שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

אַלע יאָר ריכט איך אָפּ דעם ערשטן סדר בײַ אונדז. די קינדער און אייניקלעך, פּלימעניקעס און פּלימעניצעס קומען מיט זייערע משפּחות, און מיר פֿאַרברענגען זייער שיין. פּסח איז מײַן באַליבטסטער יום־טובֿ. הײַיאָר אָבער פֿאַלט אויס ערבֿ פּסח אין אַ מאָנטיק אָוונט. מײַן טאָכטער און איידעם וווינען צוויי שעה פֿון אונדז אין סאַן־דיעגאָ, און מײַן פּלימעניצע און איר משפּחה וווינען נאָך ווײַטער. אַלע מוזן פֿאָרן צו דער אַרבעט דינסטיק אין דער פֿרי (חס־וחלילה, מע זאָל זיך נעמען אַ טאָג פֿרײַ לכּבֿוד יום־טובֿ).

מײַן טאָכטער באַרבאַראַ האָט מיר געקלונגען און געזאָגט, אַז זי האָט גערעדט מיט דער גאַנצער משפּחה און זיי זענען אַלע מסכּים, אַז מע זאָל אָפּריכטן דעם סדר שבת צו נאַכטס אַנשטאָט דינסטיק אין אָוונט, כּדי מע זאָל קענען איבערנעכטיקן און זיך נישט זאָרגן וועגן אַהיימקומען שפּעט און דאַרפֿן אויפֿשטיין פֿרי פֿאַר דער אַרבעט. האָב איך געענטפֿערט באַרבאַראַן, אַז אויב משה־רבינו און די בני־ישׂראל וואָלטן אַרויסגעגאַנגען פֿון מצרים מיט צוויי טאָג פֿריִער, וואָלטן זיי זיך אַלע דערטראָנקען. מע קען נישט פּשוט בײַטן די דאַטע פֿונעם סדר. באַרבאַרא מאַכט מיך משוגע, אָבער איך הייב אָן צו טראַכטן, אַז אשפֿר בין איך צו אַלטמאָדיש. האַלט איר, אַז מע זאָל האַלטן דעם סדר מיט צוויי טעג פֿריִער?

אַ טראַדיציאָנעלע פֿרוי


טײַערע טראַדיציאָנעלע פֿרוי,

ניין, בײַט נישט די דאַטע פֿונעם סדר. אַזוי עצה איך אײַך, צוליב עטלעכע סיבות. קודם־כּל איז פּסח אַ יום־טובֿ וואָס שטייט אין דער תּורה. ווי ייִדן זענען מיר געבונדן צו אונדזער לוח און על־פּי־הלכה טאָר מען נישט בײַטן די טעג פֿון די יום־טובֿים. פּסח הייבט זיך אָן דעם 14טן טאָג אין ניסן. אַ סדר מיט צוויי טאָג פֿריִער וואָלט נאָר געווען אַ מין רעפּעטיציע און אַ "סדר־לבֿטלה".

צווייטנס, זענט איר דאָך דער מענטש וואָס ריכט אָפּ דעם סדר. איר וועט קאָכן און רייניקן און פֿאַרבעטן די געסט אַרײַן אין אײַער שטוב. דערפֿאַר דאַרפֿט איר באַשליסן די דאַטע. אויב אײַער טאָכטער האַלט דעם סדר, קען זי באַשליסן. אײַער משפּחה טאָר אויף אײַך נישט דריקן, איר זאָלט זיך דאָרנאָך פֿילן אומבאַקוועם.

נאָך אַ סיבה — אויב מע הייבט אָן פּסח מיט צוויי טעג פֿריִער, וועט איר דאַרפֿן עסן מצה צען טעג און ציילן עומר 52 טעג!


טײַערע חזנטע,

איך האָב עפּעס דורכגעלעבט זייער דראַמאַטישס דאָס יאָר. שוין 40 יאָר ווי איך האָרעווע אין מײַן לעבן־פֿאַרזיכערונג־פֿירמע און איך האָב בדעה זיך צו פּענסיאָנירן ווען איך ווער 65 יאָר אַלט. מײַן פֿרוי קוקט אַרויס אויף דעם שוין אַ לאַנגע צײַט. אָבער מיט אַ יאָר צוריק האָט מײַן פּענסיע־אינוועסטירונג געהאַלטן כּמעט גאָרנישט. איצט דאַרף איך אַרבעטן ביז 75 יאָר כּדי צו פֿאַרדינען גענוג געלט, אַז מײַן פֿרוי און איך זאָלן קענען אַלט ווערן אָן קיין פֿינאַנציעלע זאָרגן. מײַן קשיא — צי איז דאָס כּדאַי? 75 יאָר איז גאַנץ אַלט, און אפֿשר וועלן מיר נישט דערלעבן די 80 יאָר; וואָלטן די לאַנגע שעהען געווען אַרויסגעוואָרפֿן. צוריק גערעדט, וויל איך עפּעס איבערלאָזן פֿאַר מײַן פֿרוי אויב איך שטאַרב פֿאַר איר. סע ווערט מיר נישט־גוט ווען איך טראַכט וועגן דעם געלט, וואָס איך האָב פֿאַרלוירן אין דער בערזע. ווי זאָל איך אויספּלאַנעווען די קומעדיקע צען יאָר פֿון מײַן לעבן?

נישט־פּענסיאָנירטער


טײַערער נישט־פּענסיאָנירטער,

לא עליך המלאכה לגמור, ולא אתּה בן חורין להבטל ממנה. (נישט אויף דיר ליגט דער חובֿ צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט, אָבער דו ביסט אויך נישט פֿרײַ פֿון דעם אַחריות). איך מיין, אַז איר זאָלט אַרבעטן, כּל־זמן איר האָט נאָך כּוח און זענט בײַם פֿולן זינען. אָבער אפֿשר קענט איר ווייניקער שעהען אַרבעטן יעדע וואָך, אָדער זיך נעמען מער וואַקאַציע־טעג, כּדי איר און אײַער פֿרוי זאָלן מער צײַט פֿאַרברענגען צוזאַמען. די צײַט פֿון פּענסיע קלינגט זייער שיין אָבער עס קען אויך זײַן אַ שווערע צײַט. די פּענסיאָנירטע פֿילן אָפֿט, אַז דאָס לעבן האָט נישט קיין ציל און, אַז דאָס לעבן איז זיי פּוסט. איר האָט אַ חובֿ צו זיך אַליין און צו אײַער פֿרוי צו אַרבעטן ווי לאַנג מעגלעך, אָבער אויך הנאה צו האָבן. זאָל זײַן מיט מזל.


טײַערע חזנטע,

איך שיק מײַנע פּלימעניקעס און פּלימעניצעס אַ טשעק פֿאַרן געבוירן־טאָג און חנוכּה, אָבער באַקום קיין איין מאָל נישט צוריק קיין דאַנקבריוו פֿון זיי. זאָל איך זיי עפּעס זאָגן, אָדער פּשוט אָפּשטעלן דאָס שיקן זיי מײַנע מתּנות?

מתּנה־שענקער


טײַערער מתּנה־שענקער,

יאָ, איר מעגט זיי עפּעס זאָגן, אָבער אויף אַן איידעלן אופֿן. זיי און זייערע טאַטע־מאַמעס וואָלטן געדאַרפֿט זײַן קליגער. אויב זיי דאַנקען אײַך נישט נאָך אַ מאָל, שיקט זיי בלויז אַ קאַרטל.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024