טאָמער גרייט איר זיך צו גיין אויף אַ פּיקניק מיט אײַערע קרובֿים אָדער פֿרײַנד, מעגט איר מאַכן דאָס מאכל. די פֿליגעלעך קען מען עסן מיט די הענט, און אַלע וועלן הנאה האָבן פֿון אײַנטינקען זיי אינעם אַוואָקאָדאָ־סאָוס.
4 ציינדלעך קנאָבל
1/4 טעפּל בוימל
1 לעפֿל פּאָמידאָרן־פּאַסטע
2 לעפֿל האָניק
זאַפֿט פֿון 1/2 1 גרינע לימענעס
15 הינער־פֿליגעלעך
שפּריצבוימל
צעמאָלט די ערשטע 5 באַשטאַנדטיילן אין אַ "בלענדער". באַשמירט די פֿליגעלעך מיט דעם און לייגט ארײַן אין אַ שיסל. דעקט צו די שיסל מיט פּלאַסטיק און שטעלט אַרײַן אין פֿרידזשידער, צום ווייניקסטן, 8 שעה.
צינדט אָן דעם בראָט־אויוון. באַשפּריצט אַ בעקן מיט שפּריצבוימל און לייגט אַהין אַרײַן די פֿליגעלעך. בראָט די פֿליגעלעך בערך 6 אינטשעס (15 צענטימעטער) פֿונעם פֿײַער, 4—5 מינוט. דרייט זיי איבער אויף דער צווייטער זײַט און בראָט נאָך 4 מינוט. דערלאַנגט מיטן אַוואָקאַדאָ סאָוס.
אַוואָקאַדאָ־סאָוס
1 אַוואָקאַדאָ
3 לעפֿל אַשלעך (גרינע ציבעלע)
1/2 1 לעפֿעלעך זאַפֿט פֿון גרינע לימענעס
1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
אַ לעק זאַלץ
שוואַרצער פֿעפֿער
שיילט אָפּ דעם אַוואָקאַדאָ און צעקוועטשט אים מיט אַ גאָפּל. מישט אַרײַן די אַנדערע באַשטאַנדטיילן.