רעצעפּטן

אויב איר היט זיך פֿון געזאַלצנס, איז כּדאַי זיך אויסצולערנען עטלעכע אינדישע רעצעפּטן. די בשׂמים און געווירצן פֿון אינדיש קאָכערײַ זענען אַזוי פּיקאַנט, אַז מע דאַרף ווייניק צוזאַלצן.

"גאַראַם מאַסאַלאַ" איז אַ געמיש פֿון בשׂמים — אַרײַנגערעכנט פֿעלד־גליאַנדער (coriander), קעמיניק, קאַרדעמאָן, צימערינג, נעגעלעך (cloves) — וואָס מע פֿאַרקויפֿט אינעם באַק־אָפּטייל פֿון שפּײַזקראָם.


10 אונץ (280 גראַם) פֿאַרפֿרוירענער שפּינאַט

2 לעפֿל בוימל

1 גרויסע ציבעלע, צעהאַקט

1/2 אינטש (1.2 צמ) טשילי־ אָדער כאַלאַפּעניאָ־פֿעפֿער, צעהאַקט

1/2 אינטש (1.2 צמ) אינגבער, אָפּגעשיילט און צעהאַקט

1/2 לעפֿעלע זאַלץ

1 לעפֿעלע צוקער

1/2 טעפּל וואַסער

1/4 לעפֿעלע "גאַראַם מאַסאַלאַ"

1 טעפּל געקאָכטער רײַז

קאָכט אָפּ דעם שפּינאַט און לאָזט אָפּרינען דאָס וואַסער.

הייצט אָן דעם בוימל אויף אַ מיטל־הויכן פֿײַער און פּרעגלט אָפּ די ציבעלע, ביז זי ווערט דורכזיכטיק. גיט צו דעם פֿעפֿער, אינגבער, זאַלץ און צוקער, און מישט 30 סעקונדעס. גיט אַרײַן דעם שפּינאַט און "גאַראַם מאַסאַלאַ", און מישט 2 מינוט.

מישט אַרײַן דעם געקאָכטן רײַז און דערלאַנגט צום טיש.