רעליגיע, קולטור, געשיכטע
דער לאַבירינט אין ווילאַ פּיזאַנאָ, וואָס ווערט דערמאָנט אינעם ספֿר "מסילת ישרים"
דער לאַבירינט אין ווילאַ פּיזאַנאָ, וואָס ווערט דערמאָנט אינעם ספֿר "מסילת ישרים"

די פֿאָרשונגען פֿון סימבאָלן פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט אין ייִדישקייט, בפֿרט אין קבלה און פֿאָלקס־קונסט. אויב מע פֿאַרשטייט דעם באַדײַט פֿון אַ סימבאָל, קאָן ער אויסגענוצט ווערן ווי אַ שליסל צו די סודות פֿון דער וועלט־"מאַטריקס" און ווי אַ מיטל פֿון אינערלעכער טראַנספֿאָרמאַציע.

איין אַזאַ אוראַלטער אוניווערסאַלער סימבאָל איז דער לאַבירינט, וואָס האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון אומצאָליקע מאָלער און אַזעלכע שרײַבער, ווי די פּאָסטמאָדערניסטן כאָרכע לויִס באָרכעס און אומבערטאָ עקאָ, אָדער דער פֿאַנטאַסט ראָבערט זשעלאַזני. במשך פֿון לכל־הפּחות 4,500 יאָר, האָבן די אוראַלטע פֿעלקער, פֿון די כינעזער און מצריים, ביז די גריכן און אַמעריקאַנער אינדיאַנער, באַטראַכט די לאַבירינטן ווי אַ טשיקאַוועס, אַן אינספּיראַציע־קוואַל פֿון לעגענדעס און משלים, און אַ טייל פֿון זייערע ריטואַלן און מעדיטאַציעס.

צווישן די אוראַלטע אייראָפּעיִשע פֿעלקער זענען געווען פֿאַרשפּרייט ריטואַל־טענץ אינמיטן אַ לאַבירינט, ווי אַ סימבאָלישער מאָדעל פֿונעם מענטשלעכן וועזן. מע האָט געגלייבט, אַז דער פֿאַרפּלאָנטערטער וועג צו דעם צענטער סימבאָליזירט די וואַנדערונגען פֿונעם מענטש אין דער וועלט, די זוכענישן פֿונעם אמת און תּכלית אינעם לעבן.

די הײַנטיקע קינדערשפּיל, וואָס מע רופֿט אויף ענגליש "האָפּסקאָטש" (hopscotch), שטאַמט, אַפּנים, פֿון אַ געניטונג בײַ די רוימישע סאָלדאַטן; אַ טייל היסטאָריקער האַלטן אָבער, אַז אירע שורשים זענען אַ סך עלטער, און האָבן צו טאָן מיט די אַמאָליקע לאַבירינט־טענץ. אין דײַטשלאַנד און אַ צאָל אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, רופֿט מען אָן דעם אָנהייב פֿון דער שפּיל "די ערד", דעם סוף "גן־עדן", און די מיט, וואָס מע מוז אַריבערשפּרינגען — "גיהנום". ס׳איז כּדאַי אויך צו באַמערקן, אַז די פּאָפּולערע מאָדערנע סכעמע פֿון "האָפּסקאָטש" זעט אויס אויסטערליש ענלעך צו דער סכעמע פֿון צען ספֿירות אין קבלה.

לויט דעם באַקאַנטן גריכישן מיטאָס, האָט דער העלד טעזיי דערהרגעט אין דעם לאַבירינט אויפֿן אינדזל קריט דעם מאָנסטער מינאָטאַווער, מיט דער הילף פֿון זײַן באַליבטער, אַריאַדנע, וועלכע האָט געגעבן טעזייען אַ פֿאָדעם, ער זאָל נישט פֿאַרבלאָנדזשעט ווערן.

די היסטאָריקער האַלטן, אַז אינעם אַלט־גריכישן קרײַז־טאַנץ — "כאָראָס" — האָבן די טענצער זיך געדרייט אין אַ מין לאַבירינט, פֿאַרבונדן מיט דער לעגענדאַרער קריטער פּאַסטקע. לויט די אַלטע צייכענונגען, האָט זי מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ גענוג־פּשוטע סטרוקטור מיט זיבן רינגען, וואָס פֿאָדערט, אין דער אמתן, נישט קיין "אַריאַדנעס פֿאָדעם", כּדי זי דורכצוגיין. אין דער אוראַלטער וועלט פֿלעגט מען בויען די לאַבירינטן דווקא אויף אַזאַ שטייגער — מסתּמא, צוליב דעם מיסטישן באַדײַט פֿון דער צאָל זיבן.

פֿונעם וואָרט "כאָראָס" שטאַמען צוויי באַקאַנטע ייִדישע ווערטער — האָראַ און קאַראַהאָד. דאָס הייסט, אַז אונדזערע הײַנטיקע טענץ האָבן אַ ווײַטע היסטאָרישע שײַכות מיט די אַמאָליקע גריכישע לאַבירינטן. ווייניק מענטשן ווייסן, אָבער, אַז ייִדן האָבן אויך אַ רײַכן און בפֿירושן סימבאָליזם פֿון לאַבירינטן.

הגם צווישן דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור און דער אוראַלטער גריכישער מיטאָלאָגיע ליגט אַ ריזיקער תּהום, געפֿינען מיר אין אונדזער טראַדיציע אויך אַ סך ענלעכע מאָטיוון, אין שײַכות מיט די לאַבירינטן: דער נצחון איבער די כּוחות פֿון סיטרא־אַחרא, דער פּלאָנטער־וועג פֿון דער נשמה צום הימל, און אַפֿילו "ריטואַלע טענץ" און ליבע.

יהושע און רחבֿ — אַ זיווג אינעם לאַבירינט

אין די אַלטע אילוסטראַציעס צום תּנ״ך ווערט די שטאָט יריחו, וואָס יהושע בן נון האָט איבערגענומען און צעשטערט, אָפֿט געשילדערט ווי אַ לאַבירינט מיט זיבן ווענט. לויט אַ פֿאָלק־מעשׂה, וואָס ווערט געבראַכט אינעם ייִדיש־אַראַבישן ספֿר "שי למורא", האָט אין יריחו געהערשט דער מלך שובך. ווען זײַן מאַמע, אַ מעכטיקע מכשפֿה, האָט דערזען די ייִדישע אַרמיי, האָט זי געשאַפֿן אַרום די ייִדן זיבן אײַזערנע ווענט. יהושע בן נון האָט געשיקט מיט אַ טויב אַ בריוו צו פּינחס, אַהרן־הכּהנס אייניקל, וועלכער האָט זיך געפֿונען אין אַן אַנדער אָרט. די מכשפֿה האָט געקוקט אויף די שטערן און פֿאַרשטאַנען, אַז איר איז נישט באַשערט צו באַשיצן ווײַטער די שטאָט; איר זון, דער מלך, האָט זי דערהרגעט פֿאַר אַזאַ פֿאָרויסזאָג. פּינחס איז געקומען און געבלאָזן שופֿר; די כּישוף־ווענט זענען געפֿאַלן, און די ייִדן האָבן צעשטערט די שטאָט.

דער גרויסער מקובל רבי משה קורדובֿירו (רמ״ק) דערקלערט, אַז די זיבן ווענט פֿון יריחו סימבאָליזירן די זיבן מדרגות פֿון סיטרא־אַחרא, וואָס שטייען קעגן די זיבן הייליקע ספֿירות, פֿון חסד ביז מלכות, און מוזן דורכגעבראָכן ווערן, כּדי אַ תּפֿילה זאָל קאָנען דערגרייכן דעם הימל.

די שטאָט יריחו — אַן אילוסטראַציע אינעם "פֿאַרהי־תּנ״ך", 14טער יאָרהונדערט
די שטאָט יריחו — אַן אילוסטראַציע אינעם "פֿאַרהי־תּנ״ך", 14טער יאָרהונדערט

דער נצחון אין יריחו סימבאָליזירט אויך אַן אומגעוויינטלעכע שידוך־מעשׂה. די ייִדן האָבן צוגעזאָגט דער כּנענישער זונה רחבֿ, וועלכע האָט אויסבאַהאַלטן אין איר שטוב די ייִדישע אויסשפּירער, פּינחס און כּלבֿ, אַז מע וועט נישט אָנרירן איר משפּחה, ווען זיי וועלן איבערנעמען די שטאָט. על־פּי מדרש, האָט זי זיך שפּעטער מגייר געווען, געוואָרן אַ גרויסע צדיקת, און חתונה געהאַט מיט יהושע בן נון. די חז״ל זאָגן, אַז רחבֿ איז געווען אַזוי וווּנדערלעך שיין, אַז אַפֿילו איר נאָמען פֿלעגט אַרויסרופֿן בײַ די מענער אַ שטאַרקן חשק.

רחבֿ האָט זיך פֿאַרנומען מיט איר זינדיקן פֿאַך פֿון קינדווײַז אָן, במשך פֿון פֿערציק יאָר. בײַ פֿופֿציק יאָר האָט זי זיך אָבער מגייר געווען, און געוואָרן אַ מוסטער פֿאַר אַן ערלעכער ייִדישער פֿרוי. דערפֿאַר, סימבאָליזירט די מעשׂה פֿון יריחו אויך דעם כּוח פֿון תּשובֿה, און איז אויך פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון זיוווּגים, וואָס דער באַשעפֿער שיקט צומאָל אויף אַן אינגאַנצן אומדערוואַרטן אופֿן. על־פּי־קבלה, איז דער דאָזיקער זיווג געווען אַ גרויסער תּיקון.

אין די דערמאָנטע מעשׂיות וועגן יריחו באַווײַזן זיך די זעלבע מאָטיוון, ווי אין דעם גריכישן און וועלט־פֿאָלקלאָר. דער הויפּט־העלד מוז דערגרייכן דעם צענטער פֿונעם לאַבירינט, אומברענגענדיק די סכּנותדיקע בייזע כּוחות, כּדי צו געפֿינען דאָס שלימות, בגשמיות און ברוחיות. דער וועג אינמיטן דעם לאַבירינט איז נישט גראָד; איידער מע קומט צו צו דעם ציל, מוז מען, צוערשט, קרײַזלען און וואַנדערן. צומאָל, קאָן מען דערגרייכן דעם צענטער בלויז מיט דער דרויסנדיקער הילף.

די דערמאָנטע מעשׂה וועגן די כּישוף־ווענט אַנטהאַלט אַ ספּעציפֿיש ייִדישן עלעמענט, וואָס באַווײַזט זיך אין אַ צאָל חסידישע מעשׂיות, ווי מיר וועלן זען ווײַטער. ווען מע לייזט די רעטעניש, געפֿינט מען אויס, אַז די "אײַזערנע ווענט" זענען געווען פֿון אָנהייב אָן בלויז אַ דמיון, וואָס צעפֿאַלט זיך, ווען מע דערגרייכט דעם ציל.

ס׳איז אינטערעסאַנט אויך, אַז אינעם נצחון איבער יריחו פֿיגורירט אויך אַ פֿאָדעם — הגם גאָר אין אַן אַנדער קאָנטעקסט, ווי אינעם גריכישן מיטאָס. כּדי די ייִדן זאָלן זי נישט דערהרגענען, האָט רחבֿ אויפֿגעהאַנגען אויף איר פֿענצטער אַ רויטן פֿאָדעם. דער פֿאָדעם האָט זי, סימבאָליש גערעדט, אַרויסגעפֿירט פֿונעם בייזן לאַבירינט.

דער אַשכּנזישער מינהג, ווען די כּלה גייט זיבן מאָל אַרום דעם חתן אונטער דער חופּה, האָט אַ פֿילזײַטיקן סימבאָלישן באַדײַט. ער איז פֿאַרבונדן מיט די זיבן טעג פֿון מעשׂה־בראשית, מיט די ספֿירות, ווי אויך מיט די זיבן קרײַזן, וואָס די ייִדישע מחנה האָט געמאַכט אַרום יריחו, ביז די ווענט פֿון דער שטאָט זענען געפֿאַלן. ווען מע האָט חתונה, מוז מען אויך צעברעכן אַלע גײַסטיקע ווענט, וואָס צעטיילן דעם חתן און כּלה. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין דעם פֿאַל, אין פֿאַרגלײַך מיט יהושע בן נון, שפּילט די כּלה אַן אַקטיווע ראָלע. אויב מע נעמט אין באַטראַכט דעם דערמאָנטן סימבאָליזם פֿון יריחו, קאָן מען זאָגן, אַז כּדי צו דערגרייכן איר חתן, מוז זי צוערשט דורכגיין אַ ווירטועלן לאַבירינט.

די שׂמחת־תּורהדיקע הקפֿות זענען אויך אַסאָציִיִרט מיט אַ סך פֿאַרשיידענע טעמים, בתוכם די מעשׂה וועגן יריחו. די ייִדן צעברעכן די זיבן ווענט פֿון קליפּה און יצר־הרע, וואָס טיילן זיי אָפּ פֿונעם אייבערשטן און פֿאַרפּלאָנטערן דעם שׂכל, כּדי מקבל צו זײַן זייער גײַסטיקע "כּלה" — די תּורה.

די זיבן קרײַזן סימבאָליזירן אויך די סטרוקטור פֿונעם אוניווערס. אין געוויסע חסידישע משפּחות זענען פֿאַרשפּרייט ספּעציעלע טראַדיציעס פֿון מיסטישע הקפֿות־טענץ. למשל, אַ טייל רביים שפּרינגען אַרום מיט אַ ספֿר־תּורה, "אויסשרײַבנדיק" די אותיות פֿונעם הייליקן שם־השם, וועלכע סימבאָליזירן אויך די קייט פֿון גײַסטיקע וועלטן. דורך אַזאַ טאַנץ, קאָן אַ צדיק גובֿר זײַן די גרענעצן פֿון עולם־הזה און דערגרייכן אַ דבֿקות מיטן באַשעפֿער.

צווישן געטלעכע און מענטשלעכע פּאַלאַצן

אין פֿאַרגלײַך מיט די מיטל־עלטערעכע קריסטן, האָבן די ייִדן, אויף וויפֿל מע ווייסט, נישט געבויט קיין לאַבירינטן. לכל־הפּחות איין ניט־ייִדישער לאַבירינט, "גן המבֿוכה", ווערט אָבער דערמאָנט אינעם באַקאַנטן ספֿר "מסילת־ישרים", פֿונעם גרויסן איטאַליענישן מקובל רבי משה־חיים לוצאַטו (דער רמח״ל). דער מחבר פֿאַרגלײַכט דעם לעבן־פּלאָנטער פֿונעם מענטש מיט אַ לאַבירינט־גאָרטן.

דער, וואָס האָט שוין גובֿר געווען זײַן יצר־הרע און דערגרייכט דעם ציל, דאָס טורעמל איבערן צענטער פֿונעם לאַבירינט, גיט דעם פֿאַרפּלאָנטערטן וואַנדערער עצות, וווּ צו גיין. דער, וואָס האָט אמונה, וועט פֿאָלגן די עצות און אויך געפֿינען דעם וועג צו דעם צענטער; דער, וואָס פֿאַרלאָזט זיך אויף זײַן יצר־הרע, וועט אָבער ווײַטער בלאָנדזשען צווישן די פֿאַלשע און בלינדע וועגן, טראַכטנדיק, אַז ער גייט אויפֿן ריכטיקן וועג.

די היסטאָריקער האַלטן, אַז דער רמח״ל האָט באַשריבן אין זײַן משל אַ קאָנקרעטן לאַבירינט, וואָס געפֿינט זיך אין ווילאַ פּיזאַני — אַ באַרימטער פּרעכטיקער פּאַלאַץ־קאָמפּלעקס אין ווענעציע־געגנט.

אויב אַ מענטש ווערט, חלילה, שטאַרק פֿאַרפּלאָנטערט אין זײַן לעבן־נסיעה, קאָן ער אַרײַנפֿאַלן אין די שיבֿעה־מדורי־גיהנום, וועלכע ווערן געשילדערט אויך ווי אַ שרעקלעכער לאַבירינט. די מקובלים זאָגן, אַז ווען מע שטאַרבט, קומט די נשמה צו אַ שיידוועג מיט טויזנט קאָרידאָרן; בלויז איינער פֿון זיי פֿירט אינעם הימל אַרײַן, און די אַנדערע — אין גיהנום; דער, וואָס האָט געשטרעבט צו לייזן דעם לאַבירינט פֿון עולם־הזה, פֿירנדיק אַ רעכטפֿאַרטיק לעבן, וועט אויך געפֿינען דעם ריכטיקן וועג צום גן־עדן.

אַפֿילו ווען מע באַזיגט טאַקע די בייזע כּוחות פֿון סיטרא־אַחרא, און מע דערגרייכט אַ הויכע גײַסטיקע מדרגה, מוז דער מענטש כּסדר לייזן נײַע רעטענישן. די גײַסטיקע וועלטן ווערן אָפֿט געשילדערט אין די קבלה־ספֿרים ווי אַ ריזיקער לאַבירינט פֿון געטלעכע "היכלות". דער מדרש "שיר השירים רבה" זאָגט, אַז מע קאָן זיך גרינג פֿאַרבלאָנדזשען אינעם "פּאַלאַץ" פֿון די געטלעכע סודות. וואָס האָט געטאָן דער גרויסער חכם, שלמה המלך? ער האָט מיטגעבראַכט מיט זיך אַ פֿאָדעם, וואָס האָט אים געוויזן דעם וועג צוריק.

אַן ענדלאָזיק פֿאַרפּלאָנטערט קניפּל אין אַן אילוסטראַציע צו "מורה נבֿוכים", קאַטאַלאָניע, 14טער יאָרהונדערט
אַן ענדלאָזיק פֿאַרפּלאָנטערט קניפּל אין אַן אילוסטראַציע צו "מורה נבֿוכים", קאַטאַלאָניע, 14טער יאָרהונדערט

נישט בלויז די וויזיעס און סודות פֿון אַ מיסטיקער זענען אַזוי "לאַבירינטיש". דער רמב״ם, אַ גרויסער ייִדישער פֿילאָסאָף־ראַציאָנאַליסט, פֿאַרגלײַכט דעם וועג צו דער פֿילאָסאָפֿישער חכמה צו אַזאַ פּאַלאַץ, אין זײַן ספֿר "מורה נבֿוכים". דער נאָמען פֿונעם ספֿר גופֿא מיינט "אַ וועגווײַזער פֿאַר פֿאַרבלאָנדזשעטע". ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין די אַלטע אילוסטראַציעס צו "מורה נבֿוכים" טרעפֿט זיך צומאָל אַן אַנדער סימבאָל — אַ פֿאַרפּלאָנטערט קניפּל, וואָס האָט נישט קיין אָנהייב און קיין סוף. אַזאַ סימבאָל איז אויך זייער אַלט, און איז פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט — פֿון אירלאַנד ביז טיבעט.

אַפֿילו אין דער שטרענגער מאַטעמאַטיק קאָן מען זיך נישט באַגיין אָן לאַבירינטן. אַזלעכע פֿאַרפּלאָנטערטע קניפּלעך, ווי אין די דערמאָנטע אילוסטראַציעס, ליגן אינעם יסוד פֿון דער "קניפּל־טעאָריע", אַן אָפּטייל פֿון טאָפּאָלאָגיע — אַ וויכטיק געביט פֿון מאַטעמאַטיק. די געשיכטע פֿון טאָפּאָלאָגיע האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ מין "לאַבירינטיקער" רעטעניש. דער באַרימטער מאַטעמאַטיקער לעאָנאַרד אוילער האָט זיך אַמאָל פֿאַרטראַכט, צי מע קען אַרומגיין אַלע בריקן פֿון זײַן היימשטאָט, קעניגסבערג, אַריבערגייענדיק יעדע בריק בלויז איין מאָל. פֿון זײַן אַנאַליז איז אויסגעוואַקסן די מאָדערנע טאָפּאָלאָגיע. מיט הונדערטער יאָר פֿאַר אוילערן, האָבן אַ טייל מקובלים זיך אינטערעסירט מיט ענלעכע פּראָבלעמען, הגם זיי האָבן נישט געפּרוּווט זיי צו פֿאָרמולירן מאַטעמאַטיש. למשל, דער מקובל רבי דוד הלוי, וועלכער האָט געלעבט בײַם טײַך דאַראַאַ, מאַראָקאָ, האָט אַנאַליזירט פֿאַרשיידענע "לאַבירינטן" פֿון ייִדישע אותיות און גימטריות.

דער באַרימטער ספֿר "סיפּורי מעשׂיות", פֿונעם גרויסן חסידישן צדיק רבי נחמן בראַצלעווער, איז דורכגעזאַפּט מיט דער "לאַבירינטישער" טעמע פֿון רעטענישפֿולע אַווענטורן און וואַנדערונגען. אין זײַן ספֿר "ליקוטי מוהר״ן", האָט רבי נחמן באַמערקט, אַז די אמונה גופֿא איז "אַזוי ווי אַ פּרעכטיקער פּאַלאַץ מיט אַ סך קאָרידאָרן און צימערן". אָן אמונה, וועט דער מענטש פֿאַרבלאָנדזשען אין זײַן אייגענעם "נשמה־פּאַלאַץ". אַ הײַנטצײַטיקער בראַצלעווער חסיד, הרבֿ עופר שלמה גיסין, האָט אַרויסגעלאָזט אַ סעריע קאָמפּאַקטלעך, וווּ עס ווערט אַנטוויקלט די דאָזיקע טעמע. די סעריע הייסט טאַקע "גן המבֿוכה" — "לאַבירינט".

לויט דעם באַרימטן משל פֿונעם בעל־שם־טובֿ, איז די גאַנצע וועלט אַ "כּישוף־פּאַלאַץ" מיט אַ סך ווענט, צוימען, לאַבירינטן, גריבער, טורעמס און סכּנותדיקע חיות, וואָס דער באַשעפֿער האָט אויפֿגעשטעלט, כּדי אויסצובאַהאַלטן זײַן פּרינצעסין — די הייליקע שכינה. דער, וואָס האָט אמונה און האָט נישט קיין מורא, וועט זי דערגרייכן; דעמאָלט וועט ער זען, אַז די גאַנצע וועלט איז בלויז אַ דמיון, אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם געטלעכן אין־סוף.

אינעם ייִדישן לאַבירינט־סימבאָליזם פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט פֿאַרשיידענע צייכענונגען אין די קבלה־ספֿרים, וואָס שילדערן די סטרוקטור פֿון די גײַסטיקע וועלטן. איין פֿאַרשפּרייטער מין בילדער, וואָס זעט אויס זייער ענלעך צו די מיטל־עלטערישע צייכענונגען פֿון יריחו, דעמאָנסטרירט, ווי דאָס געטלעכע ליכט דרינגט ארײַן דורך אַלע מדרגות פֿונעם וועזן. אין פֿאַרגלײַך מיט דעם יריחו־לאַבירינט, דערגרייכט דער שטראַל פֿון "אור אין סוף" גראָד דעם צענטער. מע קאָן זאָגן, אַז אינעם פּלאָנטער פֿון עולם־הזה ווערט דאָס געטלעכע ליכט אַליין "פֿאַרבלאָנדזשעט", אויסבאַהאַלטן, דערפֿאַר ווערט די גראַדע סטרוקטור פֿונעם אוניווערס פֿאַרוואַנדלט אין אַ רעטעניש.

אַן אַנדער געהיימנישפֿולער קבלהדיקער לאַבירינט באַשטייט פֿון די ייִדישע אותיות, און סימבאָליזירט די באַהאַלטענע סטרוקטור פֿון די ספֿירות, איידער זיי זענען אַנטפּלעקט געוואָרן פֿונעם געטלעכן קוואַל.

* * *

ווי אַזוי קאָן דאָס זײַן, אַז די לאַבירינטן ווערן פֿאַרבונדן כּמעט מיט די זעלבע ענינים אין אַזעלכע ווײַטע, אַפֿילו היפּוכדיקע קולטורן, ווי דער אוראַלטער גריכישער פּאַגאַניזם און, להבֿדיל, די אַשכּנזישע ייִדישקייט? מע מוז נישט זײַן קיין גרויסער חכם און מקובל, כּדי זיך צו דערטראַכטן צו אַזאַ סימבאָל, ווײַל דאָס לעבן גופֿא איז טאַקע אַ לאַבירינט. פֿונדעסטוועגן, שטימען די לאַבירינט־טראַדיציעס אַרום דער וועלט אַפֿילו אין אַזעלכע פּרטים, ווי דאָס שײַכות צו ליבע און רעליגיעזע טענץ.

אין דער הײַנטיקער וויסנשאַפֿט ווערן נישט זעלטן אויסגענוצט אַזוי־גערופֿענע צעל־אויטאָמאַטן — פּשוטע מאַטעמאַטישע מאָדעלן, וואָס דערמאָנען, אין אַ געוויסער מאָס, די נאַטירלעכע פּראָצעסן אין דער אַרומיקער וועלט. די דאָזיקע מאָדעלן ווערן דעמאָנסטרירט אין אַ צאָל שיינע אומזיסטע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען, ווי אויך גלײַך אויף דער אינטערנעץ:

www.mirekw.com/ca/mjcell/mjcell.html

די צעל־אויטאָמאַטן אַנטוויקלען זיך נאָך זייערע פּשוטע כּללים, וואָס רופֿן צומאָל אַרויס די עוואָלוציע פֿון קאָמפּליצירטע זיך־באַוועגנדיקע סטרוקטורן — אַ גאַנצער מין קונסט. אין דער כאַאָטישער אַנטוויקלונג פֿון די "צעלן" באַווײַזן זיך די זעלבע אָרנאַמענטן, וואָס ווערן כּסדר פֿאַרשוווּנדן און קומען אויף פֿון ס׳נײַ. צוליב געוויסע באַהאַלטענע כּללים, ווערן כאַאָס און סדר, פּלאָנטער און סימעטריע, וווּנדערלעך צונויפֿגעבונדן.

אַנטקעגן וואָס דערמאָן איך דאָס?

ס׳זעט אויס, אַז אינעם "מאַטריקס" פֿונעם אוניווערס, אין דער טיפֿער סטרוקטור פֿון דער וועלט און דעם מענטשלעכן שׂכל, שטעקט אויך אַזאַ באַהאַלטענער סדר. די זעלבע סטרוקטורן און פֿיגורן חזרן זיך איבער, ווידער און ווידער, אין פֿאַרשיידענע צײַטן, נאַטור־פּראָצעסן און קולטור־קאָנטעקסטן. אין די שטראָמען פֿון געשיכטע, וואָס זעען אויס פֿול מיט פּלאָנטער און צופֿעליקייט, קומען כּסדר אויף, ווידער און ווידער, די זעלבע סימבאָלן און אימאַזשן. די סימבאָלישע טראַדיציעס דריקן אָפֿט אויס די אינטימע נשמה־סודות פֿון אַ פֿאָלק, און פֿאָרט — בלײַבן זיי אוניווערסאַל, "זיך קײַקלענדיק" איבער דער וועלט במשך פֿון טויזנטער יאָרן.

ווי אַזוי קומט פֿאָר דער דאָזיקער פּראָצעס? גיי ווייס... אויב די וועלט אַליין איז אַן אייביקער לאַבירינט, וועלן אין איר תּמיד בלײַבן חידושדיקע רעטענישן.