די מיטגלידער פֿון דער "דניאל גווירצמאַן טאַנץ־טרופּע" אין אַ סצענע פֿונעם ווערק "שבֿט" |
Gretchen Handloser |
ד״ר מעלווין קאָנער, אַן אַנטראָפּאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אין "עמאָרי־אוניווערסיטעט" אין אַטלאַנטע, דזשאָרדזשיע, האָט הײַיאָר אַרויסגעלאָזט אַן אייגנאַרטיק בוך, The Jewish Body (דער ייִדישער גוף), וווּ ער דיסקוטירט אַרום דעם ייִדישן צוגאַנג צום גוף, ווי עס ווערט אָפּגעשפּיגלט אין די ייִדישע ריטואַלן, קולטור און געשיכטע. צווישן די טעמעס וואָס ער באַרירט זענען ברית־מילה, סעקסועלע באַציִונגען, די פֿאַרשידענע פֿיזישע שילדערונגען פֿונעם ייִד (דער אויסגעדאַרטער, אײַנגעהויקערטער ישיבֿה־בחור, אַקעגן דעם מוסקוליעזן סאַבראַ); די צוצייִקייט פֿון דער בלאָנדער "שיקסע" בײַ אַ סך ייִדישע מאַנסבילן, און ווי פֿרויען פּרוּוון אויסצוזען ווייניקער ייִדישלעך דורך אַ נאָז־קאָרעקטור; די אַנטיסעמיטישע פּאָרטרעטן ווי, למשל, ייִדן מיט הערנער אויפֿן קאָפּ אָדער אַ לאַנגער, קרומער נאָז, אאַז״וו.
אינספּירירט פֿון דעם בוך האָט דער ליטעראַרישער און קולטור־זשורנאַל "נעקסט־בוק" באַצייכנט די פֿאַרגאַנגענע וואָך — דעם 18טן ביזן 25סטן אָקטאָבער — ווי "די וואָך פֿונעם ייִדישן גוף". ווי אַ טייל פֿון דער פֿײַערונג האָט דער "מוזיי אויף עלדרידזש־גאַס" אָנגעפֿירט מיט אַ טור פֿון די ראָמאַנטישע ערטער און טאַנץ־זאַלן אין דער "איסט סײַד", וווּ די ייִדישע אימיגראַנטן פֿלעגן שפּילן זייערע ליבעס. אינעם "ווײַ" אויף דער פֿערצנטער גאַס האָבן ד״ר קאָנער און אַנדערע אָנגעזעענע ייִדישע קולטור־טוער זיך באַטייליקט אין אַ סימפּאָזיום וועגן דער שילדערונג פֿונעם ייִדישן און ישׂראלדיקן גוף אין ייִדישע טעקסטן און קונסטוואַרג. אין דער "סינאַגאָגע אויף דער זעקסטער גאַס" האָט מען אָנגעפֿירט מיט אַ קונסט־וואַרשטאַט וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן דעם ייִדישן מיסטיציזם און דעם ווײַבערישן גוף, און פֿערצן אַנדערע סעסיעס איבער מאַנהעטן.
דער הויכפּונקט פֿון דער וואָך איז אָבער געווען די וועלט־פּרעמיערע פֿונעם טאַנצווערק, "שבֿט", דורכגעפֿירט פֿון דער "דניאל גווירצמאַן־טאַנצטרופּע" אינעם "מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה". דער טאַנץ, וואָס "נעקסט־בוק" האָט ספּעציעל באַשטעלט לכּבֿוד דער "וואָך פֿונעם ייִדישן גוף", דריקט אויס אויף אַ פֿיזישן אופֿן די ווערטן און סימבאָלן פֿון דער ייִדישער טראַדיציע און געשיכטע.
די דרײַ מענער און דרײַ פֿרויען אויף דער בינע האָבן אַלע געטראָגן סאַמעטענע העמדלעך און הייזקעס (קורצע הויזן), געשאַפֿן דורכן ייִדישן דיזײַנער, לוי אָקונאָוו. אין ס׳רובֿ טאַנץ־פֿאָרשטעלונגען טראָגן די טענצער בדרך־כּלל אַ לאַנגן טאַנץ־אַנצוג ("ליאָטאַרד", בלע״ז), ווײַל עס מאַכט זיי אויסזען לענגער און גראַציעזער בעת זיי שוועבן איבער דער בינע. אָבער דאָ האָט מען בכּיוון זיי באַקליידט אין הייזקעס, כּדי צו ווײַזן די מוסקוליעזע שיינקייט פֿון דער מענטשלעכער פֿיגור. דער סאַמעט האָט דערמאָנט אין אַ ספֿר־תּורה־מענטעלע. בײַם שאַפֿן די קליידער האָט אָקונאָוו זיך באַמיט צו מאַכן יעדן קאָסטיום אַנדערש; בײַ איין טענצער זעט מען אַ ביסל מער פֿונעם רעכטן אַקסל; בײַ אַ צווייטן — אַ ביסל מער פֿונעם בויך. "דערבײַ האָב איך געוואָלט ווײַזן ווי דער גוף ווערט אַליין אַ טייל פֿונעם קאָסטיום," האָט אָקונאָוו באַמערקט.
דער כאָרעאָגראַף, דניאל גווירצמאַן, האָט בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" דערקלערט, אַז ער האָט געפּרוּווט צונויפֿוועבן פֿאַרשידענע באַגריפֿן וועגן דער וויכטיקייט פֿון אייניקייט, דעם כּוח פֿונעם ציבור און דער ייִדישער משפּחה.
אין דער ערשטער סצענע זעט מען אַ דועט פֿון צוויי מענער, וואָס דריקן זיך אויס מיט שאַרפֿע, געאָמעטרישע באַוועגונגען. "דאָס איז געווען פֿאַר מיר אַן אופֿן אַרויסצוברענגען דעם באַגריף פֿון ברודערשאַפֿט אין אונדזער געשיכטע," האָט גווירצמאַן באַטאָנט. זייערע באַוועגונגען דריקן אויס סײַ פֿרײַנדשאַפֿט, סײַ קעמפֿערישקייט, און דערפֿאַר דערמאָנט עס אַ ביסל אין די ערשטע ברידער פֿונעם חומש, קין און הבֿל. גלײַכצײַטיק רופֿן זייערע געאָמעטרישע אויסדרוקן אַרויס די היראָגליפֿן, מיט וועלכע די אור־אַלטע שבֿטים פֿלעגן פֿאַרשרײַבן און פֿאַראייביקן זייערע איבערלעבונגען פֿאַר די ווײַטערדיקע דורות.
דער ציוניסטישער פֿאָדעם וואָס וועבט זיך דורך דער פֿאָרשטעלונג — ווי, למשל, דאָס פֿײַערן דעם ייִדישן כּוח און גבֿורה, און דאָס אויסשטעלן זיך אין דער פֿאָרעם פֿון אַ מגן־דוד — קומען נאַטירלעך צו גווירצמאַן, וועלכער האָט אָנגעהויבן זײַן טאַנץ־קאַריערע מיט ישׂראלדיקע פֿאָלקסטענץ. במשך פֿון דער פֿאָרשטעלונג האָבן די טענצער פֿון צײַט צו צײַט טאַקע אַרײַנגעוועבט די באַקאַנטע באַוועגונגען פֿון די "ריקודי־עם".
"שבֿט" איז אָבער אַ פֿאָרשטעלונג נישט בלויז וועגן דעם ייִדישן פֿאָלק בכלל, אָבער אויך וועגן דער ייִדישער משפּחה און דעם יחיד בפֿרט. אין איין סצענע, טאַנצן אַ מאַן און אַ פֿרוי אויס אַ ליבע־דועט, ווען פּלוצלינג לויפֿן אָן די אַנדערע טענצער, און צעשיידן זיי מיט גוואַלד. די צוויי פּרוּוון זיך ווידער צונויפֿהעפֿטן, נאָר מע לאָזט זיי נישט. ווי גווירצמאַן האָט שפּעטער דערקלערט בעת אַ דיסקוסיע אויף דער בינע מיט דער טאַנץ־רעצענזענטין עליזאַבעט צימער, האָט ער אויף דעם אופֿן געהאָפֿט איבערצוגעבן די געמישטע געפֿילן פֿון מאַן־און־ווײַב, וואָס האָבן זיך ליב, אָבער טאָרן על־פּי־דין זיך נישט אָנרירן בעת זי געפֿינט זיך אין נידה (די צוויי וואָכן בשעת און נאָך דער מענסטרואַציע איידער זי טובֿלט זיך אין דער מיקווה).
אין אַ צווייטער סצענע, דערזעט מען פּלוצלינג אַן אומדערוואַרטע זאַך: אַ טענצערין הייבט אויף איינעם פֿון די מאַנסבילן. "איך האַלט, אַז אין דער משפּחה זענען מאַן־און־ווײַב סײַ אָפּהענגיק איינער פֿונעם צווייטן, סײַ גלײַכע שותּפֿים," האָט גווירצמאַן באַמערקט. בײַם צוקוקער האָט דער מאָמענט אָבער אויך אויסגעזען ווי אַ שילדערונג פֿון דער קלאַסישער אשת־חיל: במשך פֿון דער ייִדישער געשיכטע האָט די ייִדישע פֿרוי נישט בלויז דערצויגן די קינדער, אָבער אויך אויסגעהאַלטן די משפּחה, בעת איר מאַן האָט געלערנט תּורה. אין "שבֿט" ווערט זי געשילדערט ממש ווי דער רוקנביין פֿון דער משפּחה, ווי דער מענטש וואָס טראָגט דעם גאַנצן עול אויפֿן קאָפּ.
גווירצמאַן זאָגט, אַז ס׳איז אָבער נישט נייטיק אויסצוטײַטשן די באַוועגונגען פֿון דער פֿאָרשטעלונג. "דער עיקר — זאָגט ער — איז הנאה צו האָבן פֿון די טענצער און פֿון זייער נאַטירלעכער ענערגיע."