ישעיהו שפּיגל |
מײַסטער פֿון פּאָעטישער פּראָזע־קונסט — אַזוי באַצייכנט ישעיהו שפּיגלען אַבֿרהם סוצקעווער, וועלכער האָט אַליין דערפֿירט די פּראָזע־קונסט ביז פּערפֿעקציע אין זײַנע קורצע פּאָעטישע דערציילונגען. "ישעיהו שפּיגלס פּראָזע־קונסט — שרײַבט סוצקעווער — דערמאָנט אַ לירישע פֿײַכטקייט, אַ טרערן־פֿײַכטקייט, וואָס האַלט צוזאַמען די ווערטער און לײַכט אַרויס דורך זיי. זײַנע ווערטער זייגן אויס די וואָרע געשעענישן ביז צום דנאָ און פֿאַרוואַנדלען זיי אין לעגענדעס. אַ מאָל איז זײַנס אַ געמעל ווי אַן אַלט־ייִדישע גראַוויור אויף אַן אויסגעגראָבענעם זילבער־בעכער, וואָס האָט ניט ווער ס׳זאָל אים אָנגיסן מיט ווײַן און מאַכן איבער אים קידוש".
האָט ער — איינער פֿון די ניצול געוואָרענע "מלכות־געטאָ" — ווי ער האָט אָנגערופֿן זײַן ערשט בוך וועגן לאָדזשער געטאָ, וואָס איז אַרויס אין פּוילן אין יאָר 1947, גענומען אויף זיך די הייליקע אויפֿגאַבע אָנצופֿילן אָט דעם בעכער טראָפּן נאָך טראָפּן — נישט מיט ווײַן — נאָר מיט געוויין, מיט געוויין פֿון צער און האָפֿענונג פֿון זײַן אומגעבראַכטן פֿאָלק, מיט דעם וווּנדערלעכן עליקסיר פֿון זײַן פּאָעטישן וואָרט, וואָס זאָל בלײַבן ווי אַ מעמענטאָ פֿאַר אַלע קומענדיקע דורות.
נישט לאַנג צוריק איז געוואָרן צוואָנציק יאָר זינט ישעיהו שפּיגל איז אַוועק אין דער אייביקייט אין מדינת־ישׂראל, וווּ ער האָט געלעבט און געשאַפֿן זײַנע וווּנדערלעכע ווערק, זײַנע דערציילונגען, לידער און עסייען, זינט דעם יאָר 1951. ער איז געווען איינציק אין זײַן מין מיט זײַנע שילדערונגען פֿון ייִדישן גורל, פֿון מענטשלעכע געראַנגלען אין אָנבליק פֿון טויט און פֿאַרניכטונג, פֿון מענטשלעכע געפֿילן, פֿון צער און צאָרן. און געטאָן האָט ער דאָס אַלץ מיט די דינסטע ניואַנסן פֿון זײַן מאָלערישער פּען. נישט אומזיסט האָט יעקבֿ גלאַטשטיין געשריבן אין יאָר 1951, אַז "מיט זײַנע ערשטע צוויי זאַמלונגען פֿון געטאָ־נאָוועלן — ׳מלכות־געטאָ׳ און ׳שטערן איבערן געטאָ׳, האָט זיך שפּיגל באַוויזן ווי אַ גרויסער נאַציאָנאַלער קינסטלער, ווי אַ גרויס געפֿינס וואָס איז פֿאַר אונדז אַלעמען אָפּגעראַטעוועט געוואָרן פֿונעם תּהום פֿון אומגליק".
געשריבן האָט ישעיהו שפּיגל קודם־כּל און דער עיקר וועגן לאָדזשער געטאָ, וועגן די ייִדן וואָס זענען דאָרט פֿאַרשפּאַרט געוואָרן דורכן דײַטש אין די פֿינצטערע געסלעך, וועגן זייערע איבערלעבונגען, פּײַנען און לײַדן, וועגן דער גרויער טאָג־טעגלעכקייט און זעלטענע אויפֿשײַנען פֿון האָפֿענונג, וועגן העראָיִשע אויסדרוקן פֿון מענטשלעכקייט און אַפֿילו העלדישקייט בײַם סאַמע תּהום, פֿון ייִדישן רחמים און בטחון. און ווײַל ער איז פֿון אָנהייב אָן געווען דער גרויסער קינסטלער, וואָס האָט געפֿונען וואָרט, קלאַנג און בילד־אויסדרוק פֿאַר די סאַמע דינסטע ניואַנסן פֿון די געשילדערטע אָביעקטן, מיט וועלכע ער האָט זיך אידענטיפֿיצירט, פֿון וועלכע ער איז געווען אַ לײַבלעכע טייל, איז זײַן ווערק נישט סתּם חורבן־ליטעראַטור, נישט סתּם כראָניק פֿון יענער שוידערלעכער צײַט, נײַערט קונסט פֿון העכסטער פּראָבע! און ווי אַזאַ, און דערפֿאַר, זעען מיר דורך זײַן לאָדזשער געטאָ אַלע געטאָס פֿון מיזרח־אייראָפּע; זעען מיר דורך זײַנע לאָדזשער ייִדן אַלע זעקס מיליאָן אונדזערע קרבנות, וואָס זענען אומגעבראַכט געוואָרן דורך דער ברוינער היטלעריסטישער בעסטיע.
אין לאָדזשער געטאָ האָבן געשאַפֿן נאָך אַנדערע ייִדישע שרײַבער, זיי פֿלעגן אַפֿילו צײַטנווײַז זיך צונויפֿקומען אינעם ענגן שרײַבער־קרײַז, וואָס האָט זיך גרופּירט אַרום דער באַוווּסטער פּאָעטעסע פֿון עלטערן דור, מרים אולינאָווער, און דיסקוטירן ליטעראַרישע פּראָבלעמען, נישט געקוקט אויף די שרעקלעכע געטאָ־באַדינגונגען. צו אונדז איז דערגאַנגען פֿון יענער צײַט בלויז די אויפֿטרייסלענדיקע פּאָעמע פֿונעם דיכטער ש. שײַעוויטש אונטערן נאָמען "לך לך" און אייניקע דערציילונגען פֿון ירחמיאל בריקס, פֿון וועלכע עס איז צום מערסטן באַקאַנט "אַ קאַץ אין געטאָ". אָבער דאָס זענען בלויז פֿראַגמענטן פֿון אַ לעבן בײַם תּהום, בעת שפּיגל גיט אונדז אַ פֿאַראַלגעמיינערט בילד, וואָס הייבט זיך אַרויס איבער דעם תּהום און טרייסלט אויף דעם לייענער מיט דער קינסטלערישער עכטקייט, וואָס איז נישט שטענדיק אידענטיש מיט דער רעאַליטעט, הגם עס איז אַזוי רעאַל ווי דאָס לעבן אַליין.
איך האָב געהאַט דעם כּבֿוד צו זײַן באַפֿרײַנדט מיט ישעיהו שפּיגלען אייניקע יאָר פֿאַר זײַן פֿאַרלאָזן פּוילן. מיר האָבן אַפֿילו געוווינט אַ געוויסע צײַט אין וואַרשע בשכנות אין איין הויז און צוזאַמענגעאַרבעט אין דעם ליטעראַרישן חודש־זשורנאַל "ייִדישע שריפֿטן". האָב איך געהאַט די מעגלעכקייט צו אָבסערווירן דעם גרויסן קינסטלער פֿון דער נאָענט, און דאָס ערשטע וואָס האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן איז געווען זײַן שטענדיקע פֿאַרטראַכטקייט. איך פֿלעג אים באַגעגענען בעת זײַן אין דעם פֿריִיִקן שפּאַציר אויף דער גאַס, וווּ מיר האָבן געוווינט, און שטענדיק געהאַט דעם אײַנדרוק, אַז מיטן געדאַנק איז ער אַ נישט דאָיִקער, אַז ער איז נאָך אַלץ ערגעץ אויף די באַלוטער געסלעך אין לאָדזש מיט זײַנע העלדן פֿון געטאָ. אָט די פֿאַרטראַכטקייט, אָדער באַטראַכטקייט, ווי עס באַצייכנט עס אַבֿרהם סוצקעווער, אונטערשטרײַכנדיק דעם ליריזם אין שפּיגלס פּראָזע, און ווי עס האָבן עס אָפּגעמערקט אַ ריי באַוווּסטע ליטעראַטור־קריטיקער, איז זייער כאַראַקטעריסטיש פֿאַר שפּיגלס פּאָעטישן סטיל, אויב עס איז ריכטיק די באַהויפּטונג, אַז "סטיל — דאָס איז דער מענטש". און אין דער ליטעראַריש־געזעלשאַפֿטלעכער צוזאַמענאַרבעט האָט זיך געלאָזט מערקן זײַן אַבסאָלוטע ענלעכקייט און האַרציקע באַציִונג צו חבֿרים שרײַבער, ווי בכלל צו מענטשן. אַזאַ איז ער אויך געווען אין זײַן שאַפֿן — אַבסאָלוט ערלעך צו זיך און צו זײַנע העלדן, וועלכע ער האָט געלאָזט רעדן נישט לויט עפּעס אַ פֿון פֿאָרויס באַשטימטער סכעמע, נאָר לויט דעם פֿאַרפּלאָנטערטן געוועב פֿונעם שווערן טאָג־טעגלעכן לעבן.
אין יאָר 1949, נאָכן דערשײַנען אין לאָדזש פֿון זײַן פּראָזע־בוך "מלכות געטאָ", וווּ עס זענען אַרײַן דערציילונגען, וועלכע דער מחבר האָט אָפּגעראַטעוועט פֿון געטאָ־גיהנום, איז אין וואַרשע אַרויס שפּיגלס לידער־בוך אונטערן כאַראַקטעריסטישן נאָמען "און געוואָרן איז ליכט". איך האָב דעמאָלט אין אַ רעצענזיע געשריבן צווישן אַנדערן: "ווען דו לייענסט די לידער, די אָנגעזאַפּטע מיט געמיט און ווייטיק, באַקומסטו דאָס געפֿיל ווי דו וואָלסט לייענען אַן אינטים טאָגבוך פֿון דעם לעצטן גרויליקן יאָרצענדליק. אין שפּיגלס שורות, וואָס זענען געשריבן מיט אויסערגעוויינטלעכער פּשטות, גייט אויף דער אייגנאַרטיקער אָרעאָל פֿון לויטערן ליכט, וואָס הילט אַרום די מיליאָנען אומגעקומענע ייִדישע פֿאָלקס־מענטשן. אָט דאָס ליכט איז אייגנטימלעך פֿאַר שפּיגלען נישט געקוקט דערויף, וואָס די מערהייט זײַנע שאַפֿונגען איז דורכגעדרונגען מיט אַ טיפֿן צער".
זינט יענער צײַט ווען איך האָב געשריבן די דערמאָנטע שורות איז שוין פֿאַרבײַ מער ווי אַ האַלבער יאָרהונדערט. פֿאַר אָט דער צײַט האָט ישעיהו שפּיגל געהאַט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן ערך צוואָנציק ביכער, דער עיקר, פּראָזע, אָבער אויך פּאָעזיע און עסייען. זײַנע ביכער זענען געוואָרן איבערגעזעצט אין העברעיִש, ענגליש, פּויליש, פֿראַנצויזיש און אַנדערע שפּראַכן. אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּראָזע האָט ער פֿאַרנומען דעם סאַמע אויבנאָן, צוזאַמען, לויט מײַן מיינונג, מיט בלויז איין עלי שעכטמאַן. איך האָב כּסדר נאָכגעפֿאָלגט ישעיהו שפּיגלס יצירה און שטענדיק געזוכט אין איר יענעם אָרעאָל פֿון לויטערן לעבן. און עס דאַרף געזאָגט ווערן: דאָס ליכט איז געוואָרן אַלץ לויטערער און לויטערער.
פֿון וואַנען זשע איז עס געקומען צו אים, אָט דאָס לויטערע ליכט, וואָס שפּאַרט אַרויס פֿון אַלע זײַנע שאַפֿונגען וועגן דער סאַמע פֿינצטערער צײַט נישט בלויז אין דער ייִדישער, נאָר אפֿשר אויך אין דער מענטשלעכער געשיכטע?
כּדי ענטפֿערן אויף דער דאָזיקער פֿראַגע דאַרף מען זיך כאָטש אין קורצן באַקענען מיט דעם שרײַבערס ביאָגראַפֿיע. טיילווײַז העלפֿט אונדז דערין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיש ווערק אויפֿן נאָמען "שטיגן צום הימל", וואָס איז אַרויס אין ישׂראל אין יאָר 1966. ישעיהו שפּיגל איז געבוירן געוואָרן אין יאַנואַר 1906. אַ קינד פֿון דער באַלוטער ייִדישער אָרעמקייט אין לאָדזש, האָט ער באַוויזן, אַ דאַנק זײַן שטאַרקן ווילן, ערשט אין זײַן רײַפֿער יוגנט צו שטילן דעם דורשט נאָך וויסן. לסוף, איז ער געוואָרן אַ לערער אין אַ ייִדישער שול. נאָכן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה ווערט שפּיגל, צוזאַמען מיט אַלע לאָדזשער ייִדן, פֿאַרשפּאַרט אין געטאָ, וווּ ער פֿאַרבלײַבט ביז דער ענדגילטיקער ליקווידאַציע פֿון דער געטאָ אין אויגוסט 1944, ווען ער ווערט פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ. אָבער איידער ער איז אַוועק מיט דעם טראַנספּאָרט, האָט ער נאָך באַוויזן צו פֿאַרגראָבן זײַנע שריפֿטן ערגעץ אין אַ קעלער, און צום גליק, האָט ער זיי אָפּגעפֿונען ווען ער האָט זיך צוריק געקערט, אַן על־פּי נס אָפּגעראַטעוועטער, פֿון די דײַטשישע לאַגערן. שוין אין יאַנואַר 1945 איז ער געווען צוריק אין זײַן היימשטאָט. אַ שטיקל צײַט האָט ער געאַרבעט ווי אַ לערער אין דער נײַ געשאַפֿענער ייִדישער שול. שפּעטער קומט שפּיגל קיין וואַרשע, איז סעקרעטאַר פֿון דער ייִדישער שרײַבער־גרופּע און מיטרעדאַקטאָר פֿון דעם ליטעראַרישן חודש־זשורנאַל "ייִדישע שריפֿטן". אין יאָר 1951 האָט ער פֿאַרלאָזט פּוילן און עולה געווען קיין מדינת־ישׂראל, וווּ ער איז געווען שאַפֿעריש ביז די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן. ישעיהו שפּיגל איז געשטאָרבן דעם 14טן יולי 1990.
און אפֿשר טאַקע דערפֿאַר, וואָס פֿאַר דער לאָדזשער ייִדישער אָרעמקייט איז ליכט און זון געווען אַ זעלטנקייט, האָט דאָס באַלוטער ייִדישע ייִנגל, שײַע שפּיגל, זיך געשאַפֿן זײַן אייגענע ליכטיקע וועלט, וואָס איז שפּעטער אַזוי ברוטאַל צעשטערט געוואָרן. זײַן ערשטע לידער־זאַמלונג, וואָס איז אַרויס אין לאָדזש אין יאָר 1930, האָט שפּיגל טאַקע אָנגערופֿן "מיטן פּנים צו דער זון". געוואָלט האָט ער זון, געוואָלט האָט ער ליכט זאָל באַלײַכטן זײַן לעבן. אָבער זײַן בוך פֿאַרענדיקט ער דעמאָלט מיט ממש אַ נבֿיאישער סטראָפֿע:
אַצינד קאָן קיינער מיך נישט מער פֿאַרשטיין, אָ, גאָט,
פֿאַרוואָס איך טראָג די קללה פֿון אָפּטריניקייט און שפּאָט,
פֿאַרוואָס איך בין אַוועקגעגאַנגען פֿון מײַן אָרעמען און פּראָסטן שטאַם
און ווי אַ בלינדער, וואָס גייט מיטן פּנים צו דער זון,
גיי איך אַהין, וווּ ס׳איז קיין פֿרידן קיין מאָל נישט פֿאַראַן.
אַזוי איז ער געגאַנגען, ישעיהו שפּיגל, מיטן פּנים צו דער זון, וואָס איז פֿון אים פֿאַרשטעלט געוואָרן, און באַשערט איז אים געווען צו לעבן אין אַ וועלט, וווּ ס׳איז קיין פֿרידן קיין מאָל נישט פֿאַראַן... אַפֿילו די עטלעכע צענדליק יאָר, וואָס ער האָט געלעבט אין דער ייִדישער מדינה, האָט ער אויך פֿון קיין סך פֿרידן נישט געוווּסט. אָט די וועלט, אָן פֿרידן און אָן זון, האָט ער געפּרוּווט באַלײַכטן, ישעיהו שפּיגל, מיט זײַן קינסטלערישן וואָרט.
ער, דער פֿיל געפּרוּווטער ייִד פֿון לאָדזשער געטאָ, האָט אפֿשר מער ווי אַנדערע זיך אָפּגעגעבן אַ דין־וחשבון פֿון די שוועריקייטן און שטרויכלונגען, וואָס שטייען פֿאַרן שרײַבער, וואָס וויל באַלײַכטן מיט זײַן קינסטלערישן פּראָזשעקטאָר יענע טראַגישע תּקופֿה. אין איינעם פֿון זײַנע לעצטע עסייען שרײַבט ישעיהו שפּיגל: "איינע פֿון די אַממיינסטע, שווערסטע, און אפֿשר דאָס טראַגישסטע קאַפּיטל — פֿאַרן ייִדישן שרײַבער — איז דאָס אויסנעמלעכע, אַכזריותדיקע קאַפּיטל פֿון איבערגעבן אינעם געשריבענעם, ליטעראַרישן וואָרט, די נאַצי־תּקופֿה... די סיבה פֿון אַזאַ מצבֿ ליגט נישט בלויז אינעם פֿאַקט וואָס אונדזערע גרויסע שרײַבער, ווי שלום אַש, לייוויק, אָפּאַטאָשו און אַנדערע זענען ׳אין טרעבלינקע נישט געווען׳, נײַערט אינעם איינציקן פֿאַקט, וואָס דער דאָזיקער גיהנומדיקער חומר שטײַגט איבער פֿאַר דער נאָרמאַלער פֿעדער יעטוועדע זינלעכקייט, יעטוועדע מענטשלעכע פֿילבאַרע טאַט, וואָס איז הימל־ווײַט פֿאַר אונדזער געהירן־קאָמפּלעקס... דאָ איז שוין נייטיק אַ גאָר נײַער גײַסטיקער כּוח, וואָס זאָל פֿאָרמירן אַ נײַע צעלן־מלוכה, כּדי איבערצוגעבן די טײַוולאָנישע מעטאַמאָרפֿאָזע בעת אונדזער חורבן".
* * *
עס וואָלט נישט געווען פֿול דאָס בילד פֿון י. שפּיגלס שאַפֿן, ווען מען זאָל נישט דערמאָנען, כאָטש אין קורצן, זײַנע וווּנדערלעכע קינדער־דערציילונגען און לידער (איינס פֿון זיי — "מאַך צו די אייגעלעך" — איז אַגבֿ פֿאַרבאָטן געוואָרן דורכן יודען־עלטעסטן פֿון לאָדזשער געטאָ, רומקאָווסקי, צו זינגען אויף אַ קאָנצערט אין געטאָ; דעמאָלט, ווען מען האָט נאָך געקאָנט אײַנאָרדענען קאָנצערטן...) וועגן דעם דערציילט שמערקע קאַטשערגינסקי אין זײַן בוך "לידער פֿון די געטאָס". שפּיגלס קינדער־דערציילונגען, ווי אַלע זײַנע פּראָזע־שאַפֿונגען, צייכענען זיך אויס מיט זייער פּסיכאָלאָגישער פֿאַרטיפֿטקייט, באַזונדערס זײַן דערמאָנטער אויטאָביאָגראַפֿישער ראָמאַן "שטיגן צום הימל", אין וועלכן ער האָט אויפֿגעשטעלט אַ מאָנומענט פֿאַר דעם אומגעבראַכטן ייִדישן לאָדזש, פֿאַר דעם אָרעמען ייִדישן באַלוט מיט זײַנע אומצאָליקע כאַראַקטעריסטישע טיפּן און געשטאַלטן, געזען דורך די אויגן פֿון אַ קינד. עס וואָלט אָבער פֿאַרנומען צו פֿיל אָרט צו פּרוּוון טיילווײַז אַרײַנדרינגען אין אָט די שעדעוורען פֿון זײַן מײַסטערהאַפֿטער פֿעדער. וועלן מיר בלויז ציטירן זײַנס אַ ליד וועגן באַלוט, אין וועלכן עס קומען צום אויסדרוק אַלע עלעמענטן פֿון י. שפּיגלס טאַלאַנט: זײַן קערנדיקער לאָדזשער ייִדיש, זײַן טיפֿער ליריזם, זײַן מאָלערישקייט און פֿאָלקישקייט — מיט איין וואָרט, זײַן גרויסע פּאָעטישע פּראָזע־קונסט, דאָס מאָל אײַנגעצוימט אין פֿערזן:
איך קני פֿאַר דיר מײַן היים, מײַן טויט־פֿאַרברענטע באַלוט,
פֿון פֿײַער־ים אַ שפּליטער כ׳שטיי ווידער בײַ דײַן שוועל;
נאָך ברענען מײַנע האָר פֿון לעצטע שײַטער־פֿלאַמען,
אַ טויטן־גרוס איך ברענג דיר פֿון דערשטיקטער קעל.
אַזאַ איז ער געווען, ישעיהו שפּיגל, אַ נס, אַ לעבעדיקער נס, וואָס איז אַרויס פֿון גיהנום און וועמען עס איז געגעבן געוואָרן דער גאָט־געבענטשטער טאַלאַנט מיט וואָרט און ליד אַ מאָנומענט אויפֿצושטעלן פֿאַר זײַן אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק, וואָס איז ווידער צום לעבן אויפֿגעשטאַנען.