רעצעפּטן

בײַ די מאַראָקאַנישע ייִדן מאַכט מען טשאָלנט מיט שאָפֿן־פֿלייש אַנשטאָט רינדערן פֿלייש; נאַהיט (chickpeas) אַנשטאָט די געוויינטלעכע טשאָלנט־בעבלעך, און באַטאַטעס אַנשטאָט קאַרטאָפֿל — און מע גיט צו אַ ביסל האָניק אויך. האָב איך עס אויסגעפּרוּווט, און ס׳איז טאַקע געווען זייער געשמאַק.




3/4 טעפּל רויע נאַהיט
שפּריצבוימל
1/2 1 פֿונט (680 גראַם) שעפּסנפֿלייש, צעשניטן
1 טעפּל צעשניטענע ציבעלע
8 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
1—2 לעפֿעלעך קעמיניק
1/2 לעפֿעלע קאַיען־פֿעפֿער (chili powder)
1—2 לעפֿעלעך פּאַפּריקע
2 טעפּלעך וואַסער
2 גרויסע באַטאַטעס, אָפּגעשיילט און צעשניטן
זאַלץ און פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
3 לעפֿל האָניק

ווייקט דעם נאַהיט אויס אין וואַסער איבערנאַכט; זיפּט אָפּ דאָס וואַסער.

באַשפּריצט אַ טשאָלנטטאָפּ מיט שפּריצבוימל. פּרעגלט דאָס צעשניטענע שעפּסנפֿלייש אויף אַ מיטעלן פֿײַער, ביז עס ברוינט זיך צו. גיט אַרײַן די ציבעלע, און פּרעגלט 5 מינוט. גיט צו דעם קנאָבל, קעמיניק, קאַיען־פֿעפֿער און פּאַפּריקע און מישט אַ האַלבע מינוט.

טוט אַרײַן דעם נאַהיט און וואַסער. דעקט צו דעם טאָפּ און קאָכט 15 מינוט. שיט אַרײַן די באַטאַטעס; קאָכט נאָך 15 מינוט. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט דעם טשאָלנט און גיט אַרײַן דעם האָניק. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער.

פּונקט פֿאַר שבת, שטעלט דעם צוגעדעקטן טשאָלנט אויפֿן בלעך, און לאָזט מליִען ביזן צווייטן טאָג.