רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַן אינטערעסאַנטער אופֿן צו עסן לאָקשן פּסח איז צו מאַכן זיי פֿון זוקיני. אין דעם רעצעפּט באַגיסט מען די לאָקשן מיט אַ זייער באַטעמטן קנאָבלדיקן אַוואָקאַדע־סאָוס. ס׳איז געזונט אויך: אַ סך ווייניקער קאַלאָריעס ווי געוויינטלעכע לאָקשן.

כּדי אויסצושנײַדן די זוקיני ווי דינע לאָקשן, קען מען ניצן אַן אָפּשיילער אָדער אַ מעסערל, אָבער אויב איר האָט אַ גרינסן־הובל (mandoline slicer) אָדער אַ ספּיראַל־צעשנײַדער (באַקאַנט בלע״ז ווי אַ spiralizer), וועט עס גיין אַ סך גיכער.


3 זוקיניס, צעשניטן אויף לאַנגע דינע לאָקשן

2/3 טעפּל וואַסער

1/4 טעפּל לימענע־זאַפֿט

1/4 טעפּל איילבערט־בוימל

1 צעקוועטשטע אַוואָקאַדע

3/4 טעפּל פֿרישע באַזיליק־בלעטלעך

2—4 ציינדלעך קנאָבל, לויט אײַער געשמאַק

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק


גרייט צו די זוקיני־לאָקשן. מישט צונויף די אַנדערע באַשטאַנדטיילן אין אַן עלעקטרישער שפּײַזמאַשין, ביז דער סאָוס ווער גלאַטיק. גיסט דעם סאָוס אויף די זוקיני־לאָקשן און דערלאַנגט צום טיש.