פּערזענלעכקײטן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק באַשעוויסעס צײַגעניש ווי אַ מיטגליד אין פּען-קלוב, 1932־1933
יצחק באַשעוויסעס צײַגעניש ווי אַ מיטגליד אין פּען-קלוב, 1932־1933

מיט אַ יאָר פֿופֿצן, צי אַפֿילו מער, צוריק האָב איך פּלוצעם דערהאַלטן אַ בריוו פֿון אַן עלטערן ייִדישן שרײַבער. איך האָב דעמאָלט געוווינט אין אָקספֿאָרד, און דאָס בריוול איז אָנגעקומען פֿון ניו-יאָרק. די רייד איז אין אים געגאַנגען וועגן דעם ייִדישן פּען-קלוב — דעמאָלט האָב איך זיך, אַ פּנים, צום ערשטן דערוווּסט וועגן זײַן עקזיסטענץ. צו יענער צײַט האָב איך שוין זיכער געוווּסט וועגן דעם אינטערנאַציאָנאַלן פּען-קלוב גופֿא, ווײַל רוסישע צײַטונגען האָבן אין די "פּערעסטרויקע"-יאָרן געשריבן וועגן דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, בפֿרט וועגן דעם פֿאַקט, וואָס סאָוועטישע מחברים האָבן באַקומען צו איר אַ צוטריט אין 1989. אַגבֿ, פֿאַרן פֿאָרזיצער פֿון דער סאָוועטישער בראַנזשע האָט מען אויסגעוויילט דעם שרײַבער אַנאַטאָלי ריבאַקאָוו, וואָס איז באַקאַנט געוואָרן אַ דאַנק עטלעכע ראָמאַנען, אַרײַנגערעכנט דעם חורבן-ראָמאַן "שווערער זאַמד".

אָבער — צוריק צום בריוו. דער ניו-יאָרקער שרײַבער האָט מיר דערציילט, אַז די ייִדישע פּען-מענטשן זײַנען צו יענער צײַט שוין אַלט געוואָרן און האָבן שוועריקייטן מיט אונטערהאַלטן דעם ייִדישן פּען-קלוב ווי אַ פֿונקציאָנירנדיקע אָרגאַניזאַציע. באַזונדערס שווער איז געווען צו באַטייליקן זיך אין די רעגולערע צונויפֿקומענישן פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן קלוב. האָט ער בײַ מיר געפֿרעגט צי איך וואָלט געווען אַ בעלן זיך צו באַשעפֿטיקן מיט דעם קלוב און אים פֿאָרצושטעלן בעת די צוזאַמענפֿאָרן.

דעם אמת זאָגנדיק, האָב איך זיך געחידושט דעמאָלט, אַז דווקא מיך האָט מען פֿאָרגעלייגט דעם כּבֿוד. כ׳האָב זיך געחידושט, ווײַל איך בין תּמיד געווען — און בלײַב — גאַנץ סקעפּטיש געשטימט מכּוח מײַנע שרײַבערישע פֿעיִקייטן. איך האָב טאַקע געשריבן דערציילונגען, און איין מאָל אין אַ פּורים טו איך עס איצט, אָבער פֿאַר קיין ריכטיקן "שרײַבער" האָב איך זיך קיין מאָל ניט געהאַלטן. צוריק גערעדט, איז דאָך דער פּען-קלוב אויסגערעכנט אויף פּאָעטן, עסיייִסטן און נאָוועליסטן (ראָמאַניסטן), און עסייען שרײַב איך די גאַנצע צײַט... אַן ערך אַזוי האָב איך דעמאָלט אַ טראַכט געטאָן, און אָנגעשריבן, אַז איך בין מסכּים.

און שוין. פֿון דעמאָלט אָן האָב איך פֿון דעם פּען-קלוב-מענטשן קיין וואָרט ניט געהערט. דאָס הייסט, אַז מיר האָבן זיך דערנאָך געטראָפֿן ניט איין מאָל, גערעדט וועגן כּלערליי זאַכן, אָבער די טעמע פֿון פּען-קלוב איז קיין מאָל ניט אויפֿגעהויבן געוואָרן. פֿאַר וואָס? קיין ענטפֿער האָב איך ניט. השערות האָב איך יאָ, אָבער וועגן זיי וועל איך בעסער מאַכן אַ שווײַג. בפֿרט נאָך, אַז ניט אין מיר גייט עס. מע האָט דאָך ניט נאָר מיך ניט צוגעצויגן צו דער זאַך. דעם קלוב האָט מען גענומען און פּשוט באַגראָבן. איך באַשולדיק קיינעם ניט פּערזענלעך — חס-וחלילה. אָבער דאָס איז, בלי-ספֿק, אַ גוואַלדיקער אָנווער פֿאַר אונדזער קולטור.

ווען מע לייענט די געשיכטע פֿון דעם ייִדישן פּען-קלוב, פֿאַרשטייט מען וויפֿל ענערגיע איז אינוועסטירט געוואָרן אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג, ווען אין די 1920ער יאָרן האָט אַ גרופּע ענטוזיאַסטן געזוכט אַ וועג צו אַזאַ אָנערקענונג. לויט זײַן סטאַטוט, האָט דאָך דער אינטערנאַציאָנאַלער פּען-קלוב אָנגענומען נאָר אַזעלכע נאַציאָנאַלע קלובן, וועלכע האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ לאַנד, און דאָס ייִדישלאַנד איז קיין לאַנד ניט געווען. עס האָט געדויערט אַ היפּש ביסל צײַט, ביז די וואַנט פֿונעם סטאַטוט איז, סוף-כּל-סוף, דורכגעבראָכן געוואָרן, און אין יאָר 1927 האָט זיך, סוף-כּל-סוף, באַוויזן דער ייִדישער פּען-קלוב.

מע דאַרף פֿאַרשטיין, אַז דאָס איז געווען אַ גאַנץ זעלטענע אָרגאַניזאַציע, ווײַל זי האָט פֿאָרגעשטעלט ניט קיין פּאָליטישן שטראָם, נאָר די וועלט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה איז דער הויפּט-צענטער פֿונעם ייִדישן קלוב געווען (לכל-הפּחות, אָפֿיציעל) אין ווילנע, אָבער דערנאָך האָט ער געמוזט זיך באַזעצן אין ניו-יאָרק. דער ערן-פּרעזידענט פֿון דעם קלוב איז געווען שלום אַש. פֿון ניו-יאָרק, האָט דער ייִדישער פּען-קלוב אַרויסגערוקט יצחק באַשעוויס-זינגערן אויף דער נאָבעל-פּרעמיע.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט דער דיכטער לעוו בערינסקי זיך דערמאָנט וועגן דעם פּען-קלוב. איך געדענק אונדזער שמועס וועגן דעם ענין — מיר האָבן זיך דעמאָלט געטראָפֿן אין חדרה. איך האָב לעוון דעמאָלט געזאָגט, אַז ס׳איז אַ טויטע זאַך, אַז צו באַנײַען דעם קלוב וועט מען ניט לאָזן, ווײַל אַזוי איז שוין פֿאַרפֿירט געוואָרן אין דער ייִדישער וועלט (און אפֿשר אין דער ניט-ייִדישער אויך): ס׳איז צו מאָל גרינגער צו שאַפֿן אַ נײַע אָרגאַניזאַציע איידער אויפֿצולעבן אַן אַלטע. אויף וויפֿל איך געדענק, האָט לעוו פֿון דעסטוועגן פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אָפֿענעם בריוו. אָבער צום באַדויערן בין איך געווען גערעכט: די זאַך האָט זיך ניט אַ ריר געטאָן פֿונעם אָרט.

דער סך-הכּל:

פֿון דעם 25סטן אַפּריל ביזן 1טן מײַ איז אין ניו-יאָרק דורכגעגאַנגען דער פּען-פֿעסטיוואַל, וואָס הייסט "שטימען פֿון דער וועלט". אָבער קיין קול פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָט מען דאָרטן ניט געהערט. און דאָס איז אַ שאָד, ווײַל אונדזער ליטעראַטור איז גאָר ניט טויט. זי איז ניט גרויסצאָליק, אָבער — גאָר ניט טויט. דעם 12טן אַפּריל, האָט דער הצלחהדיקער שאַפֿערישער אָוונט פֿון באָריס סאַנדלערן געוויזן, אַז מע קען צוציִען אַ היפּשן עולם. דער גרויסער זאַל פֿון דעם צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע איז געווען פֿול געפּאַקט, און בײַם אַרײַנגאַנג האָט מען געבעטן אַן איבעריקן בילעט.

טאָ אפֿשר איז געקומען די צײַט אָנצופֿילן דעם ייִדישן פּען-קלוב מיט אַ נײַעם אינהאַלט?