אַוודאי וועט פֿון דערמאָנען אַזוינע געשיכטעס קיין געזונט נישט צוקומען. אָבער מיר, ייִדן, טאָרן עס נישט פֿאַרגעסן און ווי מיר זאָלן ניט ליב האָבן און וועלן שאַנעווען אונדזערע אייניקלעך און אור־אייניקלעך, האָבן מיר ניט קיין רעכט פֿון זיי עס אויסצובאַהאַלטן. דאָס ניט געדענקען קען זיך פֿאַר אונדז אויסלאָזן געפֿערלעכער.
אַגבֿ, איז אַזאַ פּאַראַדאָקס אויך נישט גרינג צו באַנעמען. איך האָב זיך שוין פֿון לאַנג איבערצײַגט, אַז ווען דו דערציילסט וועגן ביטערן גורל פֿון איין מענטשן, רירט עס אָן דעם צוהערער שטאַרקער, ווי זאָלסט דערציילן וועגן אומקום פֿון הונדערטער טויזנטער. ס׳איז ניט פֿון מויל אַרויסצוברענגען, נאָר צו מאָל דאַכט זיך, אַז צו דער ציפֿער זעקס מיליאָן קדושים איז מען, שוין ווי צוגעוווינט געוואָרן. זעט אויס, אַזוינע גוואַלדאָוונע גרייסן איז שווער אויפֿצונעמען.
ערשט נאָך דעם אַלעמען, וואָלט נישט געשטערט צוצוגעבן אַזוינע ווערטער: דער סוד פֿון שרײַבערײַ איז ניט צום איבערגעבן. זאָגט אײַך וואָס ווילט זיך, נאָר ס׳איז אַזוי און ניט אַנדערש. און נאָך מעגט איר מיר גלייבן: אַ ביטערע מלאָכה דאָס שרײַבן — אוי, אַ ביטערע.
ניט אָן אַ סיבה האָב איך פֿון אָנהייב אָן אויסגעקליבן דעם דאָקומענטאַלן זשאַנער; פֿון סאַמע אָנהייב, ווי אַן אָנפֿאַנגער, און ביז הײַנט צו טאָג, ווען איך בין שוין, דאַכט זיך, צווישן מײַנע חשובֿע פּען־קאָלעגעס דער עלטסטער פֿון די עלטסטע.
ווען עמעצער וואָלט מיר סוף 1941 געווען זאָגן, אַז כ׳פֿאַרמאָג בלויז אַ יאָר, אַ חודש, אָדער אַפֿילו אַ וואָך צו לעבן, וואָלט איך נישט געהאַט קיין סיבה צו צווייפֿלען. אין די דײַטשישע קאָנצענטראַציע־לאַגערן, וווּ איך בין געווען פֿאַרשפּאַרט, זײַנען די שאַנסן אומצוקומען געווען פֿיל, פֿיל גרעסער ווי לעבן בלײַבן. הײַנט איז עס שוין דאָקומענטירט און דערוויזן געוואָרן מיט ציפֿערן און פֿאַקטן. איז מיינט ניט, אַז כ׳האָב דאָ צו שטאַרק איבערגעכאַפּט די מאָס. ס׳איז ריינער אמת. פֿאַר אויסמײַדן אַזאַ סכּנה דאַרף מען גומל בענטשן און איך ווייס אַפֿילו ניט די ווערטער פֿון אַזאַ ברכה.
אויפֿן פֿראָנט, בײַ די פּאַרטיזאַנער, האָט אַלץ געקענט טרעפֿן. ווען מען פֿלעגט אין מײַן צײַט פֿאַרפֿירן אַ רייד וועגן די פּאָדאָלסקער קורסאַנטן, וואָס האָבן אין אָקטאָבער 1941 געקעמפֿט אויף די צוטריטן צו מאָסקווע, האָט מען אײַך געקענט ענטפֿערן: "מיר ווייסן, מיר ווייסן, דאָס זײַנען די, וועלכע זײַנען אַלע אומגעקומען". דעם קאָמאַנדיר־פּאָסטן, וואָס איך האָב פֿאַרנומען בײַ די פּאַרטיזאַנער, האָבן ביז מיר פֿאַרנומען פֿיר אָפֿיצירן. דער לעצטער איז אומגעקומען אין שלאַכט, ווען מיר האָבן זיך געפֿונען בוכשטעבלעך איינער לעבן אַנדערן. ס׳איז ווי וועמען ס׳האָט אָפּגעגליקט.
אונדזער אָנגעזעענער פּראָזאַיִקער טבֿיה גען (1912—2003) האָט אין צווייטן נומער "סאָוועטיש היימלאַנד" פֿאַרן יאָר 1975 פֿאַרעפֿנטלעכט אַן עסיי "מאָסקווער ייִדישע שרײַבער אין פּראָפֿיל". וואָס שייך מײַן ווייניקייט זײַנען דאָרט פֿאַראַן אויך אַזוינע שורות: "איך געדענק זייער גוט, ווי אַזוי לעוו האָט זיך אומגעקערט נאָך דער מלחמה קיין מאָסקווע און גאַנצע טעג געזעסן און געשריבן.
"איך ווייס ניט, צי עס וועט זיך עפּעס באַקומען, האָט ער דאַן געזאָגט, איך שרײַב ניט צוליב אַרויסלאָזן אַ בוך. איך מוז פֿאַרשרײַבן דאָס, וואָס איך האָב געזען און איבערגעלעבט. דאָס איז געווען דאָס בוך 'פּאַרטיזאַנישע וועגן’. דערנאָך האָט זיך מישע לעוו אומגעקערט צו פֿריִערדיקע געשעענישן... די אַלע ווערק זײַנען געבויט אויף פֿאַקטן, און צו גלײַך דערמיט זײַנען זיי קינסטלעריש פֿולבלוטיקטע".
אַ מעשׂה פֿון יאָרן! מײַנע ערשטע פֿאַרצייכענונגען וועגן דעם וואָס ס׳איז געווען האָב איך, צוערשט, געשריבן ממש מיט נשמה־פֿיבער, אָן אַן אָטעם־איבערכאַפּ. ניט נאָר ניט געשלײַפֿט, נאָר אַפֿילו ניט געפּרוּווט עפּעס אויסבעסערן. האָט מיר אויסגעפֿעלט אַ וואָרט (אין די מלחמה־יאָרן האָב איך מײַן מאַמע־לשון פֿון אַלעמען אויסבאַהאַלטן טיף, טיף אין זיך) איז דורכגעלאָזט און אַוועק ווײַטער. ווען כ׳האָב שוין די געדיכט־אָנגעשריבענע בייגלעך פּאַפּיר איבערגעשריבן אויף ריין, ווי כ׳האָב דאַן געקענט באַאַרבעטן, און ס׳האָט שוין געהאַלטן בײַם אַרויסגעבן אַ בוך, האָט דער רעדאַקטאָר געזאָגט, כ׳זאָל די ערשטע זעקס קאַפּיטלען, וואָס דערציילן וועגן די גיהנום־פּײַניקונגען פֿון אַ ייִדן, אַ קריגס־געפֿאַנגענעם, באַהאַלטן און מער קיינעם דאָס נישט ווײַזן. גאָר אין גיכן איז געקומען אַזאַ צײַט, אַז אָט־אָט און איך וואָלט די קאַפּיטלען (העכער הונדערט זײַטן) צעריסן אויף פּיץ־פּיצלעך, אָדער גאָר פֿאַרברענט. פֿאַרעפֿנטלעכט האָב איך זיי אין דער רוסישער אויסגאַבע און געווען איז עס אין צען יאָר אַרום נאָך דעם ווי ס׳איז דערשינען די ייִדישע.
כּמעט אַ לעבן־לאַנג בין איך, אַ בעל־זכּרון, איבערגעפֿולט מיט דערינערונגען, וואָס האַלטן אין איין וועקן און לאָזן ניט פֿאַרגעסן. אָט פֿון דאַן בין איך אָן אַן עק, אָן אַ סוף, ווי פֿאַרכּישופֿט אין אַ קרײַז פֿון שרעקלעכע געשעענישן. דאָס האָט מיך, ווי מיט אַ צופֿעסט־שטריק, אויף אייביק פֿאַרבונדן מיטן דאָקומענטאַלן זשאַנער; מיט אויסזוכן און קאָמענטירן דאָקומענטן מיט פֿאַקטן, וואָס שטעכן ווי נאָדלען. צום וויפֿלטן מאָל זיך צוהערן ווי די על־פּי נס געראַטעוועטע דערציילן וועגן די צרות און ליידן, וואָס זיי איז אויסגעקומען איבערצוטראָגן. זיך פּרוּוון אַזוי אַרײַנקוקן אין ניט־אָנגעשריבענע מעשׂה־ביכער פֿון די, וואָס זײַנען אין די גרויליקע יאָרן פֿון ייִדישער פֿאַרניכטונג אומגעבראַכט געוואָרן, כּדי פֿאַר דײַנע אויגן זאָלן אויפֿטויכן נשמה־פּאָרטרעטן פֿון עמעצנס טאַטע־מאַמע, שוועסטער־ברידער און קינדער מיט זייערע געלײַטערטע שיינקייטן און חנען. ווער רעדט שוין פֿון דעם גריבלען זיך אין דער פּסיכיק פֿון די תּלינים, וואָס אייניקע פֿון זיי האָבן אַפֿילו אָן קיין שום שׂינאה־מאָטיוון, גלײַכגילטיק, און ווי אויף קאַטאָוועס, אָדער גאָר מיט גײַסטיקן פֿאַרגעניגן, אויסגעפֿירט די טויט־אורטיילן, און דאָס געוויסן האָט זיי ניט געפּײַניקט.
הײַנט די וווּנדערלעכע געשיכטעס פֿון ייִדישן ווידערשטאַנד קעגן דער מעכטיקער, נאַציסטישער מאָנסטער־מאַשין, וואָס כּדי צו פֿאַרניכטן אונדזער פֿאָלק האָט זי פֿון פֿריִער דורכגעקלערט אַלע אירע האַנדלונגען, באַהאַנדלט די מינדסטע קלייניקייטן, דערצויגן קאָפּמענטשן — טעאָרעטיקער און פּראַקטיקער — וועלכע זײַנען מחויבֿ געווען אַלץ פֿאָרויסצוזען און באַוואָרענען. מערדערלעכע קלעפּ, הונגער, קעלט, היץ, אָנשטעקנדיקע קרענק — אַלץ איז געווען אויפֿן סדר־היום, כּדי די ייִדן זאָלן זיך איבערצײַגן, אַז זייער טויט איז אומפֿאַרמײַדלעך און ווידערשטאַנד איז אויסגעשלאָסן. דאָס לעצטע רינגעלע אין דער אומקום־קייט — דער סוף פֿון וועג פֿאַר די באַאַרבעטע און פּאַראַליזירטע — איז געווען דער טויט־לאַגער. און זעט ווי דאָס האָט זיך אין דער ווירקלעכקייט באַקומען?
איז דען אַ חידוש, אַז די טעמע ייִדישער ווידערשטאַנד האָט מיך אַזוי באַצויבערט, אַז זי פֿאַרנעמט בײַ מיר דעם אויבנאָן.
און נאָך דאַרף אומבאַדינגט געזאָגט ווערן, אַז אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און פּוילן איז ניט געווען קיין ייִדישער שרײַבער, וואָס זאָל געווען אויסמײַדן די טעמע פֿון חורבן און גבֿורה. אויך זיי האָבן אויסגעקליבן דעם דאָקומענטאַלן זשאַנער און מיט פּשוטקייט און וואָרהאַפֿטיקייט פֿאַרפֿיקסירט די איבערגעלעבטע גרוילן, דעם אַרויסגעוויזענעם אַקטיוון ווידערשטאַנד. הונדערטער דערציילונגען, פֿאַרצייכענונגען, ראָמאַנען האָבן זיי פֿאַרעפֿנטלעכט אין בוך־פֿאָרעם, צײַטונגען און זשורנאַלן. אויב דאָך עמעצן אויסטיילן, איז, אין דער ערשטער ריי די שרײַבער, וואָס האָבן אַליין געשמאַכט אין די געטאָס, דורכגעגאַנגען אַלע שיבֿעה־מדורי־גיהנום און צום גליק, זיך דערקליבן צו די פּאַרטיזאַנער. דאָס איז אונדזער אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס האָט נאָך אין די מלחמה־יאָרן דערציילט וועגן דער טראַגישער אומקום־תּקופֿה פֿון די ייִדן אין ליטע און דערנאָך אין נירנבערג געשטעלט געוואָרן מצד דער באַשולדיקונג ווי אַ וויכטיקער עדות, וואָס האָט מיט גרויס צאָרן און ווייטיק אויסגעפֿילט די שליחות פֿון זײַן פֿאָלק.
לויט מײַן פֿאַרשטאַנד בעט זיך צו דערמאָנען, ווי ער אַליין — דער גרויסער דיכטער — האָט עס דאַן פֿאַרצייכנט אין אַ ליד. איז הערט:
פֿאַרן נירנבערגער טריבונאַל
מען זאָגט: איך מאָן גערעכטשאַפֿט פֿאַר מיליאָנען.
אַז אייביק וועט פֿאַרבלײַבן אָט די שעה, —
נאָר די מיליאָנען זענען דאָך ניטאָ, —
איז וואָס פֿאַר אַ גערעכטשאַפֿט קען איך מאָנען?
איך דאַרף גאָר זײַן אַ טויזנטפֿאַכער שיילאָק
אויף אויסשנײַדן די רישעות פֿון דער ערד.
מײַן פֿאָלק! דו וועסט נאָך שמידן אַזאַ שווערד,
אויב גאָט איז שוואַך צום אויפֿמאָנען דעם חלק! —
נירנבערג, דעם 27סטן פֿעברואַר 1946, נאָך מײַן עדות־זאָגן פֿאַרן אינטערנאַציאָנאַלן מיליטערישן טריבונאַל.
אין דעם געגעבענעם פֿאַל וואָלט איך בײַנאַנד מיט אַבֿרהם סוצקעווער אָנגערופֿן דעם העלדישן מיט־אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג אין מינסקער געטאָ, דעם ביז גאָר געוואַגטן פּאַרטיזאַנער־קאָמאַנדיר, הערש סמאָליאַר (1905—1993). אין זייערע ביכער "פֿון ווילנער געטאָ" און "פֿון מינסקער געטאָ", וואָס זײַנען דערשינען נאָך אין 1946, האָבן זיי פֿון די ערשטע אַרויסגעבראַכט ניט נאָר דעם אומקום, נאָר אויך די ייִדישע גבֿורה אין קאַמף קעגן נאַזיצם.
ס׳איז אויך ניט צום פֿאַרגעסן די פֿילצאָליקע ווערק אויף דער טעמע פֿון הירש דאָבין (1905—2001) און מאיר יעלין (1910—2000). דער ערשטער איז געווען און אַקטיוו אָנטייל גענומען אין דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג אין מינסקער געטאָ, און דער צווייטער — אין קאָוונער געטאָ, וווּ דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון דער אַנטיפֿאַשיסטישער קאַמף־אָרגאַניזאַציע (אַק"אָ) איז געווען זײַן ברודער, דער ייִדישער שרײַבער און געזעלשאַפֿטלעכער טוער חיים יעלין (1907—1944).
גאָר באַזונדער דאַרף אונטערגעשטראָכן ווערן, אַז אין ליכט פֿון אונדזערע הײַנטיקע טעג, פֿאַרנעמט צווישן אַזוינע מחברים אַ ביז גאָר חשובֿ אָרט די שרײַבערין מאַשע ראָלניק (ראָלניקײַטע). איר צושטײַער אין אונדזער חורבן־ליטעראַטור איז נישט צום איבערשאַצן. ס׳איז ווי זי וואָלט געגעבן אַ שבֿועה — ווי אומדערטרעגלעך שווער און פּײַנלעך דאָס זאָל ניט זײַן — נאָר ביז דעם לעצטן אָטעם נישט אַרויסלאָזט די פּען פֿון האַנט און אָן אויפֿהער, מיט באַוווּסטזיניק אונטערגעשטראָכענער ייִדישקייט, דערציילט וועגן די אומגעבראַכטע קדושים. דערציילט טיף יחידיש, מיט פּראָסטע, האַרציקע, וואָכעדיקע רייד, מיט שטילן ווייגעשריי, וואָס זאָל זיך לאָזן ווײַט הערן.
איר ווייגעשריי דערגייט צום לייענער אויך דערפֿאַר, ווײַל אַליין איז זי אַרײַנגעפֿאַלן אונטערן נאַצישן חלף, ווען איר האָט באַדאַרפֿט ערשט ווערן 14 יאָר און דאָס וואָס איר איז אויסגעקומען אויסצושטיין האָט זיך פֿאַראַנקערט ביז הײַנט אין איר. זי איז אין פֿולן זין פֿון וואָרט אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם זכר.
ווי מאַשען האָט זיך אײַנגעגעבן אין די שוואַרצע יאָרן, דורך זיבן טויטן פֿירן און פֿאַרהיטן אַ טאָגבוך און דערצו נאָך — אין ייִדיש — איז שווער צו באַנעמען. ס׳איז אָבער אַ פֿאַקט און פֿאַרשפּרייט איז ער שוין אויף צענדליקער שפּראַכן אין הונדערטער טויזנטער עקזעמפּלאַרן.
די טעג, ווייס איך, האָט מאַשע ראָלניקײַטע פֿאַרענדיקט שרײַבן אַ נײַ ווערק און אַוודאי אויף דער זעלבער טעמע, וואָס איז נאָך אַלץ אַקטועל און דאַרף אויף אייביק פֿאַרקריצט ווערן אין אונדזער פֿאָלקס־זכּרון. אַנדערש קען זי ניט. ווער־ווער, אָבער איך פֿאַרשטיי זי בעסער ווי גוט.
בלײַבט מיר שלאָגן זיך על־חטא, וואָס צוערשט האָב איך ניט דערמאָנט דעם היסטאָריאָגראַף עמנואל רינגלבלום (1900—1944) און זײַנע צוויי בענד "כּתבֿים פֿון געטאָ"; יצחק קאַצענעלסאָנס (1866—1944) "די ליד פֿון אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק" (ביידע זײַנען געווען פֿאַרשפּאַרט אין וואַרשעווער געטאָ, נאָר יצחק קאַצענעלסאָן האָט נאָך דורכגעמאַכט אוישוויץ).
ווען ס׳גייט אַ רייד וועגן חורבן־ליטעראַטור איז ניט צום פֿאַרבײַגיין אַזאַ שרײַבער ווי ק. צעטניק (1917—2002), וואָס פֿון טשענסטאָכאָווער געטאָ איז ער אויך אַרײַנגעפֿאַלן אין אוישוויץ. און פֿאַרוואָס ניט דערמאָנען דעם אַרטיסט און רעזשיסאָר יאָנאַס טורקאָוו (1898—1988) און זײַנע ביכער וועגן ייִדישן חורבן אין פּוילן. (אַגבֿ, סײַ ק. צעטניק און סײַ יאָנאַס טורקאָוו האָבן אָנטייל גענומען אין דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג).
די אַלע וואָס פֿאַרדינען עס איז אין אַ צײַטונג־מאַטעריאַל ניט צו איבעררעכענען, וועלן מיר נאָך אויסקלײַבן, פֿון אַלע אָן אויסנאַם, כאָטש נאָך צוויי שרײַבער, וואָס האָבן, צום גליק, איבערגעלעבט דעם לאָדזשער געטאָ און עס פֿאַרצייכנט אין זייערע ווערק — דאָס איז ישעיהו שפּיגל (1906—1990) און ירחמיאל בריקס (1912—1974).
* * *
די יאָרן 1939—1945 האָבן אין זיך אײַנגעזאַפּט שוידערלעכע געשעענישן און מיר האָבן זיי אויסגעהאַלטן און געבליבן בײַם לעבן זייער אָפֿט דורך ניסים. איז לאָמיר זיך פּרוּוון פֿאַנאַנדערקלײַבן, ווי האָט זיך עס געקענט מיט אונדז אַזוי באַקומען. מען מוז דאָס טאָן, כּדי ניט דערלאָזן, אַז עפּעס ענלעכס זאָל זיך, חלילה, איבערחזרן. מען טאָר ניט דערלאָזן, אַז אונדזער גורל זאָל זײַן פֿון עמעצן אָפּהענגיק; ווײַל מיר, ייִדן, זײַנען שוין ביטער אָנגעלערנט געוואָרן.
ס׳איז אפֿשר נאַיִוו אַזוי צו מיינען, נאָר ס׳וואָלט זיך געוואָלט, אַז אַפֿילו ניט מער ווי אַזוינע באַטראַכטונגען וועגן דער חורבן־ליטעראַטור זאָלן אין דעם פּרט, כאָטש מיט עפּעס מיטווירקן. אויב ניט, איז צוליב וואָס די שווערע קאָפּ־ און האַרץ־האָרעוואַניע אין די מחיהדיקע, כאָטש עטוואָס קילע, ישׂראלדיקע פֿרימאָרגנס און אויך דאַן, ווען די ליכט אין מײַן צימערל וואָלט שוין באַדאַרפֿט זײַן פֿון לאַנג אויסגעלאָשן און בלויז אין אָפֿענעם פֿענצטער זאָל אַרײַנקוקן אַ באַקאַנטע שמאָלע פּאַסשײַן פֿון גאַס־לאַמטערן.
ס׳האָט שוין געהאַלטן בײַם איבערשיקן דעם מאַטעריאַל אין רעדאַקציע און אין די מינוטן האָט מיר פֿון ירושלים אָנגעקלונגען דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון רוסישן "פֿאָרווערטס" אין אַמעריקע, לעאָניד שקאָלניק, און מיטגעטיילט, אַז אין הײַנטיקן נומ׳ פֿון דער צײַטונג "האָרץ" איז פֿאַרעפֿנטלעכט אַ מאַטעריאַל, וואָס קען מיך פֿאַראינטערעסירן, ווײַל ס׳ווערט אויפֿגענומען, ווי אַ מין ווידערקול, אַן אָפּהילך פֿון יענע שוידערלעכע יאָרן, וועלכע איך האַלט אין איין דערמאָנען.
ווייסט איר דאָך, אַז הײַנט צו טאָג איז "פֿון מיר צו דיר" — ווי ווײַט איינער פֿון צווייטן זאָל ניט זײַן — אַן אָפּהאַלט פֿון געציילטע מינוטן. לייען איך צו ערשט די מיטטיילונג פֿון דער צײַטונג.
אין אָקטאָבער פֿון פֿאָריקן יאָר האָט ראָמואַלד־יעקבֿ וועקסלער־וואַזקינעל, דער פּוילישער קאַטוילישער פּריסטער, אַ פּראָפֿ׳ אינעם לובלינער קאַטוילישן אוניווערסיטעט, זיך געוואָנדן מיט אַ ביטע צו די ישׂראלדיקע מאַכט־אָרגאַנען מען זאָל אים דעלויבן אומצוקערן זיך; דערלויבן צו רעפּאַטרייִרן.
דער 66־יאָריקער קאַטוילישער גײַסטלעכער איז געבוירן געוואָרן אין 1943, אין דער ווילנער געטאָ. זײַנע עלטערן האָט זיך אײַנגעגעבן איבערצוגעבן דאָס קינד צו אַ יונג פּאָרפֿאָלק — פּאָליאַקן־קאַטוילן. צו זיבעצן יאָר האָט ראָמואַלד געמאָלדן זײַנע אַדאָפּטיר־עלטערן, אַז ער וויל מיט דער צײַט ווערן אַ פּריסטער. זיי האָבן געפּרוּווט אים אָפּצוריידן פֿון זײַן באַשלוס, אָבער ס׳האָט ניט געהאָלפֿן.
פֿון קינדווײַז אָן האָט ראָמואַלד געפֿילט, אַז אין זײַן אָפּשטאַמונג איז פֿאַרהוילן אַ סוד. אויף זײַנע עלטערן־סלאַוון איז ער, פֿאַרשטייט זיך, ניט געווען ענלעך און פּוילישע אַנטיסעמיטן האָבן עס אים געגעבן אָנצוהערן. ערשט פֿאַר איר טויט האָט זײַן צווייטע מוטער אים דערציילט וועמענס זון ער איז אויף אַן אמתן. אין ישׂראל האָט ראָמואַלד אויסגעזוכט זײַנעם אַ פֿעטער. בײַ אים האָט ער דערזען די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זײַנע עלטערן. זײַן טאַטע, יעקבֿ וועקסלער איז, זעט אויס, אומגעקומען בעת דעם "טויטמאַרש" פֿון די רעשטלעך העפֿטלינגען, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן פֿון שטוטהאָפֿער לאַגער. זײַן מאַמע, בתיה, צוזאַמען מיט איר ברודער, האָט מען דערשטיקט אין די גאַזקאַמערן פֿון סאָביבאָרער טויט־לאַגער.
די צײַטונג "האָרץ" געפֿינט פֿאַר נייטיק אָפּצומערקן, אַז דער צופֿאַל מיט ראָמואַלד־יעקבֿ וועקסלער־וואַזקינעל איז אוניקאַל בלויז אין דעם זין, וואָס ער איז אַ פּריסטער, אָבער אין פּוילן זײַנען נאָך פֿאַראַן ניט ווייניק ייִדן־קאַטוילן, וואָס דערוויסן זיך וועגן זייער ייִדישן אָפּשטאַם ערשט אין פֿיל צענדליקער יאָרן אַרום.