געשיכטע
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ייִדישע פּויערנקעס בײַ דער אַרבעט, דרום אוקראַיִנע, 1930ער יאָרן
ייִדישע פּויערנקעס בײַ דער אַרבעט, דרום אוקראַיִנע, 1930ער יאָרן
Courtesy of the American Jewish Joint Distribution Committee

צוריק צום אָנהייב

כ’האָב, דאַנק דיר, גאָט, דערלעבט ביז אַ טיפֿן עלטער און, מסתּמא, איז שוין לאַנג צײַט צו מאַכן אַ מין שטריך־אונטערצי, אַ סך־הכּל. דערווײַל האַלט איך עס אין איין אָפּלייגן און אפֿשר איז עס שוין אַן אָנהייב:

ווײַטע פֿאַרגאַנגענהייט, וואָס ניט צום צוריקברענגען. מיר דאַכט, אַז עס פֿאָדערט זיך ניט קיין פֿענאָמענאַלער זכּרון אויף דעם וואָס ס'איז געווען. זעט אויס, דאָס לעבן אַליין האָט אָפּגעקליבן דאָס וויכטיקסטע און אין אַ פֿאַרהוילענער טיף פֿאַרהיט אומאָפּמערקלעכע שפּורן. איז ביז וואַנען דער קאָפּ איז נאָך דערבײַ, דאַרף מען עס אָפּכאַפּן...

ליכט און שאָטן. אַ חושכדיק און איינצײַטיק אַ גוט לעבן. גורלות פֿון מענטשן, וועמענס אָטעם איז שוין פֿון לאַנג פֿאַרקילט געוואָרן. כּלומרשט אייגענע און פֿאַקטיש אַלגעמיינע ייִדישע פּראָבלעמען, וואָס האַלטן נאָך אין איין גליִען.

איז אָט: באַלד וועל איך אָפּשרויפֿן דאָס הענטלפּען, וואָס לאָזט זיך נאָך פֿירן, אויסגלײַכן די ווײַסע בייגעלעך פּאַפּיר און גלײַך פֿון אָרט אַריבערפֿירן די צײַט כּמעט אויף אַ גאַנצן יאָרהונדערט. זיי גייען מיר נאָך, די קינדער־יאָרן. זיי לעבן אויף אין פֿולן אמת, ווי דאָס איז געווען. זיי פֿאָדערן באַדאַכטקייט.

ניט פֿון דעם ווילט זיך אָנהייבן, נאָר גיי טו עפּעס, אויב איך האָב נאָך פֿאַרכאַפּט און, ווי מיר דאַכט זיך, פֿאַרגעדענקט די בלוטיקע פּאָגראָמען אין די יאָרן פֿון בירגערקריג. צווישן די דרײַ הונדערט טויזנט ייִדישע קינדער, וואָס זייערע עלטערן האָבן די רוצחים אומגעבראַכט, זײַנען געווען אויך מײַנע שוועסטער־קינדער. איינע פֿון זיי, בראָניע פּריצקער, האָט דערנאָך אָנגעטראָפֿן אין דער באַוווּסטער מאַלאַכאָווקער קינדער־קאָלאָניע. דאָרט האָט מען זי אָנגעשטעקט מיט אַ ניט־געשטילטן דראַנג צו לייענען ייִדישע ביכער.

אַהין, צו די פֿרי־געוואָרענע יתומים, פֿלעגן רעגולער קומען, אָדער גאָר דאָרט געטאָגט און גענעכטיקט, די עליטע פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט. מאַרק שאַגאַל האָט ניט נאָר געקנעלט, נאָר ער פֿלעגט שטיין בײַנאַנד מיט דער קעכערין, ס’זאָל, חלילה, עמעצן ניט אָנקומען ווייניקער מיט אַ לעפֿל קאַשע. דאָס זעלבע לאָזט זיך זאָגן וועגן דעם באַרימטן ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקאָלאָג יואל ענגעל. ווער רעדט שוין פֿון אונדזערע שרײַבער און דיכטער — דער ניסתּר, יחזקאל דאָברושין, דוד האָפֿשטיין. מיט די קינדער האָבן זיי גערעדט מער מיט האַרץ, ווי מיטן מויל.

פּאָגרעבישטשע, אַ שטעטל ווי הונדערטער אַזוינע, נאָר דאָ איז מײַן קינדער־וויגעלע געשטאַנען. אין דעם אָרט האָט זיך אָנגעהויבן דער סאַמע אָנהייב פֿון מײַן וועלטס געבוירן, געלעבט מיט אַלע מײַנע אַרויפֿן און אַראָפּן און ווען נאָר איך. מיר לעבן ניט נאָר קעגן דעם ווילן פֿון פּעטליורעס אַטאַמאַנען, היטלערן, סטאַלינען. אַמאָל, גאָר, גאָר אַמאָל, ווייסן מיר, איז רוים געווען דער גרעסטער סימבאָל פֿון שׂינאה צו ייִדן. רוים האָט נאָך אינעם ערשטן יאָרהונדערט פֿאַר דער נײַער צײַט־רעכענונג פֿאַרקנעכט ארץ־ישׂראל. דערנאָך חרובֿ געמאַכט ירושלים און פֿאַרברענט דעם בית־המיקדש. ייִדן־שׂינאה ציט זיך פֿון ווער ווייסט ווען און, דאַכט זיך, אָן אַ סוף. איך, אָבער, האַלט זיך אין דעם מאָמענט בײַ מײַן היים־שטעטל. איז אָט: נאָך מיט 363 יאָר צוריק האָבן באָגדאַן כמעלניצקיס רוצחים פֿאַרטריבן אַלע ייִדן פֿון פּאָגרעבישטשע אין דער היגער שול און אַלעמען לעבעדיקערהייט פֿאַרברענט.

ווי פֿון הינטער דער ערד, נאָר אין מײַן שטעטל האָבן ייִדן זיך ווידער באַוויזן און, ניט געקוקט אויף די באַגרענעצונגען, רדיפֿות, האָבן זיי, ווי גאָט האָט אָנגעזאָגט, גענומען זיך מערן.

נאָך הונדערט יאָר זײַנען פֿאַרבײַ, און נאַ דיר — ווידער אַ ביטערע סדרה — דאָס מאָל אַ בייזע אָנשיקעניש מיטן נאָמען הײַדאַמאַקעס — אוקראַיִנישע פּויערים, אויפֿשטענדלער וואָס האָבן געקעמפֿט קעגן רײַכע פּוילישע שלאַכטשיצן און קאַטוילישע גלחים. "קעגן פּוילישע", נאָר פֿאַר איינס — קעגן די "זשידעס", וואָס די מערהייט פֿון זיי זײַנען געווען באַשעפֿטיקט אין מלאָכות און אַ שטיקל פּיסנע ברויט, באַשיט מיט מעלעץ, איז שוין געווען אַ פֿאַרגעניגן. אין אומאַן האָבן כמעלניצקיס נאָכפֿאָלגער איבערגעלאָזט אַ געדיכטן וואַלד פֿון מצבֿות, נאָר אויך פּאָגרעבישטשע האָבן זיי ניט פֿאַרגעסן: געראַבעוועט, פֿאַרגוואַלדיקט, געהרגעט.


ניט אויסגעלעבטע לעבנס

אין די יאָרן פֿון בירגערקריג זײַנען אין פּאָגרעבישטשע און אין פֿיל אַנדערע שטעטלעך געשאַפֿן געוואָרן זעלבשוץ־אָטריאַדן. מע איז געקומען צום שׂכל, אַז ס’איז ניט געווען און ניטאָ אויף וועמען זיך צו פֿאַרלאָזן. ניטאָ! איך ווייס, וואָס הייסט מלחמה האַלטן, נאָר בײַ אַ נויט מוזן מיר זיך פֿאַרלאָזן נאָר אויף זיך אַליין. הײַנט הוליען שוין ניט די אַטאַמאַנען, אָבער שׂונאים פֿאַרמאָגן מיר ניט ווייניקער ווי אַמאָל. דער ווייטיק לאָזט ניט אָפּ דעם זכּרון.

ווי געזאָגט, ליגט אין הײַנטיקן כּתבֿ־יד אַ דורכגעלעבט לעבן. גייט זי מיר נאָך, די קינדשאַפֿט. אין העכער נײַנציק יאָר אַרום, ווען בײַ מענטשן האָבן זיך שוין באַוויזן שפּראָצונגען פֿון דריטן, אויב ניט פֿון פֿערטן דור, שווימט אַרויס, ווי פֿון אַ נעפּל, מײַן ערשטע דערמאָנונג.

ס’איז געווען אין אַ יריד־טאָג. איך און מײַן עלטערע שוועסטער (איך געדענק אַפֿילו, ווי אירע פּעך־שוואַרצע האָר זײַנען געווען פֿאַרפֿלאָכטן אין לאַנגע צעפּ, און זיי האָבן ווי אַ קראַנץ אַרומגעריגלט איר קאָפּ) גייען פֿון ערגעץ איבער די שמאָלע געסעלעך און ליקעלעך, לענג־אויס הייף, פֿול מיט גרינס און קוסטעס בלומען. מיר זײַנען שוין אין צענטער, ניט ווײַט פֿונעם קלויסטער און פּלוצעם, אָן אַ פֿאַרוואָס, רײַס איך אַרויס מײַן האַנט פֿון אירער, שפּרינג אָפּ אין אַ זײַט און לאָז זיך, ווי אַ יונג לאָשעקל, לויפֿן.

דאַרף זיך טרעפֿן, אַז גראָד אין דער מינוט, און אויף דעם אָרט, האָט יאַנקל דער בעל־עגלה געפֿירט אין זײַן פֿאַעטאָן אַ פּאַסאַזשיר און — אַרויף גלײַך אויף מיר. צום גליק, האָט ער זײַן פֿערד אײַנגעהאַלטן צו דער צײַט, נאָר פֿון פֿאַרדראָס האָט עס מיך אַ דראַפּע געטאָן מיטן צײַמל און אַ פּאָר מאָל אַ כראַקע געטאָן אויף מיר מיט שוימיקער סלינע. אַ שטאַרק אָנגעשראָקענעם, אַ באַשפּיגענעם, האָט מען מיך געבראַכט אַהיים. אויסגעטאָן נאַקעט, האָט מען מיך אַרומגעקוקט פֿון אַלע זײַטן, באַטאַפּט וווּ נאָר אַ גליד; קיין שלעכטס ניט באַמערקט (זאַהיקען האָב איך זיך אָנגעהויבן, נאָר מיט דער צײַט איז עס איבערגעגאַנגען) און מע האָט מיך איבערגעגעבן מײַן זיידן, שלמה־לוזער, אין די הענט. צו אים האָב איך שטענדיק ליב געהאַט זיך לאַשטשען און אויך ער, דאַרף מען מיינען, פֿלעגט דערבײַ שעפּן גרויס נחת. האָט זיך זײַנס אַן אייניקל צעוויינט, האָט ער געקענט מיט אים פֿירן אַ שטום־לשונדיקן טרייסט־געשפּרעך. זײַן אויסזען: אַ הוילער, אַ גלאַנציק־גלאַטער קאָפּ אין אַ זײַדענער יאַרמלקע. זײַן פּנים, מיט שטאַרק אויפֿגעלאָפֿענע בלויע אָדערן בײַ די שלייפֿן, האָט זיך געפֿאַלדעוועט אין טיפֿע קנייטשן. אַ דין־אויסגעצויגענער האַלדז, אַ לאַנגע, ברייטע באָרד, צעטיילט אויף צוויי גלײַכע טיילן. זײַן טועכץ איז געווען צו לערנען תּורה. צו דעם האָט ער זיך פֿאַרפֿליכטעט און דאָס איז געווען זײַן דערקוויקעניש. אויפֿגעשטאַנען אַ בליץ אויף טאָג, אָפּגעזאָגט "מודה־אַני" — דעם דאַנק — ניט געכאַפּט, ווי דער רעליגיעזער געזעץ פֿאָדערט, באַגאָסן די הענט מיט נעגל־וואַסער, און נאָך ניט פֿאַרזוכנדיק קיין ברעקל ברויט אין מויל, זיך גענומען פֿאַר אַ ספֿר.

געלייענט האָט ער אויסנווייניק. געזעסן אײַנגעבויגן מיט אַן עלטערלעך פֿאַרקײַלעכדיקער פּלייצע און הויך אויף אַ קול איבערגעחזרט, וואָס די הייליקע ווערטער האָבן צו זאָגן. דער זיידע האָט געגלייבט דער גרויסער אָפּנאַרערין — די האָפֿענונג. ווען מע האָט אים אָנגעזאָגט די "גוטע" בשׂורה, אַז מע קלײַבט זיך פֿאַרמאַכן די שיל, וווּ ער האָט געהאַט אַן אָרט בײַ דער מיזרח־וואַנט, האָט ער פֿאַרביסן אַ שפּיץ באָרד און מיט אַ צעווייטיקט האַרץ אַ זאָג געטאָן:

— זיי וועלן ברעכן דעם קאָפּ, אָבער ייִדן וועלן פֿאַרבלײַבן ייִדן.

די ייִדן פֿון מײַן געבורט־שטעטל זײַנען געווען צווישן די זעקס מיליאָן קדושים, וואָס זײַנען אומגעקומען צוליב זייער ייִדישקייט.

אָנגעשריבן, איבערגעלייענט און אַ קלער געטאָן: ווידער האָט עס מיך פֿאַרטראָגן צו אַ יסורים־סוף און איך וויל הײַנט קיינעם ניט באַטריבן. איז אויף צוריק צום אָנהייב. דאָ וועט זיך שוין מײַן זכּרון ניט אויסגליטשן. איז הערט:

דער זיידע האָט ליב געהאַט טיי, ערשט פֿונעם זודיקן סאַמאָוואַר אָנגעגאָסן. אַנשטאָט צוקער פֿלעגט ער אין דעם גלאָז אַרײַנוואַרפֿן שטיקלעך אײַנגעבראָכענע האַרטע, געל־פֿאַרברוינטע בייגעלעך. אין יענעם שלימזלדיקן טאָג האָט ער די אויף האַלב־פֿולע גלאָז אַ רוק געטאָן צו מיר און אָנגעזאָגט כ’זאָל קאַלויצען מיטן לעפֿעלע, וועט די טיי זיס ווערן. דעם זיידנס אַ וואָרט האָט געהאַט בײַ מיר אַ ווערט, האָב איך זיך שטאַרק געסטאַרעט, נאָר גיי טו עפּעס. הכּלל, אָט דאַן האָב איך שוין ניט אויסגעהאַלטן, זיך צעוויינט און אויסגעשריִען:

— קאַלויצע, קאַלויצע, קאַלויצע אַליין!

בײַ אונדז אין שטוב איז דערנאָך אָפֿט קיין צוקער ניט געווען און ניט איין מאָל פֿלעגט מיר די מאַמע מיט אַ שמייכל און אַ קרעכץ אַ זאָג טאָן:

— קאַלויצע, קאַלויצע וועט די טיי זיס ווערן.


ייִדן מיט אַ פּגם

אַ לעבן איז פֿאַרבײַ און איך לאָז זיך ווידער צו מײַנע קינדער־יאָרן, וואָס זײַנען מיר ביז הײַנט ניט פֿאַרפֿרעמדט געוואָרן. אַ פֿאַרטראָגענער אין מײַנע געדאַנקען, טו איך אַ בלאָנדזשע מיט די אויגן און זע מיט פֿיל פּרטים אונדזער געדונגענע שטוב מיט דעם שטרויענעם דאַך, וואָס איז שוין דאַן געווען שטאַרק טונקל פֿון אַלטקייט און רעגנס. איך זע דאָס ציטערנדיקע פֿלעמל פֿונעם לעמפּל מיטן צעקאַליעטשעטן גלעזל, דאָס ענגע אַלקערל מיטן שמאָלן טאַפּטשאַנדל, וווּ איך פֿלעג זיך אײַניורען אויף נאַכטלעגער; אונדזער צוויי־שטאָקיקן בופֿעט מיטן אויסגעשטעלטן געפֿעס. וואָס דאַרפֿט איר מער, איך האָב פֿאַרגעדענקט דעם קוויטשעדיקן סקריפּ פֿון די פֿאַרזשאַווערטע זאַוויסעס, בײַם עפֿענען די אַרײַנגאַנג־טיר און דעם פֿרישן, איידעלן אַראָמאַט, וואָס פֿלעג זיך דערטראָגן פֿון אונדזער גערטנדל.

און איך אַליין. מײַן געשטאַלט. צו אַ חתן־בחורל איז מיר נאָך ווײַט געווען, נאָר פֿון באָדן זיך אין טײַך איין מאָל אַ טאָג (פֿון גאַנץ פֿרי ביז די זון פֿאַרגייט), האָט מען מיך שוין אָפּגעלערנט. געהייסן האָט עס, אַז מע האָט מיך גענומען אין די הענט, כּדי כ’זאָל כאָטש מיט דער צײַט ווערן אַ מענטש.

ווערן אַ מענטש האָב איך אין שטעטל אַלץ איינס ניט געקענט, ווײַל פֿון קליינערהייט האָב איך פֿאַרמאָגט אַ פּגם — אַ פֿלעק, און נאָך אַ וועלכן! שוין אָפּגערעדט דערפֿון, וואָס מײַנע עלטערן האָבן ניט געקענט זײַן קיין מיטגלידער פֿון פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַראיין און דערפֿאַר האָט מען זיי אָפּגעזאָגט אין אַ ריי לגאָטעס, האָט מען נאָך בײַ זיי אָפּגענומען דאָס רעכט צו וויילן און זײַן אויסגעוויילט. הײַנט קען עס אַרויסרופֿן אַ חוזק־שמייכעלע, אַ זאָג: אַ זאַך, וואָס האָט ניט די ווערט אַ פּעטרישקע. דאַן, אָבער, איז מיט אַזאַ שאַנדצייכן נישט אַזוי פּשוט געווען אָנקומען אויף אַן עטוואָס בעסערער אַרבעט און נאָך שווערער אין אַ הויכשול. ווער רעדט שוין פֿון פֿאַרנעמען אַ וועלכן ניט איז פֿאַראַנטוואָרטלעכן פּאָסטן.

מיר דאַכט, אַז כ’האָב ניט קיין טעות, נאָר אין אונדזער שטעטל זײַנען די מערהייט ייִדן פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר דעקלאַסירטע עלעמענטן און קיינער האָט ניט פּראָטעסטירט. ניט געפֿרעגט, פֿאַר וועלכע זינד קומט עס אונדז? גיכער פֿאַרקערט: מע האָט געצוווּנגען און טאַקע זייער פֿיל צוגעוווינט זיך שלאָגן על־חטא.

ס’איז צום באַוווּנדערן, נאָר ערשט איצט, זומער 2011, האָב איך זיך געכאַפּט פּינקטלעך אויסצוקלאָרן, וואָס האָט אַזוינס צו זאָגן דאָס וואָרט "דעקלאַסירט". כ’האָב אַ מיש געטאָן דעם סאָוועטישן ווערטערבוך פֿון אויסלענדישע ווערטער און איבערגעלייענט: "אַ פּאַרשוין, וואָס האָט פֿאַרלוירן אַלע גרינטלעכע קלאַסן־סימנים. נעמט ניט קיין אָנטייל אין געזעלשאַפֿטלעכן און פּראָדוציר־לעבן, מאָראַליש געפֿאַלענער, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער פֿאַרברעכערישער וועלט, כּדומה: גנבֿים, פּראָסטיטוטקעס".

אָט האָט איר אײַך! דאָס איז וועגן מײַנע עלטערן און זיי צוגלײַכן. דאָס איז וועגן מײַן מאַמען, וואָס כ’האָב זי קיין מאָל ניט געזען שטיין מיט פֿאַרלייגטע הענט. אויב ניט געקנאָטן ברויט אין באַקדייזשקע איז געבאַלעבאַטעוועט אין קיך: געקאָכט, געוואַשן, זיך געטיילט אַפֿילו מיטן לעצטן ביסן און נאָר אויף אַ יום־טובֿ, אַ היימיש־געבאַקענעם האָניק־לעקעך, אַ פֿלאַש ווישניאַק.

דער קינדער־גאַרטן פֿון דער ייִדישער קאָלאָניע, פּערוואָמײַסק, 1935
דער קינדער־גאַרטן פֿון דער ייִדישער קאָלאָניע, פּערוואָמײַסק, 1935
Courtesy of the American Jewish Joint Distribution Committee

מײַן טאַטן איז עס געקומען, ווײַל פֿון זײַן זשילעט האָבן אַרויסגעקוקט די ציצות און מער ווי אַלץ דערפֿאַר, ווײַל ער האָט פֿאַרמאָגט אַ באַקאַליי־קלייטל, פֿון וואַנען ס’האָט זיך געטראָגן אַ שווערער גערוך פֿון הערינג, געמישט מיט קעראָסין. געפֿונען האָט זיך עס אין אַ קעלער, וווּ אַפֿילו זומער פֿלעגט צו מאָל בײַ דער סטאָיקע שטיין אַ פֿײַערטאָפּ מיט צעגליטע קוילן.

און מיינט ניט, דאָס לעבן האָט דעם טעם ניט פֿאַרלוירן און, ווי שטענדיק, האָט מען געהאָפֿט אויף בעסערס. אונדז, ייִדן, האָט שטענדיק עפּעס אין דער ווײַט געשײַנט און געפֿעסטיקט. אויב ניט אַזוי, וואָלט געווען ניט צום אויסלעבן און אַזוי ביז הײַנט. דער פֿאָדעם ציט זיך. ער איז ניט איבערגעריסן געוואָרן.


אַ קלאַסן־שׂונא

אַלטע, פֿון דאָס נײַ אויסגעלעבטע צײַט־צייכנס: קיין טלית־קטן, אין וועלכן ס’זײַנען אין אַלע פֿיר עקן אַרײַנגעצויגן ציצות, האָב איך ניט געטראָגן. קיין לאַנגע לאָקן האָר אויף די קינבאַקן, אויך ניט. שיין וואָלט איך אויסגעזען אין די אויגן בײַ די חבֿרהניקעס, וועמענס טאַטעס זײַנען געווען וואַסער־פֿירער, פֿעלשינדער, שוסטער, שנײַדער, באָנדער. זיי האָבן געהאַט מיט וואָס צו באַרימען זיך, און איך?

ניט שטענדיק פֿלעגט זיך אײַנגעבן אָן כאַבאַר צושטיין צו אַזאַ קאָמפּאַניע, שפּילן אין באַהעלטערלעך, אין קנעפּלעך. כאַבאַר האָט געקענט זײַן אַ געזײַערטע אוגערקע, וואָס זאָל כראָמטשען הינטער די ציין, אַ פּאָר הרעטשענע לאַטקעס אָדער כאָטש אַרויסטראָגן פֿון שטוב אונדזער ראַבע קאַץ און לאָזן עטלעכע מאָל אַ דריי טאָן איר וויידעלע.

צו דעם האָב איך ניט געקענט דערלאָזן און ס’איז אַוועק אַ געשלעג מיט אַ בחורל אין מײַן עלטער. נאָך דעם געשלעג האָט נאָכגעשפּירט אַ שכן, וואָס איז געזעסן אויף דער ליימענער פּריזבע. ווען מײַן פּנים איז שוין געווען צעדראַפּעט און בײַ מײַן קעגנער האָט געקאַפּעט בלוט פֿון דער נאָז, האָט דער שכן אונדז צענומען און געמאָלדן:

— פֿון אײַך ביידע קען נאָך עפּעס רעכטס אויסוואַקסן. ייִדן דאַרפֿן קענען זיך שלאָגן.

מיט מײַן "קעגנער" אַנשל שטוקלער, זײַנען אונדזערע וועגן זיך צונויפֿגעגאַנגען ניט נאָר אין שטעטל. די לעצטע צוואַנציק יאָר וווינט ער אין אַמעריקע און האַלט אין איין צוזאָגן, אַז אָט, אָט קומט ער צו גאַסט. אויף דער עלטער איז ער געוואָרן אַן אַרײַנגייער אין שיל און דאָרט באָרגט ער אַמאָל דעם "פֿאָרווערטס", און זאָגט מיר מבֿינות אויף מײַנע פּובליקאַציעס.


* * *

גיין אין חדר איז געווען פֿאַרבאָטן. דער פֿאָרשטייער פֿון דער "ייִדסעקציע" און זײַנע אַקטיוויסטן האָבן אַכטונג געגעבן ס’זאָל זײַן אויס מיט חדרים. ניט שטענדיק האָט זיך עס זיי אײַנגעגעבן. פֿאַר קיין דרדקי־קינד, ווען דרײַ־פֿיר־יאָריקע האָבן געחזרט דעם אַלף־בית און קוים אָנגעהויבן לייענען עבֿרית־טעקסט — געדענק איך זיך ניט. מײַנע חדר־דערמאָנונגען הייבן זיך אָן מיט די פֿינף חומשים פֿון דער תּורה. "מײַן רבי, — פֿלעגט דער טאַטע זאָגן, — איז אַ 'בן־תּורה’". ער האָט געקענט גוט לערנען. וועגן די פּאַסירונגען פֿון יוספֿן, דעם זון פֿון יעקבֿ אָבֿינו, קען איך נאָך הײַנט דערציילן, ווי דאַן אויסגעלייענט פֿון ספֿר בראשית.

וועגן חדרים, מלמדים איז מיר שוין לאַנג ניט אויסגעקומען צו לייענען. דערפֿאַר אַמאָל, לאָמיר זאָגן, ביז דער מלחמה, איז עס געווען ניט קיין פֿאַרלאָזטע טעמע, נאָר אומבאַדינגט פֿלעגט מען דערמאָנען דעם קאַנטשיק ("כ’וויל ניט גיין אין חדר, ווײַל דער רבי שמײַסט כּסדר") און דער מלמד איז אין בעסטן פֿאַל געווען אַ קרענקלעך אָנגעכמורעטער און שלעכט געקליידט. מײַן רבי איז געווען אָנגעטאָן שבת־יום־טובֿדיק, אַ גוט־געבויטע פֿיגור, אַ הויכער, אַ שיינער, און ווער מיר קאַנטשיק, וואָס קאַנטשיק? זײַן קניפּ אין בעקל איז געווען די העכסטע אָפּשאַצונג. אין אים האָט געקלאַפּט אַן אָדער פֿון אַן עכטן פּעדאַגאָג.

דורך אַ וועלכע נסים האָט די רעליגיעזע שול פֿאַר קינדער דאַן געקענט עקזיסטירן, איז ניט צום דערקלערן. מעגלעך, אַז דאָ האָט צוגעלייגט אַ האַנט דעם רבינס זון, כאָטש געווען איז ער אַן אַקטיווער קאָמיוגיסט, אַ ביז גאָר פֿיפֿיקער אויף שיינע ווערטער און מעשׂים. אומגעריכט פֿלעגט ער אָנקומען און איבעררײַסן דאָס לערנען. פֿאַר עמעצן האָט מען זיך באַדאַרפֿט היטן (באַזונדער, פֿאַרן פֿינאַנץ־אינספּעקטאָר, וועלכער האָט געזוכט אַ קרבן אַרויפֿצולייגן אויף אים אַ שטײַער), אַ קיצור, מיט אַ סקריפּ, נאָר דאָס לערנען איז געגאַנגען.


* * *

דאָס איז געווען סוף יאַנואַר 1924, נאָך דעם ווי וולאַדימיר לענין איז געשטאָרבן. פֿאַרחושכטע, מיט טרערן אין די אויגן, האָט מען אָנטייל גענומען אין טרויער־מיטינגען, פֿאַרזאַמלונגען, רירנדיק געזונגען דעם באַוווּסטן פּראָלעטאַרישן הימען "אינטערנאַציאָנאַל".

שטייט אויף איר אַלע ווער ווי שקלאַפֿן

אין הונגער לעבן מוז אין נויט...

און געהאַלטן אין איין שרײַען: "אום יעדן פּרײַז אויספֿילן לענינס געבאָט".

מיטן שׂכל איז עס אפֿשר אין ליכט פֿון אונדזערע הײַנטיקע טעג ניט צו באַנעמען, נאָר אַזוי איז אויף אַן אמת געווען, און ניט נאָר אונדזערע טאַטעס זײַנען מיט זעעוודיקע אויגן בלינד געווען.

מיך האָט מען אָנגעטאָן וואָס וואַרעמער און אַרויסבאַגלייט אין חדר. דורך אַ ליקעלע, מיט אַן אײַנגעטרעמבעוועטער סטעזשקע, וואָס איז געווען פֿאַרשאָטן מיט קוויטשענדיקן שניי, איז אויסגעקומען גיין ניט מער ווי פֿינף־זעקס מינוט, נאָר דער פֿראָסט האָט אַזוי געווילדעוועט, אַז אין די פֿינגער זײַנען פֿאַרגאַנגען זאַשפּערעווקעס.

אין אונדזער גרופּע זײַנען מיר געווען נײַן תּלמידים, נאָר זעט אויס, צוליב דער קעלט זײַנען געקומען בלויז פֿיר. אַוועקגעזעצט האָט מען אונדז ניט אין ליכטיקן זאַל אַרום דעם לאַנגן טיש, נאָר אין אַ בײַצימער, וווּ ס’איז געשטאַנען אַ געפֿלאָכטענע עטאַזשערקע און אַן אָנגעגלאָזטע שאַפֿע מיט וויכטיקע ווערק וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן, מעשׂהלעך פֿון רבי נחמן בראַסלאַווער, געשריבן אין ייִדיש, ביכער פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם, י. ל. פּרץ...

פֿון קיין עלעקטריש גלעקל בײַם אַרײַנגאַנג האָט מען נאָך דאַן אין שטעטל ניט געוווּסט. די טיר פֿלעגט מען פֿאַרמאַכן בלויז אויף בײַ נאַכט. מיר האָבן ניט באַוויזן זיך אַרומקוקן, ווי אין שטוב זײַנען אַרײַן דרײַ יונגע־לײַט. איינער פֿון זיי אין אַ קאַרטוז מיט אַ גלאַנציקן דאַשיק, אין גאַליפֿע־הויזן מיט שוואַרצע לעדערנע לייעס, האָט צו ערשט אונדז באַקוקט מיט אויפֿגעבראַכטע בליקן, זיך אַוועקגעשטעלט פּנים־אל־פּנים קעגן רבין און שטרענג אַ פֿרעג געטאָן:

— מיט וואָס פֿאַרנעמט איר זיך דאָ?

— איך גיב זיי בילדונג, — איז געווען דער ענטפֿער

— אויף העברעיִש?

— אויף העברעיִש, ייִדיש און לידער זינגען מיר.

דער רבי, קען מען זאָגן, איז געווען אַ פֿילזײַטיק באַגאַבטער מענטש און נגינה, זאָל זײַן זעלטן, האָט ער אונדז געלערנט, אָבער בעסער וואָלט ער עס פֿאַרשוויגן. די "ייִדסעקישע" קולטור־טרעגער האָבן זײַנע פּראָסט־מענטשלעכע ווערטער אויסגעטײַטשט הילכות אידעאָלאָגיע, אַזוי: דאָס גאַנצע לאַנד באַוויינט לענינס טויט, און דאָ זינגט מען לידעלעך. אַזאַ איינעם האָט די צײַטונג "דער שטערן", וואָס האָט ערשט אָנגעהויבן דערשײַנען אין כאַרקאָוו, דערלויבט צונאָגלען צום שאַנדסלופּ און אָנגערופֿן קלאַסן־שׂונא.

ס’איז געוואָרן אויס חדר. אמת, אין שטעטל, וווּ ס’האָבן שוין דאַן געוווינט בײַ דרײַ טויזנט געבוירענע ייִדיש־רעדנער איז געווען אַ ייִדישע שול און לערער האָט מען צוגעשיקט גוטע. אַז ייִדיש־לשון קען בלײַבן אָן יורשים איז דאַן געווען ניט צום פֿאָרשטעלן זיך.

וואָס זשע איז געשען מיטן קלאַסן־שׂונא, מיטן רבין? דערציילט האָט מען, אַז פֿון שטעטל איז אים אויסגעקומען צו אַנטלויפֿן. פֿאַרקליבן האָט ער זיך קיין אוזבעקיסטאַן און געוואָרן איז ער דאָרט אַ בוכהאַלטער.


ייִדישע פּויערים

סטעפּ, סטעפּ, סטעפּ, אומעטום, וווּהין די אויגן זאָלן דיך ניט פֿאַרפֿירן — רחבֿות פֿון אומענדלעכן סטעפּ. די נאָענטע לאָנקע, וווּ די טשערעדע פּאַשעט זיך, איז באַשפּרענקט מיט געלן שאַרפֿן קאַטראַן און מיט אָן אַ שיעור פֿילקאָלירנדיקע פֿעלדבלומען. אין דער ווײַט, אויפֿן באַרג, כוואַליען זיך אין זוניקן גאָלד־שימער אײַנגעבויגענע צו דער ערד, פֿולע זאַנגען מיט ווייץ־קערנער און דאָס אַלץ איז ניט עמעצנס, נאָר דײַנס, אייגנס.

איז פֿון וואַנען האָט זיך עס צו אונדז, שטעטלדיקע ייִדן, מיט אַ מאָל גענומען? אין באַהעלטערלעך וועלן מיר ניט שפּילן און גלײַך דערציילן:

געווען איז עס אין יאָר 1926. אין איינעם אַ פֿראָסטיקן מיטוואָך איז פֿונעם געגנטלעכן צענטער, וויניצע, קיין פּאָגרעבישטשע, אַראָפּגעקומען אַ פֿאָרשטייער פֿון "געזערד" — אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט אַקטיוו מיטגעהאָלפֿן דורכצופֿירן די מלוכה־פּלענער פֿון באַזעצן ייִדן אויף ערד. שיין רעדן האָט דער פֿאָרשטייער גוט געקענט. אַ מענטש אין די יאָרן, האָט ער זיך ניט געפֿוילט און נאָך דער פֿאַרזאַמלונג געקומען צו אונדז אַהיים. דאַן איז נאָך דעם טאַטנס באַשלוס ניט געווען קיין ענדגילטיקער און דעם פֿאָרשטייער האָט זיך ניט געוואָלט דערלאָזן, אַז אַ משפּחה פֿון נײַן מאַן זאָל איבערקלערן.

מיטן טאַטן האָט דער חבֿר פֿון "געזערד" גערעדט ווײַט ניט אַזוי, ווי ער איז אַרויסגעטראָטן פֿאַר אַלעמען אין קלוב. אויסגעווישט די ברילן־גלעזלעך, אַרומגעזוימט מיט שטײַפֿע האָרן־רעמלעך, האָט ער אַרײַנגעקוקט אין דעם טאַטנס אַ ספֿר און דערבײַ דערמאָנט די גאָר, גאָר אַלטע צײַטן, דעם צווייטן בית־המיקדש, ווען ייִדן האָבן געצויגן זייער פּרנסה פֿון ערדאַרבעט. דערמאָנט וואָס וועגן דעם ווערט געזאָגט אין דעם תּנ"ך און דער גמרא. פֿאַרענדיקט האָט ער מיט די ווערטער: "משנה מקום — משנה מזל!"

אַגבֿ, אין דער זעלבער צײַט האָט אַ היפּשע גרופּע ייִדיש־סאָוועטישע שרײַבער זיך געווענדט מיט אַ רוף צו אַלע ייִדישע שרײַבער פֿון אייראָפּע און אַמעריקע צו העלפֿן קאָלאָניזירן 500 טויזנט ייִדישע נפֿשות: יחזקאל דאָברושין האָט דאַן געשריבן ה. לייוויקן: "די איבערוואַנדערונג וואַקסט און ווערט דער בפֿירושער נס פֿון אונדזער נײַ לעבן".

איך מעג מיינען, אַז מײַן טאַטע, מײַנע עלטערע שוועסטער און ברידער האָבן די בריוו ניט געלייענט, נאָר גראָד מיר זײַנען געווען צווישן די דאָזיקע 500 טויזנט ייִדישע נפֿשות, וואָס האָבן באַדאַרפֿט ווערן "דער בפֿירושער נס פֿון אונדזער נײַ לעבן". צוערשט, איז עס געווען ניט גענאַרט. מיר זײַנען אויף אַן אמת געוואָרן אייגנטימער פֿון פֿעטער שוואַרצערד. אָן וויסן איז שווער געווען פֿון איר עפּעס אַרויסבאַקומען און דאָס איז ניט געווען אין דער טבֿע פֿון די נעכטיקע קוסטאַרן, קליינהענדלער מיט זייערע פֿון דור־דורות אײַנגעשטעלטע מינהגים, געוווינהייטן.

גיכער ווי עס האָט זיך געקענט פֿאָרשטעלן, האָט מען דאָך פֿאַרשטאַנען ווי מע דאַרף צוטרעטן און מיט דער צײַט געפֿעלן ווערן דעם אומענדלעכן סטעפּ, וואָס צוערשט, האָט ער אויסגעזען פֿרעמד און ניט פֿרידלעך. די שוואַרצערד, וואָס האָט ביז איצט קיינעם ניט געפֿאָלגט און מיט אירע פֿעטע זאַפֿטן געהאָדעוועט ניט גרינע שטענגלעך פֿון ברויט־זאַנגען, נאָר שטעכיק ווילדגראָז מיטן נאָמען קורײַ. מע האָט זיך שוין גענומען אָנשטויסן, וואָס וויל דאָס פֿערד, אויב עס האַלט אין איין הירזשען, אָדער אָן אויפֿהער שאָקלען מיטן קאָפּ אַרויף און אַראָפּ. מע איז געוואָרן מער זיכער אין זיך.

הײַנט דערגייט צו מיר ווי מענטשן האָבן זיך געענדערט. בײַ וועמען פֿריִער, בײַ וועמען שפּעטער, נאָר ס’איז פֿאָרגעקומען אַן אָנבראָך פֿון דעם צוגעוווינטן לעבנס־שטייגער. די טאָג־טעגלעכע ריידשפּראַך איז געוואָרן ניט די וואָס געווען. די ייִשובֿניקעס זײַנען געווען פֿון פֿאַרשיידענע געגנטן, האָט זיך באַקומען אַ מיש־מאַש פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע דיאַלעקטן און בכלל איז מען געוואָרן ווייניקער באַריידעוודיק. ניט אויסגעפֿעלט האָט שפּעט־לשון און נײַע צונאָמענישן. ס’האָט קיינעם ניט איבערראַשט, ווען בײַ אַ באַיאָרטן ייִד, וואָס האָט ערשט אַ קוש געטאָן די מזוזה, זײַנען די הויזן אַרײַנגעשטעקט אין פֿעט־אָנגעשמירטע מיט דזעגעכץ שטיוול. ווי דען, אויב די בלאָטע איז טיף, געדיכט און שטאַרק קלעפּיק. בײַ אַ נעכטיקן בלאַסן חשבון־פֿירער, האָבן זיך הינטער דער פֿאַרברענטער הויט גענומען פֿילן האַרטע מוסקלען. "גענומען", ווײַל ער האָט אַזוי געאַקערט, געזייט, געשניטן, אַז די "צעלינאַ" (רויערד) האָט זיך אָנגעגעסן מיט זײַן מי און אָנגעטרונקען מיט זײַן שווייס.

אַלט און יונג, יעדער מיט זײַנע זאָרגן, האָבן שוין גוט געקענט אײַנשפּאַנען אַ פֿערד אין וואָגן, אונטערשיידן איין געוויקס פֿונעם אַנדערן, מײַסטרעווען און צופּאַסן עפּעס אַ דעטאַל צום לאַנדווירטשאַפֿטלעכן אינווענטאַר; אַלע פֿאַרטאָגן אַרויסטראָגן מיט דער ווילע דעם רייכערנדיק־"שמעקנדיקן" קיזיק. אויף דעם האָט מען אויך באַדאַרפֿט זײַן אַ בריה. אַפֿילו צו די שלאַנגען, וואָס האָבן געווילדעוועט אין סטעפּ, איז דערגאַנגען, אַז זיי מוזן אַנטרונען ווערן.

כּמעט נאָר מיט די אייגענע הענט האָט מען באַדאַרפֿט אַוועקשטעלן אַ שטוב, אַ שטאַל פֿאַר פֿי, אַ הינטערשטאַל און אַלץ אין איינעם — אַ קהילה, מיט אַן אָנפֿאַנג־שול, אַ קלוב, אַ געבײַדע פֿאַרן דאָרפֿסראַט, אַ קאָאָפּעראַטיוו־קלייטל, וואָס דערנאָך זײַנען דאָרט געשטאַנען פּוסטע פּאָליצעס און צוויי זייער טיפֿע קרענעצעס. (ביז הײַנט געדענק איך, ווי גיך כ’פֿלעג אָרודעווען מיטן הענטל פֿונעם וואַלץ; די אײַזערנע קייט פֿלעגט זיך יאָגן אַראָפּ, ביז ס׳האָט זיך דערהערט אַ פּליעסק). און ווי האָט מען זיך געקענט באַגיין אָן אַ סטאַוואָק, פֿאַר שטייענדיקן וואַסער, אַז נאָר קינדער און פֿערד זאָלן זיך קענען אויסבאָדן?

געהאָרעוועט האָט מען ביזן זיבעטן שווייס. אויפֿגעשטאַנען מיטן ערשטן הענער־געקריי און שלאָפֿן זיך געלייגט אין איין צײַט מיט די הינער. נאָר ס’איז געווען מיט וואָס צופֿרידן צו זײַן. דערמאָנט האָט עס דעם ווײַט־אַמאָליקן בונד פֿון ייִדן מיט ערד און נאַטור. יאָ, ניט יעדער אונטער זײַן טרויבנבוים און זײַן פֿײַגנבוים, נאָר געלעבט פֿון לאַנדווירטשאַפֿט. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע ייִדישע נאַציאָנאַלע ראַיאָנען אין אוקראַיִנע איז סטאַלינדאָרף געווען דער סאַמע גרעסטער. געגרינדעט האָט מען אים ניט אויף קיין פּוסט אָרט, נאָר אויפֿן יסוד פֿון אַזוינע אַלטע ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס, ווי נײַ־וויטעבסק, נײַ־קאָוונע, נײַ־זשיטאָמיר, נײַ־פּאָדאָלסק, איזלוטשיסט, קאַמענקע. געווען איז עס אין 1930. אין ראַיאָן איז דערשינען אַ צײַטונג, געווען אַ טעאַטער, קלובן, ביבליאָטעקן, דאָס געשעפֿטס־פֿירונג אין די מערהייט מלוכה־אַנשטאַלטן, די אָנפֿאַנג־ און מיטלשולן (ביזן 1937 יאָר) — אַלץ אויף ייִדיש.

ווען ס’האָט זיך אָנגעהויבן די כּלומרשט פֿרײַוויליקע, נאָר אומבאַדינגט דורכויסיקע קאָלעקטיוויזאַציע, און דאָס אַנטבעלי־גופֿענען, דאָס הייסט, דאָס אַרויסשיקן די מענטשן, וועלכע האָבן פֿאַרמאָגט די בעסטע ווירטשאַפֿטן, האָט אונדזער שכן, וואָס האָט פֿאַרמאָגט צוויי פֿערד, דרײַ בהמות און עטלעכע שעפּסן, אַ זאָג געטאָן: "איצט וועט אונדזער לעבן אַוועק קרומבאָקע". קיין טעות האָט ער ניט געהאַט. אויך די נאַציאָנאַלע פּאָליטיק, באַזונדערס בנוגע ייִדן, האָט זיך שוין דעמאָלט אַ וואַקל געטאָן. איך וועל זיך באַנוגענען מיט צוויי בײַשפּילן:

כריסטינאַ טשומאַק — איך האָב זיך דאַן געלערנט אין צווייטן אָדער דריטן קלאַס. בײַנאַנד מיט מיר, אויף איין שול־פּאַרטע איז געזעסן אַ מיידעלע פֿון שכנותדיקן אוקראַיִנישן דאָרף, אָנטרובי. גערופֿן האָט מען זי כריסטינאַ און אפֿשר קריסטינאַ. געווען איז זי אַ שיינינקע מיט אַ חן־גריבעלע אויף דער באַק (בײַ די ווערטער דערמאָן איך זי ווי אַן אָנדענק פֿון ערשטער קינדער־ליבע). ייִדיש־לשון האָט כריסטינאַ אַ ביסל געקענט נאָך ביז דעם ווי זי איז אָנגעקומען צו אונדז אין שול, ווײַל בײַ אַ יאָר צײַט האָט בײַ זיי אין שטוב געוווינט אַ משפּחה איבערוואַנדערער מיט קליינע קינדער. נאָך האָט זי פֿאַרמאָגט אַ פֿײַן קולעכל און זיך אויסגעטיילט אין קינדערישן כאָר, וואָס פֿלעגט אָפֿט אַרויסטרעטן אין קלוב פֿאַר דערוואַקסענע.

די נײַעס, אַז אין ייִדישע שולן לערנען זיך פֿלײַסיק אוקראַיִנישע קינדער איז דערגאַנגען צו מאָסקווע. פֿון דער צענטראַלער צײַטונג "Пионерская Правда" (פּיאָנערישער אמת), וואָס האָט פֿאַרמאָגט אַ פֿילמיליאָניקן טיראַזש, איז צו אונדז געקומען אַ ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט און דעם ענין, ווי מע פֿלעגט בײַ אונדז זאָגן, צעלייגט אויף טעלערלעך. בעיקר, מחמת דעם, ווי ייִדיש־לשון שטאַרקט די פֿעלקער־פֿרײַנדשאַפֿט.

כּמעט אין דער זעלבער צײַט, סוף 1920ער יאָרן, האָט מײַן עלטערער ברודער פֿאַרענדיקט די קורסן פֿאַר מעכאַניזאַטאָרן און געווען דער ערשטער טראַקטאָריסט אין ראַיאָן. דערנאָך איז ער געשטאַנען אין שפּיץ פֿון אַ בריגאַדע, וואָס האָט פֿאַרמאָגט צען טראַקטאָרן, קאָמבײַנען און אַנדערע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע מאַשינען. לאַנג פֿאַרהאַלטן זיך אויף איין אָרט איז ניט אויסגעקומען, האָבן זיי געפֿירט מיט זיך אַ גרויסע נאָכפֿאָר־בודקע אויף רעדער. די מעכאַניזאַטאָרן זײַנען געווען יונגע, געזונטע ייִדישע חבֿרה און גערעדט, זיך געקריגט, געזונגען האָבן זיי אויף ייִדיש. ווי דען אַנדערש. אַז צו זיי קען קומען אַ ביז גאָר גרויסער נאַטשאַלניק האָט מען זיי געוואָרנט פֿון פֿריִער. די הילצערנע בודקע האָט מען געריבן, געוואַשן, ווי דאָס זאָל זײַן אַ מיליטערישע שיף. פֿון ערגעץ האָט מען זיי געבראַכט פֿאָרהענגלעך, וואָס האָבן שימערירט פֿון ווײַסקייט. אַנשטאָט דעם הענגלאָמפּ מיט דעם צעשפּאָלטענעם און פֿאַררייכערטן גלעזל האָט מען אויפֿגעהאָנגען צוויי נײַיִנקע לאַמטערנס. איינער האָט באַלויכטן דעם עסטיש און דער צווייטער — די ערשט אַרויסגעלאָזטע, שיין אויסגעפֿורעמטע וואַנטצײַטונג.

געקומען איז ניט אַבי ווער, נאָר מענדל כאַטײַעוויטש, דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דנעפּראָפּעטראָווסקער געגנטקאָם פֿון דער פּאַרטיי. ווי דער ברודער האָט דערציילט, האָבן זײַנע אויגן גאָרניט דורכגעלאָזט. אַ קוק געטאָן אויף די ציכטיקע פֿאָרהענגלעך און אין זײַנע מויל־ווינקלען האָט זיך באַוויזן אַ גיפֿטיק שמייכעלע; אַ בלעטער געטאָן די זשורנאַלן און צײַטונגען, צו וועלכע קיינער האָט נאָך ניט באַוויזן זיך צורירן און אויך באַמערקט, אַז עס פֿעלט זייף אויף וואַשן די הענט.

און דאָך, קען מען זאָגן, איז אַלץ געגאַנגען גלאַטיק. די בריגאַדע האָט בײַ אים אויסגענומען און ער האָט צוגעזאָגט, אַז אין די סאַמע נאָענטע טעג וועלן זיי באַקומען דעפֿיציטע רעזערוו־טיילן פֿאַר די מאַשינען. ווען ס’האָט שוין געהאַלטן בײַם אָפּפֿאָרן האָט ער זיך פֿאַרהאַלטן בײַ דער וואַנטצײַטונג. מעגלעך, אַז ער האָט אין איר ניט נאָר אַרײַנגעקוקט, נאָר אויך אַ לייען געטאָן. און פֿאַרוואָס טאַקע ניט, אויב מענדל כאַטײַעוויטש איז געבוירן אין האָמלע און אַלט איז ער געווען, מסתּמא, עטוואָס מער פֿון פֿערציק. געשטאַנען, געשטאַנען און אויף זײַנע באַקן האָבן זיך באַוויזן מוסקל־גולקעלעך. ער האָט אַ פֿרעג געטאָן:

— ווער איז דער רעדאַקטאָר פֿון דער וואַנטצײַטונג?

דער רעדאַקטאָר, פּיניע קאַצמאַן, וואָס איז אויך געווען דער סעקרעטאַר פֿון קאָמיוג־קעמערל — אַ בחורל מיט אומרו און גלי, דערצו נאָך אַ פֿריילעכער לונג־און־לעבער, נאָר דאָ האָט ער זיך פֿאַרלוירן. עפּעס אַ קלייניקייט — דער געקרוינטער, טאַקע "דער ערשטער" און ווילט איר, דער הערשער פֿון אַ געגנט, וואָס איז גרעסער פֿון אייניקע עטלעכע לענדער מיט אַ מאָל.

ווי געקענט האָט פּיניע (אומגעקומען בײַם אײַננעמען קעניגסבערג) געענטפֿערט, פֿאַרוואָס די וואַנטצײַטונג איז געשריבן אין ייִדיש. ער האָט אויך אָנגעוויזן אויף אַן אַרטיקעלע וועגן אַן עקסקורסיע פֿון די שילער צו זיי אין בריגאַדע, אונטערגשריבן כריסטינאַ טשומאַק.

בײַם דירעקטאָר פֿון דער מאַשין־טראַקטער־סטאַנציע האָט מענדל כאַטײַעוויטש (רעפּרעסירט אין 1937) געוואָלט וויסן פֿאַרוואָס די בריגאַדע באַשטייט פֿון איינע ייִדן?

דאָ איז שוין אויף זיכער ניט געווען וואָס צו פֿאַרקלערן זיך. דער ענטפֿער איז געווען גרייט:

— קיין מעכאַניזאַטאָרן, ניט קיין ייִדן, האָבן מיר נאָך דערווײַל ניט, נאָר אויף ספּעציעלע קורסן האָבן מיר שוין געשיקט ניט קיין ייִדן אויך.

ס’איז ניט אַוועק קיין סך צײַט און אין דער בריגאַדע האָט מען צוגעשיקט דרײַ טראַקטאָריסטן אוקראַיִנער און אָפּגערופֿן דרײַ טראַקטאָריסטן ייִדן. ס’איז, ווי איר פֿאַרשטייט, פֿון די קליינע אומגליקן, נאָר וועמען האָט עס געקענט שטערן, אויב אַ קאָלעקטיוו קוואַליפֿיצירטע האָרעפּאַשניקעס איז באַשטאַנען פֿון איינע ייִדן און גערעדט, געשריבן, געזונגען האָבן זיי אויף זייער אייגן לשון.

דאָס לערן־יאָר האָט זיך נאָך ניט פֿאַרענדיקט און כריסטינאַ טשומאַק האָט זיך מער אין אונדזער ייִדישער שול ניט באַוויזן.

אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָב איך ערגעץ אויסגעלייענט, זײַנען דאַן געווען 1,300 ייִדישע שולן, צענדליקער אינדוסטריעלע, לאַנדווירטשאַפֿטלעכע, פּעדאַגאָגישע און אַנדערע טעכניקומס; פֿאַרלאַגן, צײַטונגען, זשורנאַלן, טעאַטערס, קלובן, ביבליאָטעקן — אַלץ, ווי בײַ פֿעלקער גלײַך. אַזוי איז אויף אַן אמתן געווען. איז פֿאַרוואָס האָט בײַ דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, בײַ דער סאָוועטישער רעגירונג אונדזער מאַמע־לשון מיט אַ מאָל אָנגעהויבן אַזוי גרילצן אין די אויערן אויף ניט איבערצוטראָגן, אויף אומברענגען? די הויפּט־סיבה באַשטייט דערין, וואָס די ייִדיש־רעדנדיקע האָבן זיך שווערער אונטערגעגעבן דער אַסימילאַציע. זייער ווילן, אַז ייִדן זאָלן ווערן אויס ייִדן.