"ויקהל משה" — משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן, און האָט זיי געוואָרנט, אַז זיי מעגן אַרבעטן בלויז אין דער וואָכן, נאָר נישט שבת. דערנאָך דערציילט אונדז די תּורה ווײַטער וועגן דעם, ווי אַזוי אַלע ייִדן האָבן צוזאַמען אויפֿגעשטעלט דעם מישכּן.
די תּורה דערקלערט עטלעכע מאָל, אַז מע טאָר נישט טאָן שבת קיין שום מלאָכה. די חז״ל דערקלערן, אַז אין דעם איצטיקן פֿאַל האָט דער אָנזאָג וועגן שבת אַ שײַכות צום אַלגעמיינעם אינהאַלט פֿון דער הײַנטיקער סדרה. די ייִדן האָבן געקאָנט משער זײַן זיך, אַז די מלאכת־המישכּן איז וויכטיקער ווי שבת. די כּהנים האָבן יאָ אויסגעפֿירט זייער עבֿודה די גאַנצע צײַט, אַפֿילו שבת און יום־כּיפּור. דערפֿאַר האָט משה ספּעציעל געוואָרנט די ייִדן, אַז הגם די עבֿודת־הכּהנים איז טאַקע העכער ווי שמירת־שבת, מיינט עס נישט, אַז מע מעג אויך ברעכן דעם הייליקן יום־המנוחה צוליב דער צוגרייט־אַרבעט אַרום דעם מישכּן.
אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר באַהאַנדלט דעם סאָציאַלן אינהאַלט פֿון עבֿודת־המיכּשן, וואָס קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ קולמינאַציע פֿון יציאת־מצרים. הגם געוויינטלעך אַסאָציִיִרט מען די בריאת־העולם מיטן ראָש־השנה, ווען אָדם־הראשון איז באַשאַפֿן געוואָרן, האַלט דער אַריז״ל און אַנדערע גרויסע ייִדישע מיסטיקער, אַז די אמתע וועלט האָט זיך אָנגעהויבן נאָך יציאת־מצרים. דערפֿאַר, ווי עס שטייט אינעם מחזור, ווערט ראָש־השנה אויך אָנגערופֿן "הרת־עולם" — דער טאָג, ווען דער אוניווערס האָט זיך אַליין, פּאַראַדאָקסיש, געטראָגן ווי אַ קינד אין בויך, און נאָך נישט געבוירן געוואָרן.
די פֿאַרבאָטענע פּרי פֿונעם "עץ־דעת" האָט געבראַכט דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע ניט בלויז פֿאַרשיידענע חכמות, נאָר אויך אַ גרויסע מפּלה. די מיצרים זענען געווען גרויסע מומחים אין מאַטעמאַטיק, פֿילאָסאָפֿיע, מעדיצין און קונסט. זייער אַרכיטעקטור איז געווען אַזוי מאַיעסטעטיש, אַז אַפֿילו הײַנט קאָנען די מענטשן נישט שאַפֿן אַזעלכע ריזיקע מאָנומענטן, ווי די באַרימטע עגיפּטישע פּיראַמידן. ווי אַזוי האָט זיך אָבער אַנטוויקלט די דאָזיקע מאַיעסטעטישע אַרכיטעקטור? די אוראַלטע גריכישע היסטאָריקער גיבן איבער, אַז די פּיראַמידן זענען אויפֿגעשטעלט געוואָרן דורך דער שווערער אַרבעט פֿון טויזנטער שקלאַפֿן.
ס׳רובֿ הײַנטיקע וויסנשאַפֿטלער האַלטן, אַז די מיצרישע קיניגן האָבן געדונגען אַרבעטער און באַצאָלט זיי פֿאַר זייער מי. אין דער אמתן, אָבער, איז דער חילוק צווישן די דאָזיקע היסטאָרישע דעות נישט אַזוי גרויס. פֿונוואַנען וואָלטן די פּרעהס געפֿונען אַזויפֿיל געלט צו באַצאָלן די אַרבעטער, אויב נישט דורך עקספּלואַטאַציע פֿונעם פֿאָלק? אומצאָליקע מענטשן האָבן געשלעפּט ריזיקע שטיינער, כּדי אויפֿצושטעלן אַ דענקמאָל ביזן הימל, ווײַל זייער קיניג האָט באַשלאָסן צו פֿאַראייביקן זײַן נאָמען. צי זיי זענען געווען עכטע שקלאַפֿן, צי אָנגעדונגענע אַרבעטער, איז אַזאַ מי געווען זיכער אַן אַכזריותדיקע שקלאַפֿערײַ. דער פֿאָרעם פֿון די מאָנומענטן איז גופֿא אַ סימבאָל פֿון דער אַלט־מיצרישער געזעלשאַפֿט, וווּ אַן אַבסאָלוטער פֿירער האָט געצוווּנגען אַ גאַנצע פּיראַמיד פֿון אַרבעטער און שקלאַפֿן אויסצופֿירן זײַנע ווילדע באַגערן.
ווען די מאָראַלישע מפּלה פֿון דער מענטשהייט האָט דערגרייכט איר קולמינאַציע, האָט מצרים זיך איבערגעקערט צוליב משונהדיקע מכּות. עס האָט זיך אַנטפּלעקט די אינערלעכע ג־טלעכע נאַטור פֿון דער וועלט, און די ייִדן זענען באַפֿרײַט געוואָרן פֿון שקלאַפֿערײַ מיט גרויסע ניסים. שפּעטער, האָבן די ייִדן אויסגענוצט די זעלבע מיצרישע חכמות פֿאַר אַ הייליקן צוועק און האָבן זיך אַלע באַטייליקט אין דער בשותּפֿותדיקער אַרבעט איבער דעם מישכּן.
דערמיט האָבן די געוועזענע שקלאַפֿן געוויזן, אַז מע קאָן דורכפֿירן אַ ריזיקע עבֿודה, בגשמיות און ברוחניות, אינעם גײַסט פֿון אַחדות, ליבשאַפֿט און פֿרײַוויליקייט, און נישט נאָכן באַפֿעל פֿון אַ בייזן קיניג. אַדרבה, מצרים איז געווען די "ערוות־האָרץ", די בושה פֿון דער גאָרער וועלט — אַן אָרט, וואָס איז געווען גאָר ווײַט פֿון ג־טלעכקייט, און דער מישכּן איז געווען, להבֿדיל, דער וועלט־צענטער פֿון קדושה, אַ "דירה" פֿאַרן אייבערשטן.
ווען נישט דאָס גאָלדענע קעלבל — אַן עלעמענט פֿון עבֿודה־זרה, וועלכן אַ טייל ייִדן האָבן מיטגעבראַכט פֿון מצרים — וואָלט די ייִדישע עבֿודה איבער דעם מישכּן געקאָנט ברענגען אַ תּיקון פֿאַר דער גאַנצער וועלט, ווײַזנדיק, ווי מע קאָן פֿאַרוואַנדלען דאָס גשמיות אין אַ הייליק אָרט דורך אַחדות און אַהבֿת־רעים.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער מישכּן איז געווען, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, אַ גאַנצער היפּוך פֿון די ריזיקע מאָנומענטן פֿון מיצרישע מלכים. די פּיראַמידן זענען שטיינערנע ווערטיקאַלע בנינים, דורך וועלכע די פּרעהס האָבן געוואָלט פֿאַראייביקן זייער נאָמען און מאַכט. להיפּוך, איז דער מישכּן געווען בעצם אַ פֿלאַכער, באַוועגלעכער און צײַטווײַליקער געצעלט — אַ מאָנומענט פֿונעם לעבעדיקן און דינאַמישן מענטשלעכן אַחדות. אין פֿאַרגלײַך מיט די הויכע פּיראַמידן, איז דער מישכּן געווען אַ האָריזאָנטאַלער בנין; אַזאַ אַרכיטעקטור סימבאָליזירט גלײַכע און לעבעדיקע באַציִונגען צווישן מענטשן.
ס׳איז אויך וויכטיק צו באַמערקן דעם חילוק צווישן די אויסגעקליבענע מאַטעריאַלן. די פּיראַמידן זענען האַרטע, פֿאַרגליווערטע, טויטע — אַזוי ווי די מיצרישע פֿאַרשקלאַפֿערישע סיסטעם, וועלכע זיי רעפּרעזענטירן. די ווענט און דער דאַך פֿונעם מישכּן זענען באַשטאַנען פֿון האָלץ, לעדער און וואָל — ווייכע, לײַכטע, בייגעוודיקע מאַטעריאַלן. די מאַיעסטעטישקייט פֿון מלאכת־המישכּן איז באַשטאַנען אין קדושה און חכמה, און נישט אין דער גראָבער גשמיותדיקער גרויסקייט.
אויב די אַרבעט איבערן מישכּן האָט געהאַט אַזאַ גרויסע ווערט און דינט ווי אַ סימבאָל פֿון אַחדות און אַ מוסטער פֿאַרן תּיקון־העולם — פֿאַרוואָס האָט מען טאַקע נישט געטאָרט אים בויען אום שבת? אַדרבה, דער נאָמען פֿון דער פּרשה ווײַזט אָן, אַז די וואָרענונג וועגן דעם איז געווען זייער וויכטיק און האָט אַ דירעקטן שײַכות צו דעם גאַנצן ענין פֿון מלאכת־המישכּן. משה רבינו האָט ספּעציעל פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן, כּדי זיי צו וואָרענען; אַזאַ אַלגעמיינע פֿאַרזאַמלונגע איז אויך געווען אַן אַקט פֿון אַחדות.
הגם די בשותּפֿותדיקע אַרבעט לטובֿת דעם כּלל און לשם־שמים איז טאַקע מסוגל צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין דער וועלט, דאַרף מען דערבײַ אויך אַ טראַכט טאָן, צוליב וואָס מע אַרבעט. כּסדרדיקע אַרבעט אָן אַן אויפֿהער איז דאָך אויך אַ מין שקלאַפֿערײַ, אויב אַפֿילו מענטשן טוען זי לשם־שמים. דער צוועק פֿון דער גשמיותדיקער טעטיקייט איז דער גײַסטיקער תּיקון־העולם. מע דאַרף שטרעבן צו פֿאַרבעסערן און פֿאַרהייליקן די וועלט, כּדי די מענטשן זאָלן לעבן רויִקער און זאָלן האָבן צײַט פֿאַר גײַסטיקער זעלבסט־אַנטוויקלונג.
משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט די ייִדן, כּדי צו דערקלערן, אַז דער צוועק פֿון דער געזונטער אַחדותדיקער אַרבעט איז מנוחה־הנפֿש און מנוחת־הגוף און נישט, חלילה, אַ צוועק פֿאַר זיך. דערפֿאַר הייסן משיחס צײַטן "יום שכּולו שבת" — אַן אייביקער שבת.