|
מלכּה חפֿץ־טוזמאַן |
|
ווען מלכּה חפֿץ־טוזמאַן האָט זיך אָפּגעשיידט פֿון אונדז האָט אַבֿרהם סוצקעווער ז״ל געשריבן אין דער "גאָלדענער קייט": "...זי איז געווען און וועט בלײַבן פֿון די אָריגינעלסטע מאָדערנע ייִדיש־פּאָעטן... צו וואָס מלכּה האָט זיך צוגערירט איז געוואָרן ליד... מלכּה איז תּמיד פֿאַרליבט געווען, אויך צו נײַנציק. איר ליבשאַפֿט איז אַרײַן אין אירע לידער, און יעדעס ליד שמייכלט יונג און האַרצקלאַפּיק: האָב מיך ליב!" און מען האָט זי טאַקע ליב געהאַט, מלכּהן, און מען האָט ליב געהאַט אירע לידער, הגם זיי זענען אָפֿט מאָל, בײַם ערשטן לייענען, געווען שווער צום "פֿאַרדײַען". אַנטפּלעקט האָבן זיי זיך ערשט אין זייער גאַנצער שיינקייט און גוטסקייט, ווי רײַפֿע גאָלדענע עפּל, בײַם פֿאַרטיפֿן זיך אין די שורות און צווישן־שורות נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל, אָדער, האַלטנדיק זיך בײַם עפּל פֿאַרגלײַך, ווען מען האָט זיך גוט אין זיי "אײַנגעביסן".
אין אַ ליד צו דער דיכטערין רחל קאָרן, געדרוקט אין איר בוך "הײַנט איז אייביק", האָט מלכּה געשריבן, "דו ווייסט דאָך שוין פֿון פֿריִער ווי מען טראָגט אַ קרוין"/ ס’פּאַסט דיר". אויך איר האָט געפּאַסט די קרוין, די קרוין פֿון דער פּאָעזיע — מלכּה. זי האָט זי כּשר געהאַט פֿאַרדינט מיט איר גאַנצער שאַפֿונג. אַגבֿ, נישט בלויז די אימאַגינירטע קרוין פֿאַרבינדט די דאָזיקע צוויי נישט־געוויינטלעכע דיכטערינס. עס פֿאַרבינדן זיי אויך געוויסע ביאָגראַפֿישע שטריכן; הגם איינע, רחל קאָרן, האָט זיך דערצויגן אין אַ פּויליש־גאַליצישן דאָרף, און די צווייטע — מלכּה חפֿץ־טוזמאַן — איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ וואָלינער דאָרף, אָבער מיט אַן ענלעכן פּייזאַזש. אָט יענער דאָרפֿישער פּייזאַזש האָט געלאָזט אַ טיפֿן חותם אין די שאַפֿונגען פֿון ביידע דיכטערינס וועמענס וועגן אין ווײַטערדיקן לעבן זענען געווען ביז גאָר פֿאַרשיידן. "רחל קאָרנס ליריק", שרײַבט דער באַוווּסטער ליטעראַטור־קריטיקער שלמה ביקל, "איז פֿריש און לויטער ווי אַ דאָרפֿישער פֿרימאָרגן און פֿאַרמאָגט דערבײַ אַלע דינקייטן פֿון פֿאַרנאַכטיקן געמיט... (איר) קול איז אַלע מאָל וואַרעם, היימיש און קלאָר, אָבער עס וואַרגט זיך קיין מאָל נישט מיט טרערן... מען פֿילט נישט איין מאָל, אַז די דיכטערין האָט זיך אויסגעוויינט בײַ דער שוועל פֿון ליד, אָבער אין ליד גופֿא האָט זי די טרערן נישט אַרײַנגעלאָזט". די דאָזיקע ווערטער זענען ווי אָנגעמאָסטן פֿאַר מלכּה חפֿץ־טוזמאַנס ליד, פֿאַר איר גאַנצן שאַפֿן אין וועלכן איר פֿילט בפֿירוש, בײַ דער גאַנצער קאָמפּליצירטקייט פֿון איר פֿערז, "די לויטערקייט פֿון דאָרפֿישן פֿרימאָרגן" און "די דינקייטן פֿון פֿאַרנאַכטיקן געמיט". און וואָס שייך "אויסוויינען זיך בײַ דער שוועל פֿון ליד", מיט אַנדערע ווערטער, ווײַכן פֿון סענטימענטאַליזם, זאָגט מלכּה טוזמאַן אין איינעם פֿון אירע לידער, זייער קלאָר, "אַ בושה אויפֿצושרײַבן טרויער אויף פּאַפּיר". אַנשטאָט טרויער אָטעמט איר ליד מיט אַ "הייליקער שטילקייט", ווי זי האָט אָנגערופֿן איינס פֿון אירע לידער, וואָס איז, אַגבֿ, געווידמעט אַבֿרהם סוצקעווערן. מען קאָן הערן אין דעם ליד דעם שאָרך פֿון דער דאָרפֿישער שטילקייט, וואָס איז געמאָלן אין פּאַסטעלישע ווערטער־פֿאַרבן, ווי מיט דער האַנט פֿון אַ גרויסן אימפּרעסיאָניסט:
זומער פֿאַר נאַכט, אַליין אין מײַן סאָד,
אַ ווײַלינקע — אַן אייביקייט.
די סאָווע האָט איר פֿוהו פֿאַרהאַלטן,
קוקאַווקע איר קוק פֿאַרגעסן...
און איך — שטיל מאָל שטיל,
אַ תּפֿילה אַ שטילע,
נישט מפֿסיק געווען מיט אַ ציטער אַפֿילו
ווען שכינה
האָט אַראָפּגעקושט אַ בלעטל פֿון אַ באַרנבוים.
שטיל מאָל שטיל, אַזאַ מלכּה חפֿץ־טוזמאַנס ליד. עס איז נישט יענע שטילקייט, וואָס רײַסט אויף דאָס פּאָעטישע וואָרט פֿון אינעווייניק, נײַערט אַ שטילקייט, וואָס צוימט אײַן דאָס פּאָעטישע וואָרט, רעדוצירט עס צום ערשטן געפֿיל, וואָס סטימולירט דעם געדאַנק.
ווען מלכּה טוזמאַן איז געקומען פֿון איר דאָרף קיין אַמעריקע אין יאָר 1910 אָדער 1912 (די דאַטעס קריגן זיך צווישן זיך...), האָט דאָ די ייִדישע פּאָעזיע דורכגעמאַכט איר "שטורעם און דראַנג"־פּעריאָד און ס’איז אָנגעגאַנגען דער קאַמף צווישן די "יונגע" און "אינזיכיסטן". צו דער יונגער דיכטערין, וועלכע האָט זיך לכתּחילה באַזעצט מיט איר משפּחה אין שיקאַגאָ און פֿלײַסיק אָנגעהויבן לערנען די נײַע לאַנדשפּראַך, און וועלכע האָט שוין געהאַט הינטער זיך די ערשטע פּאָעטישע פּרוּוון נאָך אין דער קינדערשול, זענען אַוודאי דערגאַנגען אָפּקלאַנגען פֿון די פּאָעטישע ראַנגלענישן און מוסטערן פֿון די נײַ־פּאָעטישע שאַפֿונגען און מאַניפֿעסטן. נאָר דאָס איז מסתּמא געווען שפּעטער. דערווײַל האָט זי זיך פֿאַרכלינעט מיט דעם נײַעם לאַנד און מיט די מעגלעכקייטן וואָס האָבן זיך דאָ פֿאַר איר געעפֿנט. אָט וואָס זי שרײַבט אין איר "ביאָגראַפֿישן בריוו", פֿאַרעפֿנטלעכט אין איר לעצטן לידערבוך, וואָס איז אַרויס אין יאָר 1977: "אַמעריקע. אַ נײַ לאַנד. אַ נײַע שפּראַך. איך וועל פּרוּוון אויף אַ צײַט פֿאַרגעסן וועגן זיך. איך מוז גיך זיך עפּעס דערוויסן וועגן אַמעריקע, איך מוז זיך אויסלערנען ענגליש... איך שרײַב לידער. קורצע פּראָזע־זאַכן אין ייִדיש. איך לייען אַ סך: נבֿיאים, תּהילים, שיר־השירים, איובֿ, קהלת — מײַנע ליבשאַפֿטן. כ’לייען שעקספּיר, געטע, בײַראָן, בלייק, באָדלער, רעמבאָ און נאָך און נאָך? וויסמאַן און רעמבאָ האָבן מיך אויפֿגעעפֿנט צו זיך. צו מײַן אייגענעם איך. זיי האָבן מיר געגעבן פֿרײַע באַוועגונג אין ריטעם פֿון מײַן אָטעם".
איז זי, ווי מיר זעען, געקומען אין גאָרטן פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע מיט אַ גרויסער אָנלאָדונג פֿון וויסן, אַלגעמיינעם און ייִדישן, און פֿון סאַמע אָנהייב האָט זי געפֿונען "די פֿרײַע באַוועגונג אין ריטעם פֿון (איר) אָטעם" און עס געלאָזט פֿילן אין ריטעם פֿון איר ליד, וואָס איז, אויבנאויפֿיק דאַכט זיך, גאָר נישט ריטמיש, דערפֿאַר אָבער אָטעמט עס אַלע מאָל מיט פֿרישקייט פֿון געקאָסעטן היי, מיט יונגקייט און קלוגשאַפֿט, וואָס אַנטפּלעקן פֿאַרן אויפֿמערקזאַמען לייענער נײַע וועלטן — ביז גאָר אינטימע און ביז גאָר קאָסמישע, אוניווערסאַלע.
מלכּה טוזמאַנס ליד, מעג עס זײַן דאָס קלענסטע, לאָזט אונדז אַ סך נאָכטראַכטן, רופֿט אַרויס פֿאַרשיידענע געדאַנקען און רעפֿלעקסיעס. ווי זאָגט די דיכטערין: "מײַנע קליינע לידער/ האָבן גרויסע מײַלער", און הגם אַ "גרויס מויל" אַסאָציִיִרט זיך אין דער פֿאָלקשפּראַך מיט אַ מענטשן וואָס "לאָזט זיך נישט שפּײַען אין דער קאַשע", מיינט דאָ דאָס גרויסע מויל פֿון איר ליד זײַן פֿיל־באַטײַטעוודיקייט, יעדער קאָן עס אינטערפּרעטירן אויף זײַן אייגענעם אופֿן, געפֿינען אין דעם עפּעס, וואָס איז אייגנטימלעך בלויז אים אַליין, און דאָס איז דאָך דער קען־צייכן פֿון עכטער פּאָעזיע, ווי פֿון קונסט בכלל. ווי זאָגט דער גרויסער פֿראַנצויזישער דיכטער פּאָל וואַלערי, איינער פֿון די פֿאָרגייער פֿון דער מאָדערניסטישער ריכטונג: "מײַנע פֿערזן האָבן דעם באַשייד וואָס מען גיט זיי. דער באַשייד וואָס איך גיב אין זיי אַרײַן, פּאַסט בלויז פֿאַר מיר און איז נישט אין סתּירה צו קיינעם אַנדערן. עס איז אַ טעות, אין קעגנזאַץ צו דער נאַטור פֿון פּאָעזיע, צו באַהויפּטן, אַז מיט יעדער פּאָעמע שטימט אַן איין־און־איינציקער ריכטיקער זין, אידענטיש מיט אַ וועלכן נישט איז געדאַנק פֿונעם דיכטער". אַזוי איז עס מיט דער דיכטונג פֿון מלכּה חפֿץ־טוזמאַן. מען דאַרף זיך גוט אַרײַנלייענען אין איר און עס אַנטפּלעקט זיך דעמאָלט אַ נײַע וועלט. ניין, נישט איין וועלט, נאָר אַ סך וועלטן אַנטפּלעקן זיך, און מען פֿילט זיך באַרײַכערט מיט נײַע שפּירונגען און איבערלעבונגען.
* * *
אינעם פֿריִער־דערמאָנטן "ביאָגראַפֿישן בריוו" דערציילט די דיכטערין וועגן אַ ליד, וואָס זי האָט געשריבן נאָך ווי אַ קינד אין קלאַס אויף רוסיש, מיט ייִדישע אותיות, פֿאַרשטעלנדיק מיט דער האַנט דעם העפֿט, אַזוי אַז דער לערער זאָל נישט זען: "איך בין דו/ ביסט איך?/ אויב איך בין איך/ בין איך אויך דו?/ דו,/ זאָג ווער איך בין איך?" און אין יאָרן אַרום, ווי מען זאָגט עס, ווי איינער איז צו זיבן זײַן איז ער צו זיבעציק, חזרט זיך איבער בײַ איר דער זעלבער מאָטיוו, פֿאַרשטייט זיך אין אַ פֿיל רײַפֿערער פֿאָרעם, אין איר בוך "הײַנט איז אייביק": "איך האָב זיך פֿאַרשעמט,/ אַזוי זיך פֿאַרשעמט:/ איך און מיך און מײַן./ אַז נאָר איך פֿאַרנעם זיך מיט ‘איך’./ פֿאַראַן דאָך אַ דו,/ אַן ער און דו און אַ זיי,/ די זיי פֿון דער וועלט –/ פֿון דער גרויסענער וועלט".
די דאָזיקע שורות רופֿן זיך איבער, מסתּמא נישט צופֿעליק, מיט דער טעזע פֿון דעם דײַטשישן קלאַסישן פֿילאָסאָף לודוויג פֿויערבאַך, וועלכער האָט געשריבן: "איך בין אויף אַזוי פֿיל איך, אויף וויפֿל איך בין אַ דו פֿאַר אַ צווייטן איך". מיט אַנדערע ווערטער: איך, דער אָביעקט, עקזיסטיר אויף אַזוי פֿיל, אויף וויפֿל איך בין אַ סוביעקט פֿאַר אַ צווייטן אָביעקט, און נישט קיין באַשאַפֿונג פֿון דעם אַבסאָלוטן גײַסט". אָדער אויסדריקנדיק זיך פּשוטער קאָן מען עס פּאַראַפֿראַזירן מיט דעם ייִדישן פֿאָלקס־ווערטל: "איינער איז קיינער". ווייס איך נישט צי דער אַלטער דײַטש האָט געקענט דאָס ייִדישע פֿאָלקס־ווערטל, אָבער מלכּה האָט עס זיכער געקענט. זי האָט געלעבט דערמיט. פֿאַר איר איז דער מענטש געווען הייליק. דער מענטש איז פֿאַר איר געווען די וועלט און די אַלוועלט, דער איך און דער דו. ווי זאָגט זי בײַם סוף פֿון דערמאָנטן ליד: "סײַ ווי/ איך בין אַלע/ און אַלע/ סײַ ווי זענען איך/ זענען מיך,/ זענען מײַן". גלײַך זי וואָלט אויסגעשטרעקט די הענט און אַרומגענומען די גאַנצע וועלט און געטוליעט זי צו זיך ווי אַ מאַמע.
אין אָט דער גאַנצער וועלט צו וועלכער די דיכטערין באַציט זיך ווי אַ מאַמע פֿאַרנעמט אַ גרויס אָרט אין איר שאַפֿונג די קליינע ייִדישע מדינה. זי האָט אַ סך געשריבן וועגן מדינת־ישׂראל און אין אירע לידער קומט צום אויסדרוק איר אינטימע באַציִונג צום לאַנד פֿון די אָבֿות. נאָר אין אָט די לידער וועגן ירושלים, וועגן חיפֿה, צפֿת, וועגן קיבוץ און אַנדערע פֿון דעם מין זענען נישטאָ קיין באָמבאַסטישע דעקלאַראַציעס פֿון ליבשאַפֿט, וואָס איז פֿרעמד דער נאַטור פֿון איר פֿערז, נײַערט שטילע אויסדרוקן פֿון טיף דורכגעלעבטע עמאָציעס. פֿאַר אָט די שטילע אויסדרוקן איז ביז גאָר כאַראַקטעריסטיש אַ קורץ ליד, וואָס מיר וועלן דאָ ציטירן אין גאַנצן: "זיצן מיט דיר/ בײַם הילצערנעם טיש/ אָנמעסערדיק/ מיט הוילע הענט/ אויפֿברעכן אַן ערשט געבאַקן ברויט/ צוזאַמען אַרײַנציִען דעם ריח פֿון/ פֿריש געבעקס/ און איך וועל זאָגן/ ווינט און האָגל/ און דו וועסט זאָגן/ היץ און זאַמד/ און איך וועל זאָגן/ האַס און שרויט/ פֿון יענער זײַט שטעכלפּלויט/ און מירן אַ ווײַלע/ בלײַבן שטום/ און יעדער וועט פֿאַר זיך/ בענטשן פֿרום/ אַיעדן ביסן/ זיסן ברויט".
אין אָט דעם שטילן אידילישן בילד לאָזט זיך אַזוי פֿיל אַרײַנטײַטשן און אויסטײַטשן, נאָר מיר וועלן עס בעסער לאָזן פֿאַר דעם לייענער.
מלכּה חפֿץ־טוזמאַנס וועלט־באַנעם איז אַן אָפּטימיסטישער, הגם באַהויכט פֿון אַ ביסל סקעפּטיש, פֿון דאַנען דערגייען מיר צום אויספֿיר, אַז "הײַנט איז אייביק", וואָס איז דער נאָמען פֿון איר לעצטן בוך, לויט אַ פּרעכטיק ליד וואָס איז אין דעם פֿאַראַן. עס מאַכט נישט אויס וואָס אײַנשטיין האָט שוין פֿון לאַנג געהאַט פֿעסטגעשטעלט, און באַוויזן מיט וויסנשאַפֿטלעכע אויסרעכענונגען, אַז צײַט און רוים איז רעלאַטיוו. פֿאַר מלכּהן איז הײַנט — אייביק! אייביק איז דער איצט... יעדע רגע וואָס מיר לעבן און באַנײַען זיך, פּונקט ווי די נאַטור, איז אַן אייביקייט! נאָך בולטער קומט עס צום אויסדרוק אין אַן אַנדער ליד, וווּ די דיכטערין לאָזט אונדז וויסן: "ס’טרעפֿט מיט מיר אַ ווערן אויס... פּלוצלינג, ווי אַ נײַ געבערן קומט אַ ווידערווערן, קומט מיט פֿרומער פֿרייד, ווי כ’וואָלט דעם שבת־קודש אין מיטן וואָך אין שטוב בײַ זיך דערזען".
אָט דאָס ליד, ווי אַ סך אַנדערע מלכּה טוזמאַנס לידער, איז אוניווערסאַל און גלײַכצײַטיק אויף ייִדיש, אײַנגעפֿאַסט אין ייִדישער מיליע, אין ייִדישער טראַדיציע און בילדלעכקייט. דערפֿאַר קומט איר, פֿאַר דער גאַנצער שאַפֿונג אירער, די אויבנדערמאָנטע קרוין!
מלכּה טוזמאַן האָט, פֿאַרהעלטנישמעסיק, יונג אָנגעהויבן שרײַבן און אַפֿילו זיך דרוקן אין פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע זשורנאַלן, אָבער עס האָט געדויערט אַ היפּשע צײַט ביז זי האָט זיך אַנטשלאָסן אײַנצוזאַמלען אירע לידער אין אַ בוך. איר ערשט לידערבוך איז אַרויס אין יאָר 1949, אין לאָס־אַנדזשעלעס, און זינט יענער צײַט זענען אַרויס פֿינף אַנדערע לידער־ביכער אירע אין ייִדיש און איינס אין ענגליש. זי האָט געהאַט אַ גוטן נאָמען אין דער ייִדיש־ליטעראַרישער וועלט. עס גלייבט זיך קוים, אַז עס איז שוין פֿאַרבײַ אַ פֿערטל יאָרהונדערט זינט זי איז אַוועק פֿון אונדז. און הגם מיר ווייסן, לויט מלכּהן, אַז עס איז פֿאַראַן אַ "ווידערווערן", אויב נישט ביאָלאָגיש איז גײַסטיק, באַזונדערס פֿאַר אַ דיכטער, וואָס האָט געלאָזט נאָך זיך אַן אומשאַצבאַרע ירושה, טוט נאָך אַלץ אַזוי רחמנותדיק וויי!