געשיכטע
פֿון מישאַ מיצעל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יחזקאל גראָווער, דירעקטאָר פֿון "אַגראָ־דזשוינט"

צווישן אַ גרויסער צאָל "קאָנטער־רעוואָלוציאָנערע גרופּעס" — אַזאַ טערמין פֿלעגט נוצן דער סאָוועטישער זיכערהייט־קאָמיסאַריאַט, "ען־קאַ־ווע־דע", אין די יאָרן פֿון דער "גרויסער רייניקונג", 1937—1938 — איז געווען אַ ווייניק־באַקאַנטע גרופּע, וועלכע איז באַשטאַנען פֿון די גערודפֿטע מיטאַרבעטער פֿון דער אַגריקולטור־קאָרפּאָראַציע בײַם אַמעריקאַנער "דזשוינט", באַוווּסט ווי דער "אַגראָ־דזשוינט".

דער "אַגראָ־דזשוינט", אַ לאַנג־טערמיניקע פּראָגראַם, וועלכע פֿלעגט שיקן אַרבעטלאָזע ייִדן פֿון די שטעטלעך אין די נײַע אַגריקולטור־קאָלאָניעס אין דרום־אוקראַיִנע און דעם האַלב־אינדזל קרים, האָט פֿונקציאָנירט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿון יולי 1924 ביז נאָוועמבער 1938.