פּובליציסטיק
אַ צייכן פֿאַר דער קבֿר פֿון ר׳ נחמן בראַצלאַווער אין שטעטל אומאַן (אוקראַיִנע)
אַ צייכן פֿאַר דער קבֿר פֿון ר׳ נחמן בראַצלאַווער אין שטעטל אומאַן (אוקראַיִנע)

אומאַן, דאָס קליינע שטעטל אין אוקראַיִנע, דאָס אָרט וווּ עס האָט אויסגעלעבט זײַנע יאָרן, און וווּ עס געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון ר׳ נחמן בראַצלאַווער, איינער פֿון די באַרימטע חסידישע רביים אין דער גאָרער ייִדישער וועלט.

ער איז געווען אַן אוראייניקל פֿון דעם בעל־שם־טובֿ אַליין און האָט זיך געהאַלטן ווי דער איינציקער, ריכטיקער אויסטײַטשער פֿון זײַן זיידנס ירושה.

ווי באַוווּסט, האָט ער צוליב דעם זיך געשאַפֿן אַ סך שׂונאים און קריטיקער מצד די אַנדערע חסידישע רביים פֿון זײַן צײַט.

אין יאָר 1798 האָט ער באַזוכט ארץ־ישׂראל און נאָך זײַן צוריקקומען פֿון דאָרטן האָט ער זיך באַזעצט אין בראַצלאַוו.

ער האָט געפּרעדיקט די וויכטיקייט פֿון תּפֿילה, אַפֿילו אין ייִדיש, מוזיק, געזאַנג און חסידישע טענץ; אין קעגנזאַץ צו דער אויפֿפֿאַסונג פֿון אַנדערע רביים; צו דעם באַשעפֿער — צום רבונו־של־עולם און דער געטלעכקייט בכלל. ער איז געווען דער, וועלכער האָט אַרײַנגעבראַכט צווישן די מאַסן דעם קולט פֿון "צדיק", וועלכער איז דער מתוך, דער פֿאַרמיטלער צווישן גאָט אין הימל און דעם מענטש אויף דער ערד.

די זאַמלונג פֿון זײַנע פֿאָלקס־מעשׂיות — "סיפּורי־מעשׂיות" און משלים, זענען אויפֿגענומען געוואָרן פֿון זײַנע תּלמידים און פֿאַרערער מיט גרויס ליבע און התלהבֿות. ער האָט ניט איבערגעלאָזט קיין דינאַסטיע נאָך זיך. ער האָט אָנגעזאָגט צו זײַנע טויזנטער חסידים, אַז ער וועט פֿאַרבלײַבן מיט זיי, אַפֿילו נאָך זײַן טויט. זיי האָבן דעריבער ניט באַשטימט קיין יורש נאָך זײַן פּטירה, און אָנגעהויבן צו קומען צו זײַן קבֿר אין אומאַן מאַסנווײַז, כּדי אויסצובעטן בײַ אים זײַן הילף אין זייערע נויטן און אויך ברענגען פֿאַרשיידענע בקשות פֿאַר זייערע משפּחות און כּלל־ישׂראל.

דער שטראָם פֿון טויזנטער חסידים צו קומען צו זײַן קבֿר, האָט זיך נאָך מער פֿאַרגרעסערט, אין משך פֿון אַ גאַנץ יאָר, נאָך דעם ווי אוקראַיִנע האָט זיך באַפֿרײַט פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים. באַזונדערס איז עס געוואָרן זייער פּאָפּולער ערבֿ די ימים־נוראָים־טעג און די עשׂרת־ימי־תּשובֿה, כּדי אויסצובעטן אַ גוט־יאָר פֿאַר זיך, פֿאַר זייערע משפּחות און פֿאַר כּלל־ישׂראל.


* * *

איך קען אַ צאָל מענטשן אין ישׂראל, וועלכע פֿאַרלאָזן זייערע ווײַב און קינדער ערבֿ די ימים־נוראָים, און פֿאָרן קיין אומאַן צו דעם קבֿר פֿון זייער רבין ר׳ נחמן בראַצלאַווער.

איינער פֿון זיי איז מײַן באַקאַנטער ציינטעכניקער יהודה סאָלאָמאָן, וועלכער איז עולה־רגל געווען אַהין שוין צום אַכטן מאָל. יעדעס מאָל ווען מיר טרעפֿן זיך, הער איך אויס מיט גרויס אינטערעס און נײַגער די דערפֿאַרונגען פֿון זײַנע באַזוכן אין אומאַן. כאָטש איך בין ניט קיין חסיד און מײַן טאַטע און זיידע זענען ניט געווען קיין חסידים, באַוווּנדער איך זײַן התפּעלות און באַגײַסטערונג מיט וועלכער ער קערט זיך צוריק אַהיים קיין ירושלים, נאָך דער נסיעה קיין אומאַן; און מיט אַלץ וואָס ער האָט דאָרטן איבערגעלעבט, צו זײַן בײַם קבֿר פֿון זײַן הייליקן רבין ר׳ נחמן.

יהודה סאָלאָמאַן איז איצט בלויז 50 יאָר אַלט. ער איז עולה געווען קיין ישׂראל מיט זײַן משפּחה פֿון רומעניע, ווען ער איז געווען בלויז 10 יאָר אַלט. ער איז אויסגעוואַקסן אין אַ טראַדיציאָנעלער היים, באַקומען אַ רעליגיעזע דערציִונג און אויסשולונג ווי אַ ציינטעכניקער.

קיין חסיד איז ער ניט געווען. מיט 15 יאָר צוריק איז ער געוואָרן אַ הייסער פֿאַרערער פֿון ר׳ נחמנען, ניט אַ חסיד, נאָר אַ בעל־תּשובֿה, אָן באָרד און פּאות...

אויף די ימים־נוראָים פֿאָרט ער קיין אומאַן צום רבינס קבֿר, כּדי זיך מטהר צו זײַן פֿון אַלע אומרייניקייטן פֿון אַ גאַנץ יאָר, אײַנצואָטעמען די לופֿט פֿון דער סבֿיבֿה, וווּ עס האָט געלעבט ר׳ נחמן, און וווּ עס געפֿינט זיך זײַן קבֿר.

"ווען איך קום צוריק אַהיים קיין ירושלים, פֿיל איך ווי איך וואָלט אויסגעפֿירט אַ שליחות פֿאַר מײַן משפּחה און פֿאַר כּלל־ישׂראל.

"אָט אַזוי", האָט ער באַמערקט, "פֿילן זיך אויך די אַלע הונדערטער, טויזנטער חסידים, וועלכע קומען אַהין יעדעס יאָר, צו באַקומען אַ רוחניותדיקע דערהייבונג און דערפֿרישונג", האָט פֿאַרענדיקט זײַנע שילדערונגען יהודה סאָלאָמאָן.


* * *

נאָך דעם, ווי ער האָט זיך אַ ביסל אָפּגעקילט, האָב איך אים באַוויזן דעם לאַנגן באַריכט אין דער צײַטונג ״Jerusalem Post״ פֿון דעם 1טן אָקטאָבער 2010, וואָס האָט מיך פּערזענלעך געהאַט שטאַרק אויפֿגערעגט. איך בין געוואָרן דערשטוינט פֿון דעם וואָס איך האָב דאָרטן געלייענט. לא האמנתּי, איך האָב ניט געקענט גלייבן, אַז אַזעלכע מעשׂים־רעים — שלעכטע טאַטן, זאָלן פֿאָרקומען אין אומאַן, ניט ווײַט פֿון דעם קבֿר פֿון ר׳ נחמנען, פֿון אַחינו־בני־ישׂראל, און נאָך אין די ימים־נוראָים־טעג!

אין דעם דאָזיקן לאַנגן באַריכט אונטערן הויפּטקעפּל: ״They are only Uman״ — זיי זענען בלויז אומאַן־מענטשעלעך — ווערט ברייט געשילדערט, ניט מער און ניט ווינציקער, אַז אין די טעג פֿון די ימים־נוראָים, ווען די טויזנטער חסידים פֿון דער גאָרער וועלט זענען אײַנגעהילט אין זייערע טליתים און דאַווענען מיט עקסטאַז און דבֿקות בײַם קבֿר פֿון דעם הייליקן ר׳ נחמן און בעטן זײַן פֿאַרמיטלונג בײַ גאָט, אַז ער זאָל זיי מוחל זײַן פֿאַר זייערע באַגאַנגענע חטאָים, פֿאָרן קיין אומאַן הונדערטער ייִדן פֿון ישׂראל, אַמעריקע און אַנדערע לענדער, זיך צו פֿאַרווײַלן מיט דער הילף פֿון נאַרקאָטיקס, אַלקאָהאָלישע געטראַנקען, פּראָסטיטוציע, מעסער־שטעכערײַ און אַנדערע פֿאַרברעכערישקייטן.

דער באַריכט שטעלט פֿעסט, אַז די דאָזיקע טאַטן פֿון די טוריסטן־חסידים האָבן פֿאַרוואַנדלט דאָס שטעטל אומאַן אין אַן אַנדער Woodstok, וואָס איז ענלעך צו דער זינפֿולער שטאָט אין אַמעריקע.

יהודה האָט מיך שטיל אויסגעהערט און איז ניט געווען באַזונדערס באַאײַנדרוקט פֿון וואָס איך האָב אים דערציילט. אַוודאי האָט ער געוווּסט וועגן דעם, זײַענדיק אין אומאַן און עס האָט אים זיכער געקרענקט.

מיט אַ טאָן פֿון באַדויער האָט ער געענטפֿערט מיט די דאָזיקע ווערטער:

"איפֿה שיש יצר־טובֿ, יש יצר־רע, איפֿה שיש אור, יש גם חושך" — דאָרט וווּ עס איז דאָ דער יצר־טובֿ, איז אויך דאָ דער יצר־הרע, דאָרט וווּ עס איז דאָ ליכט איז אויך דאָ פֿינצטערניש, "אומעטום זענען דאָ אויסנאַמען, מינדערהייטן, וועלכע זענען גענייגט צו באַגיין זינפֿולע, ניט קיין אָנשטענדיקע מעשׂים. זיי זענען בלויז אַ קליינער פּראָצענט פֿון די טויזנטער און טויזנטער ייִדן, וועלכע זענען ערלעכע און יושרדיקע מענטשן, וועלכע קומען בעטן בײַ ר׳ נחמנען, אַז ער זאָל זיך באַמיִען זיי אַרויפֿברענגען אויף דעם ריכטיקן וועג פֿון התנהגות — פֿון ריכטיקער אויפֿפֿירונג".

אַזוי האָט געטענהט פֿאַר מיר דער געטרײַער בראַצלאַווער חסיד, יהודה פֿון ירושלים...


* * *

על־חטא שחטאנו לפֿניך...

מחמת דעם ביטערן טעם, וואָס האָבן בײַ מיר אַרויסגערופֿן די אַלע חטאָים וואָס אַחינו־בני־ישׂראל האָבן באַגאַנגען אין די ימים־נוראָים־טעג אין אומאַן, ווי עס באַשרײַבט דער ישׂראל־קאָרעספּאָנדענט פֿון ״Jerusalem Post״, האָב איך איבערגעלאָזט די פּרטים, צום סוף פֿון מײַן בריוו...

אָט זענען עטלעכע פֿון זיי:

1. "גנבֿ! גנבֿ!" — שרײַט דער ווילדער המון חסידים אויף אַ געוויסן מאַן, וועלכער זיצט אין אַן אויטאָ אויף פּושקין־גאַס אין צענטער פֿון שטעטל אומאַן.

די אוקראַיִנישע פּאָליציסטן מיט זייערע בייזע הינט, האָבן קוים געקענט באַשיצן דעם באַלאַגערטן ייִד, וועלכן דער המון איז געווען גרייט אים צו לינטשן. אין דעם טומל האָבן זיי אַרויסגעהאָלפֿן צוויי יונגע מענער אין אוניפֿאָרמען פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי.

מען האָט דעם גנבֿ אַרעסטירט און ווי עס ווײַזט זיך אויס, האָט מען אים דעפּאָרטירט קיין ישׂראל.

2. אין איינעם אַ טאָג האָט די אוקראַיִנישע פּאָליציי זיך אַרײַנגעריסן אין אַ הויז און אַרעסטירט אַ גרופּע טוריסטן פֿון אַמעריקע, בײַ וועלכע זיי האָבן געפֿונען נאַרקאָטיקס, וואָס זיי האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך; אָדער עס אײַנגעקויפֿט אין אַמסטערדאַם אויפֿן וועג קיין אומאַן.

מיט אַ געוויסער סומע שוחד־געלט (כאַבאַר), האָט מען זיי אויסגעלייזט פֿון אַרעסט, און אויך זיי האָט מען צוריקגעשיקט פֿון וואַנען זיי זענען געקומען...

3. ראָש־השנה, ווען אַ גרופּע חסידים זענען געגאַנגען צוריק פֿון תּשליך, איז אַן אוקראַיִנער אַרײַנגעפֿאָרן אין זיי מיט זײַן אויטאָ, און כאָטש קיינער איז ניט פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, איז אויסגעבראָכן אַ געשלעג צווישן די אוקראַיִנער און די ייִדן. די אוקראַיִנישע פּאָליציי האָט אים, מיט שוועריקייטן געראַטעוועט פֿון זייערע קלעפּ.

4. עס איז גוט באַקאַנט, אַז צווישן די טויזנטער עולי־רגל, וועלכע קומען קיין אומאַן, זענען דאָ אַזעלכע וואָס לאָזן זיך וווילגיין נאָכן דאַווענען אינעם שטעטל מיט אַלקאָהאָלישע געטראַנקען, נאַרקאָטיקס און פּראָסטיטוציע...

דער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג דערציילט, אַז אַ חסיד מיטן נאָמען אָשר האָט אים פֿאַרזיכערט, אַז מען דאַרף ניט באַשולדיקן אַלע ייִדן אין די דאָזיקע חטאָים, אפֿשר בלויז 10% פֿון זיי טוען עס...

"דער תּירוץ", זאָגט אים אָשר, "איז, וואָס אין אומאַן, חוץ דעם דאַוונען איז ניטאָ וואָס צו טאָן. עס איז זיי לאַנגווײַליק און מען איז אַליין ווײַט פֿון דער היים און פֿון זייערע ווײַבער, דערלויבט מען זיך צו פֿאַרווײַלן מיטן עולם־הזה, ווען מען קען ניט באַהערשן דעם יצר־הרע..."

אין אַן אומאַנער נאַכטקלוב שפּילט מען "הבֿה נגילה" פֿאַר די ייִדישע באַזוכער, און אין דרויסן שטייען אוקראַיִנער פּאָליציסטן וועלכע רייכערן און היטן די אָרדענונג...

דער קאָרעספּאָנדענט האָט געפֿרעגט אַ יונגן אוקראַיִנער, וואָס ער טראַכט וועגן די טויזנטער חסידים, וועלכע קומען קיין אומאַן. דער יונגער־מאַן האָט געענטפֿערט בזה־הלשון: "די חסידים גייען אַרום שיכּורע אין די גאַסן און זיי מאַכן אָן אַ סך טומל און גערודער. זיי זענען אין די הונדערטער און מיר זענען נאָר 6 אָדער 8 אין צאָל. זיי זענען אַלע אויסלענדער און מיר קענען גאָרניט טאָן קעגן זיי".

6. אַ 19־יאָריקער ישׂראלי, וועלכער איז געקומען צו דעם 200סטן יאָרצײַט נאָך ר׳ נחמנען, איז דערשטאָכן געוואָרן דורך אַ גרופּע אוקראַיִנער. דרײַ פֿון זיי זענען שפּעטער אַרעסטירט געוואָרן. פֿאַר דער פּאָליציי האָבן זיי מודה געווען, אַז זיי האָבן נקמה גענומען אין דעם ייִדן, "צוליב דעם וואָס ראָש־השנה האָט אַ ייִד דערשטאָכן אַן אוקראַיִנער".

אין אַלגעמיין זענען די באַציִונגען צווישן די עולי־רגל, וועלכע קומען קיין אומאַן און דער לאָקאַלער באַפֿעלקערונג גאָר ניט קיין פֿריילעכע, כאָטש זייער גאַנצער עקאָנאָמישער מצבֿ איז ניט קיין שלעכטער, אַ דאַנק די געלטער וואָס קומען אַרײַן אין זייערע קעשענעס פֿון די טויזנטער און טויזנטער עולי־רגל און טוריסטן פֿון דער גאָרער וועלט.

אַ וואָך פֿאַר ראָש־השנה איז אין אומאַן פֿאָרגעקומען אַ פּראָטעסט־מאַרש פֿון דער "רעכטער אַל־אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער פּאַרטיי", בעת וועלכן זיי האָבן פּראָטעסטירט קעגן דער "חסידישער אַגרעסיע און זייער אומגעזעצלעכער אויפֿפֿירונג".

אַ צאָל ייִדן האָבן דערציילט דעם קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג, אַז די אוקראַיִנער ווײַזן אַרויס אַנטיסעמיטישע האַנדלונגען לגבי די ייִדן, ווען זיי קומען אין שטאָט אין קאָנטאַקט מיט זיי. עס איז ניט זיכער אַרויסצוקומען אין גאַס בײַ נאַכט. אייניקע פֿון די ייִדן האָבן מודה געווען פֿאַר אים, אַז זיי טראָגן מיט זיך מעסערס און אַנדערע כּלים, כּדי זיך צו באַשיצן קעגן אָנפֿאַלער. אַ גרויסע צאָל פֿון די עולי־רגל געפֿינען ניט קיין פּלאַץ אין דעם ייִדישן קוואַרטאַל, נאָענט צום קבֿר פֿון ר׳ נחמנען, מוזן זיי דינגען אַ וווינונג און איינצלנע צימערן בײַ דער באַפֿעלקערונג אין שטאָט גופֿא.

כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די עולי־רגל באַזוכן אויך די וועלדער און פּאַרקן אין אומאַן, באַזונדערס אין דעם באַרימטן סאָפֿיאַ־פּאַרק, וווּ זיי זענען זיך מתבודד, אַזוי ווי ר׳ נחמן פֿלעגט עס טאָן אין די דאָזיקע פּלעצער.

אין די לעצטע ימים־נוראָים זענען געקומען קיין אומאַן העכער 30,000 עולי־רגל, ניט געקוקט וואָס די הוצאָות צו קומען אַהין זענען זייער גרויס. בלויז קיין קיִעוו פֿון ישׂראל קאָסט דער בילעט מיטן "אל־על"־עראָפּלאַן העכער $800. צו דינגען אַ צימער אין שטאָט אומאַן קען דערגרייכן ביז $100 אַ נאַכט.

מען האָט שוין געטראַכט וועגן אַריבערפֿירן די ביינער פֿון ר׳ נחמן קיין ישׂראל, כּדי צו פֿאַרלײַכטערן די טויזנטער חסידים, וועלכע שטראָמען יאָר־יערלעך קיין אומאַן. אָבער די אוקראַיִנער רעגירונג איז ניט גרייט מוותּר צו זײַן אויף אַזאַ גרויסע הכנסה פֿון אויסלענדישער וואַלוטע, וואָס הערט ניט אויף אַרײַנצופֿליסן יאָר־יערלעך אין זייערע קופֿערטן.