ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
דער קלאַס אָנהייבער פֿון עלעמענטאַרן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט
דער קלאַס אָנהייבער פֿון עלעמענטאַרן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט

ווי דאָס יאָר יערט זיך, אַזוי קריגן מיר אַרײַן יעדן נײַעם סעמעסטער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, קאַדרעס נײַע סטודענטן וואָס דעם אמת געזאָגט — באַגליקן מיך. די צאָל בײַט זיך בײַם צווייטן יאָר און צום דריטן יאָר בלײַבן בלויז אַזעלכע וואָס ווילן זיך אָפּגעבן מיט ייִדיש ווי אַ שפּראַך, מיט דער ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר, מוזיק און ייִדיש־טעאַטער. צווישן די אָנהייבער געפֿינען זיך אַזעלכע וואָס זײַנען שוין "סינאָרס" (Seniors). זיי גראַדויִרן און פֿאַרלאָזן זייערע שטודיעס אין קאָלומביע, אייניקע האָבן חתונה, אַנדערע זוכן אַ שטעלע אין פֿינאַנץ, אין אַ געשעפֿט, יוריספּרודענץ, אָדער מעדיצין. און אַ צאָל פֿון זיי פֿאָרן אַוועק קיין ארץ־ישׂראל שטודירן.

דאָס וואָס ס׳איז אויסגעפֿירט געוואָרן אַ שידוך בײַ מיר אין קלאַס, האָב איך שוין דאַכט זיך באַשריבן. אַ צווייט פּאָרל איז שוין אַרײַנגעקומען אין קלאַס פֿאַראַיאָרן ווי חתן־כּלה און דער חתן איז געווען אַ צושׂ. ער האָט באַזאָרגט דעם קלאַס מיט טשאָלנט פֿאַר ערבֿ־שבת. בײַ מיר אין קלאַס פֿילט מען אַ ייִדישע אַטמאָספֿער, אַ מין ייִדישע מלוכה, אַ ייִדישלאַנד. אַז עמעצער ניסט, רופֿט זיך אָפּ דער גאַנצער קלאַס מיטן "צו געזונט!" אַלע האָבן ייִדישע נעמען, אַפֿילו דער נישט־ייִד פּעטער צוויאָוויק, פֿון סערביע. ווי איר ווייסט שוין, אין די קרובֿ צוואַנציק יאָר וואָס איך לערן אין קאָלומביע, איז די ערשטע אויפֿגאַבע, די ערשטע וואָך, גיב איך אַרויס אַ קײַמא־לן פֿון אַן אַכט פֿראַגעס אויף וועלכע זיי דאַרפֿן ענטפֿערן אויף ענגליש אין דער היים; ווײַל מיר האָבן נאָך נישט אָנגעשפּאַרט צום אַלף־בית. דערנאָך זעץ איך איבער זייערע אַרבעטן אויף ייִדיש, און ברענג עס פֿאַרן עולם "פֿאָרווערטס"־לייענער איבער דער וועלט. אינטערעסאַנט זיך צו באַקענען מיט זיי.


סאָניאַ־שיינע טײַץ

איך בין באַקאַנט מיט אַן אַלטער און קאָמפּליצירטער שפּראַך וואָס קומט צו אונדז פֿון אַ מהלך פֿון טויזנטער מײַלן אַוועק — צי דאָס איז פֿון די ווײַטע סטעפּעס אין סיביר, אָדער די פּליאַזשעס פֿון באָקאַ־ראַטאָן. די שפּראַך האָט באַגלייט אַ פֿאָלק דורך זייער מאַרש דורך צײַט און רוים. די שפּראַך איז געווען מײַן ערשטלינג, איך האָב עס געמוזט הערן ווען איך בין נאָך געווען אין מײַן מאַמעס געבער־מוטער, ווען ביידע, סײַ מײַן מאַמע און סײַ די באָבע האָבן זיך נישט געקענט דערוואַרטן אויף מײַן קומען. זיי האָבן דווקא געוואָלט וויסן צי איך וועל זײַן אַ שיין מיידעלע אָדער אַ זיסינק ייִנגעלע? ביידע, מײַנע עלטערן און מײַן באָבע פֿון דער מאַמעס צד, זײַנען געראַטעוועטע פֿונעם חורבן. דורך די די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, איז די שפּראַך געווען דער גאָלדענער פֿאָדעם וואָס האָט זיי באַגלייט דורך שוועריקייטן ביז זיי זײַנען אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק. ווי גליקלעך האָבן זיי געמוזט זײַן ווען איך און מײַן ברודער זײַנען געבוירן געוואָרן, דאָ, אויף דער זײַט אַטלאַנטישן אָקעאַן, אין אַמעריקע. און אונדזערע ערשטע ווערטער זײַנען געווען: "מאַמע! טאַטע! באָבע!" די פֿרייד אַז דער נײַער דור וועט ווײַטער ציִען דעם גאָלדענעם פֿאָדעם פֿון מאַמע־לשון און אויך אויף ווײַטער. ס׳איז אָבער נישט אַרויסגעשפּרונגען פּונקט אַזוי, און כאָטש מײַנע עלטערן האָבן זיך צוגעהערט צו דער סטאַנציע "WEVD," דער סטאַנציע וואָס רעדט "אײַער" לשון, געלייענט דעם "פֿאָרווערטס" און ווײַטער גערעדט ייִדיש זייער גאַנץ לעבן, זײַנען זייערע קינדער אויסגעוואַקסן און גערעדט ענגליש. זיי האָבן זיך אויסגעלערנט העברעיִש אין שול און אײַנגעחזרט עס אין מדינת־ישׂראל. און אַזוי אַרום האָט אַן אַלט און קאָמפּליצירט לשון וואָס מען האָט גערעדט טויזנט יאָר צײַט גענומען בליאַקעווען. עס איז געוואָרן אַ זעלטנקייט צו הערן זי. איז זי אַוועק אין די ביבליאָטעקן און טרוקענע ערטער און זיך דאָרט באַזעצט. וועל איך עס דערלאָזן? וועט מײַן דור עס דערלאָזן? ניין! זיץ איך אין קלאַס און לערן זיך אויף דאָס נײַ די קלאַנגען וועלכע איך האָב געהערט ווי אַ קינד, און דאָס מאָל ווייס איך שוין זייער ווערט. מײַנע באָבעס און זיידעס זײַנען מער נישטאָ, אָבער ווען איך, זייער קינד, זוך מײַן ייִדישע נשמה, רופֿט זיך אָפּ מאַמע־לשון — "קמץ־אַלף, אָ." די קלאַנגען זײַנען מיר אַזוי טײַער ווי עס זײַנען געווען מײַנע נאָענטע און זאָגט מיר, אַז — איך בין דאָ!


פּעטער (פּינחס) צוויאָוויק

איך בין געוואָרן פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש אַן ערך מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, ווען איך האָב אָנגעהויבן לייענען די קורצע דערציילונגען פֿון יצחק באַשעוויס־זינגערן. אַ זאַמלונג פֿון באַשעוויס־זינגערס ביכער האָט זיך שוין געפֿונען בײַ מײַנע עלטערן, אין אונדזער הויז־ביבליאָטעק, זינט די נײַנצן זיבעציקער און אַכציקער יאָרן, ווען אַ שפּאָר ביסל פֿון זײַנע ווערק זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף סערביש. נישט נאָר איז באַשעוויס־זינגער געוואָרן מײַן באַליבטסטער שרײַבער, נאָר מיט דער צײַט, ווען איך האָב זיך אָנגעהויבן צו פֿאַרטיפֿן אין זײַנע געשיכטעס, טיפּן, ערטער און זײַן אַרום; האָב איך אײַנגעזאַפּט זײַנע אָבסערוואַציעס און געדאַנקען וואָס ער ברענגט אין זײַנע אוניקאַלע נאַראַציעס. זײַנע ווערק האָבן אויך אָנגערעגט מײַן אַלגעמיינעם אינטערעס אין דער מיזרח־אייראפּעיִשער ייִדישער קולטור, רעליגיע און געשיכטע. און אַזוי ווי איך אַליין שטאַם פֿון אַ מיזרח־אייראָפּעיִש לאַנד, בין איך פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון זײַנע שילדערונגען פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם ייִדישן לעבן אין פּוילן, סײַ אין שטעטל און סײַ אין די גרויסע שטעט ווי וואַרשע און לובלין. באַשעוויס־זינגערס וועלט פֿון ייִדיש־רעדנדיקע רביים און תּלמידי־חכמים, נישט־גוטע און פּיפּערנאָטערס, האָבן מיך צוגעצויגן אין זייער גאַנצער מאָדנעקייט און באַקאַנטשאַפֿט, בשעת וועלכע איך האָב איבערגעלעבט ווי עפּעס אַ ווײַטן אָפּקלאַנג און אַ נאָענטקייט אין דער זעלבער צײַט. דער מײַסטער־דערציילער האָט פֿאַרוואַנדלט זײַנע ווערק אין אַן אויפֿגעהײַטערטער דראַמע, אין וועלכער מענטשן און דיבוקים, צדיקים און רשעים, פּראָקלאַמירן אַן אייביקן קריג צווישן עמאָציעס און אינטעלעקט, וווּ דער פֿרײַער ווילן און גורל זײַנען אויף אייביק צונויפֿגעפֿלאָכטן אין אַ קאָנפֿליקט. און אָט די אַזוי־גערופֿענע פֿאַרלוירענע ייִדישע וועלט, באַווײַזט זיך ווי אַ לעבעדיקע פּאַנאָראַמע, פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל ביז ניו־יאָרק און מיאַמי־ביטש; פֿון דער פֿאַרצײַטיקער וואַרשע ביז ייִדישע קאָלאָניעס אין אַרגענטינע. עס איז סײַ די זעלטנקייט און אויך פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון דער ייִדישער קולטור און דערפֿאַרונג, וואָס שײַנט אַרויס אַזוי בולט און מעכטיק אין זינגערס בעלעטריסטיק, אײַנגעטונקען אין לעבן און קאַמף צווישן טראַדיציע און הײַנטוועלטיקייט. און דאָס האָט אויפֿגעוועקט מײַן אינטערעס אין דער ייִדישער קולטור פֿון מיזרח־אייראָפּע און אַמעריקע. די פֿאַרבינדונג האָט מיך געפֿירט צו קאָנצענטרירן זיך אויף מײַן הויפּט־לימוד אין ביבלישער אַרכעאָלאָגיע אין אוניווערסיטעט פֿון בעלגראַד אין סערביע, ביז מײַן אינטערעס אין ייִדישער קולטור. דער עיקר, די באַציִונג צווישן דער ייִדישער מאַטעריעלער קולטור, פֿירעכץ און אידענטיטעט אין 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, אַרײַנגעטאָן אין מײַנע דאָקטאָראַט־שטודיעס אין אַנטראָפּאָלאָגיע, טאַקע דאָ, אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט.

(המשך קומענדיקע וואָך)