טײַערע חזנטע,
איך בין 84 יאָר אַלט און אַן אַלמן. איך האָב איצט אַ חבֿרטע, וואָס איז 65 יאָר אַלט און אַ יפֿהפֿיה. דרײַ מאָל האָט זי זיך שוין געגט. נישט זי און נישט איך טראַכטן וועגן חתונה האָבן, אָבער מיר זענען געטרײַ איינער דעם אַנדערן און פֿאַרברענגען אַ סך צײַט צוזאַמען, און ווילן אויף ווײַטער פֿאַרברענגען.
איך האָב געמאַכט אַ פּרוּוו צו באַפֿרײַנדן מײַן חבֿרטעס צוויי דערוואַקסענע טעכטער, אָבער זיי לאָזן זיך נישט. איך האָב זיי געשיקט מתּנות, געבוירן־טאָג־קאַרטלעך און אַפֿילו מתּנות פֿאַר זייערע קינדער. תּמיד באַקום איך צוריק אַ קאַלטן דאַנקבריוו. איך האָב געבעטן בײַ מײַן חבֿרטע, זי זאָל מיר דערלאַנגען דעם טעלעפֿאָן ווען זי רעדט צו זיי, אָבער זי וויל נישט.
פֿאַר וואָס פֿירן זיי זיך אויף אַזוי לגבי מיר? ווי קען איך פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן אונדז?
אַ גוטער מענטש
טײַערער גוטער מענטש,
ס׳איז זייער שיין פֿון אײַער זײַט צו שיקן אײַער חבֿרטעס טעכטער און אייניקלעך קאַרטלעך און מתּנות. איך בין זיכער, אַז זיי פֿאַרשטייען דאָס ווי אַ סימן פֿון גוטסקייט. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז זיי זענען צופֿרידן, וואָס זייער מאַמע האָט אַזאַ זיסן חבֿר.
איך קען נישט זאָגן אויף זיכער פֿאַר וואָס זיי פֿירן זיך אויף אַזוי. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז די טעכטער זענען פֿאַרנומען מיט זייערע אייגענע לעבנס, און דאַרפֿן נישט אַ נאָענטע באַציִונג מיט אײַך. נאָך דרײַ גטן, האָבן די טעכטער שוין געהאַט גענוג "טאַטעס" אין זייערע לעבנס; מסתּמא ווילן זיי נישט נאָך איינעם. וואַרפֿט זיך נישט אַרויף אויף זיי; אַבי איר זענט גוט צו זייער מאַמען. דרך־ארץ פֿאַר אײַך וועט קומען מיט דער צײַט.
טײַערע חזנטע,
ווי וועל איך קענען איבערלעבן דעם חודש? איך האָב געציילט די טעג — במשך פֿון די 30 טעג פֿאַלט אויס עלף טעג אָדער שבת אָדער יום־טובֿ. איך האָב הנאה פֿון שבת איין מאָל אַ וואָך, אָבער דרײַ וואָכן מיט דרײַ יום־טובֿים? איך האָב אַ חשד, אַז אונדזער רעליגיע האָט נישט באַדאַרפֿט אַזוי זײַן. איך וווין אַליין און האָב נישט קיין הנאה במשך פֿון די טעג אָן אַ ווײַב און אַ כאָפּטע קינדער. איך ווער אין כּעס ווען איך בלײַב אין שטוב דעם גאַנצן טאָג, וווּ איך לייען אַ בוך אָדער כאַפּ אַ דרימל נאָכן דאַווענען אין שיל אין דער פֿרי. אַגבֿ, אין דער פֿרי אין שיל ווער איך אַזוי אויפֿגערעגט, אַז איך בלײַב אין דער שטימונג דעם גאַנצן טאָג. איך ווייס נישט פֿאַר וואָס, אָבער איך ווייס יאָ, אַז איך וואָלט נישט געדאַרפֿט האָבן אַזוינע געפֿילן. קענט איר עפּעס פֿאָרלייגן אַ דערוואַקסענעם מאַן, איינער אַליין, ער זאָל מער הנאה האָבן פֿונעם יום־טובֿ?
לא תּעשׂה בו מלאכה
טײַערער "לא תּעשׂה בו מלאכה" [מע זאָל נישט טאָן קיין אַרבעט],
וואָס שייך די יום־טובֿים פֿון תּישרי, ווערן אַ סך ייִדן פּריטשמעליעט. קודם־כּל דאַרף מען מאַכן אַ חשבון־הנפֿש, ווי זיך צו פֿאַרבעסערן דאָס קומענדיקע יאָר, דערנאָך בעטן תּשובֿה, בעטן אויף נאָך אַ יאָר אינעם ספֿר החיים, און דערנאָך זיך פֿרייען סוכּות. דערנאָך האָט מען אַ לעצטע געלעגנהייט אויף תּשובֿה טאָן, השונא־רבא, און באַלד נאָך דעם יזכּור און נאָך דעם די פֿרייד פֿון דער תּורה, שימחת־תּורה. אַזוי פֿיל עמאָציעס אין אַזוי ווייניק צײַט.
איך לייג פֿאָר, איר זאָלט נישט עסן אַליין די יום־טובֿדיקע סעודות. פֿאַרבעט משפּחה, פֿרײַנד, שכנים צו אײַער שטוב פֿאַר אַ מאָלצײַט אָדער צוויי. מע קען אַרויסגיין אויף אַ פּיקניק, אָדער אויף אַ שפּאַציר מיט אַ פֿרײַנד. בלײַבט נישט אין דער היים דעם גאַנצן טאָג. לייענט פֿאַרשיידענע מינים ביכער. מע קען סײַ לייענען פֿון די ביכער, סײַ לערנען אינעם ייִדישן זינען, מיט ספֿרים. אפֿשר קען אײַער שיל אײַך זאָגן, צי סע זענען פֿאַראַן עלטערע לײַט אָדער קראַנקע וואָס וואָלטן געוואָלט מע זאָל זיי מבֿקר חולה זײַן. ווען מע אַרבעט נישט איז דאָס נישט קיין תּירוץ אָפּצופּטרן אַ טאָג ליגנדיק אין בעט! איך ווינטש אײַך אַ חודש פֿון רוח־הקודש.
טײַערע חזנטע,
ווען איך שטיי אויף אין דער פֿרי, בין איך אַלע מאָל אויסגעמאַטערט, ביז איך עס און טרינק עפּעס. איך האָב איין מאָל געהאַט אַן עליה יום־כּיפּור און מײַן קול איז געווען הייזעריק ווי די וואַנט. איר קענט מיר פֿאַרטרויען דעם אמת, נאָר מיר צוויי זאָלן וויסן — כאַפּט איר אַ ביסן יום־כּיפּור? אַ טרונק?
נײַגעריק צו וויסן
טײַערער נײַגעריק צו וויסן,
נישט קיין טראָפּן!
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024