ליטעראַטור, ישׂראל
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רבֿקה באַסמאַן און סאָניע ראָזענבערג אין בית־לייוויק
רבֿקה באַסמאַן און סאָניע ראָזענבערג אין בית־לייוויק
Credit: Bella Bryks-Klein

אויסגעדאַכט האָט זיך, אַז קיינער האָט נישט געוואָלט איבעררײַסן די כּמעט מיסטישע אַטמאָספֿער, וואָס האָט געהערשט אין זאַל, וווּ רבֿקה באַסמאַן האָט געלייענט פּאָעזיע. אַפֿילו די ספּאָראַדישע אַפּלאָדיסמענטן האָבן געקלונגען יענעם אָוונט פֿרעמד און אומנייטיק, ווי זיי וואָלטן אין אַ געוויסער מאָס געשטערט די האַרמאָניע וואָס שאַפֿט זיך זעלטן צווישן לעקטאָר און די צוהערער; טאַקע אין יענעם אָוונט, וואָס האָט געשלאָסן דעם יערלעכן ציקל פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין לייוויק־הויז, איז דאָס געקומען צו זײַן אויסגעלײַטערטסטן אויסדרוק.

אַוודאי, פֿון זיך אַליין ווערט עס נישט. ס׳איז נייטיק די קראַפֿט פֿון דער אומדערמידלעכער טעמפּעראַמענטפֿולער ייִדיש־לערערקע סאָניע ראָזענבערג, וועלכע שטויסט פֿאָרויס יעדן פּראָיעקט וואָס זי נעמט זיך אונטער. אין איינעם מיט אירע טרײַע מיטאַרבעטערינס קאָן זי רירן וועלטן. כ׳מיין, אַז איך בין דערגאַנגען דעם סוד, וואָס באַוועגט סאָניען דורכצופֿירן אירע מערקווערדיקע אויפֿטוען: זי לייגט אַרײַן מחשבֿה אין דעם ווילן פֿון אַנדערן, זי קלערט אַרײַן און דערגייט דעם ציל צו דערפֿרייען דעם אַנדערן. ווי דען אַנדערש קען מען אָננעמען די מתּנות, וואָס זי האָט בײַ דער געלעגנהייט איבערגעגעבן דער הויכגעשעצטער דיכטערין?

סאָניע ווייסט ווי טײַער ס׳איז פֿאַר רבֿקהן באַסמאַן דער זכּרון פֿון "יונג־ישׂראל", די לעגענדאַרע גרופּע פֿון יונגע דיכטערס און שאַפֿערס אין ייִדיש, וואָס איז אַנטשטאַנען אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מדינה מיטן אָנשפּאַר פֿון אַבֿרהם סוצקעווער. רבֿקה איז דעמאָלט געווען אַן אָנגעזעענער טייל אין דעם פּאָעטישן אַנסאַמבל. סאָניע האָט געפֿונען אין איינעם פֿון אירע פֿאַרבאָרגענע קוואַלן די היסטאָרישע אַנטשטייונג־באַשטעטיקונג פֿון "יונג־ישׂראל" מיט דער פּרינציפּן־דערקלערונג, אַז זיי פֿאַרפֿליכטן זיך צו שאַפֿן בלויז אויף ייִדיש. האָט זי דאָס צוגעגרייט פֿײַן און שיין און מיט אַ פּאַסיקער ראַם האָט זי דאָס איבערגעגעבן דער דיכטערין אין די הענט.

דאָס איז נישט געווען סאָניעס איינציקע מתּנה; איידער וואָס און ווען, איז זי אַוועק פּערזענלעך אָפּצונעמען בײַם שרײַבער אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט דעם בריוו, וואָס ער האָט בײַ דער געלעגנהייט געווידמעט רבֿקהן באַסמאַן, און וואָס סאָניע האָט אײַנדרוקספֿול פֿאָרגעלייענט אויף דער באַזונדערער סוף־יאָר־באַגעגעניש. און אַזוי שרײַבט שפּיגלבלאַט צו זײַן פֿרײַנדין און קאָלעגע רבֿקהן:

דער קיום פֿון אונדזער ייִדיש באַשטייט נישט הײַנט אין זכות פֿון רבים, נײַערט אין זכות פֿון יחידים וואָס די ייִדישע ירושה איז זיי טײַער, יחידים וואָס זײַנען להוט צו באַוואָרענען דעם גײַסטיקן אוצר פֿון ייִדיש פֿאַר די קומענדיקע דורות.

אונדזער רבֿקה באַסמאַן בן־חיים איז פֿון די ווינציקע יחידים, איינע פֿון די בולטסטע. זי טענהט טאַקע אין אירע לידער בזה־הלשון: 'האַלט אין האַנט דעם נעכטן, לאָז אים נישט אָפּ, טײַטש נישט אויס צום שלעכטן דעם באַרג־אַראָפּ׳. דער נעכטן אונדזערער איז געקניפּט און געבונדן מיט ייִדיש און רבֿקה האַלט אים אויף מיט איר ליד און מיטן אָנטייל אין אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדיש אין אונדזער סבֿיבֿה. היות די פֿיס מײַנע טראָגן מיך נישט אין הויכן בית־לייוויק, שיק איך דיר, רבֿקהלע טײַערע, פֿון מײַן נאָענטן ווינקל אַ ברכה און אַ דאַנק פֿאַר דײַן ליד, פֿאַר דײַן אָפּרוף און פֿאַר דער זכיה צו אָטעמען אין איינעם מיט דיר גײַסטיק די אומעטיקע שיינקייט פֿון ייִדיש.

מיר ווילט זיך באַגלייטן די ווערטער מײַנע מיט די שורות וואָס איך האָב אָנגעשריבן דאָ נישט לאַנג נאָך אַ באַגעגעניש מיט דיר, רבֿקה, פּנים־אל־פּנים:

בײַ זאַמען זײַן פּנים־אל־פּנימדיק,

בײַ זאַמען דײַן אויג אויף אויגנדיק,

און לאָזן די ווערטער פֿאַרקײַטלען זיך

מיטן ייִדישן ניגון פֿאַרניגונטע.

שילדערן ווערטער און בילדער,

עפֿענען וווּנדן פֿאַרגליווערטע

ווערטער פֿון בענקשאַפֿט צעריסענע

אין צער פֿון ליבשאַפֿט געטונקענע.

יאַווען זיך אין שאָטן פֿון יאָרצײַט־לוח

שפּיזן פֿון חורבן פֿאַרקליבענע

כּדי נאָך אַ רגע בײַם זאַמען זײַן,

זאַמען מיט די לעצטע פֿאַרבליבענע.

נאָך די גוטע וווּנטשן און די מתּנות־אויסטיילונג איז רבֿקה באַסמאַן געקומען צום וואָרט, און גערעדט האָט זי אויף העברעיִש דווקא. כ׳וועל פּרוּוון דאָ איבערזעצן אויף מײַן וועג די עיקרדיקע שטריכן פֿון איר פּאָעטישער וועלט־אָנשויונג אַזוי ווי ס׳איז געקומען צום אויסדרוק אין איר פֿאָרטראָג.

דער אָנוועזנדיקער עולם איז גאָר נאָענט צו רבֿקהס האַרץ, זי האָט פּשוט ליב צו זײַן מיט זיי, צו רעדן צו זיי, כאָטש, זאָגט זי, איז איר אַ סך לײַכטער צו רעדן וועגן אַנדערע ווי פֿון זיך אַליין.

אין איר פֿאָרטראָג באַציט זיך רבֿקה צו דער טעמע וואָס איז איר נאָענטער פֿון אַלץ: דאָס ליד. "כ׳וויל", זאָגט זי, "ס׳זאָל רעדן דאָס געוויכט פֿון ליד", און באַלד גיט זי צו, "דאָס ליד רעדט דאָך סײַ־ווי פֿון זיך אַליין". לויט איר אייגענער דערפֿאַרונג פֿאַרזיכערט זי, אַז דאָס ליד פֿאַרבלײַבט אויסער דער צײַט, עס פֿאַרמאָגט זײַן אייגענע צײַט; אָן שום ספֿק, אויך דאָס ליד עלטערט זיך, און זי פֿרעגט: איז דען דאָס עלטערע ליד אַ רײַפֿערס? אפֿשר. זי זוכט, זאָגט זי, אויך אין רײַפֿן ליד אָט יענעם באַגינענדיקן בראשיתדיקן פֿונק; מיט דער צײַט אַנטדעקן אויך די לידער, אַז יעדער מענטש איז אַ זון פֿון זײַן דור, פֿון זײַן משפּחה און פֿון זײַן ביאָגראַפֿישער אָנגעהעריקייט. "און וואָס געשעט", פֿרעגט זי, "ווען דער מענטש בלײַבט אַליין? און דער דור בלוטיקט? דאַן קומט דאָס ליד און זאָגט דאָס זײַניקע. פּאָעזיע איז אַ שפּראַך, וואָס איר וועזנטלעכקייט קומט פֿון דער טיפֿער אינערלעכער וועלט, ווי אַן אויסדרוק וואָס זוכט תּמיד סײַ אין דער ווירקלעכקייט און סײַ אויסער דער ווירקלעכקייט דאָס נישט דערזעענע ווי אַ ממשותדיקייט, ווען גלײַכצײַטיק זײַנען מיר פֿילעוודיק און פֿול מיט שרעק, מיט כּעס, און גאָר אָפֿט קאָנען מיר נישט פֿאַרשטיין, למשל, יענע עניגמע וואָס מיר רופֿן די צײַט. ווי אַזוי קענען מיר אויפֿנעמען אָט דעם דאָזיקן באַגריף, דער ווירקלעכסטער — די צײַט? דאָס ליד פֿאַרבלײַבט ווי אַ פֿאָדעם פֿון אומעט פֿון דעם פֿאַרשוווּנדענעם, עס בלײַבט אָבער אויך ווי אַן אָנהאַלט־פֿאָדעם וואָס באַלײַכט אַלץ וואָס באַנײַט זיך און לעבט אויף דעם אייביקן אָנהייב און קערט זיך אום צוריק צו דער צײַט...

"די ווערטער פֿון דעם ליד זײַנען נישט בלויז פֿאָרעם, אויפֿנעם־כּוח, און קלאַנג; זיי זײַנען פֿיל מער פֿון דעם. אין אונדזער הײַנטיקער וועלט, אין אונדזער הײַנטיקער ווירקלעכקייט, מיט אַלע טעכנאָלאָגיעס, ווי דאָס וואָלט געווען וויסנשאַפֿט־פֿיקציע, און די פֿאַרבינדונגס־מיטלען, ווען די וועלט איז אײַנגעשרומפּן געוואָרן צו דער מאָס פֿון אַ גלאָבאַלן דאָרף, און יעדע געשעעניש קומט אָן איבעראַל אין דער זעלבער רגע, וועט איר דאָך פֿרעגן, פֿאַרוואָס דערמאָן איך דאָס אַלץ? איך דערמאָן עס, ווײַל צו אָט די אַלע זאַכן באַנוצט מען זיך מיט ווערטער, מיר אַליין צווישן אונדז באַנוצן זיך אויך מיט ווערטער און אַז מ׳האַלט אין איין ריידן, אַז די וועלט איז פֿול מיט רעש און געפּילדער, וואָס טוען דאָ די ווערטער פֿון ליד? ווער דאַרף זיי דאָ האָבן? און אויב יאָ, איז פֿאַרוואָס? קומט אויס, אַז מ׳נייטיקט זיך נישט בלויז אין פּאָעזיע, נאָר זי מוז זײַן; פֿון אַלע קונסטן — איז פּאָעזיע די נאָענטסטע צום מענטש, ווײַל זי באַנוצט זיך מיט ווערטער וואָס באַרירן יעדן מענטשלעכן געפֿיל; פֿון אייביק אָן נייטיקט זיך דער מענטש אין פּאָעזיע ווי צו תּפֿילה, ווײַל די נשמה פֿון מענטש מוז אויסדריקן די געפֿילן אירע, ווײַל אין מיטן פֿון דעם דאָזיקן כּסדרדיקן רעש נייטיקט זיך דער מענטש אין די אינטימסטע קלאַנגען פֿון וואָרט, וואָס שפּיגלען אָפּ און באַלײַכטן זײַנע נשמה־באַגערן; יעדער איינער פֿון אונדז איז פֿול מיט געפֿילן און נישט שטענדיק קאָן ער געפֿינען אַליין דעם פּאַסיקן אויסדרוק.

"אָן אַ שיעור פּרוּוון זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן, כּדי צו דעפֿינירן פּאָעזיע, אַנאַליזירן, לערנען פּאָעזיע, נאָר דאָס אַלץ איז מעגלעך נאָך דעם ווי דאָס ליד איז געשאַפֿן געוואָרן; דער באַוווּסטער פֿראַנצויזישער פּאָעט פּאָל וואַלערי, וועלכער מער ווי אַנדערע האָט זיך אָפּגעגעבן מיט אַנאַליזירן פּאָעזיע, איז געקומען צו דער מסקנה, אַז יעדער פּרוּוו אויפֿצוקלערן וואָס דאָס איז אַזוינס פּאָעזיע, דערווײַטערט אַלץ מער פֿון דעם ליד אָן צו דערגרייכן קיין שום ציל אָדער קיין קאָנקלוזיעס.

"פֿאַרוואָס שרײַבט מען לידער?" פֿרעגט רבֿקה בײַ זיך אַליין. "מעגלעך אַז פּאָעזיע איז אַ גענעטישע נויטווענדיקייט איבערצולאָזן אַ שפּור נאָך דעם פֿאַרשוווּנדן פֿון דער מאַטעריע? אין דער אוראַלטער כינע זאָגט מען אַז דאָס וועזנטלעכסטע פֿון דער פּאָעזיע פֿאַרן מענטש איז דאָס באַצווינגען אים אין משך פֿון זײַן לעבן צו באַזיצן אַ קאָפּ פֿון אַ דערוואַקסענעם און אַ האַרץ פֿון אַ קינד. הלוואַי וואָלטן מיר אַלע געהאַט אַזאַ באַציִונג ווי די וואָס קומט צו אונדז אַזש פֿון דער אַלטערטימלעכער כינע", פֿאַרענדיקט רבֿקה באַסמאַן בן־חיים איר באַלערנדיקן פֿאָרטראָג.