודפֿטע מיטאַרבעטער פֿון דער אַגריקולטור־קאָרפּאָראַציע בײַם אַמעריקאַנער "דזשוינט", באַוווּסט ווי דער "אַגראָ־דזשוינט".

דער "אַגראָ־דזשוינט", אַ לאַנג־טערמיניקע פּראָגראַם, וועלכע פֿלעגט שיקן אַרבעטלאָזע ייִדן פֿון די שטעטלעך אין די נײַע אַגריקולטור־קאָלאָניעס אין דרום־אוקראַיִנע און דעם האַלב־אינדזל קרים, האָט פֿונקציאָנירט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿון יולי 1924 ביז נאָוועמבער 1938.

דער פּראָיעקט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך יוסף ראָזען, דער אַמעריקאַנער גרינדער און אָנפֿירער פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט". ער איז געווען באַקאַנט מיט די פּראָבלעמען און טראַגעדיעס פֿון די סאָוועטישע ייִדן, און האָט גוט געוווּסט וועגן זייערע סיכסוכים מיט די אָרטיקע אינסטאַנצן, וועגן אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, און וועגן דער אומקאָמפּעטענץ פֿונעם מלוכישן אַפּאַראַט. ער האָט אויך געוווּסט וועגן דעם הונגער אין די אַגריקולטור־קאָלאָניעס און וועגן די אַרעסטירטע אַרבעטער פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט", וועלכע זענען באַשולדיקט געוואָרן אין "עקאָנאָמישע פֿאַרברעכנס". אין דער זעלבער צײַט, האָט ראָזען געזען די רעזולטאַטן פֿון די פּרוּוון צו באַשעפֿטיקן די דעקלאַסירטע עלעמענטן ("לישענצעס") אין די אַגריקולטור־אונטערנעמונגען.

צום ערשטן יאַנואַר 1937, האָט דער "אַגראָ־דזשוינט" געהאָלפֿן 133 ייִדישע קאָלווירטן אין דער אוקראַיִנישער סאָוועטישער רעפּובליק (92 אין דער דניעפּראָפּעטראָווסקער געגנט און 41 אין דער אָדעסער געגנט), און 85 לאַנדווירטשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען אין קרים — בסך־הכּל 218 קאָלעקטיווע פֿאַרמען, וווּ עס האָבן געוווינט 13,250 משפּחות. ראָזען האָט געהאָפֿט צו פֿאַרבעסערן די קוואַליטעט פֿונעם לעבן אין די דאָזיקע קאָלאָניעס, און צו מאַכן זיי באַקוועמער. למשל, אַ דאַנק זײַנע באַמיִונגען, האָט מען באַזאָרגט 150 פֿאַרמען מיט עלעקטריע.

שמואל לובאַרסקי, דירעקטאָר פֿון "אַגראָ־דזשוינט"
שמואל לובאַרסקי, דירעקטאָר פֿון "אַגראָ־דזשוינט"

* * *

די סאָוועטישע בירגער האָבן ווייניק געוווּסט אין די 1930ער יאָרן וועגן די רעפּרעסיעס. ס׳רובֿ אַרעסטן האָט דער רעזשים דורכגעפֿירט בסוד. און, אַוודאי, האָבן בלויז סטאַלין און זײַן נאָענטער קרײַז פֿון רוצחים געוווּסט די פּרטים פֿונעם "גרויסן טעראָר".

ס׳איז נישט קלאָר, פֿון וואַנען עס האָט ד״ר ראָזען, וועלכער האָט געאַרבעט אינעם אייראָפּעיִשן ביוראָ פֿונעם "דזשוינט", אין פּאַריז, באַקומען די אינפֿאָרמאַציע וועגן די אַרעסטן צווישן די אַרבעטער פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט".

אַז ראָזען האָט זיך דערוווּסט וועגן די ערשטע אַרעסטן אין מאָסקווע און דניעפּראָפּעטראָווסק, האָט ער באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז זײַנע סאָוועטישע קאָלעגן דראָט אַ ביטערע גזירה. אין אַ בריוו, וואָס ער האָט אָפּגעשיקט קיין ניו־יאָרק, אינעם שטאַב־ביוראָ פֿונעם "דזשוינט", דעם 11טן דעצעמבער 1937, האָט ראָזען איבערגעגעבן, אַז עטלעכע מיטאַרבעטער פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט" האָט מען שוין אַרעסטירט.

צווישן די רעפּרעסירטע איז געווען ד״ר באָריס כאַנין פֿון דניעפּראָפּעטראָווסק, וועלכער האָט געהאָלפֿן די דײַטשיש־ייִדישע דאָקטוירים אין דער געגנט, און האָט געקאָנט עטלעכע אָרטיקע רעגירונג־באַאַמטע, וואָס זענען אַרעסטירט געוואָרן. סוף נאָוועמבער 1937, האָט די "ען־קאַ־ווע־דע" אַרעסטירט דעם דירעקטאָר פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט", יחזקאל גראָווער, וועלכער האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן זוכן נײַע וווין־ערטער פֿאַר די דײַטשישע דאָקטוירים.

ראָזען האָט צוגעגעבן אין זײַן בריוו, אַז ער האָט געבעטן די "ען־קאַ־ווע־דע" צו געבן אים אַ סאָוועטישע וויזע. ער האָט געמיינט אָנצונעמען דאָס גאַנצע אַחריות פֿאַר דער טעטיקייט פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט", און איז געווען גרייט זיך אָפּצוזאָגן פֿון זײַן געזעצלעכן אימוניטעט, וואָס ער האָט געהאַט, זײַענדיק אַן אויסלענדישער בירגער.

צוויי קינדער לערנען זיך געאָגראַפֿיע אין אַ נײַער ייִדישער שול אין אַ קאָלאָניע, קרים, 1925
צוויי קינדער לערנען זיך געאָגראַפֿיע אין אַ נײַער ייִדישער שול אין אַ קאָלאָניע, קרים, 1925

אין יאַנואַר 1938 האָבן זיך אָנגעהויבן נײַע אַרעסטן. אין יענער צײַט, זענען די הויפּט־מיטאַרבעטער פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט" שוין געווען, על־פּי־רובֿ, אַרעסטירט. די זיכערהייט־דינסטן האָבן זיי פֿאַרהאַלטן פֿאַר די קאָנטאַקטן מיט די "אַנטי־סאָוועטישע עלעמענטן". די אָרגאַניזאַציע, אין וועלכער זיי האָבן געאַרבעט, האָט אָפּגעהיט איר אָריגינעלן נאָמען — "די אַמעריקאַנער ייִדישער אַגריקולטור־קאָרפּאָראַציע" — און פֿלעגט יעדן טאָג קאָנטאַקטירן מיט די אויסלענדער. אַ סך מיטאַרבעטער האָבן באַזוכט אַנדערע לענדער, באַקומען אַ בילדונג אין אייראָפּע, אָדער זענען געבוירן געוואָרן אין די ראַיאָנען פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָבן זיך שפּעטער פֿאַרוואַנדלט אין אומאָפּהענגיקע מלוכות.

אַ סך מיטאַרבעטער פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט" האָבן אויך געהאַט קרובֿים אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פּאַלעסטינע, פּוילן און ליטע. אין אַ סך פֿאַלן, האָט די "ען־קאַ־ווע־דע" באַטראַכט ווי אַ גרויסן "פֿאַרברעכן" זייערע אָפֿטע קאָנטאַקטן מיט די אויסלענדער — די אַרבעטער און שטיצער פֿונעם "דזשוינט", על־פּי־רובֿ אַמעריקאַנער בירגער.

כאַנין, גראָווער און לובאַרסקי, די דרײַ דירעקטאָרן פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט", זענען געשטאַנען אויף סטאַלינס "ליסטעס", און זענען פֿאַרמישפּט געוואָרן דורך דעם מיליטערישן אָפּטייל פֿונעם סאָוועטישן אויבער־געריכט. סטאַלין און אַנדערע מיטגלידער פֿונעם "פּאָליטביוראָ" האָבן באַשטעטיקט די באַשולדיקונג. די אַנדערע אַרעסטן זענען דורכגעפֿירט געוואָרן דורך די "טרויקעס", מיליטערישע טריבונאַלן אָדער דורך דעם "ספּעציעלן ראַט" בײַ דער "ען־קאַ־ווע־דע".

דער "אַגראָ־דזשוינט" האָט אײַנגעלאַדן די פּליטים פֿון דײַטשלאַנד, צו אַרבעטן ווי דאָקטוירים אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. די אַרבעטער, וואָס האָבן געהאַט עפּעס אַ פֿאַרבינדונג מיט די אימיגראַנטן, זענען געוואָרן "צילברעטן" פֿון די רדיפֿות. אַחוץ די אויסלענדישע פּליטים און די מיטאַרבעטער פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט", זענען אַ צאָל רעליגיעזע אַקטיוויסטן און באַאַמטע פֿון דער סאָוועטיש־ייִדישער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע "אָזעט" באַשולדיקט געוואָרן אין "קאָלאַבאָראַציע מיט אַ קאָנטער־רעוואָלוציאָנערער אָרגאַניזאַציע, געגרינדעט דורך ד״ר ראָזען". בסך־הכּל, זענען בערך 60 מענטשן אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר רעאַלע אָדער אויסגעטראַכטע פֿאַרבינדונגען מיטן "אַגראָ־דזשוינט".

די צעשטערונג פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט" איז געווען אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם "גרויסן טעראָר", ווען דער "ען־קאַ־ווע־דע" פֿלעגט אַליין מישפּטן די אַרעסטירטע, צווינגענדיק זיי זיך מודה צו זײַן אין די "פֿאַרברעכנס" דורך פּײַניקונגען. די אָפֿיצירן פֿונעם זיכערהייט־דינסט פֿלעגן אַליין אויסטראַכטן די סיבות פֿאַר די אַרעסטן, שאַפֿנדיק גראָטעסק־סצענאַרן פֿון פֿאַנטאַסטישע פֿאַבריקאַציעס.

יוסף ראָזען האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע חדשים אין מאָסקווע, פֿון מײַ ביז אָקטאָבער 1938, כּדי צו פֿאַרמאַכן זײַן אָרגאַניזאַציע. אַחוץ דעם פֿאָרמעלן טייל פֿונעם פּראָצעס, האָט ער געהאָלפֿן די קרובֿים פֿון די אַרעסטירטע. יחזקאל גראָווערס טאָכטער, אירינאַ, האָט איבערגעגעבן, אַז ראָזען האָט געפֿאָדערט זיך צו טרעפֿן מיטן סאָוועטישן פּרעמיער־מיניסטער, וויאַטשעסלאַוו מאָלאָטאָוו, וועלכער האָט פּערזענלעך באַשטעטיקט "די רשימות פֿון מענטשן אונטער דער יוריסדיקציע פֿון דער מיליטערישער קאָלעגיע בײַם אויבער־געריכט פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד", וווּ עס ווערן אָנגערופֿן די דירעקטאָרן פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט". בעת דער באַגעגעניש, האָט מאָלאָטאָוו געמאָלדן, אַז "מע קאָן גאָרנישט טאָן, ווײַל אַלע אַרעסטירטע האָבן זיך מודה געווען אין זייערע פֿאַרברעכנס".

דער לערער מאַזאָ מיט אַ גערעטעניש פֿון דורע, פּאָלטאַווזי, אוקראַיִנע, 1930ער יאָרן
דער לערער מאַזאָ מיט אַ גערעטעניש פֿון דורע, פּאָלטאַווזי, אוקראַיִנע, 1930ער יאָרן

אין אַ סך אויספֿאָרש־דאָקומענטן פֿונעם יאָר 1938, אָנגעשריבן פֿאַר און בעת ראָזענס וויזיט קיין מאָסקווע, רופֿן אים די אָפֿיצירן פֿון דער "ען־קאַ־ווע־דע" כּסדר אָן "אַ גוט־באַקאַנטער שפּיאָן", "אַן אַגענט פֿונעם דײַטשישן אויסשפּיר־דינסט", "אַן אָנפֿירער פֿון אַ קאָנטער־רעוואָלוציאָנערער שפּיאָנאַזש־אָרגאַניזאַציע" און "אַ שטיצער פֿון קאָנטער־רעוואָלוציאָנערע, קלעריקאַל־חסידישע און פֿאַשיסטישע אָרגאַניזאַציעס". די באַשולדיקונגען האָבן נישט געשטערט ראָזענס טעטיקייט אין מאָסקווע.

די זיכערהייט־אָפֿיצירן פֿון דער "ען־קאַ־ווע־דע", וועלכע האָבן אַרעסטירט און פֿאַרהערט ס׳רובֿ מיטאַרבעטער אינעם מאָסקווער ביוראָ פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט", האָבן זיך ניט דערוועגט אים צו אַרעסטירן. די אַגענטן פֿון דער "ען־קאַ־־ווע־דע" האָבן געוווּסט די גרענעצן פֿון זייער מאַכט; אַן אַרעסט פֿון אַן אַמעריקאַנער בירגער, וועלכער איז אָנגעקומען מיט אַ וויזע קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד, כּדי צו ליקווידירן דעם "אַגראָ־דזשוינט", וואָלט געקאָנט גורם זײַן אַן אומדערוואַרטן דיפּלאָמאַטישן קאָנפֿליקט.

די טעטיקייט פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט" האָט זיך געהאַלטן אויף דער אַרבעט פֿון די ספּעציאַליסטן — דירעקטאָרן, אַגראָנאָמען און פֿאַרוואַלטער — וועלכע זענען געווען לאָיאַל צו דער סאָוועטישער מאַכט. ראָזען האָט נאָר אונטערגעהאַלטן די פֿאַרבינדונגען צווישן זײַן אָרגאַניזאַציע מיט דער וועלט פֿון דער אַמעריקאַנער פֿילאַנטראָפּיע; דאָס שליסן דעם פּראָיעקט האָט פֿאַרגרעסערט די דיסטאַנץ צווישן דעם "דזשוינט" און די סאָוועטישע ייִדן.

נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט די אָרגאַניזאַציע מער נישט געפּרוּווט צו באַנײַען איר טעטיקייט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַחוץ די פֿריִערדיקע באַשולדיקונגען, האָבן די סאָוועטישע צײַטונגען באַצייכנט דעם "דזשוינט", בעת דעם אַנטיסעמיטישן "דאָקטוירים־ענין" אינעם יאָר 1953, ווי "אַ שמוציקע ציוניסטישע שפּיאָנאַזש-גרופּע, וואָס באַהאַלט זיך הינטער דער מאַסקע פֿון פֿילאַנטראָפּיע".

ווען מע האָט געעפֿנט די אַרכיוון פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז געוואָרן מעגלעך צו פֿאָרשן די געשיכטע פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט" אויף אַ סיסטעמאַטישן אופֿן. אַ סך פּרטים וועגן דעם "גרויסן טעראָר" און דעם גורל פֿון די אַרעסטירטע בלײַבט אָבער אומקלאָר, און פֿאָדערט אַ טיפֿערן אַנאַליז. דער דאָזיקער אַרטיקל ווײַזט בלויז אָן די ריכטונג פֿון אַ מעגלעכער ווײַטערדיקער פֿאָרשונג; מיר האָפֿן, אַז די געריכט־דאָקומענטן וועגן די רעפּרעסירטע מיטאַרבעטער פֿונעם "אַגראָ־דזשוינט" וועלן העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטיין די היסטאָרישע געשעענישן און אַפּגעבן כּבֿוד די גערודפֿטע קרבנות פֿון סטאַלינס רעזשים.

* מישאַ מיצעל איז אַ מיטאַרבעטער פֿונעם "דזשוינט"־אַרכיוו