שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך בין 35 יאָר אַלט און איך פֿאַרשטיי נישט פֿאַר וואָס איך קען נישט געפֿינען קיין אויסערגעוויינטלעכן חתן. איך האָב אַ וווּנדערלעכע פּערזענלעכקייט (אויב איך מעג זיך אַליין לויבן), און האָב אַ גוטע פּרנסה. איך בין שיין (נישט צו שיין) האָב אַ שלאַנקע פֿיגור (אָבער קיין מאָדעל בין איך נישט). איך האָב אַ פֿײַנע משפּחה און אַ שמייכל אויפֿן פּנים. ווען איך טרעף זיך מיט מענער, פֿאַרלאַנג איך פֿון זיי נאָר דרײַ זאַכן: ער דאַרף זײַן העכער פֿון מיר, דאַרף האָבן האָר אויפֿן קאָפּ, און טאָר נישט האָבן קיין שום אַקצענט. ס׳זענען דאָך פֿאַראַן אַזוי פֿיל מענער וואָס פּאַסן זיך אַרײַן אין די קאַטעגאָריעס, טאָ פֿאַר וואָס האָב איך נישט קיין מזל?

איינע וואָס זוכט


טײַערע "איינע וואָס זוכט",

דער ענטפֿער איז אַ קלאָרער. אײַערע פֿאָדערונגען זענען גאַנץ אויבנאויפֿיקע. דעריבער, דערגרייכן אײַערע באַציִונגען מיט מענער נישט ווײַטער ווי אַן אויבאויפֿיקייט. ווען איר וועט אָנהייבן זוכן טיפֿערע מידות, וועט איר זיך פֿאַרבינדן אויף אַ טיפֿערן אופֿן, אפֿילו ווען אײַער בחור האָט אַן אַקצענט, האָט אַ ליסן קאָפּ און איז אַפֿילו נישט העכער פֿון אײַך.


טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן וויל מיר צוגרייטן אַ געבוירן־טאָג שׂיחמה. די צרה איז וואָס מיר קענען צו פֿיל מענטשן און די רשימה געסט איז געוואָרן צו לאַנג. צי איז כּדאַי צו האָבן די שׂימחה, ווען מע ווייסט, אַז געוויסע מענטשן וועלן זיך באַליידיקן ווײַל מע האָט זיי נישט פֿאַרבעטן? צי זאָלן מיר פּשוט באַשליסן נישט צו האָבן די שׂימחה?

שׂימחה צי נישט?


טײַערע "שׂימחה צי נישט?",

עס קומט אַ מאָמענט וואָס שייך אַזוינע שׂימחות, ווען מע דאַרף באַשליסן, אַז מער מענטשן קען מען נישט פֿאַרבעטן. אויב איר האָט טאַקע מורא אויסצושליסן מענטשן, טאָ גרייט צו אַ שׂימחה נאָר מיט געבעקס און קאַווע, אָן אַ פֿולן מאָלצײַט. אָדער זאָלן די פֿאַרבעטענע געסט מיטברענגען אַליין אַ מאכל. אַניט, באַשטימט וויפֿל מענטשן און פֿאַרבעט זיי — אַ שׂימחה צו פּראַווען האָט מען דאָך נישט יעדן טאָג!


טײַערע חזנטע,

איך בין אַלט 86 יאָר, קיין עין־הרע, און כ׳בין געזונט, ברוך־השם. איך לייען, הער זיך צו צו מוזיק, האַלט נאָך די וועלט־נײַעס. איך בין געווען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע 45 יאָר אין פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט. אָבער מײַן גוף האָט נישט געהאַט אַזאַ מזל ווי מײַן מוח: איך בין אין אַ רעדלשטול און האָב אַ קראַנקן־שוועסטער (אַ גאַנץ שיינע!) וואָס פֿירט מיך פֿון אָרט צו אָרט. בעסער אַזוי, ווי פֿאַרקערט, ניין?

די איינציקע פּראָבלעם איז וואָס מענטשן באַציִען זיך צו מיר ווי צו אַ קינד. זיי רעדן צו מיר, ווי איך בין נישט גענוג קלוג צו פֿאַרשטיין, און דערצייל נאַרישע חכמות, עלעהיי איך האָב מער נישט קיין קאָפּ אויף די אַקסלען. בײַ וואָסער עלטער הערט מען אויף צו באַקומען דרך־ארץ? ווי קען איך געבן מענטשן צו פֿאַרשטיין, אַז מע קען צו מיר רעדן ווי צו אַ געוויינטלעכן מענטש? איך הייב נישט אָן צו פֿאַרשטיין.

פֿרוסטרירטער אַלטער אַקאַדעמיקער


טײַערער "פֿרוסטרירטער אַלטער אַקאַדעמיקער",

איך האַלט, אַז ס׳איז וויכטיק, אַלע זאָלן לייענען אײַער בריוו. אַמאָל, ווען מע זעט אַ מענטשן וואָס איז נישט געזונט פֿיזיש, קומט מען צו אַ פֿאַלשער מסקנא, אויספֿיר, וועגן דעם מענטש. כּדי צו זײַן פֿרײַנדלעך צו אײַך, רעדט מען ווי צו אַ קינד. זיי ווילן טאָן גוטס, אָבער עס קומט אויס ווי אַן אומדרך־ארץ. איך וואָלט זיי געענטפֿערט אין אַ נאָרמאַלן טאָן, נישט ווערן אויפֿגערעגט, און פֿאַרקערעווען דעם שמועס צו אַ טעמע וואָס איז אײַך מער ליב. זיי וועלן אין גיכן זיך כאַפּן, אַז אײַער מוח איז נאָך שאַרף, און אַז מע דאַרף צו אײַך רעדן ווי צו אַ דערוואַקסענעם.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024