געזונט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

די צאָל פֿאַלן וואָס אַ דאָקטער פֿירט דורך אַ קייסער־שניט (cesarean section) אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז הײַנט דאָס העכסטע וואָס ס׳איז אַ מאָל געווען, גיט איבער דער נײַער רעגירונג־באַריכט. אין 2007 איז כּמעט אַ דריטל פֿון די עופֿעלעך אַזוי געבוירן געוואָרן.

דער באַריכט, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, גיט איבער, אַז צווישן די יאָרן 1996 און 2007 איז די צאָל קייסער־שניטן געשטיגן אויף 53%, בײַ אַלע ראַסעס און עטנישע גרופּעס. די סטאַטיסטיק האָט מען דערגרייכט אויפֿן סמך פֿון דער אינפֿאָרמאַציע פֿון די מעטריקעס פֿון יענע יאָרן.

אין זעקס שטאַטן איז די צאָל קייסער־שניטן געוואַקסן אויף מער ווי 70%: קאָלאָראַדאָ, קאָנעטיקאָט, פֿלאָרידע, נעוואַדע, וואַשינגטאָן און ראָד־אײַלענד.

די פֿינף שטאַטן מיט דעם העכסטן פּראָצענט קייסער־שניטן זענען ניו־דזשערזי, פֿלאָרידע, מיסיסיפּי, לויִזיאַנע און וועסט־ווירדזשיניע.

ווי אַזוי איז דאָס געשען? צום טייל, איז עס ווײַל די פֿרויען, וועלכע גייען צו קינד צום ערשטן מאָל, זענען הײַנט אָפֿט מאָל אין די 30ער און אַפֿילו די 40ער, האָבן די אַקושערן מורא צו לאָזן דאָס קינד געבוירן ווערן דורכן נאַטירלעכן שטייגער, צוליב מעגלעכע קאָמפּליקאַציעס. זיי זאָרגן זיך, אַז מע וועט זיי, די דאָקטוירים, אפֿשר אָנקלאָגן אין געריכט, אויב דאָס נאַטירלעכע האָבן גייט נישט גלאַטיק, האָט דערקלערט פֿיי מענאַקער, די מחברטע פֿון דעם באַריכט.

ד״ר דזשאָזעף פֿערנאַנדעז, דירעקטאָר פֿון אַקושעריע און גינעקאָלאָגיע אין אַ געזונט־אַנטשטאַלט אין ראַונד־ראָק, טעקסאַס, זאָגט, אַז אַ סך שפּיטאָלן וואָרענען די פֿרויען, וואָס מע האָט זיי אַמאָל געמאַכט אַ קייסער־שניט, אַז זיי זאָלן נישט פּרוּוון האָבן די ווײַטערדיקע קינדער אויפֿן נאַטירלעכן שטייגער, צוליב דעם וואָס די הייבמוטער קאָן פּלאַצן — אַן ערנסטע קאָמפּליקאַציע, וואָס קאָן, חלילה, אומברענגען די מאַמע און דאָס קינד. הגם די שטודיעס באַווײַזן, אַז דאָס טרעפֿט בײַ ווייניקער פֿון 1% פֿון די פֿאַלן ווען מע נעמט אָפּ דאָס קינד, ווילן אַ סך דאָקטוירים נישט ריזיקירן.

אַן אַנדער סיבה פֿאַר דעם גאָר הויכן פּראָצענט קייסער־שניטן האָט צו טאָן מיט די פֿרויען אַליין. געוויסע פֿרויען, בפֿרט די, וועלכע האָבן אַמאָל דורכגעמאַכט אַ שווערן האָבן, און געמוזט דערפֿאַר האָבן דאָס קינד דורך אַ קייסער־שניט, באַשליסן אַליין, מע זאָל זיי מאַכן אַ קייסער־שניט פֿאַרן צווייטן קינד.

אין דער אמתן, איז די זאָרג אַן אומבאַגרינדעטע. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט אַ פּאַנעל פֿון עקספּערטן בײַם "נאַציאָנאַלן געזונט־אינסטיטוט" געמאָלדן, אַז ס’רובֿ פֿרויען, וועלכע האָבן פֿריִער געהאַט אַ קינד דורך אַ קייסער־שניט, מעגן שפּעטער האָבן קינדער אויפֿן נאַטירלעכן אופֿן, אָן שום פּראָבלעם.

פֿערנאַנדעז האָט געזאָגט, אַז ער מוטיקט תּמיד זײַנע פּאַציענטקעס צו האָבן די קינדער אויפֿן נאַטירלעכן אופֿן, ווען ס׳איז מעגלעך. אַ קייסער־שניט ווערט פֿאַררעכנט ווי אַן ערנסטע אָפּעראַציע, און ס׳דויערט לענגער דערפֿון זיך אויסצוהיילן, איידער אַ נאַטירלעכן האָבן. און בײַ די פֿרויען, וואָס מע מאַכט זיי אַ קייסער־שניט, זענען די עופֿעלעך מער גענייגט צו דאַרפֿן ליגן אינעם אינטענסיוו־אָפּטייל.

דערצו קאָסטן די קייסער־שניטן כּמעט צוויי מאָל אַזוי פֿיל, ווי די נאַטירלעכע געבורטן, גיט איבער דער באַריכט.

"דער עיקר איז, מיר דאַרפֿן אינפֿאָרמירן אונדזערע פּאַציענטקעס, אַז מע מעג האָבן קינדער אויפֿן נאַטירלעכן אופֿן, אויב מע האָט פֿריִער געהאַט אַ קינד דורך אַ קייסער־שניט," האָט פֿערנאַנדעז געזאָגט. "און אויב דער דאָקטער זעט, אַז דאָס האָבן גייט נישט גלאַטיק, זאָל ער דעמאָלט באַשליסן, צי ס׳איז מער געוווּנטשן צו מאַכן אַ קייסער־שניט."