רעצעפּטן

איך באַמי זיך לעצטנס צו מאַכן מער פֿרוכט־דעסערטן — ערשטנס, ווײַל ס׳איז געזינטער, און צווייטנס, ווײַל נאָך אַ גאַנצן מאָלצײַט בין איך צו זאַט צו עסן לעקעך אָדער קיכלעך.

דאָס נאָכגעריכט איז אַזוי באַטעמט, אַז דער לעקעך וועט אײַך גאָר נישט אויספֿעלן.

3 פֿערשקעס

1 לעפֿל ברוינער צוקער

1/2 לעפֿעלע וואַניל

1 טעפּל שמאַנט (heavy cream)

4 לעפֿעלעך ברוינער צוקער

4 לעפֿעלעך פֿון דער משקה, בורבאָן

1/2 טעפּל צעשניטענע פּעקאַנען

צעשנײַדט די פֿערשקעס אויף רעפֿטלעך, און מישט זיי אויס מיט 1 לעפֿל ברוינעם צוקער און דעם וואַניל. לאָזט שטיין בערך אַהאַלבע שעה.

מישט דעם שמאַנט מיט אַן עלעקטרישן מישער אָדער אַ שוים־שלאָגער (whisk), ביז עס ווערט געדיכט. שלאָגט אַרײַן די 4 לעפֿעלעך ברוינעם צוקער, גיט צו דעם בורבאָן און מישט ביז עס ווערט דערפֿון אַ "שניי".

הייצט אָן אַ פּאַטעלניע און ברוינט צו די צעשניטענע פּעקאַנען, בערך אַ האַלבע מינוט. נעמט די פּאַטעלניע אַראָפּ פֿון פֿײַער.

גיט די פֿערשקעס און שמאַנט אַרײַן אין עלעגאַנטע גלעזער, און באַצירט זיי מיט די פּעקאַנען.