נײַעס פֿאַר בני־בית
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫אַמעריקע)

געוויינטלעך ניצט מען אַ בראָט־אויוון (grill) אויף פֿלייש, פֿיש און גרינסן, אָבער דער רעצעפּט ווײַזט ווי מע קאָן אויך בראָטן פֿרוכטן, און דערבײַ מאַכן אַ געשמאַקן דעסערט. (אויב איר היט זיך פֿאַר צוקער, לאָזט אַרויס דעם סירופּ.)




4 באַנאַנעס

2 טעפּלעך טרוסקאַפֿקעס

1 טעפּל פֿרישע אָפֿענעס (בלאָע יאַגדעס)

1/4 טעפּל צוקער

1/4 טעפּל צעריסענע פֿרישע מינץ־בלעטלעך

זאַפֿט פֿון 1 לימענע

1/4 טעפּל וואַסער

1/2 טעפּל צוקער

דרייט אָן דעם בראָט־אויוון אויף אַ מיטעלן־הויכן פֿײַער.

צעשנײַדט די באַנאַנעס אין דער לענג, אין צווייען. מישט אויס די באַנאַנעס, טרוסקאַפֿקעס און אָפֿענעס מיטן 1/4 טעפּל צוקער. בראָט זיי איבערן פֿײַער אויף ביידע זײַטן, ביז עס באַקומט זיך אַ גאָלדענער ניט (crust) אויף דער פֿרוכט — בערך 3—4 מינוט פֿאַר יעדער זײַט.

דערווײַל גרייט צו דעם סירופּ: מישט אויס אין אַ קליין פֿענדל דאָס וואַסער און 1/2 טעפּל צוקער, איבער אַ מיטעלן פֿײַער, ביז עס זידט. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און לאָזט עס מליִען 5 מינוט, אָדער ביז דער צוקער ווערט צעגאַנגען. נעמט דאָס פֿענדל אַראָפּ פֿון פֿײַער און קילט אָפּ דעם סירופּ.

מישט צונויף די צעריסענע מינץ־בלעטלעך, לימענע־זאַפֿט און סירופּ אין אַ שיסעלע. לייגט אַרײַן די געבראָטענעע פֿרוכטן אין אַ טאַץ און באַגיס זיי מיטן סירופּ.