אַלע מיצוות אין דער תּורה בלײַבן שטענדיק אַקטועל. למשל, קאָן מען אָפּהיטן אַלע ענינים פֿון קרבנות ברוחניות, דורך תּפֿילות, לימוד־התּורה און מסירת־נפֿש. ווי עס דערקלערט דער רמב״ם און די מפֿרשים פֿון זײַן ספֿר "מורה נבֿוכים", הייסט אונדז די תּורה מקריבֿ צו זײַן די בהמות אינעם בית־המיקדש, ווײַל אין די אוראַלטע צײַטן, ווען משה רבינו האָט מקבל געווען די תּורה אויפֿן באַרג־סיני, האָבן די ייִדן געלעבט צווישן די פֿעקלער, וועלכע האָבן געהאַלטן די קרבנות פֿאַר אַ וויכטיקן טייל פֿון זייער רעליגיע.
אָן אַזאַ מין עבֿודה, וואָלט ייִדישקייט אויסגעזען פֿאַר אַן אוראַלטן ייִד צו אַבסטראַקט און אומפֿאַרשטענדלעך. הגם מיר בעטן דעם אייבערשטען צו באַנײַען דעם בית־המיקדש, האַלטן אַ צאָל באַקאַנטע רבנים, אַז מע וועט נישט מקריבֿ זײַן מער קיין בעלי־חיים. ווי עס שטייט אין אַ מדרש, וועלן אַלע קרבנות בטל ווערן אין דער צוקונפֿט, אַחוץ דעם קרבן־תּורה, וועלכער קאָן זיך באַגיין אָן פֿלייש.
פֿונדעסטוועגן, בעטן מיר כּסדר דעם באַשעפֿער אויפֿצושטעלן דעם נײַעם בית־המיקדש, וווּ מיר וועלן קאָנען מקריבֿ זײַן פֿליישיקע קרבנות, וועלכע ווערן כּסדר דערמאָנט אין די תּפֿילות — במשך בײַם שבתדיקן און יום־טובֿדיקן מוסף. ווי געזאָגט, קאָן מען אָפּטײַטשן די דאָזיקע תּפֿילות אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן, ווי עס טוען די הײַנטיקע פֿרומע ייִדישע וועגעטאַריאַנער. וועגעטאַריאַניזם קלינגט אָבער ווי אַ גרויסער חידוש פֿאַר אַ סך ייִדן, וועלכע זענען צוגעוווינט צו עסן פֿליישיקע מאכלים לכּבֿוד יעדן שבת און יום־טובֿ, און האַלטן עס פֿאַר אַ מיצווה.
אין פֿאַרגלײַך מיט די קרבנות, זענען אַלע פּוסקים מסכּים, אַז די פֿליישיקע מאכלים בײַ דער יום־טובֿדיקער סעודה זענען בלויז אַ גוטע עצה און אַ טייל פֿונעם יום־טובֿ, אָבער נישט קיין מיצווה פֿאַר זיך. אַדרבה, די חז״ל באַטאָנען, אַז בלויז אַן תּלמיד־חכם מעג עסן פֿלייש; אַ צאָל מקובלים און חסידישע רביים, בתוכם דער גרויסער מיסטיקער און דענקער רבי צדוק לובלינער, זאָגן, אַז בלויז אַ גרויסער צדיק, וואָס ווייסט, ווי אַזוי אַרויפֿצוברענגען די באַהאַלטענע פֿינקלעך ג־טלעכקייט פֿונעם שפּײַז, מעג עסן פֿליישיקע מאכלים.
בקיצור, הגם פֿאַר ס׳רובֿ פֿרומע ייִדן זענען די פֿליישיקע מאכלים אַ נאַטירלעכע זאַך און צומאָל אַפֿילו אַ טייל פֿון די יום־טובֿדיקע מיצוות, טרעפֿן זיך אין די קלאַסישע הייליקע ספֿרים אויך "אַנטי־פֿליישיקע" דעות. דעריבער, זענען אין דער וועלט פֿאַראַן רבנים, וועלכע עסן נישט קיין פֿלייש און האַלטן, אַז די תּורה רופֿט — לכל־הפּחות, אין אידעאַל — צו פֿירן אַ וועגעטאַרישן לעבנס־שטייגער.
אין דער פֿריִערדיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן אַן ענין, וואָס ווערט אויך באַטראַכט אויף היפּוכדיקע אופֿנים. אַ טייל ראשונים האַלטן, אַז ס׳איז דאָ אַ באַזונדערע מיצווה אין דער תּורה אײַנצושטעלן דיינים און זייערע שליחים, וועלכע זאָלן צווינגען דעם עולם צו פֿאָלגן דעם פּסק פֿונעם בית־דין. אַ טייל אַנדערע האַלטן, אַז ס׳איז בלויז אַ גוטע עצה. די תּורה זאָגט אונדז אָן, ווי אַזוי אַ דיין זאָל זיך פֿירן; אין אַ רויִקער קהילה קאָן מען זיך אָבער באַגיין אָן דין־תּורה אָדער צו לייזן אַלע קאָנפֿליקטן דורך פֿרײַוויליקע פּשרות.
מע קאָן זאָגן, אַז אין אַן אָרט, וווּ אַ סך ייִדן קריגן זיך איינער מיטן צווייטן, קאָן אַ בית־דין פֿאַרמינערן די קריגערײַ און אויסמײַדן די אַרײַנמישונג פֿון די מלוכישע געריכט־אינסטאַנצן. פֿון אַזאַ פּערספּערטיוו, קאָן אַ בית־דין זײַן אַ גוטע אינסטיטוציע. פֿון דער צווייטער זײַט, איז בעסער זיך צו פֿירן גוט און בכלל זיך נישט צו קריגן. ס׳איז מערקווירדיק, אַז דער ליובאַוויטשער רבי האָט באַטראַכט דעם פֿאַקט, וואָס אַ סך הײַנטיקע ייִדישע קהילות באַגייען זיך אָן אַ בית־דין, ווײַל זיי לעבן פֿרידלעך, אָן אינערלעכע קאָנפֿליקטן, ווי אַ סימן פֿון דער קומענדיקער גאולה. אַ סך חב״ד־קהילות אַרום דער וועלט ווײַזן טאַקע אַרויס אַן אויסגעצייכנטע פֿעיִקייט צו לעבן פֿרידלעך און אומאָפּהענגיק.
אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן אַן ענין, וואָס ווערט פֿאַררעכנט, אין פּרינציפּ, ווי אַ מיצווה פֿון דער תּורה, וועלכע מע מוז נישט און אַפֿילו מע טאָר נישט מקיים זײַן אויף אַ בוכשטעבלעכן אופֿן.
"כּי תצא למלחמה על־אויבֿיך" — אויב דו וועסט האַלטן אַ מלחמה קעגן דײַנע שׂונאים, און וועסט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, "יפֿת־תּואר", מעגסטו מיט איר חתונה האָבן. דער רמב״ם זאָגט בפֿירוש, אַז די תּורה דערלויבט אַ ייִדישן זעלנער צו פֿאַרכאַפּן אַ ניט־ייִדישע פֿרוי, צו האָבן מיט איר אַן אינטימע באַציִונג, און זי איבערצורעדן, במשך פֿון אַ חודש, זיך מגייר צו זײַן און צו ווערן זײַן ווײַב. פֿאַר אַ סך לייענער קלינגט אַזאַ מיצווה, אַוודאי, גאַנץ שאָקירנדיק, צוליב עטלעכע סיבות. קודם־כּל, זענען די מלחמות בכלל אַן אומגעוווּנטשענע זאַך, און צו פֿאַרכאַפּן אַ פֿרוי בעת אַ מלחמה צוליב אַ פּערזענלעכן סעקסועלן באַגער, איז אַוודאי אַן אוממאָראַלישער, באַרבאַרישער אַקט. צווייטנס, שטעלט זיך פֿאָר, וואָס וואָלט זיך געטאָן, ווען די מענער וואָלטן געהאַט דאָס פּראַקטישע רעכט צו פֿאַרכאַפּן פֿרעמדע פֿרויען!
די חז״ל דערקלערן, אַז די דאָזיקע מיצווה איז געגעבן געוואָרן "כּנגד יצר־הרע". דאָס הייסט, אַז אין געוויסע עקסטרעמע סיטואַציעס אין די תּנ״כישע צײַטן, ווען אַ ייִדישער מאַן וואָלט פֿאַרכאַפּט אַ פֿרוי, וואָלט דער אייבערשטער פֿאַרגעבן זײַן אויפֿפֿירונג; אַדרבה, אויב דער זעלנער פֿאָלגט אַלע כּללים, וואָס ווערן דערקלערט אין דער פּרשה, און פֿירט זיך נישט אויף אינגאַנצן ווילד, ווערט זײַן זעלבסט־קאָנטראָל באַטראַכט פֿאַר אַ מיצווה.
אינעם "ספֿר־העיקרים" פֿון רבי יוסף אַלבו — איינער פֿון די יסודותדיקע ספֿרים פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע — ווערט דער תּורה־היתּר צו עסן פֿלייש פֿאַרגליכן מיטן ענין פֿון יפֿת־תּואר; ביידע זאַכן האָט די תּורה דערלויבט "כּנגד יצר־הרע". ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, ווערט אינעם חומש "דבֿרים" כּסדר באַטראַכט די טעמע פֿון דעם, ווי אַזוי די אייגענע ווערטער און מעשׂים פֿון אַ מענטש קאָנען ווערן אַ טייל פֿון דער ג־טלעכער תּורה. דער מענטשלעכער און ג־טלעכער אַספּעקט פֿאַראייניקט זיך אָבער אויף פֿאַרשיידענע מדרגות. אין געוויסע אויסערגעוויינטלעכע סיטואַציעס, איז דאָס חתונה האָבן מיט אַ מלחמה־געפֿאַנגענער פֿרוי באַטראַכט געוואָרן אין תּנ״ך פֿאַר אַ מיצווה, ווען עמעצער האָט עס געטאָן אינגאַנצן לשם־שמים; פֿון דער אַנדערער זײַט, קאָן אַפֿילו דאָס עסן פֿלייש באַטראַכט פֿאַר אַן עוולה, ווען מע טוט עס צוליב אַן אייגענער תּאווה.
בדרך־כּלל, אָבער, ווערט דער ענין פֿון אשת־יפֿת־תּואר, ווי אויך אַ צאָל אַנדערע מלחמה־ענינים אין דער הײַנטיקער סדרה, אָפּגעטײַטשט אין די חסידישע און מוסר־ספֿרים אויף אַלעגאָרישע און מיסטישע אופֿנים. אַדרבה, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, לערנען מיר דאָ אָפּ אַ לימוד פֿון אינטערנאַציאָנאַליזם, נישט געקוקט אויף דעם "מיליטאַנטישן" קאָנטעקסט פֿון דער פּרשה. אַ סאָלדאַט גייט אויף אַ שלאַכט־פֿעלד צו הרגענען זײַנע שׂונאים — און פּלוצעם געפֿינט ער צווישן זיי זײַן שיינע באַשערטע. די תּורה זאָגט אונדז דאָ, אַז איבעראַל, אַפֿילו צווישן די שׂונאים און אין די ווילדסטע סיטואַציעס, קאָן מען געפֿינען אַ שטיקל קדושה.