פֿונעם אייביקן קוואַל

מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן מיר געלייענט אַ פּרשה, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ סתּירותדיקן פּאַרשוין — קורח, וועלכער האָט אָרגאַניזירט אַן אויפֿשטאַנד קעגן משה רבינו, האָפֿנדיק צו קריגן די מאַכט איבערן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מהומה צווישן ייִדן. פֿונדעסטוועגן, איז קורח נישט געווען אַ בפֿירוש נעגאַטיווער פּערסאָנאַזש, און האָט געוואָלט טאָן די ייִדן אַ טובֿה, הגם זײַן כּוונה איז נישט געווען אינגאַנצן לשם־שמים — דערפֿאַר האָט ער פֿאַרדינט אַ מיתה־משונה, צוזאַמען מיט זײַנע נאָכפֿאָלגער.

די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע, וואָס איז אָנגערופֿן געוואָרן נאָך אַן אויסגעשפּראָכענעם רשע און אַנטיסעמיט — דעם מואבֿישן קיניג בלק, וועלכער האָט געבעטן דעם בייזן כּישוף־מאַכער בלעם צו פֿאַרשעלטן די ייִדן מיט אַ טויט־קללה.

בײַם אָנהייב, האָט בלעם זיך אָפּגעזאָגט דאָס צו טאָן, ווײַל דער אייבערשטער האָט אים געהייסן, אין אַ נבֿואה, נישט צו טשעפּען די ייִדן. בלעם איז געווען אַ גרויסער נבֿיא, הגם ער האָט געשעפּט זײַן נבֿיאישן כּוח דורך די בייזע כּוחות פֿון סיטרא־אַחרא.

בלק האָט אָבער ווידער געבעטן בלעמען, און ער האָט מסכּים געווען דורכצופֿירן זײַן קללה־ריטואַל — מיט אַ תּנאַי, אַז ער וועט נישט קאָנען רעדן קעגן דעם באַשעפֿערס ווילן. אויפֿן וועג צו דעם באַרג, פֿונוואַנען ער האָט זיך געקליבן צו שעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק, האָט זײַן אייזלטע דערזען אַ מלאך און האָט על־פּי־נס אָנגעהויבן רעדן. דער מלאך האָט געלאָזט בלעמען גיין ווײַטער, אָבער האָט אים ווידער געוואָרנט, אַז ער וועט האָבן דאָס רשות צו זאָגן בלויז די ווערטער, וואָס דער רבונו־של־עולם וועט אַרײַנלייגן אין זײַן מויל.

צום סוף, ווען בלעם איז אַרויפֿגעגאַנגען אויף אַ באַרג און זיך צוגעגרייט צו שעלטן די ייִדן, האָט ער זיי, אַנשטאָט דעם, געבענטשט דרײַ מאָל. הגם דאָס איז געווען אַ קלאָרער סימן, אַז דער אייבערשטער העלפֿט דעם ייִדישן פֿאָלק, האָבן בלעם מיט בלקן צוגעטראַכט אַן אַנדער עצה: כּדי צו שאַטן די ייִדן, מוז מען זיי קודם אַראָפּברענגען פֿון זייער הויכער גײַסטיקער מדרגה, כּדי הקדוש־ברוך־הוא אַליין זאָל זיי באַשטראָפֿן.

בלק האָט אַרײַנגעשיקט צו די ייִדן אין מידבר אַ גרופּע מואבֿישע פֿרויען, זיי זאָלן זינדיקן מיט די ייִדישע מענער און אײַנרעדן זיי צו דינען עבֿודה־זרה. די בייזע עצה האָט טאַקע געפּועלט; אַ טייל ייִדן זענען אַראָפּגעפֿאַלן פֿון זייער מדרגה און זענען געוואָרן שטאַרק קראַנק. די מגפֿה האָט זיך אָפּגעשטעלט בלויז ווען פּינחס, אַהרן הכּהנס אייניקל, האָט דערהרגעט מיט אַ שווערד זמרי, דעם נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון, צוזאַמען מיט זײַן חבֿרטע כּזבי, אַ פּריצעסין פֿון מדין.

לויט אַ באַקאַנטער לעגענדע, וואָס שטייט געשריבן אינעם תּרגום פֿון יונתן בן עוזיאל און אַ צאָל אַנדערע ספֿרים, איז כּזבי געווען בלקס טאָכטער. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז זי איז געווען, אין דער אמתן, אַ באַשיידן מיידל מיט אַ ייִדישער נשמה — אַ גילגול פֿון דינה, יעקבֿס טאָכטער. זי האָט געוווּסט, אַז איר סכּנותדיקע אַוואַנטורע מיט אַ ראָש פֿון אַ ייִדישן שבֿט וועט איר קאָנען קאָסטן דאָס לעבן, האָט זי אויסגעפֿירט איר טאַטנס באַפֿעל.

אין איר פּערזענלעכקייט האָט זיך אַרויסגעוויזן, אין אַ געוויסן זין, דאָס ייִדישע מסירת־נפֿש — הגם, להיפּוך צו אסתּר און יעל, האָט דינה אין איר צווייטן גילגול אויסגעשפּילט — פּאַראַדאָקסיש — אַן אַנטי־ייִדישע ראָלע. על־פּי־קבלה, איז כּזבי אין איר קומענדיקן גילגול געוואָרן דאָס ווײַב פֿונעם רוימישן פֿירער טרנרופֿוס, וועלכע האָט זיך, שפּעטער, מגייר געווען און חתונה געהאַט מיט רבי עקיבֿא.

זמרי איז אויך נישט געווען, חלילה, סתּם אַ גראָבער יונג. ווי עס דערקלערן די חסידישע רביים, האָט ער דערפֿילט, אַז כּזבי איז אַ פֿאַרבלאָנדזשעטע ייִדישע נשמה. ער האָט אָבער נישט געטאָרט אויסדריקן זײַן ליבע צו כּזבי אויף אַזאַ ווילדן אופֿן. בקיצור, זענען זמרי און כּזבי אויך נישט אינגאַנצן נעגאַטיווע פּערסאָנאַזשן, הגם זיי האָבן זיך פֿאַרבלאָנדזשעט אין זייער סתּירותדיקן מצבֿ און געפֿילן.

פֿאַרוואָס טראָגט אָבער די הײַנטיקע סדרה דעם נאָמען פֿון אַזאַ בפֿירוש בייזן פּאַרשוין? בלק האָט געפּרוּווט אײַנרעדן בלעמען צו פֿאַרשעלטן די ייִדן. דער מכשף אַליין, הגם ער איז אויך געווען אַ גרויסער רשע, האָט עס בײַם אָנהייב נישט געוואָלט טאָן. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס בלק האָט זיך דערוווּסט, אַז דער אייבערשטער אַליין האָט ליב ייִדן, האָט ער געצוווּנגען זײַן אייגענע טאָכטער צו פֿאַרפֿירן די ייִדן, און האָט זי פֿאַקטיש אומגעבראַכט. ווי אַזוי האָט ער פֿאַרדינט אַזאַ כּבֿוד, אַז אַ גאַנצע סדרה אין דער הייליקער תּורה איז אָנגערופֿן געוואָרן נאָך אים?

לויט דער ייִדישער מסורה, וועט משיח זײַן אַן אייניקל פֿון דוד המלך און שלמה המלך. דער ענין פֿון גאולה איז, באמת, אַ וועלט־פּראָצעס, אַ גײַסטיקע און עטישע רעוואָלוציע. פֿונדעסטוועגן, ווערן אַלע רעוואָלוציעס איניציִיִרט דורך דער טעטיקייט פֿון געוויסע פּערזענלעכקייטן. אין משיחס צײַטן ווערן בטל ווערן די גרענעצן צווישן פֿעלקער און אַפֿילו צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם. דער ים פֿון ג־טלעכער חכמה וועט "פֿאַרפֿלייצן" די וועלט, און יעדער וועט משׂיג זײַן אויף אַ דירעקטן אופֿן, אַז אַפֿילו די סאַמע פּראָסטע גשמיותדיקע זאַכן זענען אויך, בעצם, אַנטפּלעקונגען פֿון ג־טלעכקייט.

דער ענין פֿון משיחישער גאולה איז, מיטאַמאָל, אַן אוניווערסאַלער און אַ ספּעציפֿיש־ייִדישער; אין דער צוקונפֿט וועט די וועלט דערגרייכן אַ האַרמאָניע צווישן אוניווערסאַליזם און אינדיווידואַליזם, יחיד און רבים. די דאָזיקע האַרמאָניע ווערט אָפּגעשפּיגלט אין דער געשיכטע פֿון דוד המלכס משפּחה, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַן איניציאַטאָר פֿון דער קומענדיקער משיחישער טראַנספֿאָרמאַציע פֿון דער וועלט.

דער שבֿט־יהודה, צו וועלכן עס האָט געהערט דוד המלך, שטאַמט פֿון תּמר — אַ כּנענישע פֿרוי; די צדיקת רות, דודס עלטער־באָבע, האָט געשטאַמט פֿונעם רישעותדיקן מלך בלק; ס׳איז מעגלעך, אַז שלמה המלכס מאַמע, בת־שבֿע, האָט געשטאַמט פֿון אַן אַנדער פֿאָלק, חיתּים; נעמה, די מאַמע פֿון שלמהס זון, האָט געשטאַמט פֿון עמונים.

דוד המלכס גרויסער ייִחוס איז באַגרינדעט, אויב מע גיט זיך אַ טראַכט אַרײַן, דווקא אויף אַ קאָנטאַקט מיט אַ גאַנצער ריי פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער. דווקא אַזאַ פּאַראַדאָקסישער געמישטער ייִחוס שטימט אָבער מיט דעם גאולה־כּוח, וואָס איז גובֿר אַלע גרענעצן.

דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה איז אַן אַנדער בײַשפּיל פֿון דעם זעלבן פּאַראַדאָקסישן אויסמיש. הגם בלק איז טאַקע געווען אַ רשע און אַנטיסעמיט, האָט זיך שפּעטער אַרויסגעוויזן, אַז דוד המלך איז אויך געווען זײַנס אַן אייניקל. ווען די גאולה וועט קומען, וועט מען זען, אַז אַפֿילו די נעגאַטיווע עפּיזאָדן פֿון דער געשיכטע וועלן זיך, סוף־כּל־סוף, אויסשפּילן צום גוטן, און מע וועט דערזען דאָס ג־טלעכע ליכט אין דער גאַנצער אַרומיקער וועלט.