רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

הײַנטיקע צײַטן עסן אַ סך מענטשן, צוליב געזונט־סיבות, ווייניקער פֿלייש. וואָס טוט מען אָבער, אַז דער גוף דאַרף פּראָטעיִן? מע קאָן עסן בעבלעך, מילכיקס (מילך, יאָגורט אָדער קעז), אָדער פֿיש. לאַקס (מיט לאַקס מיינט מען דאָ דעם פֿרישן לאַקס, salmon, נישט דעם גערייכערטן) איז, דאַכט זיך, פֿון די געשמאַקסטע מינים פֿיש. דערצו גיט איר אָראַנזשענע קאָליר צו אַ געוויסע שיינקייט צום טיש.

אין דעם רעצעפּט, עסט מען דעם לאַקס אין איינעם מיט אַן אוגערקע־סאָוס, וואָס איז געשמאַק אַפֿילו קאַלטערהייט.


פֿיש־קאָפּ און ביינער

2 שטענגלעך סעלעריע

1/2 פֿונט מערן, אָפּגעשיילט, אין רעפֿטלעך

4—5 צווײַגעלעך פּעטרישקע

2 טעפּלעך נישט קיין זיסע ווײַסע ווײַן

וואַסער

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

4 שטיקלעך פֿילעען לאַקס


גיסט צונויף אַלע באַשטאַנדטיילן אַחוץ דעם לאַקס אין אַ טאָפּ, און קאָכט איבער דעם קלענסטן פֿײַער 30 מינוט. לייגט אַרײַן דעם לאַקס און קאָכט 8—10 מינוטן.


אוגערקע־סאָוס:

1 אוגערקע, צעשניטן

1 טעפּל צעשניטענע קריפּ

1/2 קליינע רויטע ציבעלע

2 גרויסע לימענעס

1/3 טעפּל מאַיאָנעז

2 לעפֿל איילבערט־בוימל

1/3 טעפּל יאָגורט

זאַלץ און פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק


מישט אַלץ צונויף אין אַ שפּײַזמאַשין און דערלאַנגט צום טיש מיטן לאַקס.