ייִדיש־וועלט
די פּאָפּולערע "מעיין־הגדה"
די פּאָפּולערע "מעיין־הגדה"

במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר האָט זיך צעוואַקסן אַ נײַער מינהג בײַ אַ צאָל ליבעראַלע שילן און ייִדישע קהילה־צענטערס איבער אַמעריקע: עטלעכע וואָכן פֿאַר פּסח פּראַווען פֿרויען זייער אייגענעם סדר, וווּ מע באַטאָנט די אויפֿטוען פֿון די העלדינס פֿון יציאת־מצרים, און מע גיט אָפּ כּבֿוד די וויכטיקע פֿרויען פֿון דער ייִדישער געשיכטע בכלל.

אין אַן אַרטיקל אויף דער וועבזײַט פֿון דער "פֿרויען־ליגע פֿון קאָנסערוואַטיוון יודאַיִזם" פֿאַראַיאָרן, האָט ליסאַ קאָגען, די בילדונג־דירעקטאָרין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, דערקלערט, פֿאַר וואָס די סדרים זענען אַזוי וויכטיק:

"איינע פֿון די גרעסטע איראָניעס פֿון פּסח איז אַז, פֿון איין זײַט, פֿײַערן מיר די פֿרײַהייט פֿון שקלאַפֿערײַ, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, האָרעווען די פֿרויען נעבעך אַזוי שווער צוצוגרייטן אויף פּסח, אַז זיי ווערן צו מיד אָפּצושאַצן דעם יום־טובֿ! דערצו, ווען זיי זעצן זיך (סוף־כּל־סוף!) שוין אַוועק צום סדר, ווערט באַלד קלאָר, אַז קיין איין פֿרוי ווערט נישט דערמאָנט אין דער הגדה.

"מע לייענט, למשל, וועגן די אַרבע בנים (די פֿיר זין), און די מדרשים און חכמות פֿון די רבנים (אויך מענער). קיין וואָרט געפֿינט מען נישט וועגן משה רבנוס מאַמע יוכבֿד און שוועסטער מרים; וועגן די הייבאַמס שפֿרה און פּועה, וואָס האָבן מיט מסירת־נפֿש זיך אַנטקעגנגעשטעלט דעם פּרעהס באַפֿעל צו הרגענען די ייִדישע ייִנגלעך, און פּרעהס טאָכטער, בתיה. אַ דאַנק זיי אַלעמען, איז משה רבינו געבליבן לעבן."

בײַם פֿרויען־סדר אין רודף־שלום, סאַן־ראַפֿאַעל, קאַליפֿאָרניע, דעם 3טן אַפּריל
בײַם פֿרויען־סדר אין רודף־שלום, סאַן־ראַפֿאַעל, קאַליפֿאָרניע, דעם 3טן אַפּריל
Credit: Shirley Young

אָט די טענה טרעפֿט אין האַרצן פֿון אַ סך אַמעריקאַנער פֿרויען. הגם ס׳איז נישט קלאָר וויפֿל פֿרויען־סדרים קומען פֿאָר יעדעס יאָר, האָבן די נײַעס־בולעטינען אויף דער אינטערנעץ געמאָלדן וועגן אַ צאָל פֿרויען־סדרים הײַיאָר אין קאַליפֿאָרניע, אילינוי, אָהײַאָ, פּענסילוועניע און ניו־יאָרק.

די אָרגאַניזאַציע "מעיין", וואָס האָט פּובליקירט די פּאָפּולערע פֿרויען־הגדה, The Journey Continues: The Ma’yan Passover Haggadah, האָט הײַיאָר באַקומען באַשטעלונגען פֿאַר דער הגדה פֿון טעקסאַס, אַריזאָנע, וויסקאָנסין, פֿלאָרידע און מאַסאַטשוסעטס, האָט איבערגעגעבן איוו לאַנדאַו, די דירעקטאָרין פֿון "מעיין".

די "מעיין־הגדה", רעדאַגירט פֿון תּמרה כּהן, וועבט צונויף דעם טראַדיציאָנעלן טעקסט מיט נײַערע נאַראַציעס, לידער און ריטואַלן, וואָס באַטאָנען דעם כּבֿוד פֿון דער ייִדישער פֿרוי. די לידער זענען אָנגעשריבן פֿון דער פּאָפּולערער זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרין, דעבי פֿרידמאַן, וואָס איז הײַיאָר ניפֿטר געוואָרן צו 59 יאָר — אַ געשעעניש וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ סך צער אין דער ייִדישער קהילה, און טאַקע דערפֿאַר האָבן אַ סך פֿון די הײַיאָריקע פֿרויען־סדרים געווידמעט דעם אָוונט אין איר אָנדענק, האָט תּמרה כּהן געזאָגט.

איינער פֿון די נײַע ריטואַלן, וואָס האָט שטאַרק אויסגענומען בײַ די סדרים איז מרימס כּוס. לויט אַ געוויסן מדרש, האָט אַ וווּנדערלעכער ברונעם באַגלייט בני־ישׂראל בעת זייער וואַנדערניש אין מידבר. דעם ברונעם האָט גאָט געגעבן מרים הנבֿיאה, אַ דאַנק איר מוט און איבערגעגעבנקייט צום ייִדישן פֿאָלק. בײַ די סדרים, דערקלערט מען, האָט סײַ מרים, סײַ דער ברונעם, געטרייסט און געשטאַרקט די ייִדן, כּדי זיי זאָלן קענען איבערלעבן די שוועריקייטן פֿון יציאת־מצרים.

ווי עס פֿירט זיך בײַ די סדרים, באַקומט יעדע פֿרוי אַ כּוס וואַסער, און אַלע גיסן אַ ביסל אַרײַן אין מרימס כּוס ביז ער ווערט פֿול. דעמאָלט דעקלאַמירט מען, אַז פּונקט אַזוי ווי מרים הנבֿיאה האָט געגעבן אַ גײַסטיקן חיזוק בני־ישׂראל, האָט די ייִדישע פֿרוי פֿון אַלע דורות געדינט ווי דער רוקנביין פֿונעם פֿאָלק: "די ייִדישע פֿרויען האָבן אויפֿגעהאַלטן די טראַדיציעס אין דער היים, זיי האָבן איבערגעגעבן די לידער און געשיכטעס, מינהגים און רעצעפּטן, פֿון מאַמע צו טאָכטער, פֿון דור צו דור. לאָמיר הייבן מרימס כּוס מיטן וואַסער פֿון אונדזערע אייגענע כּוסות, כּדי אונדזערע טעכטער זאָלן ווײַטער ציִען יניקה און חכמה פֿון אונדזער קולטורעלער ירושה."

די פֿרויען פֿון דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע "בני־ברית", אין סאַנטאַ באַרבאַראַ, קאַליפֿאָרניע, ניצן יעדעס יאָר די "מעיין־הגדה", אָבער ווי אַ סך אַנדערע שילן, גיבן זיי צו זייער אייגענעם שעפֿערישן עלעמענט. בײַ אַ געוויסן מאָמענט פֿונעם סדר הײַיאָר, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 5טן אַפּריל, האָט די ראַבינערין אַליסאָן סאָלאָמאָן דערקלערט, אַז מע וועט איצט אויסשפּילן די סצענע, וווּ מרים הנבֿיאה פֿירט די פֿרויען דורכן ים־סוף. אַ טייל פֿון די פֿרויען האָבן געפֿאָכעט מיט אַ גרויסער רויטער סחורה, צו רעפּרעזענטירן די כוואַליעס פֿון ים, און די אַנדערע פֿרויען האָבן געטאַנצט צווישן די וואַסערן, מיט טאַמבורינען און גראַגערס אין די הענט.

"ס׳איז אַזוי שיין, און אַלע האָבן אַזוי הנאה געהאַט, אַז ס׳דויערט יעדעס יאָר אַ האַלבע שעה," האָט דאָרי קירטמאַן, די אָרגאַניזירערין פֿונעם סדר, געזאָגט.

די פֿרויען אין רודף־שלום צעטאַנצן זיך ווי מרים הנבֿיאה
די פֿרויען אין רודף־שלום צעטאַנצן זיך ווי מרים הנבֿיאה
Credit: Shirley Young

אָבער נישט אַלע פֿרויען־סדרים ניצן די "מעיין־הגדה"; בײַ אַנדערע, שטעלט מען צונויף אַן אייגענע הגדה און אַ באַזונדערע פּראָגראַם. אין "טעמפּל אמונה", אַ קאָנסערוואַטיווע שיל אין לעקסינגטאָן, מאַסאַטשוסעטס, למשל, האָט מען הײַיאָר געשאַפֿן אַ פּראָגראַם אויף דער טעמע, "פּסח־טראַדיציעס איבער דער וועלט". 60 פֿרויען זענען געקומען — ס׳רובֿ פֿון זיי מיטל־יאָריקע, אָבער אויך אַ צאָל ייִנגערע מאַמעס, וואָס זייערע קינדער לערנען זיך אין דער פֿאָרשול, און אַ גרופּע מיידלעך פֿונעם "ראָש־חודש־קלוב" (אַ קלוב פֿאַר מיידלעך, וואָס האָבן שוין דערגרייכט בת־מיצווה).

אַנשטאָט צו ניצן אַ פּובליקירטע פֿרויען־הגדה האָבן די פֿרויען פֿון "טעמפּל אמונה" באַשלאָסן אָנצושרײַבן זייער אייגענע, האָט דערציילט דזשעני בראַון, אַ 43־יאָריקע מאַמע פֿון צוויי קינדער, און די אָרגאַניזאַטאָרין פֿונעם סדר. די טעמע איז געווען פּסח־טראַדיציעס איבער דער וועלט. "מיר האָבן זיך געשלאָגן מיט גרינע ציבעלעס, אַזוי ווי די פּערסישע ייִדן," האָט דזשעני געזאָגט.

די פֿרויען זענען געזעסן בײַ קײַלעכיקע געדעקטע טישן, און בײַם סאַמע אָנהייב האָט יעדע פֿאָרגעשטעלט איר אָפּשטאַם פֿון דער מאַמעס צד ("איך בין דזשעני, טאָכטער פֿון קאַראָל, אייניקל פֿון אסתּר, אאַז״וו). ווען מע האָט רעציטירט די צען מכּות, האָט יעדע פֿרוי באַקומען אַ באַלאָן און אַ מאַרקירער, כּדי אָנצושרײַבן אַ "מכּה", וואָס זי וואָלט אַליין געוואָלט אָפּמעקן (ווי, למשל, אומגעדולד, אָדער הונגער איבער דער וועלט). מע האָט אויך אָפּגעגעבן כּבֿוד רחל ליבערמאַן, אַן אוקראַיִנער ייִדיש מיידל, וואָס האָט אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט עמיגרירט קיין אַרגענטינע, וווּ מע האָט זי אַרײַנגענאַרט אין דער וועלט פֿון פּראָסטיטוציע. אָבער מיט דער צײַט איז זי אַנטלאָפֿן און האָט שפּעטער געהאָלפֿן צו שאַפֿן געזעצן קעגן דעם פֿרויען־האַנדל.

די פֿרויען אין "רודף־שלום", אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע אין סאַן־ראַפֿאַעל, קאַליפֿאָרניע, האָבן זינט זייער ערשטן סדר אין 1993 אויך געניצט אַן אייגענע הגדה, Our Reach for Freedom, האָט ראָנאַ וווּרסאַנגער, די פּרעזידענטין פֿונעם פֿרויען־אָפּטייל פֿון "רודף־שלום", געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". דערצו פּרוּוון זיי יעדעס יאָר אויס עפּעס נײַעס. הײַיאָר, למשל, האָבן זיי צוגעפּאַסט דאָס ליד "הני מה טובֿ" צום פֿרויען־סדר, בײַטנדיק דאָס וואָרט "אַחים" [ברידער] אויף "נשים" [פֿרויען]: "הני מה טובֿ ומניים שבֿט נשים גם יחיד" (ווי ווויל און ווי גוט עס איז, ווען פֿרויען לעבן בשלום).

און אין די פֿאַלן ווען אַ געוויסער ריטואַל טויג נישט, בײַט מען אים. "אין אָנהייב פֿלעגט מען, למשל, יעדעס יאָר ווידמען די פֿיר כּוסות צו פֿיר אָנגעזעענע פֿרויען — האָט ראָנאַ דערציילט — אָבער דער אמת איז, ס׳איז געוואָרן שווער יעדעס יאָר צו געדענקען וועמען מע האָט שוין אָפּגעגעבן כּבֿוד, און וועמען נישט, האָט מען באַשלאָסן פֿון דעמאָלט אָן עס תּמיד ווידמען בלויז יוכבֿד און בתיה (פּרעהס טאָכטער)."

דרײַ מיידלעך שפּילן די ראָלעס פֿון ייִדישע פֿרויען איבער דער וועלט: אַ ישׂראלדיקע, אַן איראַנישע און אַן עטיאָפּישע, בײַם פֿרויען־סדר אין לעקסינגטאָן, מאַסאַטשוסעטס
דרײַ מיידלעך שפּילן די ראָלעס פֿון ייִדישע פֿרויען איבער דער וועלט: אַ ישׂראלדיקע, אַן איראַנישע און אַן עטיאָפּישע, בײַם פֿרויען־סדר אין לעקסינגטאָן, מאַסאַטשוסעטס
Credit: Ana Karchmer

ראָנאַ פֿרייט זיך, וואָס די פֿרויען־סדרים אין "רודף־שלום" זענען געוואָרן שטאַרק פּאָפּולער; פֿאַראַיאָרן האָבן זיך באַטייליקט 80 פֿרויען, און הײַיאָר — 114. "צום ערשטן מאָל, זענען אַלע ערטער געווען אויספֿאַרקויפֿט!" — האָט זי באַמערקט. זי האַלט אָבער, אַז ס׳איז געקומען די צײַט צו פֿאַרבעטן די מענער און זין צו די סדרים, אַז אויך זיי זאָלן זען ווי מע גיט אָפּ כּבֿוד די פֿרויען.

"יעדעס יאָר לייג איך עס פֿאָר דער פֿאַרוואַלטונג, און יעדעס מאָל זאָגן זיי — ניין. אַ סך פֿון די פֿרויען האָבן הנאה צו פֿאַרברענגען בלויז מיט פֿרויען, און זיי קוקן שטאַרק אַרויס אויף דעם יעדעס יאָר. דער טרויעריקער אמת איז, אַז בײַ אַ סך פֿון די עלטערע פֿרויען, איז דאָס דער איינציקער סדר צו וועלכן זיי גייען."

ליסאַ קאָגען, וואָס האָט אַליין יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט מיט אַ פֿרויען־סדר אין לאַרטשמאָנט, ניו־יאָרק, האַלט, אַז די סדרים האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין אָנווײַזן די עוולות קעגן פֿרויען אין דער הגדה, אָבער הײַנט איז מער נישט נייטיק זיך אָפּצוזינדערן פֿון די מענער, כּדי צו באַטאָנען די העלדישקייט פֿון די פֿרויען. "בײַ אונדזער סדר אין דער היים גיסן מיר איצט אויך אָן מרימס כּוס; ס׳איז געוואָרן אַ טייל פֿון אונדזער משפּחה־טראַדיציע," האָט קאָגען געזאָגט. זי קויפֿט אַפֿילו די בעכערס ווי מתּנות פֿאַר מיידלעך צו זייער בת־מיצווה.

"אין געוויסע ערטער איז די פֿראַגע, צי מע זאָל פֿאַרבעטן מענער צו די פֿרויען־סדרים, געוואָרן אַ גרויסער ענין," האָט תּמרה כּהן געזאָגט. "די פֿרויען קומען אַהיים נאָכן סדר און דערציילן די מענער ווי שיין ס׳איז געווען, און איצט ווילן געוויסע מענער אויך קומען זען וואָס דאָס איז."

הגם די פֿרויען־סדרים זענען געוואָרן פּאָפּולער בײַם ברייטן עולם ערשט אין די 1990ער יאָרן, זענען די סאַמע ערשטע פֿרויען־סדרים פֿאָרגעקומען מיט יאָרן פֿריִער — אין 1974. דרײַ פֿרויען אין חיפֿה, מאַרשאַ פֿרידמאַן — אַן אַמעריקאַנער־געבוירענע דעפּוטאַטין פֿון דער כּנסת — האָט צוזאַמען מיט דער שרײַבערין אסתּר בראָנער און אַ סאָציאַלער אַרבעטאָרין, נעמי נימרוד, צונויפֿגעשטעלט אַ פֿעמיניסטישע הגדה, וואָס זיי האָבן אָנגערופֿן "די פֿרויען־הגדה". דאָרט האָט משהס שוועסטער מרים געשפּילט די הויפּט־ראָלע, און גאָט איז אידענטיפֿיצירט געוואָרן ווי די שכינה, וואָס די קבלה באַצייכנט ווי דער ווײַבערישער עלעמענט פֿון גאָט.

אין יענעם ערשטן יאָר האָט מען אָפּגעריכט אַ פֿרויען־סדר סײַ אין חיפֿה, סײַ אין ניו־יאָרק, און אין שפּעטערע יאָרן אויך אין באָסטאָן, וואַשינגטאָן און סאַנטאַ־קרוז, קאַליפֿאָרניע.

ס׳רובֿ פֿון יענע סדרים האָבן צוגעצויגן בערך 20־30 פֿרויען. אָבער אין 1994 האָט "מעיין" (מאַיאַן) אָרגאַניזירט אַ סדר אין ניו־יאָרק, און כּמעט 200 פֿרויען זענען געקומען. די "מעיין"־סדרים זענען געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט די אָרגאַניזאַציע שוין געדונגען אַ זאַל פֿאַר 500 מענטשן אינעם South Street Seaport אין מאַנהעטן, און אַפֿילו דאָס איז נישט געווען גענוג; האָט מען אָפּגעריכט פֿיר באַזונדערע סדרים במשך פֿון פֿיר נעכט נאָך אַנאַנד.

פֿאַראַיאָרן האָט די "דזשיי־סי־סי" (ייִדישער קהילה־צענטער) פֿון האַרטפֿאָרד, קאָנעטיקאָט, באַשלאָסן דורכצופֿירן אַ פֿרויען־סדר, אָנגעפֿירט פֿון דעבי פֿרידמאַן, און 800 פֿרויען זענען געקומען.

"פֿרויען האָבן געבראַכט זייערע מאַמעס און באָבעס, און מ׳האָט אַפֿילו געבראַכט עטלעכע פֿרויען אין די 90ער פֿון אַ מושבֿ־זקנים," האָט דייוויד דזשייקאָבס, דער עקזעקוטיווער דירעקטאָר פֿון דער "דזשיי־סי־סי" געזאָגט. "אַ סך פֿון זיי האָבן מיר געזאָגט ווי שטאַרק עס האָט זיי גערירט, און ווי עס האָט געביטן זייער צוגאַנג צו פּסח.

"איך האָב תּמיד געשפּילט בלויז איין ראָלע — מאַכן דאָס עסן," האָט איין פֿרוי געזאָגט. "איצט קען איך שפּילן אַן אַנדער ראָלע."