- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַן חבֿר און איך האָבן זייער גוטע באַציִונגען. מיר זענען שוין צוזאַמען פֿיר חדשים. יעדן אָוונט זעען מיר זיך און האָבן אַ סך בשותּפֿות. ווען ער האָט זיך באַקענט מיט מײַנע עלטערן, אָבער, איז ער געוואָרן שעמעוודיק און האָט קוים אַרויסגערעדט אַ וואָרט! איצט האַלטן מײַנע טאַטע־מאַמע, אַז ער איז אַן עם־האָרץ, כאָטש ער איז אין דער אמתן אַ געלערנטער! ווי אַזוי קען איך מײַנע עלטערן איבערצײַגן, אַז ער איז טאַקע אַ גוטער שידוך פֿאַר מיר? חבֿרטע טײַערע חבֿרטע, איר דאַרפֿט רעדן מיט אײַער חבֿר וועגן זײַן שעמעוודיקייט, און ווי אַזוי מע קען דאָס פֿאַרבעסערן. אפֿשר, ווען איר פֿאָרט ערגעץ צוזאַמען מיט טאַטע־מאַמע, אין אַ קינאָ אָדער פֿאָרשטעלונג, וואָלט דער שמועס נאָך דעם אָנגעקומען לײַכטער. מע דאַרף רעדן מיט אײַערע עלטערן אויך. דערציילט זיי וואָס געפֿעלט אײַך אין דעם בחור, און אַז ער איז אַ שעמעוודיקער. איר קענט זיי "פֿאַרזאָרגן" מיט עטלעכע קשיות אויף טעמעס וואָס זענען אים נאָענט צום האַרצן, וועלכע וועלן זיכער אַרויסרופֿן אַן ענטפֿער בײַ אים. ס׳איז אַוודאי וויכטיק, אַז אײַערע עלטערן זאָלן ליב באַקומען אײַער חבֿר, אָבער מע דאַרף אויך געדענקען, אַז וויכטיקער איז, אַז איר ביידע זאָלט זײַן גליקלעך. טײַערע חזנטע, איך בין אַ חזן און איך אַרבעט נישט מער ווי אַ חודש אויף דער נײַער שטעלע. איך העלף צוגרייטן אַ סך קינדער צו דער בר/בת־מיצווה און זיי קומען אָפֿט צו מיר פֿאַרקילט. איך זאָרג זיך וועגן מײַן געזונט, אַז איך זאָל זיך אויך נישט אָנשטעקן פֿון זיי. איך דאַרף אָפּהיטן מײַן קול צו זינגען! צי פּאַסט עס, אַז איך זאָל זיי בעטן נישט קומען אין אַזאַ פֿאַל? אַ נײַער חזן טײַערער נײַער חזן, מזל־טובֿ וואָס איר האָט באַקומען די שטעלע! איך בין אויך אַ לערערין פֿון בני־מיצוות אין מײַן שיל. בײַ דער ערשטער לעקציע מיטן תּלמיד, לייען איך איבער מיט זיי אַ קאָנטראַקט, וואָס נעמט אַרײַן אַלע מײַנע דערוואַרטונגען פֿונעם תּלמיד; צווישן זיי, דעם תּנאַי, אַז אויב זיי ווערן קראַנק, קען מען האָבן די לעקציע אויפֿן טעלעפֿאָן, אָבער נישט אין מײַן ביוראָ. ווי לאַנג דער תּלמיד און טאַטע־מאַמע ווייסן וועגן דעם פֿון פֿריִער, איז דאָך אַ יושר, מע זאָל זיי בעטן נישט אַרײַנצוקומען פֿאַרקילטערהייט. טײַערע חזנטע, מיר האָבן אונדזערע קינדער, 9 און 11 יאָר אַלט, געשיקט אין "מחנה רמה" פֿאַר זייער ערשטער איבערלעבונג אין אַ זומער־קעמפּ. זיי זענען אַוועקגעפֿאָרן אויף פֿיר וואָכן. איידער זיי זענען אַוועק זענען זיי געווען זייער נערוועז, וואָס זיי פֿאָרן אַוועק פֿון אונדז, פֿון דער היים, אויף אַזאַ לאַנגער צײַט. איך האָב זיך זייער געפֿריידט, וואָס זיי האָבן ליב געהאַט דעם קעמפּ, אָבער זינט זיי זענען צוריק געקומען פֿירן זיי זיך אויף ווי אין גאַנצן צעבאַלעוועט — למשל, זיי הערן זיך נישט צו צו אונדז ווען מע בעט זיי זיך לייגן שלאָפֿן בײַ נאַכט. וואָס זאָל איך טאָן מיט זיי? איך האָב שוין חרטה, וואָס איך האָב זיי געשיקט אין קעמפּ! אַ מאַמע טײַערע מאַמע, ס׳איז טאַקע זייער גוט, וואָס "מחנה רמה" איז געפֿעלן געוואָרן אײַערע קינדער. זומער־לאַגער קען באמת זײַן אַ ספּעציעלע צײַט פֿאַר די קינדער; די איבערלעבונג העלפֿט זיי צו אַנטוויקלען זייער אומאָפּהענגיקייט. אין דעם פֿאַל, דאַרף מען זיך אַוועקזעצן מיט זיי, און זיי געבן צו פֿאַרשטיין, אַז אין דער היים מוזן זיי זיך צוהערן צו אײַך, און אײַך אַרויסווײַזן כּבֿוד און דרך־ארץ. אַזוי ווי איר האָט דרך־ארץ פֿאַר זייער מיינונג, פֿרעגט בײַ זיי, וואָס זיי האַלטן פֿאַר אַ פּאַסיקער שלאָף־צײַט. אפֿשר דאַרפֿט איר זיך באַציִען צו זיי אַ ביסל מער ווי צו דערוואַקסענע, און זיי וועלן זיך פֿילן גוט און האָבן מער דרך־ארץ פֿאַר אײַך.
* * *
|