קונסט
"פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער מיט דער "פֿאָרווערטס"־אַרכיוואַרין חנה פּאָלאַק בײַ דער עפֿענונג
"פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער מיט דער "פֿאָרווערטס"־אַרכיוואַרין חנה פּאָלאַק בײַ דער עפֿענונג

אין סעפּטעמבער האָט זיך געעפֿנט די אויסשטעלונג — "יצחק באַשעוויס זינגער און זײַנע קינסטלער" בײַם "היברו־יונאָן־קאָלעדזש" אין מאַנהעטן. די אָפֿיציעלע עפֿענונג איז פֿאָרגעקומען דעם 15טן אָקטאָבער און די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אין דער גאַלעריע פֿונעם קאָלעדזש ביזן 2טן יולי 2010. דער "פֿאָרווערטס" איז איינער פֿון די שותּפֿים צו דער אויסשטעלונג, וואָס באַשטייט פֿון די אָריגינעלע קונסטווערק וואָס האָבן באַגלייט באַשעוויסעס ביכער אויף ענגליש און אַנדערע שפּראַכן. בײַ דער עפֿענונג האָט שמואל נאָריך, דער פֿאַרלעגער פֿון "פֿאָרווערטס", גערעדט וועגן דער לאַנגער פֿאַרבינדונג צווישן דעם "פֿאָרווערטס" און באַשעוויס. אַ טרופּע פֿון דער "פֿאָלקסבינע" האָט אויפֿגעפֿירט אַ סצענע פֿון איר באַאַרבעטונג פֿון דער דערציילונג "גימפּל־תּם". עטלעכע בריוו פֿונעם "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו פֿונעם מחבר זענען אויך אויסגעשטעלט געוואָרן.

17 קינסטלער האָבן אילוסטרירט 35 ביכער (כּמעט אַלע אויף ענגליש) פֿונעם נאָבעל־לאַורעאַט. די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג, לאָראַ קרוגער, באַטאָנט, אַז געוויסע אַספּעקטן פֿון באַשעוויסעס ווערק האָבן געשטימט מיטן עסטעטישן קוק און וועלטבאַנעם פֿון די מאָלערס. למשל, די קינסטלער אײַראַ מאָסקאָוויץ און רפֿאל סויער, ביידע פֿרײַנד פֿונעם מחבר, זענען פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿונעם פֿאַנטאַסטישן עלעמענט אין זײַנע ווערק און האָבן אויף אַן עקספּרעסיאָניסטישן אופֿן אויסגעדריקט דעם כּישוף אין זייערע אילוסטראַציעס. למשל: דער קאַמף מיט זינדיקייט אינעם מענטשן.

בײַ דער עפֿענונג: אַ גאַסט קוקט אויף אַן אילוסטראַציע פֿון מאַרגאָ צמח
בײַ דער עפֿענונג: אַ גאַסט קוקט אויף אַן אילוסטראַציע פֿון מאַרגאָ צמח

וועגן מאָסקאָוויצעס ווערק האָט באַשעוויס באַמערקט, אַז מאָסקאָוויץ "האָט געכאַפּט דעם רעליגיעזן קוק פֿון גאָט און זײַן וועלט אין זײַנע ווערק." אײַראַ מאָסקאָוויץ (1912—2001) האָט צוזאַמענגעאַרבעט אויף זעקס ביכער מיטן מחבר. רפֿאל סויער (1899—1987) האָט אילוסטרירט פֿיר ביכער; געשעענישן וואָס קומען פֿאָר סײַ אין פּוילן, סײַ אין ניו־יאָרק — די צוויי ערטער פֿון באַשעוויסעס בעלעטריסטיק.

דער באַקאַנטער "פּאָפּ־קונסט"־מאָלער, לאַרי ריווערס (געבוירן יצחק גראָסבערג, (1923—2002) האָט דרײַ אילוסטראַציעס געשאַפֿן פֿאַר אַן אויסגאַבע פֿונעם ראָמאַן "דער כּישוף־מאַכער פֿון לובלין", און מע זעט אויף דער אויסשטעלונג זײַן כאַראַקטעריסטישן סטיל, מיט צעשווענקטע ליניעס, אָדער אָפּגעמעקט צום טייל. דער באַקאַנטער קינדער־אילוסטראַטאָר, מאָריס סענדאַק (1928— ) האָט אין באַשעוויסעס קינדער־דערציילונג "זלאַטע די ציג" געשאַפֿן די בילדער אין זײַן היפּער־רעאַליסטישן סטיל, וואָס כאַפּט אויף די פֿינצטערע זײַט פֿון מענשטן.

אירענע ליבלעך: "פּאַרטיזאַנער אין וואַלד"
אירענע ליבלעך: "פּאַרטיזאַנער אין וואַלד"

מער אין אַ פֿאָלקישן קונסטסטיל שאַפֿט אירענע ליבליך (1923—2008), אַ פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכע האָט אָנגעהויבן צו מאָלן צו 48 יאָר. זי האָט אילוסטרירט צוויי פֿונעם מחברס ווערק, און מע פֿילט די שטעטל־ראָמאַנטישקייט אין אירע בילדער. וועגן אירע אילוסטראַציעס האָט באַשעוויס געזאָגט — "אירע ווערק האָבן וואָרצלען אין ייִדישן פֿאָלקלאָר און זענען געטרײַ דעם ייִדישן לעבן און גײַסט".

די אויסשטעלג נעמט אויך אַרײַן די באַקאַנטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ראָמאַן ווישניאַק (1897—2000). כאָטש באַשעוויס דערציילט וועגן געשעענישן פֿון פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, און ווישניאַק האָט ערשט פֿאָטאָגראַפֿירט די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן אנהייבנדיק פֿון 1935, האָט דער שרײַבער געפֿילט, אַז ווישניאַקס בילדער פֿון חדר־ייִנגלעך און חסידישן גאַסן־לעבן אין די שטעט און שטעטלעך פֿון פּוילן וואָלטן געגעבן דעם לייענער כאָטש אַ רמז אויף זײַנע יונגע יאָרן אין וואַרשע און אינעם טאַטנס בית־דין־שטוב.

נישט אַלע קינסטלער פֿון באַשעוויסעס ווערק זענען געווען ייִדן. דעס אַסמוסען (1913—2004), אַ דענישער קינסטלער האָט אילוסטרירט צוויי דערציילונגען, געדרוקט אינעם זשורנאַל "סאַטורדיי איוונינג פּאָסט", און די כאַראַקטערן זעען אויס ווי סקאַנדינאַווישע פּויערים. אַזוי ווי באַשעוויסעס ביכער האָט מען איבערגעזעצט אויף אַנדערע שפּראַכן, חוץ ענגליש, קען מען אויך זען פֿרעמד־שפּראַכיקע אויסגאַבעס מיט אַנדערע אילוסטראַטאָרס. למשל, די דײַטשע אויסגאַבע פֿון באַשעוויסעס קינדערבוך "דער קייסער פֿון כינע" האָט אילוסטרירט דער מאָלער דזשוליאַן דזשוסים (1946— ). בעת ווילאַים פּענע דובאַויס (1916—1993) האָט דאָס זעלבע ביכל אילוסטרירט אויף ענגליש.

רפֿאל סויער: "צירל, וווּ ביסטו צירל?
רפֿאל סויער: "צירל, וווּ ביסטו צירל?

איינער פֿון דעם מחברס באַליבסטע מאָלערס איז געווען מאַרגאָ צמח (1931—1989), וועלכע האָט געשאַפֿן בילדער צו פֿיר קינדער־ביכער, צווישן זיי: "מזל און שלימזל" און "ווען שלימיאל איז געגאַנגען קיין וואַרשע". ס'רובֿ אילוסטראַציעס אויף דער אויסשטעלונג האָבן באַגלייט באַשעוויסעס קינדער־ביכער, און קוקנדיק אויף זיי, דערמאָנט מען זיך, אַז באַזונדערע קינדער־ביכער אויף ייִדיש פֿון באַשעוויסן זענען קיין מאָל נישט אַרויסגעגעבן געוואָרן; בעת אויף ענגליש זענען זיי גאַנץ אָפֿט אַרויס יעדע פּאָר יאָר, אָנהייבנדיק פֿון די 1960ער יאָרן — אַ שאָד פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאַרן מחבר.

דער אַדרעס פֿונעם "היברו־יוניאָן־קאָלעדזש" איז: 1 וועסט 4טע גאַס אין מאַנהעטן. אַרײַנגאַנג איז פֿרײַ.