רעצעפּטן

געוויסע ייִדן, וואָס פֿאַסטן יום־כּיפּור האָבן אַנטדעקט, אַז דער תּענות קומט אָן אַ סך גרינגער, ווען מע טרינקט פֿריִער אויס אַ גאַנצן פֿלאַש ספּאָרט־געטראַנק, ווי Poweraid אָדער Gatorade. די געטראַנקען באַשטייען פֿון עלעקטראָליטן (נאַטריום, קאַליום און כלאָרידן) — די זעלבע זאַלצן, וואָס געפֿינען זיך אינעם בלוט און אין די קעמערלעך פֿון אַ מענטשן, און וואָס העלפֿן דעם גוף פֿונקציאָנירן ווי געהעריק.

ווען מע טרינקט אויס אַ פֿלאַש דערפֿון, גיט עס צו כּוח, וואָס גילט אויף כּמעט אַ גאַנצן מעת־לעת. זינט איך האָב אַליין אָנגעהויבן דאָס אויסטרינקען פֿאַר אַ תּענית, ווער איך נישט אַזוי שוואַך און שלעפֿעריק ווי אַמאָל.

אַן אַנדערע זאַך וואָס איך האָב באַמערקט איז, אַז נאָך נעילה, איז דער בעסטער אופֿן אָפּצופֿאַסטן דווקא נישט מיט אַ גרויסן מאָלצײַט, נאָר מיט עפּעס, וואָס איז לײַכט צו פֿאַרדייען, ווי, למשל, קאַשע. אָט דער ווײַטערדיקער רעצעפּט איז פֿאַר האָבערגריץ (oatmeal) מיט קאַרשן.

3/4־1 טעפּלעך וואַסער
1 טעפּל האָבערגריץ
1/8 לעפֿעלע זאַלץ, אויב איר ווילט
1/4 טעפּל געטריקנטע קאַרשן
1/2 לעפֿעלע וואַניל
2 לעפֿל קאַרשן־אײַנגעמאַכטס
1/4 טעפּל מילעך

הייצט אָן דאָס וואַסער, האָבערגריץ און געטריקנטע קאַרשן אין אַ קליינעם טאָפּ. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און קאָכט בערך 5 מינוט. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער, מישט אַרײַן דעם וואַניל און אײַנגעמאַכטס. צעטיילט די פּאָרציעס אין שיסלען און גיסט צו אַ ביסל מילעך.