ליטעראַטור
סידניי רײַלי,
אַ בריטישער סופּער־שפּיאָן
סידניי רײַלי, אַ בריטישער סופּער־שפּיאָן

אין דעם סאַמע ברען פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע אין ליביע זײַנען אַרויסגעשוווּמען נײַע טשיקאַווע פּרטים פֿון אַן אַנדערער אָפּעראַציע, וואָס די בריטישע רעגירונג האָט דורכגעפֿירט אין פּעטראָגראַד אין 1918. עס גייט אַ רייד וועגן אַ ניט־געלונגענעם פּרוּוו אומצוברענגען לענינען און אַראָפּצוּוואַרפֿן די באָלשעוויסטישע מאַכט. וועגן דעם האָט לעצטנס דערציילט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון "בי־בי־סי". וואָס זשע קאָן מען לערנען פֿון אָט דער געשיכטע?

די פֿראַגע, וואָס פֿאַרנעמט די הײַנטיקע פּאָליטישע אַנאַליטיקער, איז אַן אַלטע׃ ווי ווײַט קאָן אַ מערבֿדיקע רעגירונג גיין אין איר קאַמף קעגן אַנדערע לענדער, ניט דערקעלערנדיק אַן אָפֿיציעלע מלחמה? דאָ שפּילט אַ ראָלע דער היסטאָרישער פּרעצעדענט. אויב אין 1918 האָט די בריטישע רעגירונג טאַקע יאָ געהאַט בדעה צו באַזײַטיקן לענינען בסוד, קאָן מען ניט אויסשליסן אויך הײַנט, אַז מען האָט טאַקע בדעה אומצוברענגען קאַדאַפֿי? דער אַלטער חשד האָט לעצטנס באַקומען אַ נײַע ראַיה. דער באַקאַנטער ענגלישער היסטאָריקער פֿון רוסלאַנד, ראָבערט סערוויס, האָט אַנטדעקט אַ דאָקומענט, וואָס וואַרפֿט אַ נײַע שײַן אויף דער אַלטער מעשׂה.

די מעשׂה שהיה כּך היה׃ גלײַך נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע זײַנען די באָלשעוויקעס אַרײַן אין פֿאַרהאַנדלונגען מיט די דײַטשן וועגן אַ סעפּאַראַטן שלום־אָפּמאַך. דאָס איז געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון זייער פּאָליטישער פּראָגראַם, און פֿאַר דעם האָט לענינס רעגירונג באַקומען שטיצע פֿון דײַטשלאַנד. ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך זײַנען נאַטירלעך געווען אין כּעס, ווײַל דאָס וואָלט פֿאַרלענגערט די מלחמה. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז זיי האָבן דאָס געוואָלט אָפּשטעלן מיט אַלע מיטלען.

אין דעם צפֿונדיקן רוסישן פּאָרט אַרכאַנגעלסק האָט זיך אַרויסגעזעצט אַ בריטישער דעסאַנט פֿון פֿינף טויזנט סאָלדאַטן. אָפֿיציעל איז זייער ציל געווען אָפּצוהיטן די בריטישע מיליטערישע אײַנריכטונגען און אַמוניציע אין רוסלאַנד פֿון די דײַטשישע הענט. אָבער, חוץ דעם, האָבן זיי אַ פּנים געהאַט נאָך אַ מער וויכטיקן שליחות׃ צו דערקלײַבן זיך קיין פּעטראָגראַד און אויפֿהייבן, צוזאַמען מיט די לעטישע מיליטערישע אָפּטיילן, אַן אויפֿשטאַנד קעגן די באָלשעוויקעס.

די צענטראַלע ראָלע אין דעם דאָזיקן פּלאַן האָט געשפּילט סידניי רײַלי, אַ בריטישער סופּער־שפּיאָן, וואָס האָט שפּעטער געדינט ווי אַ פּראָטאָטיפּ פֿון דזשיימס באָנד. אמת, עס איז געווען אַ וויכטיקער חילוק צווישן רײַלי און באָנד. רײַליס אמתער נאָמען איז געווען שלמה ראָזענבלום, און געבוירן איז ער געוואָרן אין אָדעס אָדער אין כערסאָנער גובערניע. נאָך אַ ריי אַוואַנטורישע גילגולים איז ער געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע און געניטסטע בריטישע אַגענטן אונטער דעם נאָמען סידניי רײַלי. אין 1918 האָט ער באַקומען די סאַמע וויכטיקע אויפֿגאַבע אין זײַן קאַריערע׃ צו פֿאָרן קיין סאָוועט־רוסלאַנד און אָרגאַניזירן אַן אַנטי־באָלשעוויסטישע איבערקערעניש.

דער פּלאַן איז דורכגעפֿאַלן. דער אַטענטאַט פֿון פֿאַני קאַפּלאַן אויף לענינען דעם 30 אויגוסט 1918 איז ניט געווען קיין טייל פֿון רײַליס פּלאַן, אָבער דאָס האָט געדינט ווי אַ תּירוץ פֿאַר דער "טשע־קאַ", דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי, אָנהייבן אַן אַכזריותדיקע קאַמפּאַניע פֿונעם "רויטן טעראָר". מען האָט אַרעסטירט דעם בריטישן אַמבאַסאַדאָר לאָקהאַרט, אָבער רײַלי איז אַנטלאָפֿן אונטער דער מאַסקע פֿונעם דײַטשישן דיפּלאָמאַט. אין עטלעכע יאָר אַרום האָט זיך די סאָוועטישע געהיים־דינסט טאַקע דערקליבן צו רײַלין. מען האָט אים פֿאַרנאַרט און געבראַכט קיין רוסלאַנד אין סעפּטעמבער 1925, וווּ ער איז שפּעטער געוואָרן דערשאָסן.

די היסטאָריקער פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע דיסקוטירן עד־היום די פֿראַגע, צי איז רײַליס פּלאַן טאַקע גוטגעהייסן געוואָרן דורך דער בריטישער רעגירונג, צי איז דאָס געווען אַן איניציאַטיוו פֿון רײַלי אַליין. דער סאָוועטישער נוסח פֿון דער דאָזיקער געשיכטע האָט ניט קיין ספֿקות. לאַנגע יאָרן האָט דער ענין פֿון רײַלי און לאָקהאַרט געדינט ווי אַ באַווײַז, אַז די קאַפּיטאַליסטישע וועלט וועט זיך ניט אָפּשטעלן פֿאַר קיין שום מניעה, כּדי אַראָפּצוּוואַרפֿן די קאָמוניסטישע מאַכט, און אַז מען קאָן ניט האָבן קיין צוטרוי צו די מערבֿדיקע רעגירונגען.

דער ענגלישער נוסח פֿון דער זעלביקער מעשׂה איז געווען מער אָפּגעהיט. אין זײַן בוך "זכרונות פֿון אַ בריטישן אַגענט", וואָס איז אַרויס אין 1930, האָט לאָקהאַרט באַשטאַנען, אַז ער, ווי דער אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון דער בריטישער רעגירונג אין פּעטראָגראַד, האָט ניט געהאַט קיין שײַכות צו רײַליס טעטיקייט, ווײַל יענער האָט געהאַנדלט אויף זײַן אייגענעם אַחריות. אַזוי האָט אויך שפּעטער געשריבן לאָקהאַרטס זון אין זײַן בוך וועגן דעם פֿאָטער. אָבער גאָר לעצטנס האָט זיך ערגעץ אין אַמעריקע אָפּגעזוכט אַ בריוו, אין וועלכן לאָקהאַרט, דער זון, שרײַבט צו איינעם אַ באַאַמטן אין דעם בריטישן אויסערן־מיניסטעריום׃ "מײַן פֿאָטער האָט מיר דערקלערט, אַז ער האָט מיטגעאַרבעט מיט רײַלי אַ סך נענטער, איידער ער האָט עס געלאָזט וויסן פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט".

און דאָך אַפֿילו איצט, העכער 90 יאָר נאָך יענע דראַמאַטישע געשעענישן, איז די בריטישע רעגירונג ניט וויליק צו זאָגן "יאָ" אָדער "ניין". פּראָפֿעסאָר סערוויסע האַלט, אַז מען וויל מאַכן אַן אָנשטעל, אַז "די בריטישע פּאָליטיק איז תּמיד געווען ריין", און מען האָט קיינמאָל ניט געפֿירט קיין געהיימע אָפּעראַציעס, וואָס זײַנען געווען באַצוועקט אויף אומברענגען אויסלענדישע פּאָליטישע פֿירער און אַראָפּוואַרפֿן אויסלענדישע פּאָליטישע רעזשימען. אָבער דאָס איז ניט אמת, זאָגט סערוויס׃ "זיי זײַנען געווען פּונקט אַזוי שמוציק ווי אַלע אַנדערע."