פּערזענלעכקײטן
פֿון משה שקליאַר (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מלכּה חפֿץ־טוזמאַן
ווען מלכּה חפֿץ־טוזמאַן האָט זיך אָפּגעשיידט פֿון אונדז האָט אַבֿרהם סוצקעווער ז״ל געשריבן אין דער "גאָלדענער קייט": "...זי איז געווען און וועט בלײַבן פֿון די אָריגינעלסטע מאָדערנע ייִדיש־פּאָעטן... צו וואָס מלכּה האָט זיך צוגערירט איז געוואָרן ליד... מלכּה איז תּמיד פֿאַרליבט געווען, אויך צו נײַנציק. איר ליבשאַפֿט איז אַרײַן אין אירע לידער, און יעדעס ליד שמייכלט יונג און האַרצקלאַפּיק: האָב מיך ליב!" און מען האָט זי טאַקע ליב געהאַט, מלכּהן, און מען האָט ליב געהאַט אירע לידער, הגם זיי זענען אָפֿט מאָל, בײַם ערשטן לייענען, געווען שווער צום "פֿאַרדײַען". אַנטפּלעקט האָבן זיי זיך ערשט אין זייער גאַנצער שיינקייט און גוטסקייט, ווי רײַפֿע גאָלדענע עפּל, בײַם פֿאַרטיפֿן זיך אין די שורות און צווישן־שורות נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל, אָדער, האַלטנדיק זיך בײַם עפּל פֿאַרגלײַך, ווען מען האָט זיך גוט אין זיי "אײַנגעביסן".
אין אַ ליד צו דער דיכטערין רחל קאָרן, געדרוקט אין איר בוך "הײַנט איז אייביק", האָט מלכּה געשריבן, "דו ווייסט דאָך שוין פֿון פֿריִער ווי מען טראָגט אַ קרוין"/ ס’פּאַסט דיר". אויך איר האָט געפּאַסט די קרוין, די קרוין פֿון דער פּאָעזיע — מלכּה. זי האָט זי כּשר געהאַט פֿאַרדינט מיט איר גאַנצער שאַפֿונג. אַגבֿ, נישט בלויז די אימאַגינירטע קרוין פֿאַרבינדט די דאָזיקע צוויי נישט־געוויינטלעכע דיכטערינס. עס פֿאַרבינדן זיי אויך געוויסע ביאָגראַפֿישע שטריכן; הגם איינע, רחל קאָרן, האָט זיך דערצויגן אין אַ פּויליש־גאַליצישן דאָרף, און די צווייטע — מלכּה חפֿץ־טוזמאַן — איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ וואָלינער דאָרף, אָבער מיט אַן ענלעכן פּייזאַזש. אָט יענער דאָרפֿישער פּייזאַזש האָט געלאָזט אַ טיפֿן חותם אין די שאַפֿונגען פֿון ביידע דיכטערינס וועמענס וועגן אין ווײַטערדיקן לעבן זענען געווען ביז גאָר פֿאַרשיידן.

פּערזענלעכקײטן
פֿון משה שקליאַר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ישעיהו שפּיגל

מײַסטער פֿון פּאָעטישער פּראָזע־קונסט — אַזוי באַצייכנט ישעיהו שפּיגלען אַבֿרהם סוצקעווער, וועלכער האָט אַליין דערפֿירט די פּראָזע־קונסט ביז פּערפֿעקציע אין זײַנע קורצע פּאָעטישע דערציילונגען. "ישעיהו שפּיגלס פּראָזע־קונסט — שרײַבט סוצקעווער — דערמאָנט אַ לירישע פֿײַכטקייט, אַ טרערן־פֿײַכטקייט, וואָס האַלט צוזאַמען די ווערטער און לײַכט אַרויס דורך זיי. זײַנע ווערטער זייגן אויס די וואָרע געשעענישן ביז צום דנאָ און פֿאַרוואַנדלען זיי אין לעגענדעס. אַ מאָל איז זײַנס אַ געמעל ווי אַן אַלט־ייִדישע גראַוויור אויף אַן אויסגעגראָבענעם זילבער־בעכער, וואָס האָט ניט ווער ס׳זאָל אים אָנגיסן מיט ווײַן און מאַכן איבער אים קידוש".

האָט ער — איינער פֿון די ניצול געוואָרענע "מלכות־געטאָ" — ווי ער האָט אָנגערופֿן זײַן ערשט בוך וועגן לאָדזשער געטאָ, וואָס איז אַרויס אין פּוילן אין יאָר 1947, גענומען אויף זיך די הייליקע אויפֿגאַבע אָנצופֿילן אָט דעם בעכער טראָפּן נאָך טראָפּן — נישט מיט ווײַן — נאָר מיט געוויין, מיט געוויין פֿון צער און האָפֿענונג פֿון זײַן אומגעבראַכטן פֿאָלק, מיט דעם וווּנדערלעכן עליקסיר פֿון זײַן פּאָעטישן וואָרט, וואָס זאָל בלײַבן ווי אַ מעמענטאָ פֿאַר אַלע קומענדיקע דורות.