ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די "פּאַרטיי פֿון רעגיאָנען", וואָס האָט די גרעסטע פּאַרלאַמענטאַרע פֿראַקציע אין אוקראַיִנע און איר פֿירער איז דער פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, לייגט פֿאָר אָנצונעמען אַ געזעץ, וואָס פֿאַרגלײַכט די רעכט פֿון רוסיש און אוקראַיִניש אין 13 (פֿון בסך-הכּל 25) געגנטן פֿון לאַנד. איך ווייס ניט, צי דאָס דאָזיקע געזעץ וועט אָנגענומען ווערן, אָבער אין זאַפּאָראָזשיע, פֿון וואַנען איך שטאַם, דאָמינירט, בלי-ספֿק, רוסיש — איך האָב עס לעצטנס אַליין געזען און געהערט. כאַראַקטעריש, אַז אין דעם גרעסטן היגן ביכער-געשעפֿט האָב איך כּמעט ניט געזען קיין אוקראַיִנישע טיטלען. צווישן די רוסישע ביכער, וועלכע איך האָב דאָרטן געקויפֿט, איז געווען אַ נאָר וואָס דערשינענער (אין מאָסקווע מיט אַ טיראַזש פֿון 3,000 קאָפּיעס) באַנד אונטערן טיטל "זכרונות פֿון אַ ייִדן-רויטאַרמייער" (Воспоминания еврея-красноармейца), וואָס איז כּולל צוויי זאַכן: די זכרונות גופֿא פֿון לעאָניד קאָטליאַר און אַ פֿאָרש-אַרבעט פֿון פּאַוועל פּאָליאַן וועגן דעם גורל פֿון געפֿאַנגענע ייִדישע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן פֿון דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה.

פּאַוועל פּאָליאַן באַשעפֿטיקט זיך שוין לאַנג מיט דער געשיכטע פֿון געפֿאַנגענע ייִדישע מיליטערלײַט, און כאָטש זײַנע פֿילצאָליקע אַרויסטרעטונגען און פּובליקאַציעס טראָגן אין זיך, בדרך-כּלל, געוויסע סימנים פֿון אַמאַטאָרישקייט, זײַנען זיי אויך זייער אינפֿאָרמאַטיוו. ער האָט אויך זײַן טעאָריע, לויט וועלכער דער חורבן אויף דער סאָוועטישער טעריטאָריע האָט זיך אָנגעהויבן פֿון סיסטעמאַטישן אויסהרגענען ייִדן צווישן געפֿאַנגענע רויטאַרמייער. געטאָן האָבן עס זייער אָפֿט ניט די "זאָנדערקאָמאַנדעס" צי אַנדערע ספּעציעלע גרופּעס תּלינים, נאָר דווקא די אַרמיי — דער "ווערמאַכט", וואָס האָט באַקומען אַזאַ באַפֿעל בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה מיטן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

קיין פֿאַרלאָזלעכע סטאַטיסטיק פֿון דער צאָל געפֿאַנגענע ייִדישע רויטאַרמייער איז ניטאָ. אָפּשאַצונגען ווײַזן אָן אויף 80–85 טויזנט מענטשן, פֿון וועלכע עס האָבן זיך אַזוי אָדער אַנדערש געראַטעוועט, אפֿשר, 30 טויזנט מענטשן. מיר איז ניט קלאָר, וועמען מע נעמט אַרײַן אין דער סטאַטיסטיק. עס זײַנען דאָך געווען טויזנטער מיליטער־לײַט, וועלכע עס האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿון די דײַטשן נאָך אַ טאָג צי אַ פּאָר טעג. כ׳האָב אַזעלכע ייִדן געקענט. צי גייען זיי אויך אַרײַן אין דעם חשבון?

צווישן די ייִדישע געפֿאַנגענע, וועלכע איז אויסגעקומען צו שמאַכטן אַ לענגערע צײַט אין לאַגערן, זײַנען געווען טויזנטער לײַט, וואָס די דײַטשן האָבן ניט אידענטיפֿיצירט ווי ייִדן און געשיקט זיי צו אַרבעטן ווי שקלאַפֿן קיין דײַטשלאַנד אָדער אַנדערע לענדער מחוץ דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אייניקע ייִדן זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון ניט-דײַטשישע אַרמייען — צו די רומענער, צי די פֿינלענדער, אַ שטייגער. בסך-הכּל, זײַנען צווישן די פּלעניקעס, וועלכע מע האָט רעפּאַטרייִרט קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, געווען אַרום 5,000 ייִדן. די דאָזיקע סטאַטיסטיק איז גאַנץ פֿאַרלאָזלעך. זי ווײַזט אויך, אַז אַ מאה ייִדן זײַנען געווען אין דער קאַטעגאָריע "וולאַסאָווצעס", דאָס הייסט, אַז זיי האָבן ניט בלויז הצלחהדיק פֿאַרבאַהאַלטן זייער אָפּשטאַם, נאָר האָבן אַפֿילו געדינט די דײַטשן.

צווישן די ייִדן, וועלכע זענען געווען אַ לענגערע צײַט אין לאַגערן אין דײַטשלאַנד, איז אויך געווען דער מחבר פֿון די פֿאַרעפֿנטלעכע זכרונות — לעאָניד קאָטליאַר. זײַן געשיכטע און די געשיכטע פֿון זײַן משפּחה זײַנען גאַנץ טיפּיש פֿאַר סאָוועטישע ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט זייערע שטעטלעך אין די 1920ער יאָרן און, זוכנדיק אַ בעסער לעבן, האָבן זיך באַזעצט אין אַ שטאָט. די קאָטליאַרס זײַנען געוואָרן קיִעווער תּושבֿים. לעאָניד האָט געהערט צום דור, וואָס איז אויסגעוואַקסן ווי אַ געטרײַער בירגער פֿון דער קאָמוניסטישער מלוכה. הגם זײַן געזונט-צושטאַנד האָט אים געגעבן אַ שאַנס זיך אַרויסצודרייען פֿון דער אַרמיי, איז ער, אַ 19־יאָריקער, אַוועק זיך שלאָגן מיטן שׂונא. אָבער אין קורצן איז ער, צוזאַמען מיט טויזנטער אַנדערע רויטאַרמייער, געווען פֿאַרכאַפּט דורך די דײַטשן, וועלכע האָבן געהאַט אַ שטאַרקע איבערוואָג אין דער ערשטער פֿאַזע פֿון דער מלחמה.

ווי אַלע אַזעלכע געשיכטעס פֿון געראַטעוועטע לעבנס, האָט קאָטליאַרס געשיכטע עלעמענטן פֿון נסימדיקע געשעענישן. אָבער ס׳איז קלאָר אויך, אַז אָט די אַלע "נסים" וואָלטן ניט געהאָלפֿן אָן קאָטליאַרס אייגענער דרייסטקייט און קלוגשאַפֿט. און דאָס איז אויך ניט געווען גענוג, טאָמער אים וואָלטן ניט געהאָלפֿן צענדליקער לײַטישע מענטשן — רוסן, אוקראַיִנער און דײַטשן. בפֿרט נאָך, אַז אויסגעזען האָט ער זייער ייִדישלעך, און אַ געייִדישטער איז ער אויך געווען. דעם ניט-סלאַווישן אויסזען זײַנעם האָט קאָטליאַר דערקלערט דורך זײַן כּלומרשטער האַלב-ציגײַנערישקייט.

נאָך דער מלחמה האָט קאָטליאַרן, אין אַ געוויסן זין, אָפּגעגליקט. אַ סך געפֿאַנגענע האָט מען דאָך דערנאָך געשיקט אין סאָוועטישע לאַגערן, אין דעם "גולאַג". קאָטליאַרס דאָליע איז געווען בעסער, כאָטש ער האָט אויך שפּעטער געפֿילט אויף זיך דעם "פֿלעק" פֿון זײַן אין געפֿענקעניש, וואָס האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ בירגער פֿון אַ צווייטן סאָרט. דאָך האָט ער חתונה געהאַט, זיך אויסגעלערנט אויף אַ לערער פֿון רוסיש און רוסישער ליטעראַטור. וועגן דעם דערוויסט מען זיך צום סוף פֿון זײַנע זכרונות. אָבער נאָך פֿריִער האָב איך בײַם לייענען יאַקאָס דערפֿילט, אַז דער מחבר איז געווען אַ לערער פֿון ליטעראַטור. אַזוי צי אַזוי, אָבער די זכרונות זײַנען אָנגעשריבן בעסער פֿון ס׳רובֿ ענלעכע אויטאָביאָגראַפֿיעס און זיי גיבן אַ בולט און אָפֿט מאָל אַנטפּלעקנדיק בילד פֿון סאָוועטישן און סאָוועטיש-ייִדישן לעבן בכלל און פֿון די שרעקלעכע אויספּרוּוון אין די מלחמה-יאָרן, בפֿרט.