געשיכטע

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אין דער רויטער אַרמיי געקעמפֿט קעגן די דײַטשישע פֿאַשיסטן כּמעט די זעלבע צאָל ייִדן, וואָס אין דער אַרמיי פֿונעם צאַרישן רוסלאַנד בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה — צווישן 430 און 450 טויזנט מענטשן. איצט זײַנען צווישן זיי אויך געווען טויזנטער אָפֿיצירן, און ווייניקסטן אַ דרײַ הונדערט גענעראַלן און אַדמיראַלן. פֿון דעסטוועגן, איז די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכקייט — און אַזוי איז אויך געווען אין דער ערשטער וועלט־מלחמה — געווען באַזאָרגט דערמיט, וואָס וועגן דער העלדישקייט פֿון ייִדן אויף די פֿראָנטן פֿון דער "גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה", ווי מ'האָט דעם קריג גערופֿן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז זייער ווייניק דערציילט געוואָרן. וועגן דעם האָט גערעדט דער שרײַבער איליאַ ערענבורג אויף אַ זיצונג פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, אין מערץ 1943:

"אַז די ייִדישע סאָלדאַטן און קאָמאַנדירן זאָלן קענען אויך ווײַטער רויִק טאָן זייער זאַך, מוזן מיר דערציילן וועגן דעם, ווי אַזוי די ייִדן שלאָגן זיך אויף די פֿראָנטן. נישט, חלילה, זיך צו באַרימען, נאָר פֿאַר די אינטערעסן פֿון אונדזער אַלגעמיינער אויפֿגאַבע — וואָס גיכער צו פֿאַרניכטן דעם פֿאַשיזם." און אַזוי איז עס טאַקע: ס'רובֿ ביכער און אַרטיקלען, געווידמעט די ייִדן אין דער מלחמה, שילדערן זייערע העלדישע טאַטן.

אויף דער מלחמה זעט אָבער נישט אַלץ אויס אַזוי העלדיש — נישט נאָר מע דערהרגעט דאָרט און מע שטאַרבט. בעת דער מלחמה קומט אַלץ פֿאָר ווי אין אַ פֿרידלעך לעבן — מע שפּילט אין קאָרטן, מע טרינקט בראָנפֿן, מע זינגט, מ'האָט ליב, מ'איז מקנא, מע גנבֿעט... מיט איין וואָרט — מע לעבט. אַוודאי, ריידנדיק וועגן מלחמה, קענען מיר נישט אויסמײַדן דאָס טראַכטן וועגן טויט. און דאָך, לאָמיר מער רעדן וועגן דעם לעבן אויף דער מלחמה.

שטעלט זיך די פֿראַגע: וווּ נעמט מען די ידיעות וועגן דעם לעבן פֿונעם ייִדישן קעמפֿער אויפֿן פֿראָנט, וווּ ס'וואָלט דערציילט געוואָרן וועגן זײַן לעבן, טראַכטן, געפֿילן? דער ענטפֿער איז קלאָר: פֿון טאָגביכער, בריוו, דערמאָנונגען. דווקא דאָ שטעקט די הויפּט־פּראָבלעם. צו פֿירן אַ טאָגבוך אויף דער מלחמה איז שטרענג פֿאַרווערט געווען, די בריוו פֿלעגן דורכגיין אַ צענזור. שפּעטער זײַנען די דערמאָנונגען וועגן דער מלחמה בכּיוון אוניפֿיצירט געוואָרן. עס פֿלעגן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד דערשײַנען טויזנטער מעמואַרן וועגן דער מלחמה, בדרך־כּלל, פֿון די הויכראַנגיקע מיליטער־לײַט. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער אינהאַלט פֿלעגט זיך גענוי רעדאַגירן און "פֿאַרבעסערן". דערצו האָבן די דאָזיקע מעמואַרן געשריבן נישט די גענעראַלן און מאַרשאַלן גופֿא; עס פֿלעגן זיך מיט דעם פֿאַרנעמען די אַזוי גערופֿענע "ליטעראַטור־קנעכט", וואָס האָבן די אַרבעט געטאָן פֿאַר גוטע געלטער, ס'רובֿ טאַלאַנטלאָזיקע פּאַרשוינען.

דער מצבֿ האָט זיך אָנגעהויבן ענדערן אין די יאָרן פֿון "פּערעסטרויקע", און שפּעטער האָבן ממש אויסגעבראָכן עכטע דאָקומענטאַרע קוואַלן. די צאָל זכרונות איז געוואַקסן מיט אַ פֿאַנטאַסטישער גיכקייט; געוואַקסן איז אויך זייער אָפֿנקייט און אויפֿריכטיקייט. די ענטוזיאַסטן פֿון דער מיליטער־געשיכטע האָבן פֿאַרשריבן טויזנטער דערמאָנונגען פֿון די מלחמה־וועטעראַנען. ווי ס'האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָבן נישט ווייניק פֿון זיי געפֿירט בסוד אַ טאָגבוך, אָדער אָנגעשריבן זייערע דערמאָנונגען וועגן יענער צײַט, אָבער זיך נישט געריכט זיי צו זען אַמאָל פּובליקירט.

אַוודאי, מוז מען זיך באַציִען צו די דערמאָנונגען — שריפֿטלעכע אָדער מינדלעכע — אָנגעשריבן 40 אָדער 50 יאָר נאָך די געשעענישן, זייער פֿאָרזיכטיק. נישט נאָר צוליב דעם שוואַכן זכּרון, וואָס קומט מיט דער עלטער; עס איז דאָך קלאָר, אַז די אַלטע פֿראָנטאָוויקעס זײַנען שוין גאָר אַנדערע מענטשן, גאָר נישט יענע בראַווע יאַטן, וואָס זיי זײַנען געווען בעת דער מלחמה. זייער לעבנס־דערפֿאַרונג, די סבֿיבֿה, איבערגעלייענטע ביכער און איבערגעקוקטע פֿילמען, די צענדליקער יאָרן פֿון סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע — דאָס אַלץ ווירקט סײַ אויף זייער שרײַבן און סײַ אויף זייער דערציילן.

צווישן די מחברים פֿון די "נײַע מעמואַרן" זײַנען דאָ נישט־ווייניק ייִדן. זייערע ביכער גייען אַרויס נישט נאָר אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. זיי דריקן זיך אין וואַנקוּווער, תּל־אָבֿיבֿ, נתּניה, דעטרויט, פּאַלאָ־אַלטאָ און אין אַנדערע ערטער, וווּהין דער גורל האָט זיי אַרײַנגעבראַכט מיט די עמיגראַציע־וועגן. עס זײַנען שוין פֿאַרשריבן הונדערטער אינטערוויוען מיט די ייִדן וועטעראַנען. אין ניו־יאָרק איז געשאַפֿן געוואָרן אַ ספּעציעלער בלאַוואַטניק־אַרכיוו, אויפֿן נאָמען פֿון זײַן גרינדער (Blavatnik Archive (Foundation, וואָס זײַנע מיטאַרבעטער האָבן ביז אַהער פֿאַרשריבן 800 אינטערוויוען.

נישט געקוקט דערויף, זײַנען די טאָגביכער, געפֿירט אין יענע יאָרן, די סאַמע פֿאַרלאָזלעכע קוואַלן וועגן דער מלחמה. צו אונדזער גליק און חידוש, האָבן אַ סך ייִדן געפֿירט אַזאַ מין טאַגבוך. סטאַטיסטיש איז עס ניט שווער צו דערקלערן. צווישן די דערמאָנטע 430־450 טויזנט ייִדן, וועלכע האָבן זיך געשלאָגן אויף אַלע פֿראָנטן, זײַנען אומגעקומען 142,500 קעמפֿער. לויט די אָנגאַבן פֿון דער פֿעלקער־ציילונג, דורכגעפֿירט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין 1939, איז דער טייל ייִדן באַשטאַנען פֿון 1.78%. אין דער זעלבער צײַט האָבן 15.5% [171 טויזנט מענטשן] פֿון אַלע סאָוועטישע בירגער באַקומען אַן אַקאַדעמישע בילדונג. דאָס מיינט, מער ווי צווישן די אוקראַיִנער [147,645] און ווייניקער ווי צווישן די רוסן [620,209]. 26.5% ייִדן האָבן פֿאַרענדיק די מיטל־שולן. די מערהייט פֿון אָט די צוויי קאַטעגאָריעס ייִדן האָבן געדינט אין דער רויטער אַרמיי. פֿאַרשטענדלעך, אַז אַזאַ זאַך ווי אַ טאָגבוך, פֿירן בדרך־כּלל געבילדעטע מענטשן.

לאָמיר ווידער דערמאָנען, אַז צו פֿירן טאָגביכער אויף דער מלחמה איז שטרענג פֿאַרווערט געווען. ווי באַקאַנט, איז נישט געווען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אַזאַ באַפֿעל מע זאָל אים נישט ברעכן. אין אונדזער פֿאַל, צום גליק. מאַרק שומעלישסקי האָט געפֿירט זײַנע נאָטיצן אויף באַזונדערע בלעטלעך פּאַפּיר, און אַפֿילו נישט תּמיד פֿלעגט ער אָנווײַזן די דאַטע. ער האָט אַוודאי פֿאַרשטאַנען, אַז צו פֿאַרשרײַבן זײַנע אײַנדרוקן, בפֿרט מיינונגען, איז געפֿערלעך. "אַ סך פֿון דעם, וואָס ס'וואָלט זיך געוואָלט פֿאַרשרײַבן און דערנאָך אַרומטראַכטן אויף באַזונדערע באַשפּילן, טאָר מען נישט... די נאָטיצן קאָנען אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון אַ פֿאַרדאָרבענעם פּאַרשוין, וואָס קאָן ברענגען צו אַ צרה".

דער אינזשעניר שומעלישסקי שטעלט זיך כּסדר די פֿראַגע: "׳צו וואָס דאַרף איך עס, צו פֿאַרשרײַבן די דאָזיקע נאָטיצן?׳ עס לאָזט מיך נישט אָפּ דער געדאַנק צונויפֿצוזאַמלען וואָס מער מאַטעריאַל, כּדי דערנאָך אָנשרײַבן אַ גוט בוך, וואָס וואָלט איבערגעגעבן די אמתע שטימונג פֿון געוויסע גרופּעס. אַזאַ בוך וועט מען קענען אָנשרײַבן מיט יאָרן שפּעטער, ווען דאָס איבערגעלעבטע וועט שוין זײַן באַטראַכט און אָפּגעשאַצט. איצט אָבער מוז מען אַלץ פֿאַרשרײַבן, ביז אַ קלייניקייט".

דער סערזשאַנט פּאַוועל עלקינסאָן האָט אָנגעהויבן פֿירן זײַן טאָגבוך צוליב אַ קאָנקרעטער סיבה. דעם 28סטן אויגוסט 1944 האָט ער פֿאַרשריבן: "סוף־כּל־סוף איז געקומען דער טאָג, ווען מיר האָבן אַרויסגעטריבן די דײַטשן פֿון אונדזער ערד אויף אונדזער פֿראָנט־צירקל. אָט איז ער דער טײַך פּרוט, אָט איז אונדזער גרענעץ. בלויז 6 טעג זײַנען אַדורך פֿון אונדזער אָנגריף און ווי פֿיל איז שוין געטאָן געוואָרן. פֿון די דײַטשן איז אָפּגערייניקט גאַנץ בעסאַראַביע. געשלאָסן געוואָרן שלום מיט רומעניע. מאָרגן גייען מיר אַריבער די גרענעץ. צי האָב איך אַמאָל געטראַכט, אַז ס'וועט מיר אויסקומען צו זײַן אין אויסלאַנד? און אָט נאַט אײַך: אַז מע לעבט דערלעבט מען. עס וויל זיך זייער דאָס אַלץ פֿאַרגעדענקען און פֿאַרשרײַבן. אַזוינס טרעפֿט דאָך איין מאָל אין לעבן..."

עלקינסאָן, וואָס האָט געדינט ווי אַן אויסשפּירער בײַם אַרטילעריע־טייל, איז אויסגעקומען אַ סך "אַרומרײַזן" איבער אייראָפּע: פֿון אויגוסט 1944 ביז מײַ 1945 איז ער אויסגעווען אין רומעניע, בולגאַריע, יוגאָסלאַוויע, אונגערן און עסטרײַך.

ווי געזאָגט, זײַנען ס'רובֿ פֿון די ייִדישע קעמפֿער מאָביליזירט געוואָרן פֿון די גרעסערע שטעט און שטעטלעך. אין 1939 האָט די צאָל ייִדישע סטודענטן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד דערגרייכט צו 98,216 [11.1% פֿון דער אַלגעמיינער צאָל סטודענטן]. אין מאָסקווע האָבן זיך געלערנט אין די אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן 17.1% פֿון אַלע סטודענטן, אין לענינגראַד — 19%, אין כאַרקאָוו — 24.6%, אין קיִעוו — 35.6%, אין אָדעס — 45.8%. בײַ אַ געוויסער אַלגעמיינער ענלעכקייט פֿונעם מיליטערישן לעבן, האָט יעדער פֿון די ייִדישע יאַטן, וואָס האָבן געפֿירט אַ טאָגבוך, דורכגעמאַכט זייער אייגענעם וועג.

אַלע זײַנען זיי געווען הונדערט־פּראָצענטיקע סאָוועטישע פּאַטריאָטן. די מענטשן פֿונעם עלטערן דור זײַנען אַוועק אויפֿן פֿראָנט פֿרײַוויליק, זיך פֿאַרשריבן אין דער אָפּאָלטשעניע — פֿאָלקס־שוץ, אָדער מאָביליזירט געוואָרן אין דער אַרמיי. די וואָס האָבן ערשט פֿאַרענדיקט די שול און זיך געריסן אויפֿן פֿראָנט, האָבן לויטן געזעץ געמוזט וואַרטן אויף זייער פּריזיוו־טערמין. צי איז געווען אַנדערש די מלחמה פֿאַר אַ ייִדן און נישט־ייִדן? אין תּוך גערעדט, קיין שום אונטערשייד. דער טויט האָט נישט געטיילט די מענטשן לויט זייער נאַציאָנאַליטעט. סײַדן, דער ייִדישער סאָלדאַט פֿלעגט אַרײַנפֿאַלן אין געפֿאַנגשאַפֿט.

ווי כ'זאָל זיך נישט געווען באַמיִען צו רעדן נאָר וועגן דעם לעבן אויף דער מלחמה, איז עס אוממעגלעך, אויסמײַדנדיק די טעמע — טויט. אָבער אויך דער טויט איז אויף דער מלחמה אַ פֿאַרשידענער. צומאָל — אַ העלדישער, בדרך־כּלל — אַ געוויינטלעכער, זעלטן — אַ נאַרישער. אָבער תּמיד איז דער טויט מיאוס! קיין "עסטעטיק" טראָגט אין זיך נישט דער טויט.

אויף די פֿעדערשטע פּאָזיציעס, — שרײַבט וויקטאָר זאַלגאַלער דעם 14טן יולי 1941, — שטייט אַ שרעקלעכער שטינק. די פֿליגן זשומען. פֿון אונטער דער ערד שטעקן אַרויס נעז און ליפּן פֿון אַ שלעכט־באַגראָבענעם גוף. אי די נאָז, אי די ליפּן זײַנען שוואַרץ. ס'איז הייס. מע שיסט פֿון אַלע זײַטן. עפּעס איז אַדורכגעפֿלויגן און געבליבן הענגען אויף אַ צווײַג — אַ טייל פֿון מענטשלעכן מאָגן.

באָריס קאָמסקי האָט אָנגעהויבן זײַן מלחמה אין יולי 1943. ער האָט זיך באַטייליקט אין דער שווערסטער שלאַכט, וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה אונטערן נאָמען "קורסקער בויגן". אָט וואָס קאָמסקי האָט פֿאַרשריבן אין זײַן טאָגבוך וועגן יענע בלוטיקע טעג:

יולי 22: אונדזער פֿײַער־פּונקט געפֿינט זיך אין אַ טיפֿער באַלקע. אויסגעשאָסן אַ צענדליק מינען. דער דײַטש הערט נישט אויף צו שיסן אין אונדזער זײַט פֿון האַרמאַטן. סאַשע אָגלאָבלין איז פֿאַרוווּנדעט אין קאָפּ. אַוועק אין סאַניטאַר־באַטאַליאָן. נעכטן איז דערהרגעט געוואָרן דער נאַטשאַלניק פֿון שטאַב. אין משך פֿונעם טאָג האָט מײַן מינען־וואַרפֿער אויסגעשאָסן 45 מינען. דערווײַל איז עס אַ רעקאָרד. ערשט האָט מען געבראַכט דעם קערפּער פֿון לייטענאַנט, פֿאַרברענט לעבעדיקערהייט. ער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַן אַרומרינגלונג מיט נאָך 12 פֿאַרוווּנדעטע.

יולי 23: הײַנט איז אַ שווערער טאָג. די דײַטשן זײַנען אַוועק אויף 15 קילאָמעטער און פֿאַרפֿעסטיקט זייערע פּאָזיציעס. זיי באַשיסן אונדז פֿון האַרמאַטן און מינען־וואַרפֿער. בעתן מאַרש האָבן מיר פֿאַרלוירן 3 מענטשן — איינער איז דערהרגעט געוואָרן.

יולי 26: ביז דער סטאַנציע אָריאָל איז 12 קילאָמעטער. אַ וויכטיקער סטראַטעגישער פּונקט, וואָס מיר דאַרפֿן פֿאַרנעמען. אונדזער קאָמאַנדיר האָט אָפּגעריסן ביידע פֿיס, און ער איז געשטאָרבן. דער נאַטשאַלניק פֿון שטאַב איז פֿאַרוווּנדעט. פֿאַרנאַכט האָבן צוויי סערזשאַנטן געטראָגן אין די טערמאָסן עסן פֿאַר די סאָלדאַטן אויף דער פֿעדערשטער ליניע. איינער פֿון זיי האָט געשפּילט אויף אַ ליפּן־האַרמאָניקע און דער צווייטער האָט זיך געקלאָגט פֿאַר אים, אַז גאָר אין גיכן וועט מען שוין ווידער דאַרפֿן זיי טראָגן עסן. ביידע זײַנען זיי דערהרגעט געוואָרן.

באָריס קאָמסקין האָט אָפּגעגליקט: דעם 6סטן אויגוסט האָט מען אים פֿאַרוווּנדעט און געבראַכט אין לאַזאַרעט.

די גרויסע שלאַכט אויף דער "קורסקער דוגע" האָבן די דײַטשן פֿאַרשפּילט, אָבער די רויטע אַרמיי האָט אויך ווײַטער געטראָגן גרויסע פֿאַרלוסטן. דער שׂונא האָט זיך קעגנגעשטעלט ביזן לעצטן. באַזונדערס שווערע שלאַכטן זײַנען געווען אין אונגערן. פּאַוועל עלקינסאָן האָט פֿאַרשריבן דעם 11טן נאָוועמבער 1944:

עס גייען אָן בלוטיקע שלאַכטן. יעדן טאָג ווערט אַלץ שווערער און שווערער. די דײַטשן גיבן זיך נישט אונטער. כּמעט יעדן טאָג פֿאַרלירן מיר די בעסטע מענטשן. דעם 4טן נאָוועמבער האָבן מיר זיך אַרײַנגעריסן אין דער שטאָט צעגלעד. דאָ איז דערהרגעט געוואָרן אונדזער קאָמאַנדיר. וואָס הייסט, באַשערט צו לעבן. אַ מינוט פֿאַר דעם זײַנען מיר ביידע געשטאַנען און גערעדט. איך האָב באַוויזן נאָר אַוועקגיין, האָט אויפֿגעריסן אַ מינע.

צו מאָל פֿלעגט אויסקומען זיך אָנצוטרעפֿן פּנים־אל־פּנים אויף אַ פֿאַרוווּנדעטן דײַטש. אַזוי איז אויך געשען מיט באָריס קאָמסקי אין דער שלאַכט דעם 5טן אויגוסט 1943:

מיר האָבן אַטאַקירט. די דײַטשן האָבן זיך געלאָזט לויפֿן. איך האָב זיך אַראָפּגעלאָזט אויף אַ קני און אויסגעשאָסן פֿון מײַן ביקס. איינער פֿון די לויפֿנדיקע דײַטשן איז געפֿאַלן. מײַן האַרץ האָט געקוועלט. לויף ווײַטער. כ'זע, צוויי דײַטשן שטייען אָפּ. איך גיב די קאָמאַנדע מע זאָל זיי אַרומרינגלען. איינער פֿון זיי האָט אויפֿגעהויבן די הענט. כ'לויף צום צווייטן, אָנגעיאָגט, ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָס איז דער דײַטש, אין וועמען כ'האָב פֿריִער געטראָפֿן. ער איז פֿאַרוווּנדעט אין קאָפּ. ער שטופּט מיר אין די הענט אַ באַנדאַזש כ'זאָל אים איבערוויקלען דעם קאָפּ. אַ געזונטער דײַטש מיט אַן אָרדן. כ'האָב באַלד אַראָפּגעשלעפּט פֿון אים זײַן שמײַסער, באַזוכט. עמעצער שרײַט צו מיר: "נעם פֿון אים אַראָפּ דאָס זייגערל!" טאַקע, טראַכט איך, און אָראָפּגענומען.

פּאַוועל עלקינסאָן פֿאַרשרײַבט דעם 11טן נאָוועמבער 1944: "דערשאָסן הײַנט נאָך איינעם. שוין דער 4טער. קיין שום רחמנות".

אין 1945 לעבן דאַנציג האָט זאַלגאַלער דערזען ליגן אַ פֿאַרוווּנדעטן דײַשטישן סאָלדאַט: "קיין פּנים נישטאָ. אַלץ פֿאַרגאָסן מיט בלוט. דאַכט זיך, אין דער שטוב אַנטקעגן זײַנען דאָ מענטשן. זיי האָבן מורא אַרויסצוגיין. כ'קלאַפּ אין דער טיר. הייס זיי פֿאַרבאַנדאַזשירן דעם פֿאַרוווּנדעטן."

וואָס האָט ער געדאַרפֿט העלפֿן דעם פֿאַרוווּנדעטן דײַטש? ער, עלקינסאָן, וואָס האָט געזען אינעם פֿאַרשפּאַרטן בלאָקאַדע־לענינגראַד טויטע, פֿאַרפֿרוירענע גופֿים אויף די גאַסן; דאָרט האָבן מענטשן געפּרעגלט קאָטלעטן פֿון מענטשלעכן פֿלייש און זיך דערמיט נישט געשעמט? פֿאַר וואָס האָט סערזשאַנט עלקינסאָן פֿאַרשריבן, אַז ער האָט נישט געפֿילט קיין שום רחמנות צום דערהרגעטן דײַטש? פֿאַר וואָס האָט ער בכלל דערמאָנט וועגן דעם רחמנות־געפֿיל, ווי ער וואָלט פֿון דעסטוועגן געדאַרפֿט עס פֿילן? בפֿרט אַז זײַן גאַנצע משפּחה, חוץ דעם ברודער (געדינט אין דער אַרמיי און געווען שווער פֿאַרוווּנדעט אין די ערשטע מלחמה־טעג), האָבן די דײַטשן דערשאָסן אין זאַפּאָראָזשיע.

זעט אויס, אַז דאָס מענטשלעכע איז נישט אַזוי גרינג פֿונעם מענטשן אויסוואָרצלען. אַפֿילו אין די אוממענטשלעכע אומשטענדן.

פֿון רוסיש — בערל קאָטיק