אין דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי דער בייזער מכשף בלעם און דער רישעותדיקער קיניג בלק האָבן זיך דערטראַכט צו אַן עצה, ווי אַזוי צו ברענגען אַ היזק דעם ייִדישן פֿאָלק. זיי האָבן אַרײַנגעשיקט אַ גרופּע מואבֿישע פֿרויען אינעם ייִדישן לאַגער, כּדי זיי זאָלן זינדיקן מיט די ייִדן און אײַנרעדן זיי צו דינען עבֿודה-זרה.
ווען פּינחס, אַן אייניקל פֿון אַהרן הכּהן, האָט דערזען, אַז אַ פּראָמינענטער ייִד, דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון, האָט פֿאַרפֿירט אַן אינטימע באַציִונג מיט אַ פּרינצעסין פֿון מדין, האָט ער אַרויסגעכאַפּט זײַן שווערד און דערהרגעט זיי ביידע.
די ייִדן האָבן אויפֿגעהערט זינדיקן, און די מגפֿה, וועלכע האָט אויסגעבראָכן צוליב זייערע זינד, האָט זיך אָפּגעשטעלט.
ווען אַהרנס זין זענען געוואָרן כּהנים, איז פּינחס, אַהרנס אַן אייניקל, געבליבן אַ געוויינטלעכער לוי. צוליב זײַן מעשׂה־קנאָות האָט פּינחס אָבער פֿאַרדינט אויך צו ווערן אַ כּהן, ווי דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו.
שפּעטער ווערט אין דער פּרשה דערציילט וועגן די טעכטער פֿון צלפֿחד, וועלכע האָבן זיך געווענדט צו משה מיט אַ בקשה צו קריגן די ירושה פֿון זייער טאַטן, וועלכער איז געשטאָרבן, נישט איבערלאָזנדיק קיין זין. אויף וויפֿל די ייִדן האָבן פֿאַרשטאַנען דעמאָלט די הלכה, האָבן בלויז די זין דאָס רעכט צו ירשענען זייער טאַטנס פֿאַרמעגן. משה רבינו האָט באַקומען אַן ענטפֿער פֿונעם באַשעפֿער, אַז בנות־צפֿלחד זאָלן טאַקע באַקומען די ירושה.
דערנאָך, גייט אין דער סדרה אַ רייד וועגן דעם, ווי יהושע בן נון איז געוואָרן אַ נײַער מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. בײַם סוף פֿונעם פֿערציק־יאָריקן וואַנדערן אינעם מידבר, איז געקומען די צײַט פֿאַר די ייִדן אַרײַנצוקומען קיין ארץ־ישׂראל און פֿאַר משה רבינו — צו שטאַרבן. דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו צו באַשטעטיקן יהושע בן נון ווי דעם נײַעם ראָש פֿון בני־ישׂראל.
אַז מע גיט זיך אַ טראַכט אַרײַן, געפֿינען מיר אין דער הײַנטיקער פּרשה דרײַ פֿאַרשיידענע אופֿנים, ווי אַזוי עפּעס אַ זאַך קען איבערגעגעבן ווערן פֿון איין מענטש צו אַ צווייטן. אינעם פֿאַל פֿון פּינחסן, איז ער געוואָרן אַ כּהן — אַזוי ווי זײַן טאַטע, אלעזר. אין דער הײַנטיקער צײַט, גייט די כּהונה אַריבער אויטאָמאַטיש פֿון אַ טאַטן צו אַ זון, אָבער אין זײַן פֿאַל, ווען אַהרן און זײַנע זין זענען געוואָרן די ערשטע כּהנים, איז עס געווען אַ ספּעציעלער אויסנאַם און אַ גרויסע מתּנה פֿון הימל.
פֿונדעסטוועגן, איז די דאָזיקע מעשׂה אַ בײַשפּיל פֿון אַ מתּנה, וואָס איז געגעבן געוואָרן ווי אַ מין "קאָפּיע פֿונעם אָריגינאַל" — ענלעך אויף דעם, ווי די כּהונה ווערט אָפּגעהיט דורכן ביאָלאָגישן געבורט אין דער הײַנטיקער צײַט. ווען עמעצער שרײַבט אָן אַ בוך און גיט אַ קאָפּיע צו אַ חבֿר, ווערט דער אָריגינאַל נישט פֿאַרלוירן.
אַן אַנדער פּאַסיקער בײַשפּיל, איז ווען עמעצער טיילט זיך מיטן פֿײַער פֿון זײַן ליכט; דער פֿלאַם ווערט פֿאַרמערט און נישט בלויז איבערגעטראָגן פֿון איין אָרט אין אַ צווייטן. ווען דער אייבערשטער האָט געגעבן פּינחסן זײַן מתּנה, האָט קיין אַנדער כּהן, חלילה, נישט פֿאַרלוירן זײַן סטאַטוס. ס׳איז פּשוט געוואָרן אין דער וועלט אויף איין כּהן מער.
די מעשׂה מיט פֿינף טעכטער פֿון צלפֿחד איז געווען גאַנץ אַנדערש. זיי האָבן געבעטן דעם פֿיזישן פֿאַרמעגן פֿון זייער טאַטן — אַ משפּחה־שטח אינעם לאַנד פֿון זייער שבֿט. די מנהיגים פֿונעם שבֿט־מנשה האָבן געטענהט, אַז טאָמער די טעכטער וועלן חתונה האָבן מיט מענער פֿון אַן אַנדער שבֿט, וועט זייער ירושה אַריבערגיין צו זיי. משה רבינו האָט געפֿרעגט בײַ דעם באַשעפֿער, און באַקומען אַן ענטפֿער, אַז צלפֿחדס טעכטער מוזן חתונה האָבן נאָר מיט די מענער פֿון זייער אייגענעם שבֿט.
אין דעם פֿאַל, האָט משה באַקומען פֿון הימל אַן ענטפֿער, ווי אַזוי צו לייזן אַ קאָנקרעטן פֿאַרמעגן־סיכסוך. דער שטח לאַנד, וועלכער האָט געקאָנט, אין פּרינציפּ, אַריבערגיין צו די ייִדן פֿון אַן אַנדער שבֿט, איז געבליבן בײַ די טעכטער פֿון צלפֿחד, און בײַ די אייניקלעך פֿון מנשה.
דאָס הייסט, אַז פֿיזישע אָביעקטן, אַזעלכע ווי אַ פֿאַרמעגן, קאָנען איבערגעגעבן ווערן פֿון איין מענטשן אָדער פֿון איין גרופּע מענטשן צו אַ צווייטער. אַזעלכע ענינים, ווי דער סטאַטוס פֿון אַ מענטש, קאָנען זיך פֿאַרשפּרייטן אויף אַזאַ אופֿן, אַז דער "אָריגינאַל" בלײַבט אויפֿן אָרט.
דער דריטער פֿאַל, ווען משה רבינו האָט איבערגעבן זײַן הנהגה צו יהושע בן נון, איז מער קאָמפּליצירט. לאָמיר זיך גיבן אַ טראַכט אַרײַן, וואָס פּינקטלעך איז דאָ איבערגעגעבן געוואָרן?
די חז״ל זאָגן, אַז משהס פּנים איז געווען אַזוי ווי די זון, און יהושעס פּנים — אַזוי ווי די לבֿנה. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט די לבֿנה נישט קיין אייגן ליכט — זי שפּיגלט בלויז אָפּ די זון־שטראַלן. ווען נישט די זון, וואָלט די לבֿנה געווען שוואַרץ. יהושע איז געווען אַ געטרײַער תּלמיד פֿון משה רבינו, וואָס זײַן עיקר־עבֿודה איז געווען איבערצוגעבן גענוי דאָס, וואָס ער האָט געלערנט פֿון זײַן גרויסן רבין.
אויב אַזוי, האָט יהושע באַקומען בלויז דעם רשות צו דינען ווי אַן אָפּהיטער פֿון דער תּורה, און נישט צו זײַן אַן אמתער פֿאָרזעצער פֿון משהס טעטיקייט. פֿונדעסטוועגן, ווי מע זעט פֿונעם תּנ״ך און ווי עס דערקלערן די חסידישע מפֿרשים, איז יהושע געווען אַן אָריגינעלער, אומאָפּהענגיקער מנהיג און אַ נבֿיא, אַזוי ווי משה. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס ווערט ער פֿאַרגליכן צו דער לבֿנה, און נישט צו דער זון?
אין פֿאַרגלײַך מיט דער זון, וואָס ברענט די גאַנצע צײַט, ווערט דאָס לבֿנה־ליכט יעדן חודש שטאַרקער און שוואַכער, און צומאָל ווערט עס אינגאַנצן פֿאַרשוווּנדן. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט משהן, וועלכער איז תּמיד געשטאַנען אויף דער זעלבער הויכער גײַסטיקער מדרגה, זענען אין יהושעס לעבן געווען מאָמענטן פֿון טומל און חסרון. איידער דער אייבערשטער האָט געהייסן אים אָנצונעמען ווי אַ נײַעם מנהיג, איז משה נישט געווען אינגאַנצן זיכער, אַז זײַן תּלמיד וועט קאָנען אויספֿירן אַזאַ וויכטיקע ראָלע, און געבעטן דעם אייבערשטן, ווען ער האָט געשיקט די מרגלים, צו באַשיצן זײַן תּלמיד פֿונעם טעות און גײַסטיקן פֿאַל.
פֿון דער אַנדערער זײַט, איז עס אויך געווען יהושעס מעלה. משה רבינו איז געווען די נשמה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, די גײַסטיקע זון פֿון די ייִדן. פּונקט אַזוי ווי די זון, וואָס קאָן אָפּבריִען, און וואָס מע טאָר נישט אויף איר קוקן גראָד, איז משה געווען צו הויך, צו שטאַרק אָפּגעריסן פֿון די פּשוטע ייִדן. להיפּוך, האָט יהושע מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דעם "רוח", דעם גײַסט פֿונעם פֿאָלק. דווקא אַזאַ פֿאָלק־מענטש האָט געקאָנט, אין געוויסע אַספּעקטן, אויספֿילן אַפֿילו בעסער די ראָלע פֿונעם מנהיג.
מענטשן גיבן איבער כּסדר איינער דעם צווייטן נישט בלויז טיטלען און מתּנות, נאָר אויך לעבן־דערפֿאַרונגען, געפֿילן און אַנדערע רוחניותדיקע ענינים. ס׳איז אָפֿט שווער צו דערקלערן גענוי, וואָס פֿאַר אַ שטריך פֿון כאַראַקטער, פֿעיִקייט אָדער קענטעניש באַקומט דער תּלמיד פֿון זײַן רבין. צומאָל קאָן דער תּלמיד אויסזען ווי אַ גאַנצער היפּוך פֿונעם פֿריִערדיקן פֿירער און פֿאָרט — זעט מען קלאָר, אַז ער איז דווקא אַ פּאַסיקער פֿאָרזעצער.
אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿיזישן פֿאַרמעגן אָדער אַ קלאָרן סטאַטוס, ווי אַ לוי אָדער אַ כּהן, זענען די אַלגעמיינע באַציִונגען צווישן מענטש מער דינאַמיש און זיכער מער קאָמפּליצירט, ווי דער אַסטראָנאָמישער "זיווג" צווישן דער זון און לבֿנה.