פּובליציסטיק
גיל ווידברידזש, קאַראַטע־לערער פֿאַר ייִדישע קינדערלעך
גיל ווידברידזש, קאַראַטע־לערער פֿאַר ייִדישע קינדערלעך

וועגן אָט דעם גיל האָב איך אײַך צוגעזאָגט צו שרײַבן, ווײַל ער איז אַן אויסנאַם פֿון אַ גיל, און דערצו אַן ערשט־קלאַסיקער סטודענט אין מיטעלן ייִדיש־קלאַס. אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן, פֿאַרמאָגט ער אַ געשיכטע אונטער זיך וואָס לוינט צו באַקענען זיך מיט איר. ער איז איבער זעקס פֿוס הייך, איך דערגרייך אים פּונקט ביזן פּופּיק. אַ יונג אַ קראַסאַוועץ, און לערנט ייִדישע קינדערלעך קאַראַטע אין קווינס. ער איז אַן ישׂראלי, דאָ שוין אַ פּאָר יאָר אין לאַנד, און נעכטן האָט ער זיך פֿאַרטרויט פֿאַר מיר, אַז אין ישׂראל פֿילט ער זיך ווי אַן ישׂראלי, דאָ פֿילט ער זיך ווי אַ ייִד, און בעת דער דיסקוסיע וועלכע זומער־ייִדיש־פּראָגראַם זאָל מען אויסקלײַבן, האָט ער זיך אָפּגערופֿן:

"צו וואָס און צו ווען. זיי קאָסטן דאָך אַ מאַיאָנטעק. לאָמיר אַריבערפֿאָרן קיין וויליאַמסבורג, קראַון־הײַטס, אָדער באָראָ־פּאַרק אין ברוקלין, וועט מען זיך אויסלערנען ייִדיש. מען וועט עס נאָר דאַרפֿן פֿאַרריכטן אין קלאַס."

דאַכט זיך, אַז איך האָב אײַך שוין באַקענט מיט אים אין אַ פֿריִערדיק אַרטיקעלע, אָבער ס׳לוינט זיך איבערצוחזרן. ווען ער גייט אַרויס פֿון מײַן אָפֿיס, קושט ער די מזוזה, כאָטש קיין מזוזה איז נישט בנימצא, און דער קלאַס נאָך אים, אַלע קושן די מזוזה. גיל איז נישט קיין פֿרומער בחור, אָבער ער אָטעמט מיט ייִדישקייט.

גיל הייסט אויפֿן פֿאַמיליען־נאָמען — וווּדברידזש, אַן אמתער גוייִשער נאָמען. דאָס האָט מיך שוין אינטריגירט. האָב איך אים געהייסן אַוועקזעצן זיך און אָנשרײַבן אַ פּאָר פּרטים פֿון זײַן פֿאַרגאַנגענהייט. ער האָט עס מיר דערלאַנגט נעכטן, געשריבן אויף ענגליש. זיץ איך און זעץ איבער די גאָר אינטערעסאַנטע געשיכטע, וואָס מ׳קען נישט אויסקלערן.

ער הייבט אָן מיט זײַן פֿעטער:

"מײַן פֿעטער פּעטריק איז געווען אַ פּאָלנער גוי, כאָטש ער האָט גאַנץ גוט געוווּסט, אַז ער איז אַ ייִד. און זײַנע דרײַ קינדער האָבן נישט געהאַלטן פֿון קיין שום רעליגיע. מײַן זיידע איז נישט געווען קיין ייִד, און נישט געקוקט אויף דעם האָט ער אַלע מאָל געטראָגן אַרום האַלדז אַ מגן־דוד זײַן גאַנץ פֿאַרהייראַט לעבן.

מײַן פֿעטער פּעטריק האָט פֿאַרלאָזט דאָס לערנען צו זעכצן יאָר. ער האָט באַשלאָסן צו פֿאַרענטפֿערן אַ פּאָר ברענענדיקע פֿראַגעס, איז ער געקומען קיין ישׂראל און זיך באַזעצט לעבן מײַן טאַטנס הויז, וועלכער האָט שוין דאָרט געפֿונען די וואָרצלען פֿון זײַן ייִדישקייט. דער פֿעטער האָט זיך פֿאַרלאָזט באָרד און פּאות, געשאָקלט זיך איבער דער גמרא, געדאַוונט און געזאָגט תּפֿילות, מיט איין וואָרט, ער איז געוואָרן אַ פֿרומער ייִד. דערווײַל האָט ער זיך צוריקגעקערט קיין ענגלאַנד. נאָך אַלץ ווי אַ ייִד, געוואָרן נאָענט מיט דער ייִדישער קהילה און מיט אַ קורצער צײַט שפּעטער האָט ער געפֿונען זײַן באַשערטע. דער אמת איז אַז ער האָט באַשלאָסן חתונה צו האָבן מיט איינער פֿונעם רבֿס טעכטער אין ענגלאַנד. דער שידוך איז געלונגען און מ׳האָט געשטעלט אַ חופּה און געפּראַוועט אַ חתונה כּדת־משה־וישׂראל.

די חתונה איז געווען גאָר אַן אינטערעסאַנטע (וואָס וועגן דעם אַ צווייט מאָל). מיט דער צײַט האָבן זיי געהאַט פֿיר קינדער. דאָס לעבן איז געווען אַ טראָפּ שטורעמדיק. זיי האָבן פּרובירט זיך באַזעצן אין ישׂראל, אָבער דאָס האָט אויך נישט געטויגט, האָבן זיי זיך צוריקגעקערט קיין ענגלאַנד. מײַן פֿעטער האָט אויסגענוצט די געלעגנהייט בעת טאָני בלייר, ענגלאַנדס פּרעמיער־מיניסטער, האָט באַשלאָסן צו געבן די ענגלענדער אַ פֿרײַע אוניווערסיטעט־דערציִונג, און אַלץ איז צוגעגאַנגען ממש גלענצנדיק, טראַכטנדיק אַז זיי וועלן שוין זײַן פֿאַרזאָרגט דאָ אויפֿן גאַנצן לעבן. אָבער אין הימל האָט די זאַך אָנגענומען גאָר אַן אַנדערן גורל.

עס האָט זיך אויסגעלאָזט, אַז מײַן פֿעטערס ווײַב האָט גאָר געגלוסט צו פֿרויען, און מיט דער צײַט האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זי פֿירט אַ לינקע ליבע מיט אַ פֿרעמדער דאַמע. דער פֿעטער האָט זיך דערוווּסט דערפֿון פֿון אַ גוטן פֿרײַנד און ווען ער האָט פֿאָרגעלייגט אַ פּשרה, האָט זי זיך דערשראָקן; וואָס וועלן מענטשן זאָגן, אַ רבֿס אַ טאָכטער. די זאַך האָט אָנגענומען אַ מיאוסן סוף, ביז זיי האָבן זיך צעשיידט און יעדער איינער פֿון זיי איז צוריקגעגאַנגען וווינען מיט זייערע עלטערן. די ייִדישע קהילה האָט עס געהאַלטן בסוד און נישט געוואָלט פֿאַרפֿלעקן די רעפּוטאַציע פֿון די משפּחות. אָבער דאָס פּאָרל איז נישט אײַנגעגאַנגען אויף קיין פּשרות און אַוועק קלאָגן זיך אין ציווילן ענגלישן געריכט.

דער פּסק איז געווען, אַז די קינדער געהערן צו דער מאַמען, און די מאַמע האָט נישט דערלויבט דעם טאַטן צו זען די קינדער. בײַם גטן זיך איז דער עלטסטער זון געווען אַכט יאָר אַלט, און דער פֿעטער האָט אים באַגעגנט ערשט ווען דער זון איז אַלט געוואָרן 21 יאָר. דעם פֿעטערס וועלט איז חרובֿ און נחרבֿ געוואָרן. ער האָט אַלץ אָנגעוווירן. זײַן ווײַב, זײַנע קינדער און זײַן גלויבן אין גאָט. דאָ האָט ער באַשלאָסן אויס מיט דער ייִדישקייט. ער האָט זיך אָפּגעשוירן די באָרד מיט די פּאות, אויסגעטאָן די יאַרמלקע מיט דער קאַפּאָטע. אויס ייִד, צוריק גוי.

מײַן פֿעטער פּעטריק, דער פֿרומער ייִד האָט איצט אויסגעזען ווי אַ פּאָלנער ענגלענדער און גענומען בויען פֿאַר זיך אַ נײַ לעבן, און אַזוי ווי שׂכל האָט אים נישט געפֿעלט האָט ער באַקומען אַן אַרבעט אויפֿן געביט פֿון טעכנאָלאָגיע, און גענומען גוט פֿאַרדינען. ער האָט אַוועקגעוואָרפֿן דאָס כּשרות און מיט דער צײַט געפֿונען אַ צווייטע באַשערטע. אַדריענאַ האָט זי געהייסן, אַ פֿײַנע קאַטוילישע איטאַליענערקע. זייער ערשט מיידעלע האָבן זיי אַ נאָמען געגעבן דיאַנאַ.

דאָס לעבן איז געפֿלאָסן מיט אַ פֿריידיק ריטעם, דער עיקר אַ צופֿרידן צוזאַמענלעבן, און אָן שום רעליגיעס. מיט איין חסרון אָבער. דאָס צווייטע ווײַב האָט געוואָלט האַלטן אַ פּאָר פֿון די קאַטוילישע טראַדיציעס אויס דרך־ארץ פֿאַר איר מוטער. זי האָט אַלע מאָל געפֿאָלגט איר מאַמען. זי האָט נישט געגעסן חזיר־פֿלייש, זי האָט געזאָגט, אַז ס׳איז אַזאַ מינהג אין איר משפּחה, און אַזוי ווי מײַן פֿעטער האָט ליב געהאַט זײַן ווײַב האָט ער אָנגענומען באַהבֿה אירע קאַטוילישע טראַדיציעס און מינהגים.

ס׳איז געקומען די צײַט צו באַקענען זייער טאָכטער דיאַנאַ מיט אירע איטאַליענישע קרובֿים, וועלכע האָבן זיך געפֿונען אין דרום־איטאַליע. די משפּחה האָט פֿאַרמאָגט אַ פּרעכטיק שיינעם פֿאַרמהויז מיט אַ סך לאַנד, מיט פֿרוכט־ביימער. דאָס אָרט האָט דערמאָנט אין אַ דערפֿל. דיאַנאַס באָבע־זיידע האָבן זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן טײַערע מענטשן און כאָטש זיי האָבן געהינקט אויף זייער ענגליש, האָט זיי אָבער גאָרנישט געשטערט ווען ס׳איז געקומען צו זייער ליבשאַפֿט צום אייניקל.

דאָס הויז האָט זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן שיין און גרויס. בײַם אַרײַנגאַנג, אויף דער וואַנט איז געשטאַנען אַ גלעזערן קעסטעלע מיט אַ קליין ספֿר־תּורהלע אינעווייניק. ווען פּעטריק האָט אויספּרובירט צו דערגיין וואָס פֿאַר אַ מזוזהלע דאָס איז, האָט ער זיך אָנגעשטויסן אין אַ פּאָר לאַטײַנישע ווערטער. אַדריענאַ, זײַן ווײַב האָט פּרובירט אויפֿקלערן, אַז דאָס איז איינס פֿון איר מאַמעס איבערגלייבערישע טראַדיציעס. די מאַמע אירע רעדט אַלע מאָל וועגן אַן עין־הרע, און דאָס שטייט געשריבן טאַקע אין דער מזוזה מיט דעם פּיצעלע ספֿר־תּורהלע. דאָס דאַרף פֿאַרהיטן דאָס הויז פֿון אַלעם בייזן. אַדריענאַ האָט בכלל נישט געוווּסט וואָס אַזוינס איז אַן עין־הרע און נישט פֿאַרשטאַנען ווי אַזוי אַן אויג קען זײַן אַזוי שלעכט וואָס מען מוז עס איבערחזרן כּסדר.

פּעטריק איז געווען פֿאַרחידושט. עס האָט אויסגעזען, אַז קאַטאָליקן פֿאַרמאָגן אַזעלכע מאָדנע זיטן וואָס ער האָט קיין מאָל נישט געהערט פֿון זיי. צו מאָרגנס האָבן אַדריענאַס עלטערן אַלע גענומען באַקענען זיך מיט דער באָבען און זיידן, איז דאָס געווען אויפֿן בית־עולם וואָס איז געשטאַנען בײַם ראָג פֿון דערפֿל. געקומען זײַנען זיי מיט אַ בוקעט בלומען און גלײַך צו די מצבֿות פֿון דער משפּחה. פּעטריק האָט באַמערקט, אַז אַלע מצבֿות האָבן געטראָגן דעם זעלבן נאָמען. אַלע מענער זײַנען געווען אַהרן, און אַלע פֿרויען — רחל. ווי איבערראַשט ער איז געוואָרן ווען ער האָט באַמערקט אַז די מצבֿות האָבן אויף זיך נישט געטראָגן קיין קרייצן, און אַ חוץ דעם, גיבן די קאַטאָליקן זייערע קינדער נעמען פֿונעם אַלטן טעסטאַמענט.

קיינער האָט נישט פֿאַרמאָגט קיין ענטפֿערס אויף פּעטריקס פֿראַגעס, ווײַל זײַנע פֿראַגעס זײַנען געווען אויסטערליש און אָנגעמאַכט אַ סומאַטאָכע אין זײַן וועזן. מיט אַ טאָג שפּעטער זײַנען זיי אַלע אַוועק אָנקוקן דאָס דערפֿל. די קירכע איז געשטאַנען אין מיטן דאָרף און דאָרט האָט אויף אים געוואַרט נאָך אַן איבערראַשונג. בײַ דער זײַט פֿון דעם האָלצערנעם קרייץ האָט געשײַנט אַ גאָלדענער מגן־דוד און פּעטריק איז איצט שוין געווען נאָך מער איבערגענומען מיט אַזעלכע נעמען ווי: טהרה, מזוזה, עין־הרע. מיט אַ טאָג שפּעטער זײַנען זיי אַוועק אָנקוקן די פֿעלדער. אַדריענאַס משפּחה האָט פֿאַרמאָגט ריזיקע שטחים לאַנד. אין אַ מאָמענט פֿון ליבשאַפֿט, האָט אַדריענאַ גענומען פּעטריקן צו זען איינס פֿון אירע באַליבטע ערטער. דאָס פֿעלד איז באַשטאַנען פֿון לויטער פּרדסים, אָבער פּעטריק האָט זיך אָפּגעשטעלט דווקא לעבן אַ ציטרין־בוים.

'דו ווייסט אפֿשר וואָס דאָס איז?’ — האָט ער געוואָלט וויסן.

'ניין,’ האָט געענטפֿערט אַדריענאַ. דאָס איז אַ בוים וואָס וואַקסט דאָ די אַלע יאָרן און קיינער פֿאַרנעמט זיך נישט דערמיט. עס וואַקסט ווילד, און מײַן מאַמע נוצט אַמאָל אַ לימענע צום קאָכן.’

פּעטריק האָט זיך שוין נישט געקענט באַהערשן:

'פֿרוי איינע! מיט דער פֿרוכט האָבן זיך באַנוצט בלויז ייִדן ווען זיי האָבן געדאַנקט זייער גאָט.’"

מסתּמא וועט גיל שרײַבן מער. איך דערוואַרט פֿון אים לאַנגע געשיכטעס פֿון זײַן יונג לעבן. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, איך בין אַרומגערינגלט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט מיט פֿאַרשיידענע יונגע־לײַט און מיידלעך, און יעדע און יעדער איינער פֿון זיי פֿאַרמאָגט אַ וועלט וואָס איז דערגאַנגען צו זיי ממעמקים, פֿון ווײַטע מקומות. דער עיקר לאָזט מען נישט אַדורך קיין געלעגנהייט צו דערגיין זייער אָפּשטאַם, און אַ חוץ דעם זײַנען מיר שטאַרק אָנגעפֿלאָסן איינס מיטן אַנדערן. דאָ הערשט ליבשאַפֿט און אַ ייִדישלעכע אַטמאָספֿער. ס׳איז אַ מיניאַטור ייִדיש לאַנד.

דער פֿאַרמעסט אין קאַראַטע־קלוב, פֿלאָשינג, קווינס
דער פֿאַרמעסט אין קאַראַטע־קלוב, פֿלאָשינג, קווינס