געשיכטע

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אין דער רויטער אַרמיי געקעמפֿט קעגן די דײַטשישע פֿאַשיסטן כּמעט די זעלבע צאָל ייִדן, וואָס אין דער אַרמיי פֿונעם צאַרישן רוסלאַנד בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה — צווישן 430 און 450 טויזנט מענטשן. איצט זײַנען צווישן זיי אויך געווען טויזנטער אָפֿיצירן, און ווייניקסטן אַ דרײַ הונדערט גענעראַלן און אַדמיראַלן. פֿון דעסטוועגן, איז די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכקייט — און אַזוי איז אויך געווען אין דער ערשטער וועלט־מלחמה — געווען באַזאָרגט דערמיט,