שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך געפֿין זיך אין אַ חסידישער געזעלשאַַפֿט, אַָנגעטאַָן גלײַך ווי אַלע אין פֿולן טראַַדיציאַָנעלן לבֿוש. נאַָר טיף אינעווייניק, בין איך פֿאַַרליבט אינעם לעבן מיט מײַן גאַַנצן האַַרצן. איך האַָב ליב דאַָס לעבן נישט מיט עגאַָיִזם, נאָר מיט אמתער אויפֿריכטיקער ליבשאַַפֿט. איך וואַָלט פֿאַַר איר אַַפֿילו מײַן לעבן מקריבֿ געווען...

איך האַָב ליב מענטשן, נישט וויכטיק, צו וועלכער קולטור אַָדער ראַַסע זיי געהערן. מײַן בליק אויף דער וועלט איז אין גאַַנצן אַַ פֿאַַרקערטער פֿון דעם, ווי איך בין דערצויגן געוואַָרן. איך באַוווּנדער די שיינקייט פֿון דער וועלט, און איך פֿיל לעצטנס אַַלץ מער ווי דאַָס פֿאַַרבלײַבן אין דער חסידישער געזעלשאַַפֿט, איז מיר פּשוט דערעסן געוואָרן. עס גייט אַַזוי ווײַט, אַז איך האַָב פּשוט נישט מיט וועמען אויסצוטוישן אַַ וואַָרט (עס איז אַַוודאי נישטאַָ פֿאַר וועמען צו אַנטדעקן אַזעלכע געפילן). ייִדישקייט איז מיר זייער ליב, אָבער עס איז, למעשׂה, נישט מער ווי איין קליינער, שיינער טייל פֿון דער גרויסער וועלט.

דאַָס איבערקלערן מײַן אמונה האַָט מיך שטאַַרק באַַשעפֿטיקט אַַ לענגערע צײַט, און ווי שטאַַרק איך האַָב געפּרוּווט צו פֿאַַרענטפֿערן די ספֿקות אין האַַרצן, האַָבן זיי מיך לעצטנס געשמיסן אין פּנים מיט דעם גאַנצן אמת. איך וועל נישט אָנגעבן קיין פּרטים, גענוי וואַָס איך מיין, נאָר דאָס — אַז מיין ייִדישקייט, ווי שטאַרק איך האָב דאָס ליב, האָט זיך צעשאָקלט ביזן יסוד. איך האָב נישט געגלייבט, אַז איך וועל אַמאָל זיך געפֿינען אין אַזאַ מצבֿ, אָבער איך קוק דעם אמת גלײַך אין פּנים אַרײַן און פֿאַרשטיי, אַז איך קען נישט ווײַטער אָנגיין אַזוי מיטן לעבן אין דער פֿרומער וועלט.

איז אָבער די פּראָבלעם, וואָס איך בין אַ חתונה־געהאַטער יונגער־מאַן, 25 יאָר אַלט, מיט דרײַ זיסע טעכטערלעך. דאָס טראַכטן וועגן דעם צעשיידן זיך איז מיר זייער שווער. מיט מײַנע געפֿילן וואָלט איך נאָר משלים געווען ווען עס איז נישטאָ קיין אַנדער ברירה. מײַן הויפּט־פֿראַגע איז, צי איך באַגיי נישט דערמיט אַ שווער פֿאַרברעכן קעגן מײַן פֿאַמיליע, ווען איך לאָז זיי איבער אַליין, צוליב מײַנע אייגענע געפֿילן צו דער וועלט?

איך האָב דערוועגן געשמועסט מיט מענטשן וואָס איך געטרוי; איינער האָט מיר געזאָגט, אַז איך טאָר דאָס נישט טאָן. אַ צווייטער האָט געזאָגט, אַז איך מוז דאָס טאָן. דעם אמת גערעדט, וואָלט דאָס לעבן ווײַטער אין אַ פֿרומען לעבנסשטייגער איצט געמיינט פֿאַר מיר זעלבסטמאָרד. איך האָב איבערהויפּט נישט דעם כאַראַקטער וואָס קען אָפּשפּילן אַ לעבן פֿון אַ פֿרומען, ווען אינעווייניק בין איך דערמיט נישט מסכּים. איך בין נישט קיין פֿאַלשער, און איך קען זיך נישט פֿאָרשטעלן, איך זאָל אַזוי ווײַטער לעבן. ווער רעדט נאָך, ווען איך האָב קיין שום געזעלשאַפֿט נישט אַרום זיך, און עס איז פֿאַר מיר, סײַ ווי, פאַרשלאָסן יעדע מעגלעכקייט הנאָה צו האָבן פֿון אַ געזעלשאַפֿט אין דער פֿרומער קהילה. אוי, ווי עס רײַסט מיך צום לעבן...

ובכן, לאָמיר זאָגן, אַז אַ צעשיידונג איז אומפאַרמײַדלעך; ווערט מיר ווידער שווער צו באַַשטימען, ווי אַזוי איך זאָל באַהאַנדלען, אין אַלגעמיין, די באַציִונגען מיט פֿרויען וואָס איך באַגעגן. צום בײַשפּיל, האָט מיך עמעצער לעצטנס באַקענט מיט אַ פֿרוי אין אַן ענלעכער סיטואַציע ווי איך; איינע וואָס טראָגט דעם גאַנצן טראַדיציאָנעלן לבֿוש. זי איז זייער אַ זיסע פֿרוי, מיטן פּנים צו דער וועלט. זי איז שוין אַריבער אַ גט קורץ נאָך איר חתונה, נאָר זי ווייסט נישט ווי אַזוי זיך צו באַציִען צו אירע עלטערן. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָב איך זיך געטראָפֿן מיט איר, כּדי מיר זאָלן די שוועריקייטן דורכשמועסן. איך בין אָבער בײַ מיר נישט זיכער געווען, צי איך האָב דאָס געמעגט טאָן ווײַל לויט די פֿרומע כּללים, איז דאָס טרעפֿן זיך מיט אַ פֿרוי אַליין פֿאַררעכנט ווי אַ פֿאַרראַט קעגן דעם ווײַב. דאַרף איך דעריבער אַליין באַשליסן, ווי ווײַט איך מעג גיין אין שײַכות מיט דעם ענין, אין דער צײַט וואָס די הלכה דיקטירט מיר נישט מער, אָבער איך פֿיל אַ פֿליכט צו מײַן ווײַב.

איך זע נישט קיין סיבה זיך אָפּצוזאָגן אין גאַנצן פֿון שמועסן מיט ווײַבער, אַזוי ווי איך האָב ביז הײַנט געטאָן, ווײַל איך גלייב נישט מער אין דער גלייכקייט פֿון דעם פֿרומען לעבנסשטייגער. לויט מײַן פֿאַרשטאַנד, פֿרעג איך זיך, ווי ווײַט מעג איך "גיין" מיט דער פֿרוי: מעג איך נאָר שמועסן, אָדער אויך אָנרירן, גלעטן, קושן זי... (איך בין זיך מודה, אַז איך האָב יענע פֿרוי, אין אַ שוואַכן מאָמענט, געגעבן אַ לײַכטן קוש אין דער באַק. דאָס איז אָבער געשען צוליב אַ טיפֿערער בענקשאַפֿט נאָך פֿרויען, וואָס האָט מײַן האַרץ אין גאַנצן אויפֿגעפֿרעסן אין דער צײַט, וואָס איך קען צו זיי קוים אויסרעדן אַ וואָרט אין דעם פֿרומען לאַגער). איך ווייס בײַ זיך מיט אַ זיכערקייט, אַז איך וועל זיך נישט אַרײַנלאָזן אין פּראָבלעמען, ווי לאַנג איך בין אַ חתונה־געהאַטער, און אַפֿילו נאָך אַ גט, וועל איך זיך נישט פֿירן מיט הפֿקרות. איז אָבער מײַן פֿראַגע, ווי אַזוי זיך צו פֿירן דערווײַל? וואָס זענען די גדרים און וווּ שטייען די גרענעצן?

עס איז קיין ספֿק נישט, אַז מײַן פֿרוי וועט מיר נישט נאָכגיין אין מײַן וועג, אַפֿילו אַ טראָפּן. זי האָט מיר ערשט געזאָגט, אַז ווען איך זאָל פֿאַרלאַנגען פֿון איר צו ווערן נאָר אַ ביסל מאָדערן, וואָלט זי מיך פֿאַרלאָזט.

איך האָף, אַז איך האָב גענוג קלאָר אַרויסגעברענגט דעם אומקלאָרן מצבֿ אין וועלכן איך געפֿין זיך. אפֿשר קענט איר מיר עצהן, ווי אַזוי קאָן מען ווייניקער וויי טאָן מײַנע אַרומיקע. צום בײַשפּיל, זענען מײַנע עלטערן מיר זייער געטרײַ, זייער איבערגעגעבן, און איך קען מיר נישט פֿאָרשטעלן, ווי שווער זיי וועלן אַזאַ זאַך אַויפֿנעמען. זיי האָבן מיר קיין שלעכטס נישט געטאָן, פֿאַרוואָס זשע זאָל איך זיי דאָס טאָן? עס האָט אָבער די שיינקייט פֿון לעבן מיך עלעקטריזירט. עס האָט מײַן אמונה מיך פֿאַרראַטן, און איך אַליין בין געבליבן בלויז מיט ליבע צו דער וועלט וואָס וואַרט קוים, קוים אויף מיר, איך זאָל אַרײַנפֿאַלן אין אירע ליבע, זיסע צעעפֿנטע אָרעמס. אוי, ליבע וועלט, איך שענק דיר מײַן האַרציקסטן קוש און לאָז פֿאַלן טרערן יעדעס מאָל וואָס איך נעם דיך אויפֿן זכּרון.

איך וואַרט אומגעדולדיק אויף אײַער ענטפֿער. אויב איר וועט מיר ענטפֿערן, איך זאָל בלײַבן אין דעם מצבֿ ווי איך שטיי יעצט, גיט מיר, ביטע, גלײַך דערמיט אויך אַ טעלעפֿאָן־נומער פֿון אַ פּסיכיאַטער מיט וועמען איך זאָל שטיין אין שטענדיקער פֿאַרבינדונג. איך בין פֿאַרביטערט, און פֿאַרליר דעם גאַנצן מוט ווײַטער אָנצוגיין. גיט מיר צו פֿאַרשטיין גענוי, וואָס איך דאַרף טאָן, לויט אײַער מיינונג צו לייזן דעם גרויסן פּלאָנטער אין מײַן לעבן.

פֿאַרוויינטע אויגן


טײַערע פֿאַרוויינטע אויגן,

אַ דאַנק אײַך, וואָס איר האָט אונדז אַלעמען דערציילט אײַער געשיכטע. איך ווייס, אַז דאָס בעטן פֿאַר הילף איז נישט לײַכט. אָבער איך גלייב, אַז ס'איז וויכטיק, מע זאָל הערן אײַער געשיכטע, ווײַל עס קען זײַן, אַז אַנדערע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" געפֿינען זיך אין אַן ענלעכן מצבֿ ווי איר, און זיי דאַרפֿן פֿאַרשטיין, אַז זיי, און אויך איר, זענט נישט אַליין.

איך קען אײַך נישט עצהן אַוועקצוגיין אָדער צו בלײַבן. איר דאַרפֿט זיך שטעלן אין קאָנטאַקט מיט אַ פּסיכאָלאָג אָדער מיט אַ פּאַסיקן סאָציאַל־אַרבעטער, וועלכער וועט זיך באַקענען מיט אײַך במשך פֿון אַ לענגערער צײַט, און וועלכער וועט אײַך קענען העלפֿן באַטראַכטן די ברירות אין אײַער לעבן, כּדי מע זאָל מאַכן דעם בעסטן באַשלוס פֿאַר אײַך און אײַער משפּחה.

עס איז פֿאַראַן אַן אָרגאַניזאַציע (Footsteps http://www.footstepsorg.org ) וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן מיט דעם ציל צו העלפֿן מענטשן אין אַזאַ מצבֿ ווי דער, אין וועלכן איר געפֿינט זיך. מע קען דורך זיי געפֿינען גרופּע־סעסיעס, עצה־געבערס, סאָציאַלע דינסטן, ווי אַ קלאַס אין ענגליש. Footsteps פֿאַרשטייט, אַז די מענטשן וואָס פֿאַרלאָזן די חסידישע קהילה, זענען געגליכן צו נײַע אימיגראַנטן אין אַמעריקע, וואָס נייטיקן זיך אין טרענירונג און דערציִונג, כּדי זיך אַרײַנצופּאַסן אין דער נײַער געזעלשאַפֿט.

איך זאָרג זיך, ווען איך לייען, אַז דער וועג אויף וועלכן איר גייט איצט, איז ווי זעלבסטמאָרד. מסתּמא, מיינט איר דאָס מעטאַפֿאָריש, אָבער איך פֿרעג אײַך, צי איר האָט אַמאָל טאַקע באַטראַכט צו באַגיין זעלבסטמאָרד? אויב יאָ, דאַרפֿט איר תּיכּף געפֿינען אַ פּסיכיאַטער, אַפֿילו אויב דאָס מיינט, אַרײַנגיין אין אַ שפּיטאָל. כאָטש דאָס איז אַ שווערע צײַט פֿאַר אײַך, געדענקט, אַז איר זענט אַ קלוגער יונגער־מאַן און דאָס גאַנצע לעבן ליגט פֿאַר אײַך אָפֿן.

צום סוף וויל איך זאָגן, אַז די אידעאַלן, וואָס איר הייבט אַרויס ווי דווקא יענע וואָס אונטערשיידן אײַך פֿון אײַער קהילה — אַ ליבלעכע וועלט, שיינקייט אין דער נאַטור, זיך זאָרגן וועגן מענטשן פֿון אַלע ראַסן און רעליגיעס — זענען בפֿירוש ייִדישע ווערטן אין אַ סך ייִדישע קהילות — לה׳ באָרץ ומלואה תּבֿל וישבֿי בֿה. אפֿשר, ווען ענן־וערפֿל זענען אויפֿגעקלערט געוואָרן, וועט איר אויסגעפֿינען דורך ייִשובֿ־הדעת, אַז אײַער אמונה האָט זיך געביטן, אָבער איז נישט פֿאַרלוירן געגאַנגען.

איר שרײַבט זייער שיין. אפֿשר וועלן אײַערע ווערטער אָנרירן אַנדערע, וואָס ראַנגלען זיך פּונקט ווי איר.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024

(No subject)

(No subject)

צו הבל וריק (דער

צו הבל וריק (דער נאמען פאסט גוט).
עס איז דאס דומסטע קאמענטאר וואס איך האב ווען אימער געזען.
אויך דיינע פלואדערייען אין דיין דומען זייטל ברענגט צו עקל און גועל נפש פאר יעדן געזעסענעם מענטש.
עס איז פאר נידעריגע און פינסטערע פארשטאנדלאזע באשעפענישן (וויא דער שרייבער און זיינס גלייכן)
פארבלאנדזעט אין די טירגארטענ'ס פון די איזעקטן מיט רעפטייל'ס מיט די שמעקעדיגע גערוכען פון די ווערמינען א.א.וו. .
ראשעל

פאר דעם וואס

פאר דעם וואס האט געוויינט (הלואי זאל עס זיין אויסגענוצט צו וויינען צו גאט ווייל שערי דמעות לא ננעלו), אויב האט זיך שוין דער רוח רעה אפגעטון פון דיר אשריך, במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד, - אויב חלילה ביסטו ווייטער געגאנגען אויפן דרך המקולקל, זאלסטו נישט מיינען אז עס איז פארפאלן, קיין מאל נישט פארפאלן, אויב שטרעקטסו אויס דיינע ארעמס צו גאט מיט א קבלה אז די ביסט מקבל אויף דיר עול התורה ועול מלכות שמים (בלי חשבונות ובלי הגבלות נאר מיטן גאנצן שארפקייט וואס דער שולחן ערוך הייסט), ווערסטו צוריק גענומן מיט חיבה, אבער לאז עס נישט אויף שפעטער, ווייל עס קען קומן צו א מצב אז "כל באיה לא ישובון ולא ישיגו אורחות חיים".

ווייסטו דעם חילוק צווישן יודן מיט אומות העולם, אומות העולם ווילן קודם כל פארשטיין "מה כתיב בה", יודן ווילן גאר נישט פארשטיין, זיי זאגן "נעשה ונשמע", דער נשמע איז נישט קיין תנאי אויב יא נעשה אדער נישט נעשה, נאר נעשה בכל אופן, און נאכדעם נשמע וויפיל גאט וועט אונז געבן צו פארשטיין.

סוף כל סוף וועסטו דאך איינזען דעם טעות, צו ווייל די תאוה וועט נתמלא ווערן און נמאס ווערן, אויב ווייל דו וועסט איינזען אז די האסט פאנטאזירט כהוזה בחלל הספעיס, און אלעס גייט קפויער, די נייע וועלט באקומסטו נישט און די אלטע האסטו פארלוירן, עס האבן שוין גרעסערע חכמים פון דיר פאנטאזירט, און געווארן שרעקליך ענטוישט מאוכזב disappointed ווייל דער מציאות האט זיי געלאכט אין פנים אריין, - און ווען דו וועסט בענקען צוריק, וועסטו זאגן "תנה לנו מראש" אויב דו וועסט זיך נישט שעמען, אבער דער תשובה אויף דעם איז "מי שטרח בע"ש יאכל בשבת", (ביי יודן ניצט אלע מאל תשובה אבער מען קען עס רוב מאל נישט דורכפירן און פראקטיק), און צום סוף ווען מען לאזט זיי צוריק (און מען זאגט מצוה קטנה יש לי), זענען זיי מבעט ווען עס קומט אן שווער, אבער ביי געטרייע יודישע קינדער איז "בעוטי לא מבעטי".

מיט האפענונג אז אלעס האט זיך געדרייט צום גוטן

חיים אלימלך

איך האב געזען אן אפיקורס וואס זוכט איבער צו צייגן זיינע נאכפאלגער מיט קעלבערנע אויגן, אז די תורה איז נישט מן השמים עפרא לפומי', האט ער כמה טענות של שטותים, איינע האב איך יעצט געזען אז דער הארץ איז נישט קיין דעת נאר א בלוט פאמפ, און די תורה האט פשוט נישט געוואוסט דעם מציאות,
שוטה בהמה טיפש וואס טוסטו מיט "וסעדו לבכם" האט די תורה אפשר געמיינט אז דער הארץ איז דער בויך, אדער "כי בפעם הזאת אני שולח את כל מגפותיי אל לבך", - נאר דער גראבער יונג ווייס נישט וואס אלע בני דעת ווייסן אז לב מיינט נישט דעת נאר לב מיינט חיות, כי הדם הוא הנפש, דער הארץ איז דער בלוט פאמפ, און בלוט איז דער נפש החיוני, און בכל לבבך מיינט מיט דין גאנצן חיות.

אין די תורה ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט שכל מיט פארשטנד, נאר די תורה וויל מען זאל די הייליגע אמונה ודעות זין איין קריצן אין די הרגשות וואס זענען איינגעפלאנצט אין דעם נפש, אהבה יראה און די תורה הייסט אונז איינצופלאנצן די הרגשות של אהבה אין נפש החיוני וואס דאס סימבאליזירט דער לב, וויא יעדער יודע ספר ווייס דעם פשט וידעת היום והשבות אל לבבך, זאלסט וויסן מיט די ידיעה ברורה אין זאלסט עס איינפלאנצן און אייקריצן אין דיין נפש הרגשת הלב.

(און ווען לב וואלט געמיינט פארשטאנד איז אויך זיין טענה הבל הבלים ואין כדאי זיך מטפל זיין מיט דעם און מיט זיינע אנדערע שטותים, ווייל דער בר דעת גרוילט עס זאוויזא און דעם וואס ווארט אויף אביסל כפירה צו באפרידיגן זיינע נידעריגע באדערפענישן וועט עס זאוויזא נישט נוצן).

הביננו ה"א לדעת תורתיך ... והתועים על עמך ישראל ישפטו, דאס מיינט די מסיתים ומדיחים וואס זוכן אנדערע אריבער צו פירן צו זייערע אפקורסישע דעות כוזבות, ה' ירחם.

קארל, גוט אז די

קארל,
גוט אז די האסט ריכטיג מעורר געווען, איך האב נישט געוואלט אריין גיין אין פלפולים, אבער אז די האסט מעורר געוון וועל איך דיר זאגן, אמת ביסט גערעכט וואס די זאגסט דער ר"ת האט געהאלטן די זון גייט אריין אין הימל אין דאס מיינט בוקע חלוני רקיע, אזוי שטייט אין גליון הש"ס פסחים צ"ד ע"ב בשם דעם שיטה מקובצת.

אבער ממה נפשך איז ריכטיג וואס איך האב געשריבן, קודם כל לולא דעם ש"מ איז דאס שווער צו זאגן אז דער ר"ת זאל מחולק זיין מיט רבי וואס זאגט דארט ונראה דבריהם מדברינו רבי האט דאך א ראיה אז מעיינות רותחין בלילה.

און אף גם אויב מיר וועלען זאגן וויא רעק"א בשם ש"מ אז ר"ת האלט אז "ונראין דבריהם מדברינו" מיינט אז זיי האבן נצחון בטענות כדברי הגליון הש"ס, אבער אין מציאות איז דא בוקע חלוני רקיע, אבער וואס טוט ער מיט די ראיות וואס די אומות העולם האבן אז מעיינות רותחין אין מיר האבן נישט וויא אזוי דאס צו פארנטפערן, --- אלא מאי דאס מציאות וואס מיר זעען מיט די אויגן איז נאר א גוטע ראיה פאר גוים, אבער מיר ווייסען אז דאס מציאות פון דעם שכל הבשרי אין בכלל נישט מעלה ומוריד וכנתבאר במכתב הקודם.

אסאך ראשונים האלטן וויא דער ר"ת אבער נישט ווייל די זון גייט אין הימל אריין, נאר ווען די זון ווערט נתכסה מעינינו איז תחלת שקיעה, אבער עס איז נאך דא אור השמש ביז די זון גייט אויפן מיטן פון כדור, דאס מיינט 90 מעלות (דעגריס) פון וויא מען שטייט, אין דעמאלטס איז ביאת אורו.

והנה לפי זה קען מען זאגן בפשטות אז דער שטח וויא די זון גייט פון ווען עס ווערט נתכסה מעינינו ביז ער ווערט אין גאנצען פינסטער און קומט אריין אין דעם נעקסטן רביע העולם דאס איז חלוני רקיע, מיט א לשון דמיוני ווייל ער שיינט נאך אביסל אזוי וויא ער וואלט געשטאנען ביים פענסטער און אריין געשיינט.

אבער מען דארף נישט קיין הסברים ווייל אונזער פליישיגער מח איז באגרעניצט, - חאטשיק די לאכסט.

לאמיר דיר אביסל מער מסביר זיין, דער רבש"ע האט באשאפען יעדן מיט זיין שכל, די חיה מיט זיין שכל דעם מענטש מיט זיין שכל, וכו' וכו', אין דעם רבונו של עולם'ס שכל איז איבער אלעם, --- אין ביי דעם שכל פון דעם מענטש זענען דא פופציג דרגות, ביז מען קומט אן צום תכלית השכל וואס א מענטש קען גרייכן (דאס רופט זיך חמשים שערי בינה),

אונז אנשים פשוטים האבן מיר דעם מינימום פון דעם מענטשליכן שכל, און אז דער רבש"ע וויל איינער פון זיינע קנעכט (עבדיו הנביאים) זאלן לערנען זיין פאלק וויא זיך צו פירען, געבט ער אים א גרעסערן שער בינה, ער זאל מער פארשטיין אין שכל העליון זאכן וואס פאר אונז זעט אויס בולשיט בעלאני שטותים, משה רבינו האט באקומען מ"ט שערי בינה ותחסרהו מעט מאלקים, --- די חכמי התורה וואס דער רבש"ע האט געוואלט זיי זאלן איינשטעלען דעם דת נאכן חורבן ביהמ"ק ווען נביאים זענען בטל געווארן קרבנות השראת השכינה איז בטל געווארן אין ביהמ"ק, האט דער רבש"ע געזען אז יודישקייט וועט זיך נישט קענען האלטן ווען יודן זענען צעשפרייט אין די וועלט.

האט דער רבש"ע משפיע געווען פאר עבדיו חכמי התורה א גרעסערן דרגה אין בינה, אין זיי האבן פארשטאנען מער וואס דער רבש"ע וויל זיי זאלען איינשטעלן ביים יודישן פאלק, - און מבאר זיין פונקטליכע מהנגים, וויא דאווענען דריי מאל א טאג בציבור, דיני תפלין שבת וכדו' (זאכן וואס זענען דרבנן) ימים טובים חנוכה פורים וכו' וכו', זאכען וואס מיט דעם וועט זיך דער כלל ישראל האלטן חאשטיק זיי זענען צושפרייט אויף די וועלט.

עס קען זיין אז אזוי ווי דער שכל העליון די נ' שערי בינה זענען נישט נשלם געווען ביי די חכמים, וועגען דעם הגם אלע האבען אייגעשטימט בדרך כללי וואס עס איז דער רצון ה' מתקן צו זיין, אבער עס איז געווען חילוקי דיעות אין פרטי הדינים, דאס זענין די מחלוקות תנאים אמוראים ראשונים פוסקים.

אין יעדן דור איז דער רבש"ע משפיע א חלק פון די שערי בינה פאר חכמי הדור צו וויסען וואס מתקן זיין לפי הדור, דאס איז דער רצון הבורא, חאטשיק אין די תורה זענן נישט דערמאנט די זאכן, --- אין ספרים שטייט אז דער מלך שטעלט א משנה למלך מיט שרים היושבים ראשונה במלכות אין הייסט זיי מחוקק זיין חוקים לפי הצורך בעת ההוא, --- אויב איינער פאלגט נישט דעם חוק פון משנה למלך איז ער א מורד אין מלך אליין.

געב א קוק מיר האלטען כמעט צוויי טאזנט יאר נאכן חורבן אין יודען זענען צושפרייט אין די גאנצע וועלט מיט שמדות ורדיפות אין שפאניע אין איראק אין פראנקרייך אין רוסלאנד אין אפריקה אין ענגלאנד אין דייטשלאנד האלאנד שוועדיע אמעריקה מהודו ועד כוש, אין דאס יודישקייט האלט זיך איבעראל מער ווייניגער דאס זעלבע מיט כמה שינויי מנהגים, --- זעט מען דען נישט אז דאס איז מאת ה' היתה זאת צו האלטען כלל ישראל פון ווערען בטל חלילה.

ענשוליג מיר איך מוז ענדיגן ווייל איך האב אסאך צו זאגן ביטע אויב די ווילסט שרייב מיר וואס שטערט דיר אין אויב השי"ת וועט מיר געבען שכל וועל אין זאגן.

די אונטערשטע שורה,

דער רבש"ע זאגט פאר זיינע נביאים ווען איך האב אויך אייך משפיע געווען חסד האט איר בועט געווען אין זיך באהאפטן צו די עבודה זרהס פון די פעלקער, ווען איך האב אייך געשטראפט, זענט איר געווארן צובראכן און געפרעגט איה אלקינו, האב איך ענק געהאלפען האט איר ווידערגעשפעניגט אין מיר, האב איך אייך געשטראפט אין נישט צו געהערט אייער געבעט האט איר געלייקנט אין מיר ווייל אין אלקים בארץ גאט הערט נישט ווען מיר בעטען, --- האב איך חרוב געמאכט ביהמ"ק אין אייך פארטריבן אין גלות אין געשטעלט מיינע קנעכט זאלען אייך פירן, און מיט דעם וועט איר זיך האלטען, אויב וועט איר זיין שלעכט וועל איך אייך שיקן צרות ביז איר וועט אייך צוריק קערן צו מיר. ---- סוף כל סוף וועל איך אייך צוריק ברענגען, אזוי האבען אונז געזאגט די חכמים וואס האבן באקומען שכל העליון, חאטשיק מיט אונזער שכל דאכט זיך אנדערש, (און לויט אונזער שכל איז אויך נישט אנדערש מען דארף דינען השי"ת אין האלטן זיין תורה אפילו אויב עס איז נישטא קיין משיח אין קיין תחית המתים אין קיין השארת הנפש, ה' הוא אלקינו ולו אנחנו עבדים התורה הוא חיינו ולה אנחנו משעובדים, ובשכל האנושי אין אנו מתחשבים ובהשכלת הסכלים אין אנו מאמינים בדרך התורה נלך באש ובמים לקדש שם שמים לעשות נחת רוח להשם יתברך.

מען האט געפרעגט א גדול אמיתי וועגן די צרות פון דעם לעצטן דור וויא קען דער רבש"ע דאס טון פאר זיין געליבט פאלק, האט ער געענפערט איך וואונדער מיך וואו אזוי האט ער זיך איינגעהאלטן ביז יעצט.
ה' ירחם ידידך המצפה לשמוע ממך כי נפתחו עיניך המסכנים.
חיים אלימך

איך בין נישט

איך בין נישט מסכים מיט אייער רעטאריק, אבער אייער ענטפער דארף בכלל נישט זיין אדרעסירט צו מיר, נאר צו דעם בעל הבלאג "ווארד אוו האשעם".
איך האב בלויז אנגעוויזן אויף א שטארקן טעות וואס איר האט געמאכט ודי בזה. איך האב בכלל נישט אריינגערעדט אין אייערע דעות לגבי אמונה און גדולי ישראל.
אויב אינטערעסירט אייך מיין מיינונג אויף דעם פריערדערמאנטן בלאג: איך האלט אויך אז זיין זיך שטעלן אויף יעדעס ווארט פון דאווענען און קומען צו א מסקנא אז ס'איז "שקר" איז לעכערליך.

טייערער בעל

טייערער בעל "להבל וריק"

עס שטייט אל תען כסיל, אבער עס שטייט אויך ענה כסיל, אין הגם איך האלט דיך נישט פאר א כסיל נאר פאר איינעם וואס לפי דעתו רעדט ער זייער צו דער זאך דברים של טעם, (נאר עס פעלט דיר אביסל ידיעות וואס איך וועל דא צום סוף מרמז זיין), אבער היות איך וויל נישט אנדערע זאלען מיינען אז די ביסט טאקע גערעכט מיט דיינע דברי חכמה וטעם, מוז איך מקיים זיין ענה כסיל כאוולתו.

די שרייבסט "צו די אלע קאמענטירער וואס פלוידערן איבער די זעלבע בולשיט וואס די רביס האבן געפרעדיגט אין חדר, קוקטס אויף דעם זייטל ... ", - עס איז אמת אז אסאך זאכען וואס די קאמענטארן האבן געשריבען זענען וואס די רביס אין חדר האבען געזאגט, - אבער מיין טייערער די האסט פארגעסען אז נאך אפאר יודן וואס זענען חשובער וויא דיין רבי אין חדר האבען אויך אזוי געהאלטן און געגלייבט אין פארשטאנען מיט זייערען לויטערן שכל און האבן דאס זעלבע געזאגט, (און דאס זענען אזאלכע יודן וואס די וועסט מודה זיין אז זיי זענען געווען קלוגע מענטשען גדולים בשכל ובדעת, וואס מען דארף זיך נישט פארלאזן אויף א פשוטן בשר ודם צו וויסען אז זיי זענען געווען גרויס קלוגער פין דיר און מיר, וויא די שרייבסט אין דיין פיליזאפיע אריינפיר).

וויא צום ביישפיל, דער חזון איש, די לובאוויטשער רביס (פון תניא ביז דעם לעצטען), דער חפץ חיים, ר' שמשון רפאל הירש, דער ווילנער גאון (בקי בכל התורה ובכל החכמות), דער חיד"א (בקי בכל התורה ובכל החכמות), דער חתם סופר, דער ר' עקיבא איגר, דער קצות החושן, דער חוות דעת, ר' צדוק הכהן (בעל מח נורא ואדיר וויא עס זעהט זיינע עמקותדיגע און היקפדיגע ספרים סיי אין לומדות סיי אין פיליסופיא) אדער דער אבני נזר די אלע זענען אויסר זייער גדלות בתורה געווען בקי בחכמת העולם.

זיי האבען שוין געוואוסט אז די וועלט איז רונדיג, און אויך האבן זיי געוואוסט וואס עס שטייט אין תורה וכי תאמר בלבבך איכה נדע את הדבר אשר לא דיברו ה' אשר ידבר הנביא בשם ה' ולא יבא הוא הדבר אשר לא דברו ה' בזדון דברו הנביא, און דאך האבען זיי נישט געטוישט זייער אמונה אין די תפלה און חכמים מסדרי התפלה צו זאגן אז זיי האבן געלעבט אין אילוזיעס ווייל עס איז נישט דא חלוני רקיע, --- און די מיט דיין געוואלדיגן פקחות האסטו מחדש געווען אז יעדער ווארט פון די מסדרי התפלה איז שקר ווייל עס איז נישט דא חלוני רקיע, הפלא ופלא אויסגעטראפן אמעריקה (מח קטן).

[אגב דער ר"ת האלט תחלת שקיעה ווען די זון הייבט אן אריין צו גיין אין הימל און סוף שקיעה ווען עס איז אדארך די הימל, חאטשיק דער ר"ת האט געוואוסט אז ביי נאכט גייט די זון אונטער די ערד, וויא די גמרא אליין זאגט אז הודו חכמי ישראל לחכמי אוה"ע, דאך איז דאס אמת אז עס איז דא תחלת שקיעה וסוף שקיעה וויא פריער געזאגט, מוז מען לויט דיין דעת זאגן אז דער ר"ת איז געווען ר"ל חסר דיעה, ווייל פון איין זייט גייט די זון נישט אריין אין הימל און פון די צווייטע זייט זאגסטו תחלת שקיעה ווען עס הייבט אן אריינגיין אין הימל וסוף שקיעה ווען עס גייט אדארך די גאנצע דיקקייט פון הימל, - אין איך מיין אז ווען די וועסט קוקן אביסל אין תוספות און אין ספר הישר לר"ת דאס קלארקייט אין עמקות פון רבינו תם, וועסטו מודה זיין אז דער רבינו תם אין אלע בעלי תוספות זענען נישט געווען חסר דיעה נאר אסאך אסאך גרעסער מיט זייער מח וחכמה פון יעדען מענטש בדורינו, --- א"כ וואס טוט זיך דא, --- אלא מאי עס איז דא עפעס טיפער פון אונזער שכל הישר והעמוק, עס איז דא חלוני רקיע אפילו אויב עס איז נישט דא, עס איז א רקיע אפילו מיר זאלען זאגן אז עס איז גארנישטא קיין הימל העכער אונזער קאפ נאר ספעיס בלי שיעור, נישט אלעס מיינט אזוי וויא אונזער מח הקטן פארשטייט, -- אוודאי האבען אונזערע רביים און חכמים אונז נישט געקענט זאגן נאר לויט וויפיל אונזער מח פארשטייט, דאס מיינט דברה תורה כלשון בני אדם און לשבר את האוזן].

און וואס טוט זיך מיט דעם רמב"ם ראב"ד רש"י און אבן עזרא און מאירי רשב"א רא"ש רמב"ן און די אלע ראשונים, רבינו תם ר"י ריב"א רשב"ם ר"י מפאריז רבינו שמשון מקוצי דער ברטנורא דעת תוספות יו"ט, און וואס טוט זיך מיט די גאונים, - (עס איז געווען איין יחיד פון די גאונים ר' שמואל בן חפני גאון וואס שרייבט אז חאטשיק עס זעט אוס פון חז"ל כך וכך... אבער דער שכל איז מכחיש לערנט ער אנדערש פשט, אבער די אנדערע גאונים רב סעדיה ורב האי און אנדערע שרייבן אוף דעם אז הרבה לקרות בספרי נכרים וכו' ואנו סוברים כי הקב"ה עושה נסים לצדיקים ומראה אותן פנימיות היכליו וכו').

נו ווילסטו מיר זאגן אז רב האי ורב סעדיה זענען געווען טפשים און געגלייבט ווייל דער רבי אין חדר האט געפרעדיגט בולשיט, - גיי אדארך אין דיין מחשבה אלע רביים פון יודישן פאלק פון היינט ביז שמאי והלל בזמן הבית, (אן קיין הבדל פון וועלכע קרייז) און טראכט אריין ווען זיי וואלטען דא געווען אין די וואלסט זיי געפרעגט די שאלה וואס וואלטען זיי געענפערט, איך רעד נישט פון די פרומע רעבעס וואס די קענסט זאגן זיי זענן נאריש, נאר פון די גדולי עולם בקיאים בכל החכמות והפליזאפיע בעלי מוח גדול וואס האבן זיך נישט געשראקען צו זאגן דעם אמת לאמתו אזוי וויא עס איז ביי זיי קלאר.

דער הייליגער רמב"ם האט זיך נישט געשראקן צו זאגן וואס ער האט געהאלטן וויא באקאנט מאכט ער אוועק די שדים און מזיקים און רוחות רעות חאטשיק די גמרא רעט פון דעם אן א שיעור, דער רמב"ם האט געקענט האלטן אז עס איז נישט אזוי, --- (און דער גר"א שרייבט טאקע שטארק קעגן דעם כידוע, דער גר"א איז אויך נישט געווען קיין מפיל-קינד ער האט אויך געוויסט אלע חכמות וויא די גרעסטע פיליזאפען), --- אבער אף על פי כן ווען עס קומט צו הלכה למעשה איז נישט דא א האר וואס דער הייליגער רמב"ם זאל פארשטיין אנדערש וויא די חכמי התורה, ביי שדים ורוחות איז נישט מעלה ומוריד יא אדער נישט אבער ביי דיני התורה איז דאס א הימלישע שכל העליון, אזוי וויל דער רבש"ע מען זאל זיך פירען, דארט איז דער גרויסער רמב"ם נישט געווען אזוי קלוג וויא דו מיט די אלע אויבער חכמים, --- קען אפשר איינער פון די פקחים אפיקורסים'לעך מאכן א' רמב"ם הלכות קידוש החודש, קען איינער אפשר מאכן א מורה נבוכים, אדער א משנה תורה וואס דארט איז דא כל התורה כולה ממש, --- אבער אין ענקערע אויגן קומט דאך אויס אז דער רמב"ם איז געווען א צוריק-געבליבענער, ווייל ער האט געגלייבט בלינד אפילו דאס אויג זעט אנדערש, --- ער האט נישט געזען וואס די היינטיגע חכמים אפיקורסים זעען ?, -- אה ער איז געווען פאנאטיש ער האט געלעבט אין עלעפטען יאר הונדערט ד' אלפים תת"ק, אבער נישט אין די קלוגע תקופה פון צוואנציגסטן יארהונדערט, --- חפארשטיי, נו לאמיר זעהן אז דו חכם זאלסט וויסן חאטשיק א משהו מן המשהו פון וואס ער האט געקענט, ------- (נאר דא שטעלט זיך אפ דיין גרויס חכמה צו זאגן אז די אלע חכמי הדורות זענען בהמות בלינד-גלייבענדע אומוויסענדע מענטשען, ווייל זיי לעבען מיט פוסטע דמיונות פון חלוני רקיע, הו הא א געוואלדיגער אויפטוה אין פקחות, - איך האב געזען א ראציגן פויער וואס איז געווען א אנאלפאבעט, וואס האט אויך אויסגעטראפן די געוואלדיגע חכמה, --- גלייבסט מיר נישט? קוק דיך אן, אין קיין ישיבה האסטו נישט געלערנט אפשר זיך געדרייט א ביסל, - אין אוניבערסיטא ביסטו נישט געגאנגען, אין קיין אפיס זיצטו נישט, ביסט נעבעך א רחמנותיגער גאסן-יונג (נעבעך סאיז זייער ביטער אין איך האב אמתע מיטלייד מיט דיר אין דיינע נעבעכדיגע עלטערן וואס וויינען זיך אף די יאהרן ה' ירחם), דרייסט דיך ארום פוסט או פאסט, האסט נישט וואס צו טין בחייך, האסטו דיך גענומען שרייבן דיינע געוואלדיגע פקחות אויפן אינטטערנעט, און פלוצלונג האסטו אויסגעטראפן אמעריקה אז מען קען טון וואס מען וויל ווייל קיין באשעפער איז נישטא קיין תורה איז נישטא די חכמים און אלע וואס האבן אונז איבערגעגעבן די תורה זענן פראסטע בשר ודםס, און מען מוז זיי גארנישט גלייבן, די מציאות ווייזט אנדערש אין אזוי ווייטער ------- ס'איז א פיליזאפיע עמוקה עמוקה אלע בהמות שטייען אין ווערן נתפעל פון דיר, טיפש איינער.

בקיצור אונזער הייליגע אמונה טהורה איז נישט "פלוידערן די זעלבע בולשיט וואס די רביס האבן געפרעדיגט אין חדר", נאר עס איז די קלארע און ריינע אמונה פון אונזערע גרויסע וועג פירערס, בעלי דעת אנשי אמת און נישט קיין פארנארטע מאמינים אין די וועלט אריין, איי די האסט קשיות (זייער גוטע קשיות, א קאמפלימענט!) אבער וויסן זאלסטו דאס אוך דער מאזעלע האט קשיות אויף דעם מענטש, לפי דעתו פארשטייט ער נישט פארוואס דארף מען לייגן א פאנגער עם צו חאפן, אויך פארשטייט ער נישט וואס איז שלעכט אז ער לעכערט דורך די קליידער און פאפירן ביכער און ספרים אא"ו, אויך גלייבט נישט דער מייזל ווען דער מענטש וועט עהם זאגן אז די פרישע קרישעלעך זענין געקומען פון יאפאן, ווייל די מציאות לפי דעתו איז עס מכחיש, ווייל א מאזל וואס איז אין ארץ ישראל וועט קיין מאל נישט זיין אין יאפאן און א ברויט פון יאפאן וועט קיין מאל נישט אן קומען קיין נו יארק (נאר נאך הונדערט יאר הארט וויא א שטיין) לויט די מציאות פון דעם מייזערישן שכל, נו גיי ווענד עם אף, ער וועט זאגען אויף אלעמען "בולשיט פין די רביס אין חדר", ווייל עס איז סותר די מציאות פון זיין מייזערישן שכל.

אמאל אין שלאף חָלֶעמט זיך עפעס וואס זעיט אויס קראנט אין מקושר איין חלק צום אנדערן, אמאל א תורה וואס זעט אויס הפלאדיג, אמאל מען איז געגאנגען די שטיגן האט די דאך זיך געלעכרט זענין די קארטאפל געוואקסען באנאעס און די חתונה איז קראנק געווארן האט דער האן געשטויסן מיט די הערנער, אלעס שטומט אין חלום מיט א סדר און קשר, מען חאפט זיך אויף און הייבט אן איבערצוטראכטן זעט מען עס איז הודל בודל איין ווארט קלעפט זיך נישט מיטן צווייטן פשוטע שטותים והבלים, - איז דאך איינע פון די צוויי נישט א ריכטיגער שכל, חאטש עס דאכט זיך בשעת מעשה אז עס איז קלאר וויא דער טאג, אדער איז דער פליישיגער שכל פון מח (וואס איז א קליין שטיקעלע בלוט אין פלייש) נישט א אמתדיגר שכל (ער האט נישט באקומען נאר א פיצעל דעת ווייטער פארשטייט ער גארנישט, פענסטערס אין הימל איז ביי אים א לאכעדיגע זאך), אין דער שכל פון חלום אפשר איז עס א שכל פין דעם רוח עס זעט אין פארשטייט גאר אנדערע זאכן, - אדער פארקערט אז דער שכל פון שלאף איז נישט קיין שכל השלם, אבער יהיה איך שיהיה זעסטו דאך עס איז פארהאן א שכל וואס עס דאכט זיך אים בשעת מעשה אז עס איז קלאר אזוי וויא ער פארשטייט, און ווען ער קומט אן צו איין אנדערן שכל זעט ער גאנץ אנדערש.

יעצט געב א קוק ווער זענען די חכמים וואס האבן געזאגט דאס וואס דו זאגסט, אפאר אפיקורסים וואס האבן זיך געלאזט פירן פון זייער קליינעם שכל (און רוב מאהל גרויסע תאוות), מסתמא זענען געווען געציילטע וואס זענען טאקע געווען בעלי שכל, נאר זיי האבן זיך פארלאזט אויף זייער מייזערישן שכל, און אוועק געווארפן דעם שכל וואס די נביאי וצדיקי הדור האבן איבער געגעבן, -

אין פרטים איז נישט מעגליך אריין גיין, אבער איך האב נאר געוואלט מוציא זיין מלבך אז דאס וואס די רביס אין חדר האבן געפרעדיגט איז נישט בולשיט, אויך וואס אונזער שכל זאגט איז נישט מוכרח ווען עס איז קעגן די קבלה פון די מאורי הדורות מאז ומעולם.

איך בעט דיך, זוך נישט גריבל נישט, אין אודאי פראביר נישט אויפצוקלערן די אפיקורסישע דיעות פאר טייערע ערליכע יודישע נשמות, אדרבה קער דיך צוריק לדרך פון דיינע אבות פון אלע דורות, אזוי ביסטו פארזיכערט אז די טוסט זיכער גוט.

דיין פריינד וואס צערט זי צו זעהן א נפש יקר משלנו ממש וואס קומט פון הייליגע אבות פארקריכט פון וועג אזוי וויא די אפיקורסים פון אלע דורות וואס עס איז ביי זיי נישט געבליבן קיין נין ונכד נאר ערירים ימותו, והצדיקים יתענגו על רוב שלום.

דיין פריינד וואס ווייטאגט דיין צער און האפט דיך צו זעהן חוזר בלב ונפש, קענסט מיר שרייבן א בריף וועל איך דיר זאגן וואס עס איז דא בלבי, חיים אלימלך
CHAIMELIMLECH ביי עי או על דאט קאם

חיים אלימלך, עס

חיים אלימלך,
עס קוקט מיר אויס אז דער דאזיגער קאמענטאר האסטו געשריבן פורים נאכמיטאג כי ניים ושכיב אדער גאר נאכן עד דלא ידע.
בלויז אנצואווייזן איין נארישן טעות וואס דו האסט דא געמאכט, אויף וועלכן דו האסט דערנאך געבויעט א גאנצן בנין. דו שרייבסט:
״דער ר"ת האלט תחלת שקיעה ווען די זון הייבט אן אריין צו גיין אין הימל און סוף שקיעה ווען עס איז אדארך די הימל, חאטשיק דער ר"ת האט געוואוסט אז ביי נאכט גייט די זון אונטער די ערד, וויא די גמרא אליין זאגט אז הודו חכמי ישראל לחכמי אוה"ע.״
עס איז מיר א פלא אז דו ווייסט נישט אז דער רבינו תם איז דוקא געווען דער וואס האט געהאלטן אז באמת האבן די חכמי ישראל יא מנצח געווען די חכמי אומות העולם…
ועוד לאלוקי מילין, ועוד חזון למועד.

זיי מיר מוחל

זיי מיר מוחל איך בין אנגעקומן צו די זייטל אין די פארווערטט איך בין איבעראשט געווארן פון די גאנצע סעריע בריוון וואס רעדן פון אמונה איך בין אליין געווארען געשטארקט מיט זאכן וואס איך האב ניט פארשטענען גוט, האב איך ארויס געפרינטעט די גאנצע זייטל די ארידזענל בריף מיט אלע קאממענטס אין איך האב עס איבער געגעבן פאר מיין נאנטער וואס איז ערליך און פארשטענדליך, ער האט עס געליינט אין זער איבערגענומען געווארן פון די גאנצע זאך, פון איין זייט די צער אויף דיר, און פון די אנדערע זייט ווי גוט אפאר קאמענטראס שרייבן, ער האט מיר געזאגט ער האפט דו וועסט גוט אדורך ליינען די בריוון אויב דו ביסט א בר דעת וועסטו זיכער עפענן די אויגן, נאך א פאר שעה האט ער מיך געבעטן אריין לייגן זיין בריוו וואס ער שרייבט אין לשון קודש וואס ער איז מער רגיל, די נאמן לחזות בנועם האט ער געשריבן

פון דא אין ווייטער איז פין הרב הנ"ל

אמור נא לי ידידי כמה תעניתים התענית, וכמה דמעות בתפלה שפכת וכמה יגיעת התורה נתייגעת קודם שהגעת לידי החלטות אלו שעלו על דעתך, לאבד ולכפור בשאט נפש את האמונה שאבותיך בכל הדורות מסרו נפשם עליה.

ואם אינך מאמין בכל המעשיות, - אילו במעשיות של דורות האחרונים היית מכחיש אף שגם בזה אינו טוב כי הכחשה אחת מביא לידי שניה, (הגם שכל בר דעת יודע שיש הרבה מעשיות כזבים ברורים שאנשי רשע או הוזי הוברים בדו מלבם כי שקר תרמיתם).

אבל כל דבר עד חיתום הש"ס החיוב על כל בר ישראל להאמין כי כן יסדו לנו מורי התורה, (והביא ח"ס תשו' ט"ז שכ' רמב"ן בספרו מלחמות חובה דכל מה שלא נמצא בש"ס בבלי וירושלמי ומדרשיהם אין אדם מחוייב להאמינו והמאמין יאמין), ואם קשה להאמין בשכלינו אל לנו לחשוב מזה ולא לדבר מזה ואז לא נהיה מתחייבים בו לא אמונה ולא הכחשה, ונרגיע נפשינו כי אם אינם בפשוטם יש דברים בגו, גם נדע כי כמו שלא יבין היתוש מחשבות הזאב ולא הזאב מחשבות האדם, כן לא נבין אנו מחשבות רבותינו שהיו לגבינו כמלאכים, ועל אחת כו"כ שלא נבין מחשבות יוצרינו במה שכתב בתורה דברים שאין שכלינו מסכמת עליהם ואין הרגשותינו תופסים בו כטיפה מן הים.

(אבין שיאמר לך לבך בקטע זה, הלא גם זה הכותב רוצה שאהיה בער ופתי המאמין לכל דבר אף למה שאין השכל מסכים אליו, וא"כ מה יוסיף לי באריכות דבריו כל זה ידעתי כל השנים הללו שצריכים להאמין כפתי וכטיפש אבל עכשיו הכרתי שצריך לחשוב עם השכל ולא להיות כחמור אשר אין בו דעת, וכל מה שמפטפטים הפטפטנים הוא מאמין בו בלי שכל, וכמו שאמר שלמה פתי יאמין לכל דבר),

הנה ראה נא ידידי והתבונן, כי מזה שאדם מאמין כמו פתי ודאי לא יגיע לך נזק ותחיה חיים נעימים עם אשתך ובניך בלי אשמה ובלי בעיטת האמונה, ולא יגיע מזה רעה לא לך ולא לזרעך, ואת חריפות שכלך תוציא בתורה הנצחית שיהיה מזה תועלת לך ולדורות עולם כי הגיוני לבך בתורה תרשום ותפרסם, ואם בכל זאת מוכרח אתה להשתלם בשארי חכמות הלא תוכל לעשות כן בהיתר למהדרין, וכמה גדולי עולם היו פייטנים ופילוסופין ורופאים וכדו', אך בזמנינו הדבר מסוכן יותר, והטוב בעיני אלקים יבחר לו להוציא חשקות הללו מלבו.

אך לומר דכיון דאין דעתינו מסכמת לדברים שבתורה (בכתב או בעל פה) או שנראה לנו שהמציאות אינו משתווה עם הכתוב בתורה א"כ אבדה האמונה ואין אמת בו ח"ו, - חכמה זו הוא חכמת נבלים אמר נבל בלבו אין אלקים, גם רשע כגובה אפו בל ידרוש אין אלקים כל מזימותיו.

ודוד ידע מכל אלו החכמים הכופרים והיה יודע גם טעם כפירתם וקושייתם וראייתם על דעתם, ומכל מקום היה מאמין ביציאת מצרים וקריאת ים סוף ומתן תורה כמו שמלא בתהילותיו (בקע ים ויעבירם וגו'), והוא היה רק פחות מד' מאות שנה אחר המעשה, וגם שאר המשוררים בתהלים אמרו אבותינו ספרו לנו פועל פעלת בימיהם ימי קדם וגו', - וגם מלכי הגויים ידעו מכל נסי ה' אשר עשה עם עמו, כמו שאמר מלך בני עמון בשופטים י"א ויאמר מלך בני עמון אל מלאכי יפתח כי לקח ישראל את ארצי בעלותו ממצרים מארנון ועד היבק ועד הירדן ועתה השיבה אתהן בשלום וגו' כל הפרשה, ועוד אין מספר, - ולא אפונה לחשדך כי תאמר כי כל ההסטוריה הזאת של התנ"ך והתהלים אין בהם אמת וסמך לבנות עליו, כי לא יאמר כן אפילו כופר בר דעת.

ולעצם הענין להלכה למעשה אמור נא ידידי אצל כמה ערליכע יודען צדיקי אמת הסתובבת וחסת בצילם וראית הקדושה החופפת עליהם או שאלת לדעתם טרם החלטת להלוך במחשובת עקומות הללו, הן מהחסידים והן מהמתנגדים, כגון הרבנים מסקולען וויזניץ אמונת ישראל ועוד הידועים או בלי פירמע כלל כאן או בא"י אנשים אשר ד' אמותיהם מלא קדושה ויראת ה', ומי שמסתובב זמן ממושך בחברתם ניצל מפגעים הללו.

וחוששני שאתה מפחד להסתובב אתם או לדבר אתם, כי יסיר ממך החשק אשר הכניסו בו הקלים והקלות אשר עצתם ידריכוך והם יורוך איך להתייחס להמוכיחים, והם מסבירים לך כי כל אלו המדברים אליך בדרך התורה הם קומץ אנשים מוזרים שאין בהם חכמה ודעת כלל, והם השחורים האדוקים בתורתם המיושנה בלי מחשבה שאין תועלת בהם כלל והם רק היזק לעולם הנאור וצריכים לפנות אליהם עורף ולא לשמוע דבריהם כלל ובודאי לא להתייחס על דבריהם שהוא איבוד הזמן כי זה יובילך גם אתה לשחת ובוץ שכולם טבועים בו.

ברור לי כי אלו היועצים הם גוים גמורים מדובקים בטומאת וחלאת הזומהא של כפירה ותאוות, והם בורחים מכל דבר שבקדושה כבורח מן האש, והם לא יניחוך לקבל דברים של אמת שיש להם שייכות של הייליגקייט.

ראה בני נתפטמת על ידיהם לאהבה אל הגייסט של טשערניחובסקי או של ביאליק, (ובחדא מחתא לא נשרף פיך מלצרף עמהם להבדיל אלף אלפי הבדלות את ר' יהודה הלוי בעל הכוזרי המקודש לעם הקודש שהיה תלמיד הרי"ף וחברו של הר"י מיגא"ש וחיבר זמר יום ליבשה והקינה אלי ציון המקודשים).

איני יודע מה ראית בהם בטשערניחובסקי וביאליק כי לא עסקתי בהבליהם, אבל מסתמא ראית בהם איזו שירים ב"אידיש" או בעברית אשר הוציאו את בטוייהם לאיזו דברים מופשטים ונבדלים ובלתי מובנים גם לעצמם, ושמא אמרו גם דברים שיש בהם תוכן שיש למי שיש לו חוש פיוטי להתפעל מבטוייהם (כמו שכתבת על איזה דבר שהביאך לבכי ואני לא בכיתי מזה וגם לא הבנתי מה יש בזה לבכות) ונמשך לבך גם כן להיות פייטני כמו טשערניחובסקי.

לא אפלפל עמך בדבר שלא אדע, - אך התבונן נא האם לא יותר טוב להיות למדני כמו החתם סופר ור' עקיבא איגר, האם אין זה עולם מלא של נעימות וטהרה, מלהיות פיוטי כמו ביאליק וטשערניחובסקי, הלא הראשונים מלאים קדושה ודבקים בבוראם יום ולילה וכל דיבוריהם קדושה וטהרה ולדורי דורות הוגים בתורתם המון בית ישראל מדן ועד באר שבע וזכרם לא ימוש מישראל לעולמי עד, והשנייים הלא זולת פיוטיהם אין להם כלום, ובודאי היו בעלי תאוות כמו כל הברואים, ואם יש להם זכר בעולם הוא זמני ודמיוני ורק לאלו שצריכים למלאות עתם ורגעיהם בדבר מה ועל כן מתפעלים מהבליהם של טשערניחובסקי וביאליק, כי זה אינו מחייבם כלום ומותר לעשות כל העולה על הרוח, אבל דרכי התורה מוגבלות בטהרה ובקדושה וכו', - וא"כ מה לך כי נתחשקת אליהם, - איזה שטויות אתה מדבר לומר להיות קרוב לאלהים על ידי המדעים האלו.

שמע בני, אנטלויף פון דארט מִיַד, הפסק וכרות כל הנימין המקשרים אותך אליהם, - שטופ אליס אף אוף א שטיק צאט עד שתחזור לדעתך ואז תוכל לחשוב במח ברורה ובהירה מה הוא החלטתך, ותוכל לשמוע מיראים חכמים באמת מה דעתם בזה.

נשברתי לשברים לראותך תועה בדרך עיוור ועל כן אבקשך שאם כבר נרפא הנגע הודיע נא כדברי החכם אל תמנע טוב מבעליו בהיות לאל ידך לעשות, והשם ית' ינחך בדרך אמת כי הוא יתברך חושב מחשבות לבלתי ידח ממנו נדח.

ואם חלילה וחלילה לא יהא בך הכח לעמוד נגד עצמך, מוכרחני לעוררך כי כל מה שאתה מושך חן היום הן אצל ידידיך בעבר והן אצל הרוצים להעבירך לחברתם החצונית, הכל יאבד ממך, כי תאבד גם אצלם כל החשיבות כי הם עצמם יבזוך בלבם על שמכרת אמונתך המזהירה בנזיד עדשים, (ולענין אם תצליח בלימודיך שם או שהמציאות יובילך בדרך אשר לא בחרת בו זהו ספק גדול, גם אם יהיה לך מימון על השטודיעס שלבך להוט להם הוא ספק גדול אף שנראה לך כעת בכל החשבונות לצד ההן אבל רוב פעמים המציאות אינו משתווה על החשבונות ואם חכם אתה אין צריך להוכיח זאת, ויש לך כאן כל כך עולם יפה וברה ומאירה וזוהרת וזורחת חן ואהבה וחיבה יתירה בעולמה ובעמלה של תורה, (וברח לך מן אותה החסידות אשר טפח לך על פניך, וכלשונך עס האט מיר געפאטשט אין פנים אראן, ברדיפות הכבוד המדומה הבולעת איש את רעהו).

ואם בנחיצות רבה אתה מוכרח להתחיל עכשיו בלימודים שחיסרת עד הנה כאשר ראיתי במכתבך, הלא תוכל לעשות כן בלימוד התורה אשר בודאי גם עד הנה אינך זר אליה, אלא שלא נתרגלת לירד לעומקה בעמל ויגיעה (וזאת ברור לי כי מי שמתרגל לזה אינו יכול לבא למחשבות פיגולים אלו) ועל כן נא אל תמהר לחתום בעצמך את גזר דינך כתבתי במהירות ונחיצות ודי לחכימא.

המצפה לישועתך בכליון עינים

הגם כי אחר כל הכתיבה אמרתי שלא לשלוח לך מכתב זה כי בודאי לא יועיל יותר ממה שכבר ראיתי כתבים אחרים שהסבירו כמה ענינים ביתר שאת, מ"מ כיון שהדבר נגע ללבי לאין נשוא, ואין משבותי אתי לעיין בדברי תורה, אמרתי לשלוח השורות הללו ויהי מה, ויעזור השי"ת לערות עליך רוח ממרום בזכות אבות

איך וויל פשוט

איך וויל פשוט אויפמערקזאם מאכן אז איך האב די צווייטע מאל געמאכט א טעות
מיין אימעיל אדרעס איז
ephraum.rich9@gmail.com
און צו דיר פארוויינטע אוגין. וויל איך דיר זאגן אז איך קען נישט צומאכן קיין אויגן זינט איך דיין בריוו געזעהן, איך גיי ממש אויס פאר צער, מיטפילענדיג דיין אינערליכע ווייטאג און צומישעניש.
בעט איך דיר זיי זיך מקשר מיט מיר וואס פריער
הצלחה און ברכה בכל דרכיך

צו

צו פֿאַרוויינטע אויגן שלום

אויף מיר איז דורכגעגאנגען די זעלבע דורכגאנג ביי דעם פערציקסטן יאר אלט, נישט אזוי יונג ווי ביי דיר.
איך האב געמיינט לאזן אלץ. היינט אין בין ביי דעם פופציקסטן, און איך בין צופרידן אז איך בין נישט געלאזט.

ביז היינט איך בין אנדערש פון אלעמען אין מיינע געדאנקען, אין מיינע ליניע געדאנקען, אין מיין א וועלט קוק, אבער דאס איז אינעווייניק, אין מיין פריוואטער קשר מיט רבונו של עולם.

איך האב געמאכט מעדיטאציע קורסן, און געלערט יוגה, און זאכן וואס א פרומער ייד, און א חסידישער ייד מאכט נישט, אבער די זאכן האבן מיר גאראטעוועט. די זאכן האבן געהאלפן מיר אריינגיין טיף אינעווייניק. איך האב געפונען א חבר וואס איז דורגעגאגנען דאס זעלבסט. און מיר פלעגן שמועסן שעה'ן אויף די עניינים, און אויף די מיסטיקע עניינים וואס מיר האבן געלערנט אין ספרים פון דער ווייטער מזרח.

ביז יעצט איך געפינן זיך נישט אינגאנצן, און איך גלייב איז קען זיין אזוי וועט בלייבן ביז מיין לעצטן טאג. איך מאך ביז היינט זאכן וואס א פרומער ייד מאכט נישט רוב מאל, אבער איך בלייב אין מיין יידישקייט, דאס הייסט, תפילין שבת תפילה וכו', מינימום וואס א ייד דארף טאן, אן קיין חמורות, נאר זאכן מעיקר הדין, און איך געהערט צו קיין גרייז נישט, ווייל איך קען נישט.

אבער איך בין צופרידן אז איך האב נישט פורק עול געווען, איך וואלט נישט פארדינט גארנישט פון דעם.
איז זייער שווער מאריך צו זיין אין א זעלכע עניינים, דאס איז אנדערש פון איינעם צום צווייטן.

כל טוב און הצלחה וברכה בעל מעשה ידיך.

"אויב דו וויסלט רעדן מיט מיר גיי אריין אין מיין פייסבוק "קל ללמוד גמרא", און שיק מיר ההודעה דארטן און איך וויל רעדן מיט דיר אין טעלפאן, צומאל איז גוט צו רעדן מיט עמעצן וואס איז דורכגעגאנגען די זעלבע דורכגאנג".

צו פארוויינטע

צו פארוויינטע אויגן - איך בין מיט דיר, אבער פאר מיר זעיט אוס דאס לעבן צו קורץ צו קענן די וועלט, פילייכט א קליינע טייל פון איר, און אוך דער קרייז און לעבן וועג ווי איך בין יעצט איז א טייל פון די שיינע וועלט, האב איך געטראכט צו בלייבן אין איר און גוט קענן דעם טייל פון די גרוסע שיינע וועלט, וואס מוז איך זוכן נייע טיילן פון איר,

נאך א זאך, מיין טאטע זיידע זענען געווען יודן מיט אמונה, וועל איך זיך האלטן ביי דעם, עס פעלט מיר גאר נישט די יודישע אמונה וועלט איז שטארק שיין, וואס מוז איך טראכטן יא אמת אדער נישט, ביים סוף קומן אלע אן צו דעם קבר צוגלייך וואס וועל איך זיין מער גליקליך ווען איך האב ביי דעם לעבען געווסט דעם אמת אדער נישט, שיין איז זיכער די וועג וואס מיינע עלטערן און מיין פאלק גייען אין איר.

איך מיין טראכט עס איבער איך בין נישט קיין גוטע שרייבער ענדיג איך
שלום

מיין קינד אם

מיין קינד אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן, איך האב שוין אסאך מיט געמאכט אין לעבן איך בין קיין מאל נישט געווען קיין תמימותדיגער אדער נאאיווער פאנאטישער, אפענע אויגן אין אפענע מח האב איך געהאט אין האב נאך אלץ, אלעס וואס די רעדסט זענען ביי מיר נישט ניי אין נישט פרעמד, איך בין אלע מאל געווען בקשר מיט דעם הלוך ילך אין וועלכן די געפינסט דיך יעצט, אין איך פערשטיי איך קען דיר גאר נישט זאגן דיר איבערצייגען אין דיין גערעכטיקייט אדער אומגערעכטיקייט, ווייל די הילוך המחשבה איז ביי א מענטש לויט די נסיבות אין וואס ער איז אדארך אין קיינער אין די וועלט קען עם נישט איבערצייגן אנדערש וויא זיינע מצבים האבן עם געברענגט צו טראכטן אין פארשטיין, אוך חברים האבן אין דעם א גרויסן חלק.

איין איינציגסטע זאך וואס איך זאג דיר, איך אסאך אזאלכע זאכן מיטגעלעבט, עס האט זיך אנגעהובן מיט אידיאלאגיע, אין ביים סוף האט עס זיך גענעדיגט אז דער מענטש האט געשטונקען מען האט נישט געקענט שטיין לעבן עם ווייל ער איז געגאנגען מדחי אל דחי, אסאך מאל אנגעקומן אין צבא צה"ל, און אנדערע מאל וואנדערן אין חינע אדער יאפאן זיך מחבר געווען מיט די נידריגסטע עלעמענטען זוכנדיג דעם אמת וואס ער זוכט נאך אלץ סוף כל סוף ארוס געקומן וויא א חיה בצורת חיה, ער איז נתהפך געווארן פון א זיידענר טייערער תורה טרייער יוד מיט א לעכטיגע משפחה צו א עלנדער וואנדער אמת זוכער, ער שעמט זיך צו זאגן דעם אמת, ער זאגט אלעס לוינט זיך פאר דעם אמת

איך רעד נישט פון איין פאל וויא געזאגט איך האב אסאך מיט געמאכט א האר האט מיר געפעלט איך זאל דארט זיין מיט איינם וואס האט מיט מיר צוזאמען געפיליזאפירט אז מיר לעבן אין א ענגעם מצומצדיגר קרייז מען מוז זיך עפענען די אויגן, מיר האבן צוזאמן געהאט פריינט פון דרויסען מיין חבר האט שוין עובר געווען כל התורה באהאלטן נאך זייענדיג א חסידישר זיידענער יונגעמרנטשיק זיין שווער האט זיך נאך געצאטצקעט מיט עהם אין ער האט געגסען כל אסור מחלל שבת געווען און נאך, איך האב אוך כמעט אבער למעשה האב איך מיך די לעצטע מוניט אוועק געדרייט, אן קיין הסבר ווייל אמונה האט מען שוין לאנג געארבעט אוסצורייסן פון מיר, אפשר א זכות אבות ווייל איך האב א גרויסע רבישע יחוס, אבער דעמאלטס ווען איך בין געווען פארכישופט אין די אפענע וועלט וואס די וויסנשאפט האט מיך געצויגן און די אמונה איז געווען פארלוירן דאן האב איך נישט געטראכט פון דעם פאראט פון מיינע עלטערן זיידעס באקאנטע רבישע אין רבנישע משפחה, איך האב זיי אלע געהאלטן פאן אומוויסנדע מענטשן פתי יאמין לכל דבר.

דער סוף די לעצטע רגע האט מיך עפעס א באהאלטענר כח אוועק געשלעפט פון די געזעלשאפט, נאך יארן האב איך זיך געטראפן מיט איינעם פון זיי אין דארך עם אוך מיט אנדערע, און צום סוף אוך מיט מיין גוטן בעסטן חבר וואס א האר האט געפעלט איך זאל מיט עהם בועט זיין אין מיין גאט משפחה פאלק.

דער סוף פון אלע אלע איז געווען אזוי וויא פריער געשריבן, עס איז א עקל זיי אנצוקיקן, זיי זוכן נאך דעם אמת, אין תחלה איז געווען זייער פלאן צו גיין שטודירן און ווערן דאטקורים אדער דאס גלייכן, זיי האבן געהאט דארכפעלער, מיין בעסטר חבר פון אמאל ווען ער האט מיך געטראפן האט געוויינט וויא א קליין קינד, אין מיר געזאגט וויא גליקליך איך בין, אבער ער איז פארלוירן אויף אייביג

איך האב איינגעזען אז די וואס זענען דארט געבורן אין נתחנך געווארן זענען אמאל אזוי און אמאל אזוי אבער די פרעמדע וואס מוזן עפעס גרייכן ווייל אויב נישט האט ער זיך בחינם מאבד לדעת געמאכט, ביי זיי איז על פי רוב א שרעקליכר דארכפאל, לויט מייך דעת וואלט איך דיר געראטן שתה מים מבורך זיך נישט גליקן אין די פרעמד, יא אמת ווען מוואלט עס מיר געזאגט דעמאלט וואלט איך געלאכט אז איך האב געזען אנדערש וואס זענען מצליח אין אוך אז איך בין עפעס אנדערש וויל איך בין א געלערנטער, אין מיר האבן טאקע אזוי געזאגט פאר אלע וואס האבן מיר געעצעט צו בלייבן יידן, אבער מיינע חברים אין גם אחד וואס זאל נישט קלאגן אוף זייער אומגליקליכן טריט, סאיז יונגע בליט וואס קאכט אין פארברענט.

ידידך דער מיטגעמאכטר אבער ב"ה ארוס בשלום

טייערע

טייערע פארוויינטע אויגן.
איך זיץ און איך ווארט, צו הערן פון אייך, ביטע שרייב מיר צוריק צו מיין אימעיל אדרעס כאטש א ווארט.
ephraum.rich@gmail.com

טייערער חשובע

טייערער חשובע פארוויינטע אויגן.
איך האב געזעהן דיין בריוו. איך ווייס נישט ווער די ביסט, און דאך האב איך געפילט א געוואלדיגע מיטגעפיל מיט דיר. איך וויל נישט מאריך זיין מיט קיין רעליגיעזע צערעמאניעס און שרייבערישע רעטאריק, און זיכער נישט קיין פאלשע חנופה אדער אפאלאגעטישע דריידלעך. איך ערלויב מיר נישט אפצומאכן פאר דיר ווי אזוי צו לעבן. איך רעספעקטיר אן החלטה פון א מענטש, אפגעזען מיין אייגענע דעה אדער רעליגיע, כל זמן דער מענטש איז א מאראלישער און רעכטדענקיגער, און אויב די האסט אפגעמאכט אז דאס יודישקייט איז נישט פאר דיר, נעם איך דאס אן.
. נאר איין זאך וויל איך דיר זאגן: עס דוכט זיך מיר אז איך פארשטיי דיין קלעם. די ביסט געווארן צוריסן ציווישן דיין חינוך אן דיין אויטענטישער "איך", דיינע פערזענליכע דעדאנקן, געפילן, און אינסטינקטן. די ביסט געווארן מחונך אין זייער א פארמאכטער קולטור, מצומצם אין לאגישער רעאליסטישער שכל, און באגרעיצט פון די אלוועלטליכער פאנאראמע. און וועגן דעם קומט דיר אויס אז די תורה איז א קעגנזאץ פונעם לעבן, און איז געגעבען געווארן לכתחילה צו באגרעניצן דעם מענטשן פונעם לעבן, פון די בריייטע וועלט, און פון אלע אירע צועדיגע,ערהאבענע, און אפילו אידיאליסטישע אנשויאינגען. דאס וואס דיין חסיד'ישער חינוך האט פארגעטעלט פאר דיר, דאס אקוראט שטעלט פאר די גאנצע תורה מיט דער באשעפער פאר דיר, און דערפאר האסטו באשלאסן אפצולאזן אלץ, אינערליך אין דיר.
איך האב א גאנצע בריוו צו שרייבן נאר איך וויל דאס נישט שרייבן בפרהסיא צוליב כמה סיבות.
איך שרייב מיין אימעיל אדרעס ביטע שיק מיר דיין אימעיל אדרעס כדי איך זאל עס קענען שיקן פריוואט.
איך קוק ארויס און האף אז איך וועל דיר קענען העלפן

ephraum.rich9@gmail.com

צו הער

צו הער פאַרוויינטע אויגן
איך וועל ניט רעדן וועגן די רעליגיעז פּערספּעקטיוו פון טאן אַזאַ לעבן טויש, זינט איך בין ניט אַזאַ קו ווי די אנדערע קאָממענטאָרס.
איצט וועגן טאן אַזאַ אַ אַקט, איר דאַרפֿן צו פֿאַרשטיין אַז די לעבן אין די גויישע וועלט איז ניט אַזוי מער עקסייטינג ווי די אידישע וועלט.
יאָ איר באַקומען מער פֿרייַהייט אָבער רובֿ ענינים אין לעבן איז נאָך דער זעלביקער אַלטע נודנע לעבן.
איר וועט נאָך האָבן צו האַנדלען רובֿ פון דיין טאָג מיט דיין ענינים, אַרבעט, פרוי, קינדער, און מער, פּונקט ווי פריער.
די ביסל פֿרייַהייט אַז איר נאָך פעלן פון זייַענדיק אין דעם חסידישע סביבה, איר קענט שטענדיק האָבן אַ קאַר און דרייווען ווי איר ווילט און טאָן וואָס איר ווילט.
איר וועט זייַן סאַפּרייזד צו וויסן ווי פילע מענטשן ווי דו, זענען אין דער זעלביקער שיפל.
די סיבה איר בלויז זען די נאַריש מענטשן ענדערן זייער לייפסטייל, וואס טאָן ניט מאַכן אַ גוט רושם איז ווייַל די אַינטעליגענטע צווישן אונדז לעבן אַ באדעקט לעבן, עס איז מער באַקוועם און מאכט מער געפיל זינט מיר נאָך באַקומען צו האָבן אַ קשר צו אונדזער פריינט און משפּחה און טאָן די אנדערע גיטע זאכן אַרויס פון שטאָט. אויב איר נאָך האָבן אַ פּראָבלעם מיט וועמען צו רעדן וועגן די זאכן וואָס איר האָט דערמאנט
, footstepsorg.org זאָלט איר קאָנטאַקטן

און איר וועט קענען האָבן גענוג מענטשן מיט וועמען צו רעדן, איין מאָל דו ביסט פריינט מיט איינער פון די גרופּע, איר וועט ווערן פארבונדן מיט מער און מער מענטשן.
unpious.com און dovbear.blogspot.com טשעק אויס
.צווישן אנדערע
.איבערזעצונג Google אנטשולדיגט פֿאַר די שלעכט

טייערער חשובער

טייערער חשובער ערשטער און צווייטער חסידישער וואס קלאגט אויף דעם חסידיש'ן לעבנס שטייגער, איך זעה א שטארקען טענה צו די חסידישע וועלט דאס מען מאכט זיך צו די אויגן צו וויסנשאפט מיט קונסט וכדו', והא ראיה דאס אפילו די אייגענע שפראך שרייבט מען נישט גוט, (דאס הייסט נישט לויט די פארשריפטען פון די פארווערטס אידישיסט'ן), - אהובי ידידי געב דיך א קוק אום וויא די שטייסט, וואס פאר א נארישע זאכען גייען דיר אין קאפ פאר וואס דאס חסידיזמוס איז דיר פארמיאוסט געווארען, - ראשית כל בין איך א יוד וואס רעדט ריין יודיש אזוי וויא מען האט גערעדט ביי מיינע עלטערן און אור עלטערען (און דער ווערטער אויסשטעל וואס איך שרייב איז אויך וויא מיינע עלטערן אין מחנכים האבען מיך געלערנט), און איך זעה צופעליג אין די אלע בריפען וואס איך האב דא געליינט אין דעם אנגעלעגענהייט א ריכטיגן היימישן יודיש (נישט "אידיש" נור "יודיש", ווייל עס שטייט איש יהודי און נישט איש אידי).

אין אויך לאמיר זאגען אז די וואלסט געטראפען איינער שרייבט א פארדרייטען אמעריקאנער "ענגליש יודיש" אדער ער וועט שרייבען אדער נוצען ווערטער גרייזיג, נו ממילא וואס איז, איז דאס דען דער יסוד פון יודישקייט צו קענען יודיש מיט דעם גאנצען דקדוק ?, פארדעם ווערט דאס חסידיזם קריטיקירט ווייל מען לייגט זיך נישט אריין אין קענען א פערפעקטען יודיש, זענען מיר דען א פאלק וויא אלע פעלקער וואס האבען נישט וואס צו טון מיט די צייט אין די שולעס און מען מוז טרעפען וואס צו טון צו באנוצן דעם מח, לערנט מען כל מיני לימודים שאין בהם מועיל כלל וכלל, ובתוכם גראמא"רgrammar, - מיר זענען דאך פארנומען מיט די השם יתברך'ס געבאטן די תורה אין הלכה נו קען מען נישט קיין גוטען יודיש, וואס קומט דען ארויס (אפילו אויף דער וועלט) פון קענען א גוטן יודיש, נאר איבוד הזמן, די צייט פון לעבען ווערט פארפוסטעוועט אויף הבל וריק, און מען קומט נישט אן צו קיין שום זאך וואס האט שייכות מיט תורה און ערליכקייט אין הייליגקייט, וואס מיט דעם איז א יוד העכער פון די עמי הארץ און פון די בעלי חיים, - סוף כל סוף וועט אנקומען דער טויט פריער אדער שפעטער און צו קיין תכלית האט מען זיך נישט דערלעבט ווייל מען איז געווען פארנומען מיט "וויסנשאפט" יודיש גראמא"ר און אנדערע הבלים.

הלא זאת הוא דרכם של המשכילים פון אלע פריערדיגע לעצטע דורות וואס זיי האבען מיט דעם אריינגעכאפט שלומי אמוני ישראל, מיט כלומר'שטע תמימות'דיגע דקדוק לימודים, (דאן איז געווען לשון קודש און די רעדסט פון יודיש, מה בין זה לזה), סוף כל סוף זענען רוב פון די וואס האבען זיך געזוכט א ברייטען וויסנשאפט פון דקדוק און אנדערע שטותים געווארען גוים גמורים בכל התורה כולה, און יודישע דורות איז נעבעך אין זכר למו .

פילייכט איז דיין חסידישע געזעלשאפט ביי נעבעך'דיגע דורכגעפאלענע נשמות, וואס האבן נישט קיין תורה און נישט קיין חכמה און זענען פוסט פון אלע תוכן'דיגע ענינים, און פון זיי האסטו דיך פארמיאוסט, - דאס איז מיין למוד זכות אויף דיר, ווייל מבין השורות פון דיינע ציילען פיל איך א שטארקע הערצה צו דיר לויט מיין הרגשה ביסטו יא א בעל השגה ותוכן, נאר עפעס האט זיך דא געמאכט מעשה יצר, (אפשר האסטו א הויכע נשמה...), - אפשר ביסטו מאוכזב (disappointed) געווארן פון בעלי אגרוף אנשי רשע וואס געפונען זיך אין די חסידישע וועלט און די האסט דיר פון דעם געמאכט א כלליות'דיגן באשולדיגונג אויף דעם גאנצען כלל, - דאן זאלסטו וויסן דאס אויך ביי די גרויסע חכמים וויסענשאפטלער וואס לפי דעתך יעצט זענען זיי אזוי גוט און מענטשליך וועסטו אויך טרעפען נידעריגע פרשוינען, ליידער איז דאס היינט אויך ביי אזוי גערופענע חסידישע יודן (פון געוויסע חסידותן) שטארק נתרבה, - אבער דאס האט גאהר נישט מיט דיין פריוואטען לעבענס שטייגער, אויב פארעקל'סטו זיך פון די בעלי אגרוף אינשי דלא מעלי, דערווייטער זיך פון זיי און באהעפט דיך צו די איידעלע ערליכע געהויבענע חסידישע יונגעלייט, זיכער קענסטו זיי טרעפען אויך צווישען דיין קרייז אויב נישט וואס דארפסטו שפרונגען ביז צו די מאדערנע קרייז שפרינג צו דעם חסידישן קרייז וויא די ערליכע הייליגע יונגעלייט דרייען זיך דארט. א גוטן טאג

אוי אוי אוי

אוי אוי אוי סאיז צרות, סאיז ביטער ווי דער גאל, ליבער מאן טאטע זון ברודער שוואגער איידעם ביטע נעם א חלף און שעכט אונז אלע אויס פאר די גייסט דאס טון, עס וועט אונז זיין ערגער וויא הונדערט מאהל טויט אויאוי אוי מיר האלטן עס נישט אויס
דיינע געליבסטע

מיר האבען זיך

מיר האבען זיך פאר דיר מוסר נפש געווען אוי ווי קען דאס זיין אזא טייערע געליבטע קרוין פון די משפחה זאל דאס טון, אוי געוואלד ווער וועט זיך אננעמען פאר אונזער צער טי עס נישט ווייל עס וועט זיין צו שפעיט ווען די וועסט זעין וואס די האסט גורם געווען

א דאנק אייך

א דאנק אייך טייערע ברידער און שוועסטער פאר אייערע קאמענטארן, ס'לאזט זיך פילן אייער אמת'ער ברידערליכער זארג און אידיש הארץ. איך וויל קיין סאך נישט רעאגירן, נאר איך פיל דאך א פליכט צו ענטפערן פאר די וואוילע מענטשן וואס זארגן זיך וועגן דעם צער פון מיינע נאנטע. איך אליין קען קוים אריבערטראגן צו טראכטן וועגן דעם וואס איך וויל זיי אנמאכן. איר קענט נישט באגרייפן ווי טיף דאס פייניגט. איך בין זייער צוגעבונדן צו מיין משפחה, איך האב זייער ליב מיין ווייב און קינדער, איך האב אן אמת'ע כשר'ע טייערע פרוי מיט זיסע קינדערלעך (זייער צאל, גלייך ווי מיין עלטער, איז געענדערט געווארן צוליב פארשטענדליכע סיבות), און איך האף זייער אז זיי וועלן אויף אן אופן גרייט זיין מיך צו אקצעפטירן אזוי ווי איך בין.

הארציגע ברידער און שוועסטער, איר וועט קיינמאל קיינמאל נישט פארשטיין דאס וואס איך גיי אריבער אין די יעצטיגע טעג אין מיין הארץ. דאנקט גאט וואס איר מאכט אזעלכס נישט מיט. יעדנפאלס, איילט אייך נישט צו אורטיילן אנדערע מענטשן וואס איר זענט קיינמאל אויף זייער פלאץ נישט געווען. איך אליין זע פאר די אויגן דעם גרויסן אומגליק וואס ס'שטייט פאר מיר און מיין פאמיליע צוליב דעם וואס איך האב פארלוירן דעם וועג צו אמונה. גלייך דערמיט קען נישט יעדער פארשטיין וואס עס טוט זיך אפ ביי א צווייטן מענטש אין דער נשמה, וויפיל עס רוישט און נאגט. ניין טייערע ברידער, איך האב אייך ליב מיטן גאנצן הארץ, אויך די וואס האבן געשאטן מיט הייסע קללות, נאר פרואווט זיך צו לערנען ווי זיך צו פירן מיט טאלעראנץ.

איך האב ביי מיין חתונה זיך נישט געוואקלט אין אידישקייט און איך האב דעריבער קיינעם נישט בא'עוול'ט. איך האב נישט פארלאנגט מ'זאל מיך חתונה מאכן אזוי יונג, און לגבי דעם פאקט אז איך האב זיך דערטאפט צו אנדערע לעבנסוועגן פאר מיין נשמה קומט מיר גארנישט דערפאר. עס איז נישט זעלטן ביי יונגע מענטשן אז זייער יסוד צעפאלט און זיי טרעפן זיך אין אן אנדערן טייל פון לעבן, דערפאר טאקע איז אין דער ברייטערער וועלט איינגעפירט צו הייראטן שפעטער ווען דאס נפש איז שוין מער געזעצט. פארשטייט ביטע, אייער צער איז מיין צער, איך פיל זייער דעם לייד פון אלע מיינע פריינט און באקאנטע וועמען איך וועל וויי טון מיט מיינע טריט (אויב איך וועל טאקע נישט טרעפן קיין וועג פאר מיר צו בלייבן). איך פארשטיי אייער ווייטאג וואס קומט ארויס פון אייער אחריות'דיג אידיש הארץ. איר גלייבט אז איך גיי אין א שלעכטן וועג און איר ווילט מיט אלע כוחות מיך אפראטעווען פון גליטשן. איך וואלט געקענט באשטיין אז איך זאל עס זען גלייך ווי איר און דערמיט פארמיידן אט דעם גרויסן שאקל אין לעבן, נאר מיר איז לכאורה נישט אזוי באשערט...

איך האב דעם בריוו געשריבן אין גרויסן טייל כדי די פראגע פון לאיאליטעט בעסער אויסצוקלארן. ס'האט איינע געשריבן אז אין דער אפענער וועלט איז "נישט אנגענומען" צו בענקען נאך אנדערע פרויען, דאס איז אבער זייער מאדנע צו ציען פאראלעלן ווען ס'האנדלט זיך אין א וועלט וואס איז אינגאנצן אפן צווישן די צוויי מינים. ס'איז ביי מיר קיין ספק אז יעדעס עמפפינדליכע הארץ וואלט זיך געפייניגט גאר שטארק ווען מ'זאל אים אזוי אויסשליסן אינגאנצן פון יעדן ביסל פרויען-פארב אין זיין לעבן. אין דער חסידישער געזעלשאפט זענען דא אסאך וואס פאלן צוליב דעם אריין אין שלעכטע וועגן און פארלירן דעם גאנצן מוסר. דאס האט געברענגט די הפקר קולטור וואס איז שטילערהייט פארשפרייט צווישן געוויסע יונגערע ארבעט שיכטן ביי חסידים.

איך אליין האב איינגעשטעלט דעם אינטערנעט ביי מיר אין שטוב פאר צוויי חדשים צוריק (ניין, מיין אמונה איז איבערהויפט נישט געענדערט געווארן צוליב אינטערנעט, בליצבריוולעך, א.ד.ג. וואס כ'האב ביז יעצט קוים געהאט), און איך האב דערויף קיין כשר-נעט נישט געמאכט. דערפאר אבער קומט מיר קיינמאל נישט אויס צו באזוכן פארנאגראפישע וועבזייטלען – אפילו נישט בטעות. איך טו דאס נישט צוליב גאט, צוליב מיין מעמד, אדער סיי וואס א סיבה, נאר גאנץ פשוט צוליב מיין נשמה. איך בין נישט גרייט צו פארלירן מיין קשר צו רוחניות, ווי אויך זע איך דאס אלץ א דערנידערונג קעגן דעם טייערן באגריף פון דער פרוי. איך ערקלער דערמיט אפן אז איך האב ליב פרויען, איך האב זיי זייער ליב, נאר צוליב דעם טאקע אנערקען איך זייער הויכן מעמד און היט דאס אפ מיט הייליגקייט.

וואס שייך דאס אויסשמועסן זיך מיט אן אנדערע פרוי, איז דערין קיין פארראט נישטא לויט די אלגעמיינע כללים, נאר ס'איז א פראבלעם לויט די פרומע כללים. ווי געזאגט האב איך טאקע דאס איבערהויפט געוואלט אויסקלארן מיט מיין בריוו. ס'איז נישט מער ווי נאטירליך אז איך זאל נישט וויסן גענוי וואו צו שטיין ווען אלעס ארום מיר איז אזוי שטארק אומקלאר. (פארהאן נאך א פאקטאר, איבער וועלכן איך האב געשריבן אינעם בריוו, וואס האט דאס בילד מער פארשטענדליך געמאכט, נאר דאס איז ארויסגעלאזט געווארן פון דער צייטונג.) אגב, איך האב נישט קיין שום נאנטע חתונה פלענער, אין פאל אז איך וועל זיך טאקע טרעפן אליין, נאר איך וואלט צוערשט עטליכע יאר געפרובט אניאגן אין לימודים אלץ וואס איך האב פארפאסט ביז אהער. למעשה האף איך גאר שטארק אז ס'וועט זיך מיר איינגעבן צו טרעפן א וועג מיט מיין פאמיליע אן דעם וואס דער חתונה-בונד זאל זיך צעפאלן. נאר צו פליען אין הימל איז מעגליך מער רעאליסטיש... ווער ווייסט?

איר זאגט אז איר קענט אזעלכע וואס "קומען שוין פון דארט", אדער אז איר אליין זענט גאר פון דארט, און איר באצייכענט דאס לעבן אינדרויסן ווי מיסט, פינסטער, א.ד.ג. מיך וואונדערט נאר וואס א וועלט איר האט געזען. די וועלט איז זייער א ברייטע און ארומנעמיגע זאך. זי נעמט אריין אן א שיעור קולטורן, שפראכן, לידער און לעבנס-ארטן. אין איין פאלק אליין קענען עקזיסטירן עטליכע קולטורן, און אין איין געזעלשאפט קען צומאל די קולטור אויסגעפירט ווערן אויף פארשידענע אופנים, און אז ס'גייט ווייט קענען זיי פארמירן אפיציעלע סובקולטורן אונטער דער אייגענער הויפט קולטור. פארגעסט נישט אז "חסידות" איז אליין א טייל פון דער גרויסער וועלט (ווי איך האב דאס דערמאנט אינעם בריוו לגבי רעליגיע).

ווי איך פארשטיי האבן זיי באקענט אינדרויסן א מאטעריאליסטיש לעבן מיט אומבאגרעניצטע מעגליכקייטן וואס האט פארפירט די נשמה אין תהום. ווי דערמאנט פריער קען אזא שטייגער לעבן פראקטיצירט ווערן אויך אינערהאלב דער חסידישער געזעלשאפט, א פראגע וויאזוי מ'באציט זיך צום לעבן און צו זיך אליין. פון דער צווייטער זייט זענען פארהאן נאבעלע לעבנס-ארטן אין דער ברייטער וועלט וואס מ'קען מיט זיי דערלאנגען צו גאט נישט ווייניגער ווי די חסידים קענען דאס טון מיט זייער פרישות, און אפשר נאך מער. איך זוך נישט דאס לעבן פון הארלעם-סטיל ווי ס'האט איינער געפרובט מרמז צו זיין, נאר איך זוך טאקע דווקא די וועלט פון רבי יהודה הלוי, אל-חריזי, ביאליק, טשרניחובסקי, און נאך וואונדערליכע אידישע גדולים. איך זוך די וועלט פון מחשבה, די וועלט פון חכמה, פון הארץ און קונסט.

ווען איך קוק צו דער וועלט וועל איך מיך באנוצן מיט די רירנדע ווערטער פון רבי יהודה הלוי: "מימי דמעות לחכה אשך, וגם אבני לבבות שחקו מימיך... לא אשמעה קולך, אבל אשמע עלי סתרי לבבי קול צעדותיך". איך וועל וויינען צו דער וועלט ווי ער האט געוויינט פאר זיין געליבטע "ביני ובינך ים דמעות יהמו גליו, ולא אוכל עבור אליך, אך לו פעמיך לעברו קרבו, אז נבקעו מימיו לכף רגליך..." אומגלויבליך! מיין גאנצער קערפער טרייסלט ווען איך ליין אט די ריינע ווערטער. ניין, טייערע געשוויסטער איר פארשטייט מיך נישט. איר מוזט נישט פארשטיין.

קען זיך עמיצער גלייכן צו דעם גייסט פון טשרניחובסקי וואס האט אפילו צו די גריכישע געטער געלאזט פאלן זיינע ווערטער פון ליבשאפט? זיין הארץ האט אים נישט געלאזט טיילן צווישן מענטש און מענטש אדער צווישן גאט און גאט. ער איז געפאלן מיט בענקשאפט פאר אפאלא, פאר ווענוס און עשתורת. איך ווייס אז איר קענט דאס נישט הערן, איך אליין האב אויך אזוי אמאל געפילט, נאר איך האב דאך איבערגעלעבט פון דאן אזעלכע וואונדערליכע געפילן וואס איך קען נישט באשרייבן. יא, איך בין צו שטארק צוגעבונדן צו דער רייכקייט פון דער וועלטליכער טיפקייט. איך זע אז דאס קען מיינען א טראגעדיע פאר מיר און מיין פאמיליע, נאר דער אויסוואל איז נישט מוכרח אז ס'איז בכלל אין מיינע הענט. ס'איז זיכער פארהאן וועגן ווי צו פאראייניגן רעליגיע מיט וועלטליכקייט [כאטש מיין פאמיליע וואלט אויך דאס ווארשיינליך אפגעווארפן], נאר אין מיין פאל איז דאס נישט אזוי. דעם פונקט פון אמונה וואלט איך בעסער נישט בארירט אין דעם פארום. אין סך הכל זע איך מיך ווי א קליין קינד וואס האט דערזען פונדערווייטנס דאס פנים פון זיין מאמע אן געהעריגע מעגליכקייט צוצוקומען צו איר.

ובכן, וואס א וועלט האבן די מענטשן וועגן וועלכע איר רעדט באקענט? האבן דען די מענטשן שטודירט? געזוכט דעם וועג צו דער מערב-קולטור? מילא זיך געדרייט אין די גאסן אן קיין שום מסגרת. א מענטש וואס האט שיין פארברענגט אין אוניווערזיטעט, און געגאנגען געהעריג אין שפאן מיט דעם קלאסישן מערב לעבנסשטייגער, האט איר ווארשיינליך קיינמאל נישט באקענט און אוודאי נישט געזען צוריקקומען ענטוישט פון דער מיאוס'קייט פון דער וועלט [ס'זענען געווען וואס זענען צוריק, כאטש ווייניג, נאר נישט מכח דער סיבה]. פון אייערע ווערטער איז קלאר אז ס'גייט די רייד וועגן אזעלכע וואס האבן קיין שום מסגרת נישט געוואלט פארנעמען. קען דען בכלל געמאלט זיין אז אזא מענטש זאל זיך טרעפן סיי וואו ס'איז דאס פלאץ? יעדע ציוויליזאציע האט דאך געוויסע אנגענומענע וועגן פון לעבן, וואס אויב פאסט מען זיך אין זיי נישט אריין פאלט מען ארויס. איז דען נישט קלאר אז צו זיין א מענטש דארף מען האבן געוויסע פארמען? ווען נישט דעם וואלט מען דאך געקענט גיין אויך אן קליידער אויף דער גאס, אדער וואוינען אין א הייל גלייך ווי די בעלי חיים, עסן אן א טעלער, א.ד.ג. מוז דאך אמאל קלאר זיין אז אן אינטעגראלער טייל פון דעם מענטשליכן מהות איז דאס אנשליסן זיך אין א געוויסן ראַם. עס איז נאר דער ענין וואס ס'דארף זיך יעדער מענטש אויפזוכן דעם מסגרת וואס איז פאסיג פאר אים. געדענקט אבער, אז דער ראַם וואס זעט אייך אויס הונדערט פראצענט פאסיג, דער איינציגער אידעאלער וועג, דאס שענסטע און בעסטע, קען זיין פאר אן אנדערן מענטש אן אוממעגליכער וועג פון לעבן.

איך ענדיג דערמיט מיין רעאקציע צו אייערע קאמענטארן. איך וואלט גארנישט רעאגירט ווען נישט וואס איך דערפיל אזוי טיף אין הארץ אייער ווייטאג און רחמנות. עס טוט מיר זייער וויי וואס איך האב אייך פארשאפט אזא צער. מיין אייגענער עתיד איז מיר אליין זייער שרעקעדיג. נישט איינמאל ציטערן מיר אלע ביינער ווען איך הייב אן טראכטן וועגן מיין צוקונפט. איך האב קיין אנונג נישט וויאזוי איך וועל קענען שטעלן טריט אין א וועלט אן רעליגיע, אן א פערזענליכן גאט צו מיין רעכטער האנט. מאמענטאל זע איך אין דער וועלט נאר א טרייסט צו מיינע לעבנס ראנגלענישן. נאכאמאל, געדענקט און פארשטייט, מענטשן וויילן זיך נישט אליין אויס וויאזוי דאס לעבן זאל זיך אויסשטעלן. פאר אייך איז רעליגיע די איינציגע נאנטקייט צו גאט, די וועלט פון רעליגיע איז אייך אזוי קלאר ווי דער טאג, ביי מיר איז דאס בילד גאנץ אן אנדערע. איך נעם אייך אלע הארציג ארום, איך וויין מיך טאקע זייער אסאך אויס אין דער לעצטער צייט. איך ווייס אז קיינער פארשטייט מיך נישט און קיינער וועט מיך נישט פארשטיין. הלואי זאל איך טרעפן א הארץ צווישן מיינע נאנטע.

פארוויינטע אויגן

נ.ב. איך האב דעם איינעם קאמענטאר געשריבן פילנדיג א פליכט זיך וויסנדיג צו מאכן פון די טייערע מענטשן וואס האבן דא קאמענטירט איבער מיין ענין. איך וויל נישט שאפן א ויכוח וואס קען נאר מער וויי טון, איך וועל דעריבער בלי נדר מער נישט רעאגירן אויף אנדערע קאמענטארן. אן אויסנאם קען זיין אז איך וועל ציטירן שטיקלעך פון דעם יעצטיגן קאמענטאר, אדער פון מיין בריוו, דערמיט צו ענטפערן אויף שאלות וואס זענען שוין בארירט געווארן אין מיינע ווערטער. איך האף אבער בכלל נישט צו רעאגירן ווייטער.

רחמנות, עולם

רחמנות, עולם חשך בעדינו, אוי דער מח דער הארץ אלעס

וויא איך זעה

וויא איך זעה איז דא פלאץ צו שמועסען צו די נשמות וואס זוכען אבער טרעפען נישט באפרידיגונג, און דערפאר ווערען זיי א כופר הכל לית דין ולית דיין, און דאס איז נעבעך א מלתא דשכיחא אין די לעצטע דורות מער און מער, ווייל דער מח עפענט זיך אין מען וויל נישט גלייבען וואס מען פארשטייט נישט קלאר אין זיכער, און אויך זענען זיך מתרבה די מסיתים ומדיחים אזוי גערופענע אויפגעקלערטע מתחכמים ומשכילים וואס זייער מויל איז ביי זיי אפען הפקר מסביר צו זיין פאר וועם זיי קענען נאר אז צו זיין א מאמין איז א פאנאטיש-קייט וואס געהערט צום מיטל-אלטר און נישט פאר היינטיגע אפענע צייטען.

עס איז שווער זיי אפצופרעגען, אבער אויב די כפירה איז נאך נישט געגאנגען צו ווייט, דאס הייסט און תורה שבכתב גלייבטסו, אז יודן זענען ארויס פון מצרים און מתן תורה גלייבסטו, נאר קענסט נישט פארשטיין מיט וואס פאר א רעכט זענען געקומען שפעטער די חכמים אין האבען געמאכט וויא א נייע רעליגיע, זאכן וואס אין די תורה שטייט נישט האבען זיי מחדש געווען נייע איסורים און נייע מצוות און נייע אמונות וואס בזמן הבית האט דאס נאך נישט עקזעסטירט, און בפרט וואס פון דאן און ווייטער זענען געקומען די חכמי הדור און אויסגעטראפען נייע זאכען וויא אין זוהר און אין כתבי אר"י און תלמידי בעל שם טוב, און אויך און די פוסקישע וועלט, דער גאנצער שלחן ערוך איז פול מיט מנהגים מחודשים דינים אשר לא שערום אבותינו, און טאמער איז איינער מפקפק אין די זאכען איז ער א אפיקורס, -- פרעגט זיך די שאלה וואס פאר א רעליגיע איז דאס דער רבש"ע האט דאך די אלע זאכען נישט געזאגט, אויך משה יהושע שמואל און דוד און שלמה האבען פון די זאכען נישט געוואוסט איז דאך דאס א נייע רעליגיע נישט וואס דער רבש"ע האט געגעבען אויפען בארג סיני, וואס דאס איז באשטאנדען פון צען דברות, און די אנדערע וואס משה האט נאך דעם איבער געגעבען בשמו של השם ב"ה דאס וואס עס שטייט אין חומש, אבער מער פון דעם מאן דכר שמיה, טו ווער קען מיך מחייב זיין צו טון און צו גלייבען, עס איז זייער א שווערע שאלה יא אמת.

לאז מיך פארציילען א מעשה, א מלך פון גרויסע מדינות האט מחליט געווען ער וויל גרינדען א מדינה בפני עצמה, א קליינע לפי הערך, אבער עס זאל זיין א אידיאלישע מדינה פול מיט הנהגות טובות, פול מיט חסד און מיט אמת מיט ערליכקייט אין תמימות, אלע וואס וואוינען אין די מדינה זאללען זיין ערליכע לייט מיט גוטע און זיסע מדות, אז מען זאל קענען אנווייזען אין די גאנצע וועלט אז די יעניגע מדינה וואס איז דער פריוואטער לענדעל פון דעם מלך און איז דארך איהם געגרונדעט געווארען און זיין נאמען ווערט אויף איהר גערופען און דאס איז הודו ותפארתו, די מדינה איז איינס און די וועלט, עס איז דארט קיין פארברעכענס נישט פערהאנען, קיין גזלנים קיין רוצחים קיינע תפיסות די פאליציי האבען נישט קיין ארבעט פון שטראפען נאר פארנעמען זיך מיט העלפען די איינוואוינער און אלע זייערע געברויכען און אזוי ווייטער.

אבער עס פארשטייט זיך אז א וועלטס מלך פון גרויסע מדינות קען נישט אפלאזען די גאנצע וועלט איך זיך אומקוקען תמיד אין זייך מדינה, און אפילו אויך אויב ער קען עס יא, דאך עס איז נישט דער דרך און כבוד אז דער מלך זאלל זיך אליין אפגעבען מיט אלע טעגליכע הנהגות פון די מדינה, - און נאך על אחת כמה וכמה ווען דער הויפט צילל איז אז די בני המדינה זאללען זיין דעם מלך'ס געטרייע ליבהאבערס און טון אלעס וואס עס געברויכט זיך לכבודו ולתפארתו פון מלך, קען זיכער נישט דער מלך בכבודו ובעצמו שטיין אין די מדינה און זאגען תמיד די הנהגות וואס עס פעלט זיך אויס לכבוד המלוכה, ווייל עס איז נישט דער כבוד און דרך המלך בזאת.

ועל כן האט דער מלך ווען ער האט מייסד געווען די מדינה צוזאמען גענומען אלע בני המדינה און האט זיי געזאגט עטליכע הויפט שטריכען (גיידליינס) אויף וואס די מדינה איז נתייסד געווארען, - און נאך דעם האט ער זיי געזאגט דער יסוד היסודות איז אז איך וועל ענק שטעלען שרים מיינע קנעכט וואס קענען מיין רצון און זענען געטריי צו מיר, וואס זיי וועלען תמיד מחליט זיין וואס עס פעלט זיך אויס צו מאכען געזעצען להנהגת המדינה על פי דרכי וברצוני, - און איך מלך בין אייך מצוה א ציווי כללי, ועשית ככל אשר יורוך, לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל, נביא מקרבך יקום לך ה' אלקיך אליו תשמון, -- היינט הייבט זיך נאר אן דער יסוד המדינה קען איך אייך נישט זאגען נאר אפאר יסודות, אבער די חקיקות החוקים די געזעצען פון די הנהגת המדינה לאז איך פאר מיינע קנעכט די שופטים ושוטרים פון אלע דורות, וואס זיי וועלען אריין לייגען אין די חוקי המדינה דאס איז מיין באפעל, דאס איז מיין רצון און איך ווער עס וועט זיך נישט צוהערען צו זייערע געזעצען וועט שווער באשטראפט ווערען אזוי וויא איך אליין וואלט איהם בפה מלא געהייסען טוען כך וכך און ער איז עובר אויף מיין באפעל, ווייל אויף דעם יסוד איז די מדינה געבויט עס זאלל תמיד הערשען דארט ריינקייט אין הייליגקייט לעכטיגקייט און ליבשאפט צו מיר אללע שמוץ און אומריינקייט וואס הערשט איבער די וועלט זאל דא נישט טרעפען קיין פלאץ, דערווייל גענוג ווייל די צייט לאזט נישט מאריך זיין יעצט, אבער איך מיין אז מען פארשטייט שוין וואס דא גייט פאר, די גמרא איז נישט קיין נייע רעליגיע עס איז א המשך צו דעם וואס הקב"ה האט באפוילען, אמת די חכמים פון נאכען חורבן האבען זיך שטארקער גענומען צו די חקיקת החוקים כרצון הקב"ה, עס קען זיין כמה טעמים, פילייכט ווייל אין די דורות פריער זענען די נבואות געווען קאנצעטרירט אויף די אנגייענדיגע געשעענישען וויא יודען האבען געהאט א מלוכה און זיך גדארפט ספראווען מיט הנהגת המלוכה, אדער... אדער...

דערווייל בעט איך אלע וואס זענען צעמישט און די אמונה, ווערטס נישט מיואש, מיינטס נישט אז מיט דעם זענט איר שוין אפגעפרעגט און פסול, איר זאלט וויסען וויא לאנג די מעשים זענען כשר לויט די פארשריפטען פון די הלכה תורה שבכתב ושבעל פה והשולחן ערוך, איז מען דעם רבונו של עולמס כשרע געטרייע קנעכט, אף גם ווען די זאכען זענען אין אייערע אויגן איבעריג און נישט וויכטיג, דער רבונו של עולם בעט דאס נישט און דארף דאס נישט אדער ער ווייס נישט אדער... דאס אלעס וואס די ספיקות זענען מנקר במח, איז מען דאך נאר א מענטש. סטאפ

עס האט זיך שוין

עס האט זיך שוין אנגעזאמלט דא ניין קאמענטארן, אלע געווידמעט אונטערצורייסן דעם אריגינעלן בריוו-שרייבער אויף זיין מהלך המחשבה.
אלס א חסידישער איד זעלבסט, טוט מיר וויי דאס הארץ אז צווישן די אלע קאמענטארן איז נישטא אפילו איינער וואס דרוקט אויס זיין מיטלייד מיט די מיטמאכענישן וואס "פארוויינטע אויגן" גייט דורך; איינער וואס פרובירט צו פארשטיין ווי צעבראכן און צעמישט זיין לעבן איז יעצט.
אין א זין טוען די קאמענטארן נאך מער איבערצייגן די ווייטאג פון "פארוויינטע אויגן" – דער חסרון אין פארשטאנד, חכמה, וואס הערשט ליידער ביי אונז. דער גרויסער חלל וואס איז דא אין סיי וועלכע אינטעלעקטואלע ענינים.
ווען "פארוויינטע אויגן" רעדט פון "די ליבע וועלט" רעדט ער נישט פון דראגס און זנות; ער רעדט פון דער וועלט פון קונסט, די וועלט וואו מען איז מחשיב חכמה, וואו מען שעצט טאלאנט און טראכט. דאס איז אין סאמע קאנטראסט צו דער וועלט וואו מען קען ניטאמאל שרייבן אין דער אייגענער שפראך – ווי עס זענען מעיד די 9 שלעכט-געשריבענע קאמענטארן.
און צו אייך, "פארוויינטע אויגן", איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער אין מויל אייך מחזק צו זיין; איך פארשטיי אז איר געפינט זיך יעצט אין א מצב וואו איר זענט צעריסן צווישן צוויי וועלטן. פון איין זייט די חסידישע וועלט וואו איר האט אינוועסטירט לאנגע יארן פון ליבע און מחשבה, און פון דער אנדערער זייט די וועלטליכע וועלט וועלכע שטעלט פאָר אפנקייט צו חכמה און וויסנשאפט.
איך האף נאר צו ג-ט אז ער זאל אייך פירן אויף דעם ריכטיגן וועג, און אז איר זאלט ווייטער מצליח זיין אין לעבן.

אויב איז אמת אז

אויב איז אמת אז די מיינסט נאר וויסנשאפט און חכמה, קענסטו מיר ביטע ערקלערען פאר וואס מוז מען ווערן מאדערן צו דעם, וויא דו האסט געשריבען אז דיין ווייב האט דיר געזאגט אז ווען דו זאלסט פארלאנגען פון איהר אפילו אביסל מאדערניזם וואלט זי דיך באלד אפגעלאזט, - מאדערן מאן דכר שמי', מיינסט דאך נאר וויסנשאפט און קונסט וואס מוז מען צו דעם זיין מאדערן, - מוז מען דען צו דעם נאכלאזען אין יודישקייט, (וויא דקדוקי מצוות בשלימות), אדער אפילו פון לפנים משורת הדין וויא פירן זיך לויט די חסידישע מנהגים פון ערליכע יודן, - מען קען דאך זיין דער זעלבער חסידישער יוד און זיך משלים זיין אין וויסנשאפט און ערליכן אטמאספירע, עס איז דא, איך ווייס עס זענען דא גרופן קורסן איך די אלע ענינים וואס דו זוכסט, פרעג דיך גוט נאך.

אין אויב איז דער אמת אזוי אז די מיינסט נאר דאס פריערדיגע, וויא קומסטו צו שמועסן מיט א אשה זרה, האסט תאוה, ווער האט נישט, אויב קען מען זיך נישט באהערשן די תאוה איז מותר האדם מן הבהמה אין, די מיינסט דאך נאר וויסנשאפט און נישט עפעס אנדערש. – אבער איך האב א אנטווארט.

עס איז אמת אז אנגעפאנגען האט זיך עס נאר ביי דיין משיכה צו וויסנשאפט, און די האסט דיך אין דעם אריינגעלאזט, און דער המשך איז געווארען דאס וואס ביי אלע פריערדיגע אין היינטיגע משכילים וואס האבען אנגעפאנגען הייליג מיט א שיטה ציל אין כשר'ן תכלית זיך משלים צו זיין וכו', און דער המשך איז געקומען אז רגליה יורדות חדרי מות, (זיי דיך מודה אז שלמה המלך איז נישט געווען קיין נאר, קוק אביסל אריין אין משלי עס קען עפענען די אויגן).

צו קארל צו דעם

צו קארל
צו דעם שרייבער מיטן קעפעל "עס האט זיך שוין" - אויב מעג איך נוצען מיין שמעק געפיל איז דער שרייבער פון דעם בריף אדער דער בעל דברים אדער אין זעלבען מצב, ווייל אויב נישט איז נישט פארשטענדליך זיין קאמענטאר לגמרי, והאמת עד לעצמו

איך האב נישט

איך האב נישט געשריבן דעם בריוו - איך בין א חסידישער איד נאמן לה' ולתורתו, אבער וואס זאל איך טאן אז דאס הארץ בלוטיגט אויף דעם שיקזאל פון א איד משלנו וועלכער האט נעבעך פארלוירן זיין טייערע אמונה, און אנשטאט מ'זאל פרובירן רעדן דברים של טעם, רייסט מען גאר ארונטער מיט אנטאגאניסטישע שונד-רייד, זיך איינרעדנדיג אז מען וועט אזוי "מחזיר בתשובה" זיין דעם מר. "פארוויינטע אויגן".
און אז מ'קרעכצט שוין איז שווער זיך איינצוהאלטן פון לאזן נאך א קרעכץ אויספירנדיג דערביי דעם מאמר "אז ס'טוט וויי שרייט מען." ווי קען איך שטיין גלייכגילטיג באבדן מולדתי זעענדיג וואספארא ליידיגע דומע קעפ, מענטשן שלא טעמו טעם חכמה בימיהם און קענען ניטאמאל שרייבן זייער אייגענע מוטער-שפראך, וואגן זיך זיך צו רייצן מיט א פארווייטאגטן צעבראכענעם יונגערמאן, און רעדן זיך נאך איין אז רייד געטריבן פון אויפגעבלאזענע עגאס קענען משפיע זיין אויף אנדערע.

צו די

צו די פארוויינטע אויגן,

איך האב איבערגעליינט אייער בריעף מער ווי איין מאהל, איך האב מיר געריבן די אויגן און נישט געגלויבט וואס איך זעה.

איר ווארט שוין קוים אז די "לעכטיגע" וועלט זאל אייך אויפנעמען מיט אפענע ארעמס, און וואו זוכט איר דאס, דווקא דארט וואו עס איז וימש חושך. איהר האט פארגעסן צו צוענדיגן אז איהר ווארט שוין קוים צו ווערן אריינגעכאפט אין די נעץ, א נעץ וואס האט נאר א וועג אויף אריין און נישט אויף ארויס. די מלאכי חבלה מיטן מלאך המוות בראש שטייען מיטן חלף איבער אייער האלדז און איהר הערט אויס זייערע נביחות. ווען איר וועט זיך דערזעהן אין די שלשלאות של ברזל פונעם שטן וועט איהר שוין פארשטיין גענוי דאס ווארימקייט און די אפענע ארעמס וועלכע האבן אייך אזוי אומגעדולדיג אפגעווארט. כי חנם מזורה הרשת בעיני כל בעל כנף [משלי א', עיי"ש במפרשים, ויונעם לך טאמער זענט איהר א יודע ספר].

און אפשר מעג איך אייך פרעגן, פון ווען איר זענט געבוירן ביזן היינטיגן טאג האט איר אלס געהאט ווער עס זאל זיך קימערן מיט וואס איהר דארפט. אפשר קענט איר מיר זאגן: אויב איר וועט מאכן דעם ווילדן שריט, ווער אויף דער וועלט וועט זיך רעכענען מיט אייערע געברויכן. ווער וועט אייך באדינען געזונטערהייט אדער קראנקערהייט?! זאלט איר אמאל באקומען פיבער, וועט אייער נייע ליבע פרוי אייך אויך צוגרייטן א ווארימע טיי און זיצן לעבן אייך ביז עס וועט אייך בעסער ווערן, צו זי וועט ענדערש אויסנוצן די צייט צו גיין אביסל "פארברענגען", וואוסענדיג אז איהר קענט נישט מיטקומען ווייל איהר זענט דאך א פאציענט. איהר קענט אויך זיין זיכער אז זי וועט זיך ווייניג וואס קימערן אז דער סאפער זאל זיין גרייט ווען איהר קומט אהיים פון דזשאב, אויב איר וועט בכלל האבן א דזשאב, טאמער נישט וועט זי אייך סתם דאמפן ווייל איהרע געלט פאדערונגען וועלן זיך קיינמאל נישט ענדיגן. אויב וועט איר גיין צוזאמען עסן אין א רעסטוראנט וועלן איהרע אויגן זיין ביזי אפירצוזוכן נייע פרענדס מיט וועם בוגד צו זיין אין אייך. אייער אנוועזנהייט וועט איהר נאר נערווירן. איהר ווארט אויף א ווארימע אויפנאמע פון א וועלט וואס איז דורכגעפוילט מיט עגאאיזם און רדיפת התאוות, און מיט דעם ווילט איר איינבייטן א וועלט ווי איהר זענט אקצעפטירט און צום הארצן, צו דאס איז אייער געטרייע פרוי, אייערע קינדער, אייערע עלטערין, געשוואוסטער חברים וכו', א זאך וואס האט שוין באוואויגן פיהל פרייע זאלן זיך אומקערן צו די אידישע אמונה,נישט קליינע קעפ נאר די העכסט געבילדעטע און באזעסענע אינטעליגענטע. אנדערש ווי די וועלכע טוישן צו די פארקערטע ריכטונג וועלכע באשטייט שטענדיג פון שמאלע קעפ אהן קיין פינטעלע ערוואקסנקייט. און דווקא אייך שטעלט דאס נישט צופרידן און איהר זוכט עפעס בעסערס אין מיסט קאסטנס.

איך רעד פון ערפארונג ווייל פיל פון די קרבנות וועלכע האבן געגרייזט קומען אהן צו מיר ווי זיי לאזן הערן פון זיך זייער אומבאשרייבליכן צער. זיי דרייען זיך ארום ווי א שאטן און זייער אנטוישונג ווייסט נישט פון קיין גרעניץ, זיי קלאפן זיך דעם קאפ אין די וואנט אז זיי האבן זיך אזוי פארלוירן פאר זייערע תאוות, היינט איז זייער גרעסטע תאוה זיך צו זעהן צוריק בחיק משפחתם.

יא, גארנישט קומט נישט צו די ווארימע הארץ פון עלטערין און געשוואוסטער, פרוי און קינדער, על כן אויב זוכט איהר באמת א ווארימע אויפנאמע דאן זוכט נישט ווייטער ווייל איהר זענט אויפן ריכטיגן פלאץ, השי"ת האט דאס אייך געגעבן אומגעזוכט, דאס איז פיל געשמאקער פון די גראבע תאוות.

"אמת'דיגע פארוויינטע אויגן"

טייערע

טייערע פארוויינטע אויגן

כאטש איך בין א שטענדיגע ליינערין פון פארווערטס, און איך האב אלעמאל ליב צו ליינען וואס מענטשן שרייבן צו די חשובע חזנ'טע, האב איך דאך קיינמאל נישט געפילט פאר וויכטיג זיך אריינצומישן און צוגעבן מיינער קאמענטארן. זעהט אויס אז עס האט מיר קיינמאל נישט בארירט ביז יעצט, ביז איך האב געליינט דיין בריוו.
איך בין אויך א יונגע פרוי, מיט די פנים צו די וועלט, איך בין אויפגעוואקסן אין אן אפענע געזעלשאפט צו אן אפענע ווועלט, איך האב פארזוכט אלעס וואס די ליבע שיינע וועלט האט צו געבן, דעריבער קוק איך אן די סיטואציע פון אן אנדערן שטאנדפונקט. עס זעט מיר אויס ווי דו ביזט א נאיוו אינגל, גרייט צו באגיין א נארישע שריט.
איך זעה דיר זיצן ביי א רייך געדעקטן טיש מיט אלערליי מטעמים פאר דיר, און דו? דו שארסט זיך ארויס פון א הינטערשטן טיר, צו א דערנעבדיגן מיסטאקאסטן, און דו גריבלסט דארט צוזאמען מיט די קעצלעך די איבערבלייבעכטס שאלאכטס און ביינער פון דעם שכנ'ס נעטיגן נאכטמאל, עס דאכט זיך דיר אז דארט איז בעסער....
ווי איך זעה אין דיין בריוו, האסטו א ווארימע היים וואו אהיים צו קומען, נעכטיגן, פרישטיגן און פארברענגן. לעכטיגע זיסע קינדערלעך צו ליבן, קישן און שפילן. וואס וועסטו האבן ווען דו לאזט זיי אפ? וואו וועסטו וואוינען? ווער וועט דיר אפווארטן ביינאכט?ווער וועט דיר צו שטעלן דיינע געברויכן? זיכער מיינסטו אז דו וועסט הייראטן א צווייטע מאל מיט א זיסע פרוי וואס איר פנים איז צו די וועלט און בויען א ווארימע שטוב פון דאסניי. דאס פיל איך פאר א פליכט צו אויפמערקזאם צו מאכן, וועלכע פרוי וועט גרייט זיין צו אויפשטעלן א שטוב מיט א מאן וואס פארבענקט זיך צו פרעמדע פרויען? וועלכע ארינטליכע פרוי וועט מסכים זיין ו האבן א מאן וואס מען קען אים נישט געטרויען, ער זאל איר נישט פערראטן? די גע'גט'ע פרוי, וואס ווייסט אלעס וואס דו טוסט אונטערן רוקן פון דיין ווייב, וועט מסכים זיין צו זיין דיין פרוי, אז נאך די ערשטע פארשיכורטע שטיק ציט, זאלסטו זיך פארבענקן צו אנדערע פרויען (כאטש דו מיינסט אז די וועסט נישט פירען קיין הפקר'דיגן לעבן) און איר אויך פערראטן? אפילו בי די גוים וועסטו נישט טרעפן א פרוי וואס איז מסכים צו אזא געפירעכטס.
און אן א ווייב און א שטוב, וואס וועסטו האבן פון די שיינע ליבע וועלט וואס דיין הארץ גליסט אריין צו פאלן אין אירע ארעמס? דו וועסט פארברענגן אביסל דא און אביסל דארט און דערנאך? דו פלאנסט זיך נישט צו פירן מיט קיין הפקרות? נאר וואס? וואס יא? וואס דען וועסטו טוהן אין די שיינע וועלט מיט אלע פרויען?
ביטע, בעטראכט זיך ! וויפיל מאל האב איך געזעהן א חסידישע אינגערמאן אריבערגיין, מיט די אויגן צו די ערד, און מיין הארץ גייט אויס פון קנאה! אזוי נאבעל! זיי וויסן נאר פון זייער אייגענע און זענען גליקליך דערמיט ביזן הימל, קיינער איז נישט בעסער פון זייערס ווייל זיי זעהן נישט און האבן נישט צו טוהן מיט אנדערע! ווי איך בין מקנא זייערע פרויען! א איך גיי אויס פאר קנאה. עס קען זיין, עס דאכט זיך אז דו פארפאסט עפעס, אבער גלייב מיר, מיט מיין עהרן ווארט איך קום דאך פון דארט. (הלוואי נישט) איך בעט דיר פאר דיין טובה וועגן, פארטויש נישט גאלד אויף מיסט! ווייל ווען דו וועסט זיך שוין אליין איבערצייגן אז עס איז מיסט און עס האט נישט געלויט- וועט די גאלד שוין נישט זיצן און ווארטן אויף דיר! דיין וועט רייסן פון בענקשאפט צו דיין גליקליכער אמאל, און עס וועט נישט זיין ווער עס וועט דיר עס קענען צוריקברענגן! מיין טייערע ליבע פריינט, פארשפיל נישט ביידע וועלטן דיינע, וויל דאן וועסטו הערשט הבאן "פארוויינטע אויגן". י

שרייבט מיט האפעניגנג אז מיינע ווערטער וועלן די העלפן,
א פרוי וואס דיין מצב האט בארירט אירע הארץ סטרונעס
חנה גאלד

דער בריף וואס ח'

דער בריף וואס ח' גאלד האט געשריבען איז קלאר וויא די זון יעדע ווארט אמת ויציב הלואי זאל עס דער באטרעפענדער פארשטיין אין זיך נישט אליין בידים אריין ווארפען אין איין גוב אריות לייבן גרוב

צו מיין נישט

צו מיין נישט גוטען פריינד, דער בעל תאוה וואס ווארפט אוועק די תורה מיטן בורא ווייל עס דאכט זיך פאר זיין קליינעם קורצן שכל אז ער פארשטייט בעסער פון אלע יודען, די גדולי ליטא מיט די גדולי פולין און גדולי אונגרן און כל הגדורים מכל הדורות זענען אלע געווען פארגרייזט און האבען נישט געליעבט דיע שיינע וועלט, נאר דער גרויסער חכם און פיקח גדול האט איין געזען צו דעם אמת אז די אמונה איז פאלש, סאיז נישט דא קיין באשעפער, סאיז נישט דא צו וועמען צו דאווענען קיינער הערט ממילא נישט, איך ווייס נישט וויא אזוי די וועלט איז באשאפען געווארען אבער דאס ווייס איך אז די אלע ענייני אמונה זענען פאנאטישע זאכען עס איז אויפגעוויזען געווארען דארך די קלוגע וויסענשאפטלער, סאיז נישט דא קיין אונטערשיד צווישען א קאץ און א מענטש א יוד און א גוי מען דארף פרעסען און נאכגיין די גלוסטענישען פון הארץ אכול ושתה כי מחר נמות אלע מענטשליכקייטען זענען נאר פרייוויליג צו זיין א מענטש צווישען מענטשען.

מיין נישט אז די האסט אויסגעטראפען אמעריקע, אין ביסט קלוגער פון אלע שומרי תורה פון אלע דורות מיין נישט אז זיי איז נישט איינגעפאלען דיינע גוואלדאוונע אויפטוען, מיין נישט אז זיי האבען פארשפארט זייערע מוחות נישט צו טראכטען דעם אמת ווייל אזוי האט זיי זייער קינדערגארטען טיטשער א.ד.ג. געלערענט אז מען טאהר נישט טראכטען די זאכען ווייל מען ווערט חלילה א כופר, און זיי האבען פארשפארט זייערע מחשבה אין געגלייבט בלינדער-הייט אלעס וואס די בעיבי סיטערס האבען זיי איינגעבאקען אין די רויע קינדערישע מוחות און פון דעם האבען זיי זיך נישט געקענט אוועק רירען, - אבער דו מיט דיינע קלוגע חברים אין חברטעס בעלי תאווה וזימה זענען נישט אזוי פארדומט, איר טראכט יא, און אז מען טראכט וואס מען וויל אן קיין אפהאלט קומט ארויף דער קלארער אמת אז.

אלעס פון תורה ואמונה איז בלאף, די יודישע תורה איז להבדיל נישט אנדערש וויא די אראבישע מיט די קריסטליכע וכל מיני חלאים רעים וואס אפאר צודרייטע קעפ האבען אויסגעטראכט פאר זייערע אייגענע אינטערעסען, - ווייל אויב וואלט אמת געווען אז די יודישע תורה איז אמת וואו איז גאט, פאר וואס באווייזט ער זיך נישט, פארוואס זענען יודען אזוי פארלאזט, פארוואס מסירת נפשדיגע צדיקים ווערען געפייניגט און געהארגעט וויא די בהמות, וויא זענען אלע הבטחות פון די תורה, - יא דו פרומער וועסט מיר קומען מיט אלע באבע מייסעס פון די גמרא מיט די ספרים און גדולים מיט רעבעס אז אלעס איז לטובה אדער ווייס-איך-וואס, דאס איז אלעס בלאני, איך גלייב נישט קיין מענטשן חלומות, ווער זענען זיי די חכמים זאלען מיר דיקטירען וואס צו טין, זיי זענען געווען אפאר פארגלייבטע איינגערעטע יודען זיי האבען געגלייבט און אלע פאנאטישע גלויבונגען שדים מיט רוחות און סגולות מיט לחשן, זאל זיי וואויל באקומען אבער ביי מיר זענען אלעס באבא מייסעס.

דאס איז דער יסוד פון אייערע קלוגע מחשבות, איך האב עס נאר געשריבען ווייל דו זאלסט נישט מיינען אז דאס זענען עפעס טיפע געדאנקען-גאנגען פון ענקערע מורא-דיגע עמקותדיגע דענקער וואס סי איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלען, יעדער תינוק בן יומו קען דאס זאגען יעדער קרעציגער צערבלוטיגטער קראנקער צואהדיגער רועה זונות קען דאס נאך אסאך בעסער מסביר זיין, מסתם האסטו נאך אביסל צו שטודירט דארווין'ס תורות מיט נאך אפאר כפירה דיגע פיליזאפיע און די האסט ממש אייגעזען מיט דיינע לעכטיגע אויגן אז דאס איז דער אמת.

איך גיי דיר נישט ענטפערען אפ צו ווענדען די אלע טענות ווייל איך קען עס נישט אפווענדען מיט דעם הילוך מחשבה פון דעם וועלט ווי דיינע מחשבות שוועיבען, (אבער עס איז דא א טיעפערע הלוך מחשבה וואס דארט פארשטייט מען אלעס אנדערש, אבער מען קען פון דעם אויך נישט רעדען ווייל וועסט דאך אויף דעם אלעם זאגן פאנטעזיעס, און ביז מען גרייכט נישט דעם מחשבה פון זיך אליין ווען מען טרעיט אריין אין א אנדערען "מחשבה וועלט" זאגט עס גאר נישט, - למשל וויא לאנג מען איז נישט אריין געקומען קיין אוסשוויץ אין דעם אפטייל פון די גאז קאמערן האט מען נישט געקענט פארשטיין און גלייבען אז עס איז דא אזא מעגליכעקייט, - און למשל איינער פון די דז'ונגל'ס אז די וועסט עהם פארציילען אז פונעף הונדערט מענטשען הייבען זיך אויף און פליען אין די לופט וועט ער לאכען פון דיר אזוי וויא דו לאכסט פון די גלויביגע חכמים, אבער אז ער וועט זעין אן עראפלאן מאכען זיך אויף אנדערע אויגן, אויך דא ווען מען קומט אין די אנדערע מחשבה וועלט מאכען זיך אויף אנדערע אויגן).

אבער וואס איך וויל דיר זאגען אז סאיז נישט אמת אז די אלע מאמינים האבען געגלייבט בלינדער הייט ווייל מען טאר נישט טראכטען, דער רמב"ם האט געטראכט, דער חובת הלבבות האט געטראכט, דער מלבי"ם תפארת ישראל רש"ש האבן געטראכט, איך בין נישט קיין רוכלא צו רעכענען אלע, אבער טויזנטער וואס דו וועסט אליין מודה זיין אז קיין טפשים זענען זיי נישט געווען פיליסופיע האבען זיי נישט מורא געהאט צו שטודירען, אבער זיי זענען אלע געבליבען געטרייע שומרי תורה ומצוות און נישט געלייקענט אין די אמונה, - אוואדע פארשטיי איך אז די וועסט מיר זאגען אז קעגען דעם זענען געווען אנדערע קלוגע וואס האבען זיך יא געפאסט א מסקנא אז לא דובים ולא יער און האבען אוועק געווארפען די אמונה, - אבער וועסט זיך מודה זיין אז צו די זייט פון לייקענען און אלעם העלפט צו די תאווה, אין השוחד יעוור פקחים און א נוגע בדבר איז פסול לעדות, (איך רעד נישט על פי תורה חלילה וואס עס זאגט דיר דאך גאהר נישט נאר על פי השכל הישר והפשוט), אבער צו די זייט פון אמונה ושמירת התורה איז נישט דא קיין תאוה מיט שוחד נאר פארקערט, - טאמער וועסטו מיר וועלען זאגען אז די אלע האבען מורא געהאט אז די פרומע וועלט וועט זיי פארדאמען אלס אפיקרוסים ומשומדים וועגען דעם האבען זיי זיך אפגעהאלטען פון צו גיין אויף דעם וועג וואס זיי האבען באמת געהאלטען, - דאן מאכסטו זיי פאר אומסטאבילא און חאראקטערלאזע מענטשען, וואס די אליין ביסט דאך מודה אז זיי זענען געווען פיל העכער פון דעם, - אלא מאי זיי האבן פארשטאנען דעם היפך פון די מחשבות של כפירה וואס די פארשטייסט.

ועוד, געב א קוק די אלע קלוגע (לשיטתך) משכילים ואפקורסים ומשומדים פון די אלא דורות וואס האבען אפגעלאזט די אמונה, עס האט זיך פון זיי נישט געצויגען און געהאלטען קיין יודישע דורות, ווייל זיי זענען געווען מענטשען ליבהאבער אן קיין אונטערשייד פון ראססע און גלויבען, מען האט זיך אויס געמישט מיט עמי הארץ און קיין זכר פון זייערע אייניקלען איז נישט געבליבען, - יעצט שטעל דיר פאר אלע קלוגע יודען וואס פארשטייען אזוי גוט וויא דו וואלטען אזוי געטון אוועק געשטויסען די בלינדע אמונה אין זיך פארליעבט און די וועלט, וואלט דען געבליבען א זכר פון יודען אויף דער וועלט, - וועסטו מיר זאגען אז די פרייע און מדינת ישראל זענען יודען, - עס איז נאך דער ערשטער צווייטער דור און דאס אויסמישען זיך גייט אלץ ווייטער עס איז אגרויסער ספק אויך פון זיי וועט נאך בלייבען יודען, איודישע מדינה יא אבער א יודישע פאלק ספק גדול.

אבער וואס איך וויל דא ארויס ברענגען אויב גייסטו אויף דעם וועג וואס דו טראכסט, דאן זאלסטו וויסען אז די קינדער וואס דו וועסט האבען (פון דיין קומענדיגע הייראט) וועלען זיך שמאדען זיי אדער זייער קינדער, פילייכט אהרט עס דיך נישט, ווייל דו ביסט שוין ביטער שטערבליך קראנק.

איך טראכט קען זיין אז די ביסט נאך נישט אזא גרויסער כופר וויא די שרייבסט אין בריף, האסט עס געשריבען אין א צעהיצטען מיניט מיט צעמישטע געפילען פון די פלוידערייען פון דיינע אי-מעיל פריינט וואס די פוסטעוועסט מיט זיי שוין א לאנגע צייט, און מיט די פרעמדע פרוי וואס די האסט געקושט מרוב התאווה , (וואס איז דא אין יעדען מענטש נאר וועס סי האט שכל פארשטיקט עס און די האסט עס געפלעגט ביז דו ביסט אנגעקומען צו וואס א נארמאלער גוי קומט נישט אן, נאר א נידעריגער אומפארשעמטער בעל תאוהניק), - על כל פנים האסט געשריבען אין א צעהיצטען מיניט אבער דערווייל ביסטו נאך נארמאל מיט דיין ווייב אין קינדער, וועסט האפענטליך זיין דעם שבת און שול, מאכען קידוש אין נישט שרייבען אויפן אי-מעיל בעצם יום השבת דערווייל.

אבער זאלסט וויסען אז פון שרייבען אזא בריף אפילו פאר א וויץ ביז צום זיין א אפענער גוי גמור איז דער וועג היינטיגע צייטען (בפרט מיטן קשר פון אינטערנעט) זייער נאנט, און אט אט ביסט א געשמאדטער, וואס די וועסט אנרופען "א אמתער אום-פאלשר מענטש", ער טוט וואס ער זעיט ריכטיג מיט זיינע קליינע שמוציגע מטונפדיגע אויגן.

כל באיה לא ישובון אין איך ווייס נישט ווי די האלטסט, אבער לאז מיך דיך אויפמערקזאם מאכען, דיין פאנאטישער טאטע וואס איז נישט אזוי קלוג און אויפגעקלערט און ער גלייבט נאך אין די אלע ווערטלאזע זאכען, ער האט חתונה געמאכט זיינע קינדער ער מאכט אדער וועט חתונה מאכען אייניקלעך, זעהן נחת פון בנים ובני בנים, (אויסער פון דיר, לחרפת עולם וועסטו זיין אויך ווען אויף דיינע געביין וועלען שוין וואקסען גרוסע בוימער, אין קבר ישראל איז דיר מסתמא נישט אינטערעסאנט צו זיין, פארוואס יא? דו ביסט דאך נישט פאלש), דיינע ברידער און שוואגערס וועלען חתונה מאכען זייערע קינדער מיט שמחה און טענץ זעהן נחת ביי אייניקלעך זיך אויסלעבען די יאהרן סיי די יונגע יאהרן סיי אויף די עלטער מיט נחת און פרייד, וויא א יוד א מאמין וואס גייט בדרך התורה (פאנאטיש באגלייבט מיט די אלע שטותים וואס דיין שכל האט זיי שוין פארטריבען אין עס וועט פארדיר זיין זעלבטמארד צו לעבען מיט די לעכטיגע געדאנקען), דיין משפחה אין דיין ווייבס משפחה וועלען זיך מעהרן מיט שמחה בריתן בר מצוות חתונות סמיכה ביי די אייניקלעך תלמידי חכמים ראשי ישיבות וכו'.

אבער ביי דיר אויפגעקלערטער בעל תאוהניק וואס האסט געזאגט פאר גאט סור ממני, איך גלייב גאהר נישט אין דיר [ווייל אזוי האבען מיר מיינע חברים די בעלי עבירה וואס איך האב מיך מיט זיי באפריידעט אויפן אינטערנעט מיר אויפגעקלערט אז אלעס איז נארישע גלויבונגען אזוי ווי די צוריקגעבליבענע גוים קריסטען אראבער אא"ו], די וועסט נישט האבען וועם חתונה צו מאכען, וועסט זיין אליין אויף דער וועלט, ווייל לאמיר שוין זאגען אז די וועסט חתונה האבען מיט יענע וואס דו האסט דערמאנט אדער איינע כדומה לה, וואס פאר א חינוך וועלען דיינע קינדער האבען פון א קאלטען אומגלויביגען טאטען, זיי וועלען דיר שפייען אין פנים אריין אין די רגע וואס זיי ווערען עלטער אזוי וויא דער אלגעמיינער נוסח אמעריקא און די אויפגעקלערטע קלוגע מענטשען, זיי וועלען זיך אויסזוכען וואס עס געפעלט זיי יוד אדער גוי דו וועסט אפילו נישט וויסען און וועלעכען וועלט זיי געפונען זיך.

און וואס איז נעבעך שולדיג דיין ווייב פאר וואס זאל זי נישט זוכה זיין צו טאנצען מיט שמחה אויף איהרע קינדערס חתונה, פארוואס זאלל זי אגאנצען לעבען טרערען און וויינען וויסענדיק אז איר קינדערס טאטע איז א משומד, און וואס זענען נעבעך שולדיק דיינע אייגענע קינדער וואס די האסט געברענגט אויף דער וועלט זיי אומגליקליך צו מאכען אויף א גאנצען לעבען, וויסענדיק אז זיי האבען א לעבעדיגען טאטען א משומד.

און מיינע הענט ציטערען דיר צו שרייבען, אז אפילו אויב די בלייבסט יע מיט דיין ווייב און קינדער, וואס פאר א חינוך וועלען שוין די קינדער באקומען פון א טאטען א אפיקורס אין מח אין א כופר בעיקר, קאלט צו יעדען דבר שבקדושה, זיי וועלען נעבעך אויף וואקסען גויים גמורים זיי וועלען האבען פראבלעמען אין שולען אדער ישיבות, נעבעך נעבעך טאטעס עגואיסטען וואס פאר זייער נידעריגע תאווה הארגענען די קינדער.

איך וואונטש דיר פאר די גייסט אויף דעם תועבה-דיגן וועג פון אפלאזען דיין אמונה דרך אין זיך אנשליסען צו די כופרים משכילים אפיקורסים משומדים פון אלע דורות, זאל גאט דיך באגליקען צו גיין און קבר נאך אלץ שומר תורה אדער זאלסט אנקומען אין שפיטאל מיט א קרענק וואס זאל אפטוען פין דיר דעם רוח רעה וואס האט זיך אנגעקלעפט אין דיין מח.

אבער אויב גאט וועט דיר העלפען וועסט וועלען טרעפען א וועג אויף צוריק, דאן מוסטו מחליט זיין ממש שוין "איך הער אויף אינגאנצען"!, "איך הער אוף אינגאנצען ממש"!, נישט טיילווייז, נישט מער קיין אי-מעיל נישט מער קיין אינטערנעט, נישט מער קיין פארוועטס (פאר א חסידיש געבוירענעם איז עס דער גרעסטער סם המוות), לייג אוועק כוחות (מיט תורה ומוסר ספרים) אויס צו רייסען פון דיר דעם פארשאלטענעם קענסער וואס די רשעי ופריצי העם האבען אין דיר איינגעפלאנצט.

עס קען זיין אז די (דיין קראנקער מח) וועסט טראכטען די אלע דרשות זענען מיר נישט אינטערעסאנט, איך פלעג אויך זאגן די אלע דרשות פאר אנדערע איך בין שוין אדורך געגאנגען די אלע זאכען, איך האלט שוין פיל פיל ווייטער העכער און טיפער פון דעם.

איך פיל אז די וועסט פון אלעם לאכען אדער זאגן נישט דאס איז מיין פראבלעם, - ווארן איך דיך זיי נישט קיין מאבד עצמו לדעת, דריי דיך צוריק פיר דיך וויא א חסידישער יוד עקסטרעם, אפילו דערווייל איז דאס קעגען דיינע אנשויאונגען, ווייל אויב נישט סוף כל סוף וועסטו זיך שיידען פון דיין ווייב און קינדער, אפשר נאך פריער וויא די קלערסט ווייל פרויען זענען נישט בלינד אין זיי שמעקען באלד ווען עס גייט א ריח רע פין מינות ביי זייערע מענער, און פון יענע רגע אן ביסטו א פארפאלענער דיינע טיפזיניגע אפיקורסישע אידעען און אידיאלאגיע וועט דיר פירען אין תהום פון יאוש מרירות איינזאמקייט עלענדקייט מרה שחורה קרענק קענסט דיך נאך טרעפען ביי די האום-לעס שחורים סי וועט שטונקען פין דיר דער ריח הזוהמא וטמא טמא יקרא (יא איך ווייס אז די גלייבסט נישט אין דעם אלעם), ראה הזהרתיך ואתה גיי ווייטער אויף דיין וועג זוך דיר ענדזוימענטס ביי די אפענע ליבע וועלט, קריך אריין אין גרוב אין ווער דארט באגראבען.

ביסט משוחד פון די תאווה זיי דיך מתבונן , זוך ווער עס זאלל דיר העלפען, אבער נאר א ערליכער נישט קיין פסיכיאטאר וואס די תאוות דערעגירען אים אויך, אדער איז ער ערצויגן געווארען גויאיש, - זיי מיר מודיע אז די ביסט נשתנה געווארען און וויא אזוי.
גד רייניץ

ס'איז אמאל דערצעהלט מען ארומגעגאנגען א דאקטאר צווישען קראנקע גוסס'דיקע און טויטע זעלנער און האט אויף יידען פון זיי אנגעצייכענט "לעבדיג" "טויט", צייכענט ער אן "טויט" אויף איינעם וואס האט נאך פיל לעבען געהאט פערבעסערט ער זיך פון שעה צו שעה, שטעלט זיך אויף די פיס קומט צו צום דאקטאר און זאגט "איך לעב דאך" שטויסט אים אוועק דער שפיטאל וועכטער געה אין דיין רוה דער דאקטאר ווייסט בעסער פון דיר ווער ס'איז לעבדיג און ווער סי טויט.

יודישקייט לעבט עס לעבט אדארך אלע פגעים פון אלע דורות, אויפגעקלעטקייט משכילישקייט איז טויט ביז איינס צוויי דורות איז קיין זכר פון זיי נישט דא, נאר לקללה ולא לברכה.

גד זייער גוט

גד

זייער גוט געשריבן. איך האב הנאה עס דרייען זיך דא אזעלכע מענטשן ווי דו וועלכע קענען עפענען די אויגן פאר פארבלאנדזשעטע נשמות

איך לייען שוין דעם פארווערטס א לענגערע צייט, מיינע ידיעות זענען אפן און איך האב אלעמען ליב געהאט צו ליינען "אלעס", אבער די "פארוויינטע אויגן'ס" בריוו האט מיך צעשוידערט און איך האב נישט געהאט די ווערטער אים צו ענטפערן.

געבענטשט זאלסטו זיין. איך האף צום אייבערשטען אז דיינע ווערטער וועלן אריינגיין צו אים טיף אין הארץ.

א גוטן אוונט

א גוטן אוונט פאר אייך חשובער יונגערמאן... איך מוז דיר זאגן אז איך האב זייער הנאה געהאט פון וואס דו האסט געשריבן האסט זייער קלאר געשריבן דיין ווייטאג און דיין ערקלערונג ארום דיין גוטער פריינד = דעם לעבן. אבער לאמיר דיר מסביר זיין איין זאך, די גאנצע וועלט איז געבויעט אויף א גבול א גרעניץ סאיז נישט קיין חילוק אויב דו ביזט א גוי אדער א נוצרי אדער א מוסלמי אדער וואס סאיז יעדער לעבט אין א גרעניץ אין א קהילה און עהר האט זאכן וואס עהר מוז טאהן אויב עהר וויל בלייבן א חלק אין די קהילה, אויך דא דאס וואס דו ביזט פרום איז די זעלבע זאך ווי דו וועסט זיין פריי סהארט קיינעם נישט און אויך נישט דיינע עלטערן ווען דו וואלסט געווען מסודר אויף א אנדער סיסטעם די גאנצע פראבלעם וואס אויבט זיך אן איז ווייל דו גייסט ארויס אויף דער וועלט מיט פארמאכטע אויגן דו קלערסט נאר אז סוועט דיר זיין בעסער.. און דאס וועט צורייסן אלעמען ארום דיר דיין רעבעצן און דער עיקר דיינע עלטערן... סאיז פונקט אזוי ווי ווען אונז זענען געווען קינדער און מהאט פארמאכט די אויגן ווען מאיז געפארן אויף די באס און מהאט זיך געפילט אויף א עראפלאן..אבער ווען מהאט געעפנט די אויגן צוריק האט מען געזען אז מזיצט אויף דעם זעלבן באס..די זעלבע זאך איז דא דו מיינסט אז אינדרויסן ווארט דיר א שענערער זוהן און דו לייגסט סון גלאסעס אבער אין די רגע וואס דו וועסט עפענען צוריק די אויגן נאכן אראפ נעמען פון דיר די סון גלאסעס וועסטו זעהן די זעלבע זוהן שיינט... איז וואס איך וואלט דיר מציע געווען איז פשוט צו פארשטיין אז אינדרויסן איז גארנישט בעסער און מזעהט טאקע ביי די פרייע וועלט אז זייער הארץ ווערט גיכער צובראכן ווי ביי די פרומע וועלט (און נישט קיין חילוק וואסארא דת) ווייל דארט איז דער שקר און דער ליגן פארשווינדלט דיר און אינמיטן א טאג כאפט מען זיך אויף נישט יענע האט דיר באמת ליב און נישט יענער טראכט באמת פון דיר אבער ביי דער פרומער עולם איז דאס אסאך ווייניגער.. און איך זאג דיר אלעס בתור איינער וואס קען ביידע זייטן אבער בכל זאת איז בעסער צו זיין א פרומער מדארף נישט זיין אינגאנצן פרום אבער א פרומער... איך האף אז דו וועסט האבן א קלארקייט אין מיינע ווערטער.. זיי געזונט.

צו דעם מיט

צו דעם מיט פארוויינטע אויגען.

ידידי אז מען ווארפט זיך אראף פון דאך בלייבט מען טויט סאיז נישט קיין וועג אויף צוריק, זאלסטו וויסען אז ווען מען ווארפט אראף פון זיך דעם עול פון די תורה מיט יודישקייט ווייל עס איז אסאך זיסער או לייכטער אזוי צו זיין פריי פון יעדען יאך, אדער וויילע יעצט בין איך זייער פארביטערט ווייל "איך האב נישט מיט וועם אוסצוטוישען א ווארט" און "איך האב קיין שום געזעלשאפט נישט ארום זיך און עס איז פאר מיר סייווי פארשלאסען יעדע מעגליכקייט הנאה צו האבען פון א געזעלשאפט אין דער פרומע קהילה" (??? פארוואס), אדער ווייל מיין איינגערעטע אנשויאונגען און די אמונה טרייבט מיך זיך צו באפרייען פון דעם עול, אדער ווייל די תאווה צו "די זיסע פרוי מיטן פנים צו דער וועלט" און די "טיפערע בענקשאפט נאך פרויען וואס האט דיין הארץ אינגאנצען אויפגעפרעסן" האט דיך בלינד און משוגע געמאכט, וואס אימער די סיבה זאלל זיין, זאלסטו וויסען אז די סיבה וועט זיך אפטוען מיט די צייט, אבער די וועסט בלייבען א טויטער פארשטויסענער פון אלע זייטען, דיינע עלטערען און ווייב און קינדער און די גאנצע משפחה ביי זיי וועסטו דאך זיכער זיין צו שאנד און אייביגער חרפה מען וועט זיך באגראבען פאר בושה ווען דיין גדעכעניש וועט אויפקומען אויפען זכרון, און דיינע נייע פריינד פון די הפקרות-דיגע וועלט ביי זיי וועסטו אויך נמאס ווערען, אויך וועלען זיי ביי דיר נמאס ווערען ווען די וועסט פילען דאס ליידיגקייט און פוסטקייט פון זייער פוסטען פארמיאוסטען לעבען, (עס איז נאר זיס ווילאנג מען איז דרויסען אזוי ווי אלעס זעיט אויס זיס און בליטשקעדיג ווען מען זוכט עס צו דערגרייכען), די וועסט בלייבען נע ונד נישט דער וועלט אין נישט יענע וועלט, יעצט שטעל דיר פאר אז אין א יאהר ארום וועסטו ליגען אופען צענטען שטאק אין מעמאריעל האספיטאל מיט א טויטליכען קענסער גרייט צו שטארבען און א ליאדער מינוט, וועם וועסטו האבען ארום זיך אין דיינע לעצטע מינוטען דיינע קינדער וועלען זאגען דער טאטע דער משומד זאל ער פייגערען, פאר דיינע נייע ליבע באליבטע וועלט וואס די בענקסט זיך אזוי צו זיי וועסטו שוין נישט זיין אינטערעסאנט ווייל די ביסט שוין א קראנקער פארגאנגענהייט און מען קען שוין פון דיר קיין תאוות נישט דערלעבען, אין דער רבונו של עולם (וואס האט מיט דיר געטון חסדים וויא עס זעט אויס אז די ביסט געזונט האסט א ווייב מיט דריי זיסע טעכטער) האסטו דאך שוין פארלאזט און געלייקענט אין איהם, ביסט געבליבען א אומגליקליכער קראנקער אינוואליד אליין אן א קרוב וגואל אן אמונה אן תורה אן גאהרנישט, געדענק ווען מען ווארפט זיך אראף פון דאך קען מען מער נישט אויפשטיין, ווען מען גייט ארויס לתרבות רעה האט מען זיך געהארגעט איינמאל פאר אלע מאהל קיין וועג אויף צוריק איז נישט דא, פארלוירען אלעס אלעס אלעס לעולמי עד.

און דאס וואס די רעדסט אזוי שיין און קלוג אז די ספיקות אין די אמונה האבען דיך באשעפטיג א לאנגע צייט און עס האט זיך דיר לעצטענס געשמיסען אין פנים מיט דעם גאנצען אמת, כאילו די וואלסט געווען אזא גרויסער דענקער און ווייסער פארשטייער מיט חכמה און אלעס איז א תוצאה פון דיין גרויסען וויסענשאפט א.א.וו. מיין טייערער פריינד מסתמא ביסטו לעצטענס אדורך שווערע צייטען ביי דיין געזעלשאפט, עפעס א מחלוקת האט געווירקט אויף דיר און עס האט דיר דעם שכל צו גענומען, אבער לאז מיר דיר זאגען אז צו זיין א כופר און אפיקורס איז גאר נישט קיין חכמה עס קומט גאר נישט פון גרויס פקחות אלע מנוולים מושחתים קראנקע עידס פאציענטען זענען אלזאלכע גרויסע פקחים וויא די אוועק צו ווארפען די אמונה מיט די תורה וויא די נידעריגסטע באשעפענישען, מען דארף גאר נישט צו זיין קלוג צו דעם, געב א קוק אלע בנים משחיתים פוסטע ליידיגער און פארברעכערס אדער גאסען וואנדערערס וואס עפעס אנדערש פון נידעריגע בהמהישע תאוות ווייסען זיי נישט זייער צלם א' און מענטשליכע צורה האבען זיי שוין לאנג פארלוירען קיין צורת האות פון תורה און וויסנשאפט ווייסען זיי נישט, סאיז נישט דא ביי זיי דאס מינדעסטע מענטשליכקייט נאר נידעריגע תאוות און תועבות פון עגואיזמוס פולט זיי אן, זיי רעדען אויך די זעלבע שיינע שפראך ווי דו, זיי האבען אויך איינגעזען מיט זייער גרויסע פקחות אז סי איז נישטא קיין באשעפער נישט קיין תורה אלעס איז בלאף אויסגעטראכט פון אפאר צעדרייטע פארשוינען וואס האבען זיך געגעבען א נאמען חכמים צדיקים אין בלאפען שוין ארום די וועלט אפאר טוזנט יאהר נאך אנגעהויבען פון עפעס א אויסגעטראכטע מעשה פון אברהם, משה, שלמה, און עקיבא סיני מצרים שמואל אליהו א.א.וו. (אין די צוריגעבליבענע פארצייטישע דומהייטען וויא יונתן אייבעשיץ און משה בן מיימון מיט אלע בלינדע גלויביגע אנאלפאבעטען וויא שלמה ן' אדרת און משה סופר עקיבא איגר יהודה הלוי און טוזנט אנדערע מיטלאלטער בלינד גלויביגע האבען בלינדער הייט נאך געטאנצט דעם בלאפער אויסטרעפער, נאר די גרויסע חכמים ביאליק מיט זיין גלייכען האבען מיט זייער גרויסען גראדען שכל געטראפען דעם אמת אין געשפיגען די אמונה אין פנים אריין און געשמאדט זיך מיט זייערע קינדער נישט צו לעבען אין א פאלשע וועלט וייל זיי זענען געווען אמעתדיגע גרויסע לייט האבען זיי איינגעזען זיך צו פירען אזוי וויא די נידעריגסטע מנוולים פון ניאגרא וויא באקאנט), אין ממילא איז א הפקר וועלט פרעסען חזיר זיצען און בתי זונות גנבענען רצחענען האבען שייכות מיט אלא נבלות, – אזוי האבען אויך גרעדט די אפיקרסים פון פריערדיגע דורות וואס זענען געקומען מיט אידיאלאגיע וואס קיין זכר פון יודישקייט איז פון זיי נישט געבליבען נאר געשמאדעטע דורות לחרפת עולם.

איך וואלט דיר געקענט שרייבען א גאנצען טאג אין א גאנצער נאכט, נאר איין זאך וויל איך דיר זאגען, אויב ווילסטו גיין לויט דיין שכל קען דיך קיינער נישט אפפרעגען, ווייל מיטן שכל דאכט זיך טאקע אז עס איז נישט דא מער ווי עס ווייסען די וועלטס פעלקער דעם שכל וואס די האסט האבען זיי טאקע אויך, אבער די אלע וואס גייען אויף דיין וועג האבען צום סוף חרטה און זיי וואלטען זיך געוואלט זעין אויף צוריק אבער דער וועג איז אכזריותדיג פארשפארט מען האט זיך אליין אריין געווארפען אין א גרוב וויא מען קען מער נישט ארויס, רוב מאהל זענען זיי נישט מודה ווייל עס פאסט נישט, אבער ווען דער קישקע הייבט אן צו קרענקען אין דער דאקטאר דיאגנאזט די ביטערע זאך דעמאלאטס פארגעסט מען פון אלע תאוות אין כפירות דיגע פילאזאפיע, אבער עפעס אנדערש ווי זיך אויס וויינען אין קישען אריין קען מען שוין נישט.

מיין טייערער זיי מיך נישט חושד אז איך וויל דיר חלילה וויי טין אדער איך פארשטיי דיך נישט ווייל די שוועריקייטען וואס די האסט האט יעדער לעבעדיגער מענטש, ביז ער איז נישט זוכה צו טרעפען דעם ריכטיגען אדרעס וואס זאל עהם קלאהר מאכען אויף וועלעכער וועלט מען לעבט, נאר אויב מען שטארקט זיך עס זאל נישט ברענגען צו פאקטישע פאלגען קען מען אדורך גיין דעם וועג בשלום אין אפשר וועט זיך נאך ענדערען דער געדאנקען-גאנג און מען וועט פארשטיין וואס מען פארשטיין נאך נישט, אבער למען השם היט זיך פון טון וואס די וועסט באדויערען מיט ביטערע געוויינען, איך פיל א הייליגען פליכט דיך אויפמערקזאם צו מאכען בעוד מועד באגיי נישט קיין זעלבסט מארד ביי דיין לאנגען לעבען, עס שמעקט פון דיין בריף אז די ביסט א בן תורה און אפשר אפילו א קינד פון הייליגע לייט, און לויט וויא עס זעיט אויס האסטו אויך א גוטע ווייב וואס דו שעצט איר און ווילסט איהר נישט וויי טון, און איך שעץ איהר אויך ווייל דו שרייבסט "עס איז קיין ספק נישט אז מיין פרוי וועט מיר נישט נאכגיין אין מיין וועג אפילו א טראפען זי האט מיר ערשט געזאגט אז ווען איך זאל פראלאנגען פון איהר צו ווערען נאר א ביסל מאדערן וואלט זי מיך פארלאזט", (ווען די האסט שכל וואלסטו געדאנקט גאט מיטן זעל און קערפער טענץ און געזאנג אז ער האט דיך בגליקט מיט אזא ערליכע געהילף), האסט דריי זיסע טעכטער האסטו געשריבען, אוי ווי געוואלד וואס זענען נעבעך די אומשולדיגע נשמות שולדיג אז דיין תאווה וכפירה האט דיך אוועק געפירט, ווייסט וואס די טיסט פאר דיינע אייגענע קינדער, א לעבענסלענגליכע דורות לאנגע וויסטע אומגליקליכקייט.

אויב ביסטו אומצופרידען אין דיין געזעלשאפט זיי דיך מציל באצייטענס דריי דיך אריין אין א אנדערען געזעלשאפט, ביסט א 25 יעריגער יונגערמאן פון די חסידישע געזעלשאפט, אפשר ביסטו א כולל יונגערמאן, אויב איז דיין מח גרייט לייג דיך אריין מיט לייב אין לעבען און דעם, אויב איז דיין מח נישט גרייט צו פארנעמען קיין תורה, מוסטו זיין פארנומען מיט שווערע ארבעט, ווייל מערסטענס קומען די צעמישענישען וואס די גייסט אדארך פון און אומפארנומענ-קייט, מיין טייערער פריינד ביטע הער אויף צו פיליזאפירען, זוך נישט, גריבל נישט, וויל נישט זיין קיין ווייסער, ווייל לויט וויא איך ליין פון דיין בריף רעדסטו דיך איין אז דו ביסט א איש אמת אין די קענסט נישט לעבען מיט פאלשקייט, אויך שרייבסטו די ליבסט די וועלט מיט אמתער אויפריכטיגער ליבשאפט נישט מיט קיין עגואיזם נאר די וואלסט פאר איר דיין לעבען אוועק געגעבען, ביסט פארליבט אינם לעבען מיט דיין גאנצער הארץ, דאס לעבען פאר דיר ווייטער אין א פרומען לעבענסשטייגער וואלט געמיינט זעלבסטמארד, "איך בין נישט קיין פאלשער" א.א.וו.

די שפארכען זענען אזוי באקאנט, איך האב ענדליכע ווערטער געהערט פון פילע פארדארבענע נידעריגע עלעמענטען, איך קען דיך נישט און אפשר מיינסטו אז ביי דיר איז עס טאקע אזוי, אבער זאלסטו וויסען אז דאס איז מער ווייניגער דער שפראך פון אלע בעלי תאוות וואס ווילען זיך אליין צופרידענשטעלען ביים ארויסוואנדערען פון זייער לעכטיגער ווארעמען הייליגען פאלאץ אויף א נידעריגער הפקרות-דיגער בהמישער לעבענסשטייגער טוען זיי זיך אליין איינרעדען אז איך בין אנדערש אין מיין נישט קיין נידעריגע תועבות איך בין נאר א אויפגעקלערטער איך קען נישט פארנעמען צוריק געבליבען-קייט איך בין א איש אמת איך פארנעם נישט פאלשקייט א.א.וו. אהובי ידידי ביטע בלייב אין דיין לעכטיגער געצעלט מיטן שקר און גיי נישט אין דעם חושך ענן וערפל און צום ביטערען חורבן פון דיין עתיד עולמי מיטן אמת, זיי א יוד מיט שקר זיי נישט קיין גוי מיט אמת, מיין נישט אז מען קען בלייבען א יוד ווען מען ווארפט אראף דעם עול פון תורה.

מיין טייערער ברודער האב רחמנות, זוך דיר נישט קיין הילף ביי די יעניגע פסיכיאטרען וואס זיי אליין זענען פוסטע בעלי תועבות, זיי דארפען נאר דיין געלט, זיך דיר הילף ביי די וואס קענען העלפען אריין צו בלאזען אין דיר אמונה, אבער אויך ווען די וועסט עס נישט טרעפען, ווייל אויף אמונה שאלות וועט דיר קיינער נישט קענען געבען קיין באפרידענדע תשובה נאר דער פון אויבען אליין אין הלוואי נישט מיט די ביטערע זאך, ווייל איך ווייס פון פאלען וויא די תשובה איז געקומען און דעם ביטערן פארם (ביי מיר איז אויך דאס די סיבה וואס איך שרייב יעצט איך קען נישט זאגען מער פרטים דער האר פון די וועלט האט מיר געוויזען זיינע וואונדער איך קען נישט לייקענען אין איהם אבער רבונו של עולם לא על ידי יסורים וחלאים רעים).
איך האב נישט קיין מנוחה ווייל איך ציטער אויף דיר, און איך זעה אז די ציטערסט אויך אויף דעם, בעט איך דיך טי נישט קיין שריט וואס די וועסט חרטה האבען, אויב די קענסט דיך נישט העלפען לעב ווייטער אין דיין לעבענס שטייגער פון דיין עלטערען און דיין הייליגע סביבה, פראביר צו טוען אלעס לויט די פארשריפטען פון דעם הלכה, לערן תורה אויב די קענסט און בעט דעם פון אויבען זאל דיר אויפלייכטען די אויגען מיט זיסע וועגען נישט חלילה פארקערט.

אויב קענסטו האבען פארוויינטע אויגען בעט אויף דיין דעת זאל זיך גראד שטעלען, זאלסט נישט אנקומען צו דעם וואס אלע תועבה זוכער קומען אן, שמועס דיך אדארך מיט קלוגע ערליכע מענטשען איך קען אסאך קלוגע ערליכע לייט נישט פאנאטיש נישט בלינד גלויביג נאר זיי ווייסען וויפיל מען קען וויסען אין קענען אויך פארשטיין געבען אז מען קען נישט אלעס וויסען, ליידער קען איך נישט רעקאמאנדירען דא קיין נאמען).

טייערע פריינד האב רחמנות אויף דיר דיין עלטערען דיין ווייב און קינדער און אייערע משפחה מיטגלידער, מאך נישט א אומפארהיילבארען וואונד אין די הערצער פון אלע וואס ליעבען דיך, וועסט עס דיר קיין מאהל נישט קענען מוחל זיין, גאט העלף די פארוויינטע אויגען זאלען פרייליך ווערען.

טייערע

טייערע פארוויינטע אויגען

ווען א אייזעל וועט זיך אפמאעכען סאיז אים בעסער צו ווערען א מענטש, וועט ער אויפהערען זיך צו פירען וויא א אייזעל אבער א מענטשט וועט ער נישט ווערען, אין די גמרא זאגט גמלא אזלא למיבעי קרנא אודני דהוי לי' גזיזין מיני' (סנהדרין ק"ו סוף ע"א), ביסט געבוירען א קעמעל זוך דיר נישט קיין הערנער, ווייל וועסט אלעס פארלירען.

ווען א מענטש וועט וועלען ווערען א פויגעל אין וועט זיד אפ שניידען צוויי הענט וועט ער אבער קיין פויגל נישט ווערען, ער וועט נאר פארלירען וואס על האט יא און בלייבען ביי גאהר נישט, הער מיז צו ליעבער נישט קלוגער חבר, זאל זייל דער אמת וואס עס איז, צופעליג איך בין נישט אין א חסידיש וועלט אין איך פיל אז די גרעסטע גליק אויף די וועלט איז צו זיין ווארעם מיט אמונה און חסידות אין נאנט מיטן הארץ צו אלע געטליכע זאכען עס איז אסעך גליקליכער וויא צו זיין נאנט מיטן הארץ צו אלע הארצישע גלוסטענישען, און ווייט ווייט פון גלייבען אמונה זאכען, אבער זאל זיין וויא עז איז, אז די ביסט געבוירען א חסיד אין ווילסט ווערען א פרייער וועלטליכער, איז דאז אזוי ווי די וואלסט געוואלט ווערען א אדלער אין פליעון אין די ליפט, א יוד קען נישט ווערען אגוי אין א חסיד קען נישט ווערען קיין אפיקורס, ווייל עס וועט עהם פשוט נישט גיין, אין נאך א צוויי דריי יאהר וועט איהם דאס לעבען נמאס ווערען, ווייל דער חסיד ליגט איהם נאך אין נאטור פון געבורט.

נומער 2 - האסט חתונה געהאט מיט א ווייב, אלץ חסידישער יונגער מאן האסט מיט איר געבוירען דריי טעכטערלעך אלץ חסידישע קינדער, וואו איז דער יושר אין מענטשליכקייט אין דער וועלט אז די זאלסט זיי יעצט אזוי בעוולהנען, דאס קען נאר טון א רשע סאדיסט א דייטשער נאצי, די ווייסט גאנץ גוט ווען די וואלסט נאר מרמז געווען פאר דיין חתונה אז די האסט דיע דיעות וואלט מען דיך נישט גענומען, נאר האסט דיך פארשטעלט מען זאל דין נעממען, האסטו א אהנונג וואס דאס הייסט פאר דיין פרוי אין פאר דיינע עלטערען אין איהרע עלטערען וואס פאר א שרעקליכע אומגליק דאס איז, זיי וואלטען ענדרש צען מאל פארברענט געווארען אין קאלעך אויבען וויא זיי זאלען זיך דערוויסען אז זייער מאן טאטע קינד איידעם איז ארויס לתרבות רעה השם ירחם, און דאס אלעס טוסטו נאר וועגען דיין פערזענדליכע הארץ געפילען, שטעל דיר פאר אז איין אנדערער וואלט דאס געטון צו דיר, טראכט גוט אריין אז איינער לייגט דיך אריין אין די סיטואציע וואס די גייסט יעצט אריין לייגען אזויפיעל אומשילדיגע נפשות
איך שרייב דאס 4:30 מוצאי שבת ווייל איך קען נישט שלאפען פון די ידיעה וואס איך האב דא געליינט, איך בין טאקע א פרעמדע אין איך בין טאקע א שוואכע פרומע ליידער, אבער עס צוט מיך צו וואס מיינע עלטערען האבין מיד ליידער נישט געלערענט, רעדען יודיש דוקא יא אבער תורה ווארעמקייט נישט, אין איך זעה ביי די חסידים א העכערקייט וואס מען זעהט נשט אין די גענצע וועלט, (אין די ווילסט עס אפלאזער?????), איך בין זיכער ווען אין וואלט גערעט מיט דיר פערזענדליך וואלט איך דיר אפגעהאלטען פין דיינע פלענער, אי אפשר וואלט איך דיר געקענט איבערווייזען אז די גרייזט שטארק. חנה

טייערע

טייערע פארוויינטע אויגן,

איין זאך זאלסטו געדענקען און האלטן פאר דיינע אויגן ווען די מאכסט באשלוסען: דו האסט נאר איין לעבן. דו וועסט נישט באקומען נאך א טשאנס - נאכן טויט איז אלעס אווער. סאו מאך זיכער אז די טוסט די בעסטע וואס דו קענסט ווי לאנג דו קענסט, און פארשפיל נישט דיין איין איינצוגען לעבן.

און צו די אלע קאמענטירער וואס פלוידערן איבער די זעלבע בולשיט וואס די רביס האבן געפרעדיגט אין חדר, קוקטס אויף דעם זייטל:
wordofhashem.wordpress.com/

שטותים וואס

שטותים וואס פאסט פאר א תינוק בן יומו, א גראבר יונג עם הארץ וואס קען נישט טייטשן א יודיש ווארט