|
Emil Draitser. Shush!
Growing Up Under Stalin: A Memoir.
Berkeley: University of California Press, 2008. |
|
אין זײַנע זכרונות דערציילט עמיל דרייצער, פּראָפֿעסאָר פֿון רוסיש אין האַנטער־קאָלעדזש אין ניו־יאָרק, וועגן זײַנע שול־יאָרן אין אָדעס גלײַך נאָך דער מלחמה. דאָס בוך הייבט זיך אָן מיט דעם צוריקקומען פֿון דער משפּחה פֿון דער עוואַקואַציע, אין 1945, און ענדיקט זיך מיט סטאַלינס טויט, אין 1953. געוויינטלעך, ווען מען טראַכט וועגן דער דאָזיקער תּקופֿה אין דער סאָוועטיש־ייִדישער געשיכטע, דערמאָנט מען די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, דעם מאָרד פֿון שלמה מיכאָעלס, די קאַמפּאַניע קעגן קאָסמאָפּאָליטן, דעם 12טן אויגוסט.
ווייניקער איז דעם עולם באַקאַנט דאָס לעבן פֿונעם סאָוועטיש־ייִדישן עמך, פֿון פּראָסטע ייִדן, וועלכע האָבן פּשוט געוואָלט צוריק אויפֿשטעלן זייער לעבן נאָך דער מלחמה־צײַט.
דרייצערס זכרונות פֿילן אויס אָט דעם דאָזיקן היסטאָרישן בלויז. זײַן בוך איז פֿול מיט לעבעדיקע פּרטים און שאַרפֿע אָבסערוואַציעס, וואָס רעקאָנסטרויִרן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון אַ ייִדישער משפּחה פֿון אַ גאַנץ יאָר אין אָדעס אונטער סטאַלינס שליטה. דער יונגער מיליע (זײַן אמתר נאָמען איז געווען שמואל, אָבער דער קלאַנג "או" איז אים געווען אַזוי שטאַרק דערווידער, אַז ער האָט געביטן שמואל אויף עמיל) איז געווען אַ קלוגער און וווילער בחור, וועלכער האָט שטאַרק ליב געהאַט די רוסישע שפּראַך און קולטור. אַ גוטער תּלמיד אין שול, האָט ער אויפֿגענומען די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר ריין געלט און זיך געפֿילט אָפּגעפֿרעמדט מיט זײַנע "צוריקגעשטאַנענע" ייִדישע עלטערן.
דאָס בוך איז באַזונדערס אינטערעסאַנט אין צוויי הינזיכטן. ערשטנס, ווי אַ מין סאָוועטיש־ייִדישער בילדונג־ראָמאַן. זײַן העלד באַמיט זיך צוצופּאַסן צום סאָוועטישן לעבנס־שטייגער, אָבער ער ווערט בהדרגה אַרײַנגעצויגן אינעם שטראָם פֿון אונטער־ערדישער "ייִדישקייט". צווייטנס, איז דאָס אַן אמתדיקע באַשרײַבונג פֿון דער טאָג־טעגלעכער עקזיסטענץ אין אָדעס אין יענע יאָרן. אַ לייענער, וואָס איז באַקאַנט מיט דער סאָוועטיש־ייִדישער געשיכטע, לויט די אַמעריקאַנער פֿאָרשונגען, וועלכע קאָנצענטרירן זיך, דער עיקר, אויף אַסימילאַציע און אַנטיסעמיטיזם, וועט זיך מן־הסתּם חידושן, ווי טיף ס׳איז דער ייִדישער לעבנס־שטייגער געווען אײַנגעוואָרצלט אינעם לעבן פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה פֿון די אָדעסער ייִדן.
די משפּחה דרייצער האָט געהערט צו אַ ברייטער סאָציאַלער גרופּע פֿון האַלב־לעגאַלע אַרבעטער, וועלכע האָבן באַקומען פּרנסה פֿון דער אונטער־ערדישער עקאָנאָמיע. דער פֿאָטער איז געווען אַ מאַליער, וועלכער האָט געמאַכט רעמאָנטן בײַ די אָדעסער תּושבֿים. פֿאָרמעל איז ער געווען אָנגעשטעלט אין אַ מלוכישער אונטערנעמונג, אָבער אין דער אמתן האָט ער געאַרבעט פּריוואַט. עמיל דרייצער דערקלערט די מעכאַניק פֿון דער דאָזיקער "לינקער" עקאָנאָמיע, וואָס האָט געבליט אַפֿילו אין די סאַמע שוואַרצע יאָרן פֿון סטאַלינס רעזשים. דער פֿאַרנעם פֿון דער דאָזיקער עקאָנאָמיע איז געווען ממש אויסערגעוויינטלעך, בפֿרט ווען מען נעמט אין באַטראַכט, אַז יעדער שריט פֿון אַ סאָוועטישן בירגער איז געווען קאָנטראָלירט דורך דער געהיימער דינסט פֿון דער "מלוכישער זיכערקייט".
דווקא ווײַל עמילס טאַטע האָט פֿאַרדינט פּריוואַט, האָט די משפּחה אָפּגעהיט מער ייִדישע מינהגים איידער די "אַסימילירטע" ייִדן. אָבער ווי עס איז אויך געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר יענער צײַט, האָבן די עלטערן ניט געוואָלט דערציילן וועגן ייִדישע מינהגים און טראַדיציעס זייערע קינדער, בפֿרט ווען זיי זײַנען נאָך געווען יונג. אַזוי אַרום איז עמילס דערציִונג געגאַנגען אין צוויי קעגנזײַטיקע ריכטונגען. אין דער שול האָט מען אים דערצויגן אין דעם סאָוועטישן גײַסט, בעת אין דער היים איז ער פּאַמעלעך באַקאַנט געוואָרן מיט זײַנע ייִדישע וואָרצלען. די צוויי פֿאַרשידענע פּערזענלעכקייטן זײַנע האָבן עקזיסטירט איינע לעבן דער אַנדערער, אָבער האָבן זיך ניט צונויפֿגעמישט.
דער יונגער פּיאָנער מיליע איז געווען זיכער, אַז ער האָט תּמיד גערעדט די ריינע רוסישע שפּראַך. דערבײַ האָט ער קיין מאָל ניט באַמערקט, אַז צו זיך רעדט ער טאַקע יאָ ייִדיש. זײַן ייִדישער "זיך" ווערט גובֿר דעם סאָוועטישן אין דעם מאָמענט, ווען זײַן מאַמע נעמט אים מיט מיט זיך צו קויפֿן מצות אויף פּסח, וואָס מען באַקט בײַ דער שיל אין דער ווײַטער געגנט. דער ייִד, וואָס פֿאַרקויפֿט מצות, ווינטשט אַלעמען "אַ גוט יום־טובֿ", און יעדער קונה ענטפֿערט אים דאָס זעלבע. דרייצער שרײַבט׃ "אַ 'גוט יום־טובֿ’ קלינגט ווי אַ פּאַראָל. איך בין אַן אייגענער. מען קאָן זיך פֿאַרלאָזן אויף מיר. מיר דאַכט זיך, אַז פּונקט אַזוי האָבן די באָלשעוויקעס אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געדרוקט אין געהיימע אונטערערדישע טיפּאָגראַפֿיעס זייערע פּראָקלאַמאַציעס קעגן דעם צאַרישן רעזשים".
אָבער די ייִדישע מינהגים, וואָס די משפּחה היט אין דער היים, האָבן ניט קיין אינהאַלט, וואָס מען קאָן דערקלערן מיט ווערטער. אויף פּסח מאַכט מען אַ סעודה, אָבער קיין הגדה לייענט מען נישט. עס איז פֿאַרבליבן בלויז איין און איינציקער מינהג בײַם סדר — דאָס אָפּהיטן פֿונעם אַפֿיקומן — ווײַל אַזוי האָבן די טאַטע־מאַמע געטאָן אין זייערע קינדער־יאָרן. יום־כּיפּור פֿלעגן די עלטערן גיין אין שיל, און די קינדער זײַנען געגאַנגען אין שול אָנגעטאָן אין זייערע בעסטע קליידער. די אַנדערע יום־טובֿים האָט מען געפֿײַערט אין דער היימישער סבֿיבֿה מיט געהעריקע מאכלים׃ האָמענטאַשן אויף פּורים, עפּל מיט האָניק אויף ראָש־השנה.
די גזירות און רדיפֿות פֿון 1948—1953 האָבן ווייניק באַרירט די משפּחה דרייצער, ווײַל עקאָנאָמיש, איז זי געווען אומאָפּהענגיק פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. דער טאַטע פֿלעגט הערן די אויסלענדישע ראַדיאָ־סטאַנציעס אויפֿן ראַדיאָ, וואָס ער האָט געקויפֿט אין אַ קאָמיסיאָן־קראָם. אָדעס איז געווען אַן אינטערנאַציאָנאַלער פּאָרט, און דערפֿאַר האָט מען דאָרט געקאָנט קריגן כּלערליי מינים אויסלענדישע זאַכן.
עמיל דרייצערס זכרונות איז אַ בוך, וואָס איז כּדאַי צו לערנען אין אַלע קורסן וועגן רוסיש־ייִדישער קולטור און געשיכטע. דער מחבר פֿאַרמאָגט אַ וואַרעמע דערציילערישע שטים, און דערצו נאָך אַ ממש עטנאָגראַפֿישן חוש פֿאַר פּרטים. עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ פֿולפֿאַרביק און לעבעדיק בילד פֿון דער תּקופֿה, וואָס איז ווייניק באַקאַנט דעם הײַנטיקן דור לייענער.