רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)

אין אַמעריקע איז זייער פּאָפּולער דאָס מאכל creamed spinach, וואָס מיינט פּינקטלעך "שפּינאַט מיט שמאַנט", אָבער אין דעם ווײַטערדיקן רעצעפּט ניצט מען עפּעס מיט ווייניקער פֿעטס ווי שמאַנט: אויסגעדאַמפּטע מילעך (evaporated milk). זעט נישט צו פֿאַרפּלאָנטערן דאָס מיט קאָנדענסירטער מילעך, וואָס באַשטייט פֿון אַ סך מער צוקער.


20 אונצן (567 גראַם) פֿאַרפֿרוירענער צעשניטענער שפּינאַט, צעטאָפּעט

2 לעפֿעלעך איילבערט־בוימל

1/2 טעפּל צעהאַקטע ציבעלע

4 לעפֿעלעך מעל

1/2־1 טעפּלעך ווייניק־פֿעטיקע מילעך

1/2 טעפּל פּאַרעווע יויך

2 לעפֿל אויסגעדאַמפּטע מילך

1/8 לעפֿעלע מושקאַט

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק


קוועטשט אויס די גיסיקייט פֿונעם שפּינאַט. הייצט דעם בוימל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט צו די ציבעלע און מישט, בערך 2 מינוט, ביז עס ווערט ווייך. גיט צו די מעל צו דער ציבעלע און מישט אַ האַלבע מינוט. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, גיסט אַרײַן די ווייניק־פֿעטיקע מילעך און יויך און מישט ווײַטער 2 מינוט.

גיט אַרײַן דעם שפּינאַט און לאָזט מליִען ביז דער שפּינאַט ווערט ווייך, בערך 5 מינוט. מישט אַרײַן די אויסגעדאַמפּטע מילעך, מושקאַט, זאַלץ און פֿעפֿער.