פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

יענע וואָך האָט מען אין דער צײַטונג "ניו־יאָרק טײַמס" געשריבן וועגן דער רעאַקציע אין דער פֿרומער קהילה אויפֿן פּסק־הלכה אין ישׂראל, אַז צו פֿאָרן אויף אַ שבת־ליפֿט איז מחלל־שבת. דער רעפּאָרטער, פּאָל וויטעלאָ, האָט באַזוכט די ייִדישע אײַנוווינער פֿון אַ ריזיקן דירות־הויז אויף דער איסט־סײַד אין מאַנהעטן און געפֿרעגט בײַ זיי אַ מיינונג, און ער האָט באַקומען פֿאַרשיידענע ענטפֿערס. אַ טייל ייִדן האָט דעם פּסק אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט; די אַנדערע האָבן אַרויסגעוויזן חידוש בײַם דערהערן די נײַעס, און אַנדערע האָבן געטענהט, "אַז זיי וועלן וואַרטן צו הערן נאָך אַנדערע מיינונגען, ווײַל דער פּסק איז נישט קלאָר."

ווי וויכטיק די נײַעס זאָל נישט זײַן פֿאַר פֿרומע לײַט איבער דער וועלט, האָט זי נאָך מער צעטומלט די חרדישע ייִדן אין מדינת־ישׂראל, ווײַל מיט אַכט יאָר צוריק האָט די כּנסת אײַנגעפֿירט אַ געזעץ, אַז אַלע בנינים וואָס פֿאַרמאָגן מער ווי איין ליפֿט, דאַרפֿן מאַכן איינעם פֿון זיי ווי אַ "שבת־ליפֿט".

דער "טײַמס"־אַרטיקל האָט באַהאַנדלט די טעמע מיט אַ שמייכל, אָבער בײַ דער פֿרומער וועבזײַט און נײַעס־אַגענטור, וואָס הייסט "וואָס איז נײַעס?" האָט מען באַשריבן די בשׂורה מיט מער ערנסטקייט און פּינקטלעכקייט. צום ערשטן מאָל האָט דער גרויסער פּוסק, הרבֿ יוסף שלום אלישיבֿ, זיך באַטייליקט אין אַזאַ פּסק קעגן שבת־ליפֿטן, אין וועלכן עס שטייט בפֿירוש, אַז דאָס פֿאָרן אין אַזאַ ליפֿט איז "ממש אַ חילול־שבת". עס האָבן אויך אונטערגעשריבן דעם פּסק שמואל הלוי וואָסנער, הרבֿ חיים קאַניעווסקי און הרבֿ נסים קאַרעליץ. די רבנים האָבן זיך צוגעהערט צו די ליכט־טעכניקער, אינזשענירן און מבֿינים אין דער טעכנאָלאָגיע פֿון ליפֿטן, און געקומען צום אויספֿיר, אַז סײַ פֿאָרנדיק אַרויף, סײַ פֿאָרנדיק אַראָפּ, שאַפֿט דער ליפֿט כּוחות און ענערגיע, וואָס זענען גלײַך צו אַ מלאָכה, וואָס מע טאָר נישט טאָן שבת.

און באַלד האָבן אַנדערע רבנים געענטפֿערט, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ צווייטע זײַט פֿון דעם ענין, און די סיבות, פֿאַרוואָס מע האָט אַרויסגעגעבן אַזאַ פּסק האָט מען נישט מסביר געווען.

לייענענדיק די נײַעסן, האָב איך זיך דערמאָנט אין דער פֿאָרש־אַרבעט פֿונעם פֿאָלקלאָריסט אַלען דאָנדעס פֿון בערקלי־אוניווערסיטעט, וואָס האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך מיטן טיטל — "דער שבת־ליפֿט און אַנדערע שבת־אָפּנאַרערײַען" [The Sabbath Elevator and other Sabbath Subterfuges]. פּראָפֿ׳ דאָנדעס, באַקאַנט פֿאַר זײַנע פֿרוידיאַנישע אויסטײַטשונגען פֿון פֿאָלקלאָר, האָט זעלטן ווען אַנאַליזירט דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר אָדער די מינהגים. אָבער אין דעם פֿאַל האָט אים צוגעצויגן דער געדאַנק, אַז ייִדן באַמיִען זיך "אויסצומײַדן מינהגים און דעם ייִדישן כאַראַקטער".

אַלען דאָנדעס, אַ וועלטלעכער ייִד, האָט צום ערשטן מאָל געהערט וועגן שבת־ליפֿטן, ווען ער איז געקומען אויף אַ פֿאָלקלאָר־זיצונג אין חיפֿה און באַמערקט אין זײַן האָטעל דאָס שילדל — "שבת־ליפֿט" — אויף איינעם פֿון זיי. ווען דער האָטעל־אַרבעטער האָט אים דערקלערט וואָס דאָס איז אַזוינס, האָט ער געקוויטשעט מיט געלעכטער (און פֿאַרשעמט זײַן פֿרוי). דערנאָך האָט ער זיך גענומען צום לייענען די ריזיקע ליטעראַטור וועגן שבת און הלכה. דאָנדעס גיט אָנצוהערן, אַז די אַלע אָנשטרענגען "אויסצומײַדן" די ייִדישע טראַדיציע, געזעץ און מינהג, וואָס דער געדאַנק פֿונעם "שבת־ליפֿט" טראָגט אין זיך, קען פֿאַררעכנט ווערן ווי אַ מין "ייִדישער פֿאָלקלאָר".

די פֿיגור פֿונעם שבת־גוי איז אויך אַ מיטל, אין זײַנע אויגן, אויסצומײַדן ייִדישע טראַדיציע. זיכער האָט זיך אַנטוויקלט אַ פֿאָלקלאָר אַרום דעם שבת־גוי, וואָס דאַרף נאָך אויסגעפֿאָרשט ווערן פֿונעם פֿאָלקלאָריסטישן קוק. דער היסטאָריקער יעקבֿ כּץ האָט אָנגעשריבן אַ היסטאָרישע שטודיע וועגן דעם שבת־גוי, אָבער זיך נישט באַניצט מיט בעל־פּהיִשע רעסורסן, וואָס וואָלטן אַ סך צוגעגעבן. מײַן טאַטע האָט מיר דערציילט, למשל, אַז דער שבת־גוי אין זײַן בוקעווינער שטעטל סערעט האָט גוט געקענט ייִדיש און הלכה און געזאָגט די קינדער אויף מאַמע־לשון, ווען זיי האָבן זיך דערנענטערט צו די שבת־ליכט — "קינדער, מע טאָר נישט. ס׳איז מוקצה!" שלום־עליכם האָט, ווי באַקאַנט, אויך אויסגעניצט די טעמע אין זײַנע ווערק.

פֿון דאָנדעס וויסנשאַפֿטלעכער פּערספּעקטיוו האָט דער ייִד טאַקע אָנגענומען אויף זיך דאָס גרויסע אַחריות פֿון פֿירן דאָס לעבן לויט דער תּורה; ער האָט אָבער אויך אַנטוויקלט קלוגע, אַפֿילו כיטרע, אופֿנים זיי בײַצוקומען. דאָס איז שייך נישט נאָר די דינים פֿאַר שבת, נאָר אויך כּשרות. הומאָר שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון אויסמײַדן הלכה אָדער מינהג.

מע דערציילט, למשל, אַ וויץ וועגן פֿרויעם גרײַדינגער פֿון גאַליציע. אַהיימגייענדיק פֿרײַטיק־צו־נאַכטס האָט ער געזען, אַז שפּעט אין דער נאַכט זענען זײַנע זיידע־באָבע נאָך נישט געשלאָפֿן. ער איז אַרײַן אין זייער הויז און די שבת־ליכט האָבן נאָך געברענט. "פֿאַרוואָס שלאָפֿט איר נישט?" האָט ער בײַ זיי געפֿרעגט, און זיי האָבן אים געענטפֿערט, אַז "די שבת־ליכט ברענען דאָס מאָל אַ סך לענגער ווי געוויינטלעך, און צוליב זיי קענען מיר זיך נישט לייגן שלאָפֿן. דאָס הויז קען חלילה פֿאַרברענט ווערן. אָבער ס׳איז דאָך שבת, טאָרן מיר זיי נישט אויסלעשן. קיין פּויער וואָס זאָל זיי פֿאַרלעשן, איז אויך נישט פֿאַראַן." פֿרויעם האָט געגעבן אַ טראַכט, און געפֿרעגט בײַם זיידן, שטייענדיק פֿאַר די ליכט — זאָג מיר זיידע, ווען איז פּורים?" און בײַ דער "פּ" אינעם וואָרט "פּורים" האָט ער געגעבן אַזאַ בלאָז, אַז ער האָט דאָס ליכטל אויסגעלאָשן. שטייענדיק פֿאַרן צווייטן ליכטל האָט ער ווײַטער געפֿרעגט — "און ווען איז פּסח?" און נאָך אַ מאָל, בײַ דער "פּ" אין "פּסח" האָט זײַן בלאָז אויסגעלאָשן דאָס צווייטע ליכטל.

— אַ מער מאָדערנער וויץ וואָס באַטאָנט די מיטלען פֿון ייִדן זיך "אַרויסצודרייען" פֿון דינים, און דערמאָנט אין אַלטע משׂכּילישע חכמות, דערציילט מען אַזוי: אַ ייִד, אַ קריסט און אַ מוסולמענער האָבן צווישן זיך גערעדט — ווער פֿון זיי איז דער פֿרומסטער? האָט דער מוסולמענער געזאָגט: "איך האָב געריטן אויף אַ קעמל אין מיטן מידבר, און אַ זאַמד־שטורעם האָט זיך מיט אַ מאָל אַרומגעדרייט אַרום מיר, אָבער איך האָב געבעטן בײַ אַלאַ, און אַ הונדערט מעטער אַרום מיר איז דער שטורעם געוואָרן שטיל. איך בין געוואָרן אַ רעליגיעזער מוסולמענער און קען דעם קאָראַן אויסנווייניק."

זאָגט דער קריסט, אַז ווען ער האָט געכאַפּט פֿיש איין מאָל אין מיטן פֿון אַן אָזיערע אין אַ שיפֿל, איז אָנגעקומען אַ שטורעם און ער האָט תּפֿילה געטאָן בײַ זײַן גאָט, און אַרום אים, פֿאַר אַ הונדערט מעטער, איז דער שטורעם שטיל געוואָרן. ער איז באַלד נאָך דעם געוואָרן אַ לערער פֿון קריסטלעכקייט פֿאַר קינדער.

דערציילט דער ייִד — "איין טאָג בין איך געגאַנגען אויף דער גאַס אין די טײַערסטע קליידער און געזען אַ שוואַרץ זעקל פֿאַר מיר. איך האָב אַרײַנגעקוקט אין זעקל און געזען, אַז דאָס זעקל איז פֿול מיט געלט. אָבער ס׳איז געווען שבת! האָב איך אָבער נישט פֿאַרלוירן מײַן אמונה און געבעטן דעם רבונו־של־עולם, און מיט אַ מאָל איז אַרום מיר, פֿאַר פֿינף הונדערט מעטער געוואָרן דינסטיק!"

"טריִומפֿן פֿון

"טריִומפֿן פֿון עם-הארצות" (גענוצט אין זעלביקן נומער דורך ד"ר גענאַדי עסטרײַך אויף אַ וועלטלעכע טעמע) וואָלט געווען אַ גוט קעפּל אויך פֿאַר די פֿאָלקלאָריסטישע מחלל־שבת דערציילונג פֿון ד"ר גאָטעסמאַן...