פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

דעם 7טן דעצעמבער איז געוואָרן 7 יאָר זינט ס׳איז אַוועק אין דער אייביקייט אונדזער פּען־ברודער חיים ביידער — דיכטער, זשורנאַליסט, ליטעראַטור־פֿאָרשער. חיים ביידער איז געבוירן געוואָרן אינעם וואָלינער שטעטל קופּעל, וווּ נאָך אין יאָר 1796 איז דאָרט געווען אַ ייִדישע דרוקערײַ; איינע פֿון די ערשטע ייִדישע דרוקערײַען אין דער רוסישער אימפּעריע. זײַנע ערשטע קינדער־שאַפֿונגען האָט חיים אָפּגעדרוקט בײַ זײַנע נישט פֿולע דרײַצן יאָר אין דער צײַטונג פֿאַר קינדער "זײַ גרייט", וועלכע איז אַרויסגעגאַנגען אין כאַרקאָוו, אין דער דעמאָלטיקער הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע. פֿון דעמאָלט אָן זײַנען אַוועק יאָרן פֿון לער און שעפֿערישן וווּקס. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען ביידערס לידער געקאָנט געפֿינען אין כּמעט אַלע ייִדישע אויסגאַבעס. צווישן זײַנע לערערס זײַנע געווען די גדולים פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור: יחזקאל דאָברושין, פּרץ מאַרקיש, איזי כאַריק, שמואל האַלקין און אַנדערע.

האַרבסט 1941, ווען די צווייטע וועלט־מלחמה האָט שוין געבושעוועט אויפֿן שטח פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט ביידער זיך עוואַקויִרט קיין טורקמעניסטאַן, מיטל־אַזיע. דאָרט אַרבעט ער אין דער רוסישער און טורקמענישער פּרעסע, דרוקט לידער און קאָרעספּאָנדענצן אין מאָסקווער "אייניקייט". אין מערץ 1946 קערט ער זיך אום קיין אוקראַיִנע און באַזעצט זיך אין דער שטאָט פּראָסקוראָוו. אין די רדיפֿות־־יאָרן קעגן דער ייִדישער קולטור, האָט ביידער אויסגעמיטן אַרעסטירט צו ווערן, אָבער געמוזט איבעררײַסן זײַן ייִדישע טעטיקייט.

אָנהייב 1970ער יאָרן לעבט ער און אַרבעט אין ביראָבידזשאַן און שפּעטער פֿאַרבעט מען אים אויף אַרבעט אינעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". דאָ הייבט זיך אָן דער סאַמע פֿרוכטבאַרער פּעריאָד אין זײַן שאַפֿן. איצט איז ער ניט בלויז אַ דיכטער, נאָר אויך אַ רעדאַקטאָר און ליטעראַטור־פֿאָרשער.

אין 1996 פֿאָרט ביידער אַרויס פֿון מאָסקווע און באַזעצט זיך אין ניו־יאָרק. דאָ הייבט זיך אָן אַ נײַע תּקופֿה אין זײַן שאַפֿערישן לעבן. ער רעדאַקטירט דעם זשורנאַל "די צוקונפֿט", שרײַבט כּסדר אַרטיקלען פֿאַרן "פֿאָרווערטס", פֿירט אָן מיט אַן אייגענער רובריק אין דער ראַדיאָ־פּראָגראַם "פֿאָרווערטס־שעה". זײַן לעצטע, לאַנג־יאָריקע אַרבעט איז געווען "דער לעקסיקאָן פֿון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס", וואָס איז גרייט צום דרוק.

די ווײַטערדיקע לידער זענען פֿון דער זאַמלונג "חנוכּת־הבית", אַרויס אין מאָסקווע, 1979. אין די דרײַ אויסגעקליבענע לידער וועט מען געפֿינען דרײַ טעמעס וואָס חיים ביידער האָט אָפֿט באַשריבן אין זײַן פּאָעזיע — דאָס ייִדישע לעבן פֿון אַ מאָל, די נאַטור, און דעם חורבן.


מײַן ייִחוס־צעטל

טײַערע נעמען,

געלײַטערטע נעמען...

כ׳דאַרף מיט מײַן ייִחוס זיך קיין מאָל נישט שעמען:

וועלקע דער קירזשנער, איציק דער שמיד...

פּונקט ווי געטאָן וואָלט אין האַרצו אַ שניט...


ס׳זײַנען די שטעטלעך פֿון לאַנג שוין פֿאַרשוווּנדן,

ס׳בלוטיקן אָבער ביז הײַנט נאָך די וווּנדן,

כ׳טרעט אויף דער ערד — און מיר דוכט זיך, עס שרײַט

יעדער פֿון זיי מיט זײַן וויי פֿון דער ווײַט.


טײַערע נעמען,

געלײַטערטע נעמען...

פֿרעגן פֿאַר וואָס און פֿאַר ווען איצט בײַ וועמען?

רבֿקה — מײַן מאַמען גערופֿן מע האָט,

צירל — מײַן באָבען — צי איז דאָס אַ שפּאָט?


אַלע — פֿאַרגאַנגען, און אַלע — פֿאַרלוירן,

קלאַפּן זיי אַלץ נאָך צו מיר אין זכּרון...

קינדער און אייניקלעך מײַנע, ניט פֿרעגט —

אַלץ איז פֿאַרמעקט, נאָר ס׳איז קיינער פֿאַרמעקט.


טײַערע נעמען,

געלײַטערטע נעמען...

וועלן די יורשים די ווײַטע באַנעמען,

אַז כ׳האָב מײַן ייִחוס אין ווירבל פֿון יאָרן

תּמיד געהיט — און אַלץ אויף אייביק פֿאַרלאָרן...


דער גרויסער סוד

האָסט געזאָגט, אַז קיינער וועט ניט וויסן:

ס׳וועט די נאַכט דעם גרויסן סוד פֿאַרשליסן.


און דער וואַלד — כאָטש דראָע מיט אַ מעסער —

וועט אים האַלטן אונטער זיבן שלעסער.


און די סאָווע, וואָס איז דורכגעפֿלויגן,

האַלטן אויך וועט צוגעמאַכט די אויגן.


און כּדי איך זאָל פֿאַרשעמט ניט ווערן,

אויסלעשן זיך וועלן אַלע שטערן.


און אַז די לבֿנה זאָל ניט קוקן,

וועט זי אין אַ וואָלקן זיך פֿאַררוקן...

ווער זשע אויסגעפּלאַפּלט האָט דעם סוד,

אַז מיט אים רוישט די גאַנצע שטאָט?


בײַם דענקמאָל אין באַבי־יאַר

מײַן שטים,

מײַן טרער

פֿאַר קיינעם איך אַנטבלויז ניט,

אויף אייביק שווײַגן איז באַשווערט דער צער.

כ׳בין איינער פֿון די הונדערט צוואַנציק טויזנט

אין קבֿר,

וואָס מע רופֿט אים — באַבי־יאַר.


קיין נאָמען,

און קיין נומער,

און קיין סימן.

"פּה ניתּמן" און "פּה נקבר" — ניט פֿאַרקאַרבט.

איר זוכט מיך ניט —

איר וועט מיך ניט געפֿינען,

ס׳האָט קיינער מיך צו קבֿורה ניט געבראַכט.


דעם שפּיגל מיט אַ לײַלעך ניט פֿאַרצויגן,

און ניט פֿאַרמאַכט מיט שטילע טריט די טיר,

קיין שערבלעך ניט געלייגט אויף מײַנע אויגן,

אל מלא רחמים ניט געזאָגט נאָך מיר.


נאָר אויסגעלאָשן איז ניט דער נר־תּמיד,

ער שלאָגט מיט העליש פֿײַער טאָג און נאַכט...

הערט אויף צו טומלען, שרײַערס בײַ דער עמוד!

צו אָט דער שטילקייט

ווער האָט אײַך געבראַכט?


קיין קדיש־זאָגער וועלן, כ׳ווייס, ניט פֿעלן,

אויך שיבֿה זיצן עמעצן ס׳געפֿעלט...

נאָר יאָרצײַט־ליכט דאָס פֿאָלק וועט נאָך מיר שטעלן

און אָפּהיטן מײַן לעבעדיקע וועלט.


ניט שאַרקעט מיט די פֿיס בײַם שטיין בײַם גלאַטן,

און ניט פֿאַרשוועכט מײַן הויכן מאָנומענט —

צעשמעלצט אויף רערן בעסער די האַרמאַטן,

די ביקסן רײַסט אַרויס פֿון ווילדע הענט!


איך בין אַ שטיין,

פֿון אונטער מיר די רויזן,

זיך שלאָגן דורך אַ וועג

צו זון —

דורך צער...

כ׳בין איינער פֿון די הונדערט צוואַנציק טויזנט

אין קבֿר,

וואָס מע רופֿט אים — באַבי־יאַר.