רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב איר דאַרפֿט אײַנפּאַקן אַ מיטאָג צו דער אַרבעט (אָדער פֿאַר אײַער קינד אין שול), מוז עס נישט זײַן קיין קאַלטע מאָלצײַט. הייצט אָן די גרינסן־זופּ און גיסט זי אַרײַן אין אַ טערמאָס, וועט עס נאָך עטלעכע שעה נאָך אַלץ זײַן וואַרעם. פּאַקט אויך אײַן עטלעכע ראַזעווע פּלעצלעך מיט קעז, וועט עס אין איינעם באַטרעפֿן אַ געזונטע מאָלצײַט.





2 לעפֿל איילבערט־בוימל

1 טעפּל צעשניטענע סעלעריע

3/4 טעפּל צעשניטענע מערן

1—2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט

1/2 טעפּל צעשניטענע ציבעלע

1/3 טעפּל לאָקשעלעך אָדער צעבראָכענע ספּאַגעטי

4 טעפּלעך יויך מיט ווייניק זאַלץ

2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע אָדער קריפּ

1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט

1/4 לעפֿעלע זאַלץ

שוואַרצער פֿעפֿער


הייצט אָן דעם איילבערט־בוימל אין אַ מיטעלן טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער.

גיט אַרײַן די סעלעריע, מערן, קנאָבל און ציבעלע און פּרעגלט זיי בערך 6 מינוט, ביז זיי ווערן ווייך. מישט אַרײַן די לאָקשעלעך און קאָכט זיי ביז זיי ווערן אַ ביסל צוגעברוינט, בערך 2 מינוט.

גיסט אַרײַן די יויך און פֿאַרגרעסערט דאָס פֿײַער. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ און קאָכט ווײַטער ביז די לאָקשן ווערן ווייך, בערך 8 מינוט.

מישט אַרײַן די פּעטרישקע אָדער קריפּ, לימענע־זאַפֿט, זאַלץ און פֿעפֿער.